סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:27 pm

דער 'מילק & האני' געשעפט וואו ר' שאול האט איינגעקויפט, נעבן בארא פארק סענטער.
Capture.PNG
Capture.PNG (445.31 KiB) געזעהן 3710 מאל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:29 pm

די תגובה (ריוויו) פון ר' שאול אונטערן נאמען 'טעד ק.' אוואו ער נעמט זיך אן און בארימט 'מילק & האני' פאר זייערע געשמאקע עסן און גוטע סערוויס.
https://www.yelp.com/biz/milk-n-honey-brooklyn

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:06 pm

רבי שאול מיט א פען נאמען?? איך דארף איבערהערן דעם שיעור...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:23 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די תגובה (ריוויו) פון ר' שאול אונטערן נאמען 'טעד ק.' אוואו ער נעמט זיך אן און בארימט 'מילק & האני' פאר זייערע געשמאקע עסן און גוטע סערוויס.
https://www.yelp.com/biz/milk-n-honey-brooklyn

יישר כוח פאר די לינק.
ווייל כהאב עס געזוכט אויף GOOGLE REWIES און נישט געטראפן.

די העלט-קעיר אינדאסטרי שמועס האט מיך זייער באנומען. אזוי אויך די צושטעל צו אנטיסעמיטיזם. וואס קען מען טוען? דער באשעפער זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות בב"א.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:39 am

טעם וריח האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די תגובה (ריוויו) פון ר' שאול אונטערן נאמען 'טעד ק.' אוואו ער נעמט זיך אן און בארימט 'מילק & האני' פאר זייערע געשמאקע עסן און גוטע סערוויס.
https://www.yelp.com/biz/milk-n-honey-brooklyn

יישר כוח פאר די לינק.
ווייל כהאב עס געזוכט אויף GOOGLE REWIES און נישט געטראפן.

די העלט-קעיר אינדאסטרי שמועס האט מיך זייער באנומען. אזוי אויך די צושטעל צו אנטיסעמיטיזם. וואס קען מען טוען? דער באשעפער זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות בב"א.

יא, אויף גוגל האבן זיי מער און אויך בעסערע ריוויוס.

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:27 pm

וואס איז ר' שאול'ס אימייל ?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:30 pm

יונה ישראל האט געשריבן:וואס איז ר' שאול'ס אימייל ?

Sklein44@aol.com

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:22 pm

אויף גוגל איז דא אסאך מער נעגעטיוו ריוויאס, און ליידער פין היימישע אידן, עס איז א חרפה אין א בישה,
און פאר ר' שאול וויל איך זאגן וואול איז דיין חלק, די וחי אחיך עמך וועט דיך זיכער באצאלען, נאר די פלעטפארם "יעלפ" איז פאר אייער עזש (age) אין ארויף, היינטיגע צייטן ווען איינער וויל וויסען איפארמעשאן אויף עני טייפ אויף ביזנעס קיקט מען אויף גוגל

גליקליכע אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:54 am

תגובהדורך גליקליכע אינגערמאן » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:02 pm

Capture1.PNG
Capture1.PNG (34.38 KiB) געזעהן 3361 מאל


דא האט איר וואס ר' שאול האט געשריבן
ער איז דאך אזא צדיק זייט ער האט געשריבן זיין review איז שוין ציגעקומען נאך 4 reviews און זיי האבן עס שוין ארויפגעשטיפט צי א 4 סטאר רעטינג
אשרי לו

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:22 pm

אינטערסאנט דער באנוץ פונעם ווארט Mellifluous
מסתם די ערשטע מאל וואס רוב ליינער דא (עכ״פ איך) באגעגענען זיך דערמיט.
א שנעלער געזוך ווייזט אז דאס ווארט שטאמט פון א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער
Mel=Honey Fluere=To flow
וואס איז א מליצה אויף א זיסע פליסיגע שטימע
האט רבי שאול דאס אויסגעקליבן צוליב דעם געשעפט נאמען
?Milk and Honey

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:50 pm

shalsheles האט געשריבן:אינטערסאנט דער באנוץ פונעם ווארט Mellifluous
מסתם די ערשטע מאל וואס רוב ליינער דא (עכ״פ איך) באגעגענען זיך דערמיט.
א שנעלער געזוך ווייזט אז דאס ווארט שטאמט פון א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער
Mel=Honey Fluere=To flow
וואס איז א מליצה אויף א זיסע פליסיגע שטימע
האט רבי שאול דאס אויסגעקליבן צוליב דעם געשעפט נאמען
?Milk and Honey

א שיינע הערה.
ר' שאול איז דאך דער בארימטער חקרן פון ווערטער, שפראכן וכו'

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:46 pm

מצורע אדער טהרה?

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:41 pm

ר' שאול אינעם שיעור דערמאנט דעם באקאנטן בוך פון Dale Carnegie מיטן נאמען "How to Win Friends and Influence People"

אפאר יאר צוריק האט BFG איבערגעדרוקט דעם בוך אין אידיש אינטערן נאמען "וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן" זיי האבן געמאכט א וואונדערבארע ארבעט, ביז א קורצע צייט איז עס מער נישט געווען צו באקומען.

אויב איינער ווייסט וואו מען קען דאס קויפן אדער אויב האט איר א געניצטע צו פארקויפן ביטע קאנטאקט מיר פריוואט.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג מאי 06, 2019 9:58 am

א נייע בריוו אפטיילאנג.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג מאי 19, 2019 10:19 pm

זייער א וויכטיגע שיעור דעי וואך. בנושא אלטע בחורים והמסתעף.
זייער זייער א ווייטאגליכע ענין. רבונו של עולם עפעס מוז געטוען ווערן!!

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג מאי 26, 2019 8:21 pm

ר׳ שאול האט נישט געכאפט אז דער וואך איז דער 100סטע שיעור און ער רעדט גארנישט פון דעם אנהייב שיעור אז מען דרוקט די נאמבער 100

לכאורה האט ער נישט מיט גערעכנט די חצי בריוו שיעור אבער עס הערט זיך אז ער מיינט מען האלט נאך אפאר שיעורים פריער

אוועטאר
א.ב.ג
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » מאנטאג מאי 27, 2019 10:26 am

איך מיין מען וואלט ווען געדארפט לכבוד שיעור #100 מאכן עפעס א רייזע מיט הרב ר׳ שאול ערגעץ וואו אין די דזשאנגלען אין סאט אפריקע, פאר אפאר טעג ציווישן די לייבּן בּערן טיגערס עלעפאנטן, אין בּיימער וואס רעדן, צוזאמען מיט א ׳לייוו׳ חצי שיעור אינטערהאלטונג.. איך מיין עס וואלט געווען א געפּאקטער זייל! וואס זאגט איהר צו דעם?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21580
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 27, 2019 10:27 am

ר' שאול רעדט נישט פון די באד ארעלסאן רעקארדס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:27 am

שיעור 101 איבער זיין שווער, אין וועגן דראגס. זייער שיין.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג יוני 24, 2019 8:30 pm

פאר ווער ס'האט אויסגעהערט דעם שיעור.

ס'אינטערסאנט אז דער סייקאו האט נאך צוגעלייגט א 'ימח שמו' צום סוף פונעם טאטור...

בילד איז צום געפונען אין די אלגעמיינע מידיא.

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מאנטאג יוני 24, 2019 10:27 pm

farshlufen האט געשריבן:ר' שאול רעדט נישט פון די באד ארעלסאן רעקארדס?


ווי איז מעגליך אז ר' שאול רעדט נישט פון די באד ארעלסאן רעקארדס? איך האב שוין געמיינט אז איך האב זיכער פארפאסט א שיעור פין ר' שאול שליט"א

פארשיקט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

תגובהדורך פארשיקט » מאנטאג יולי 08, 2019 10:24 am

איז דע וואך שרעקעדיג!!
האלא, ביסט נארמאל?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יולי 08, 2019 11:14 am

פארשיקט האט געשריבן:איז דע וואך שרעקעדיג!!

נושא?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג יולי 08, 2019 11:57 am

כבין נאכנישט אנגעקומען צו הערן דעם שיעור דעי וואך.

אבער פאריגע וואך דערמאנט ער גאלאנטא רב זצ"ל רבי ישוע בוקסבוים הי"ד, ער זאגט אז ער האט געהאט שווייצע בירגער סערטיפיקאטן צו קענען פארלאזן דאס לאנד קיין שווייץ באצייטענס און זיך ראטעווען פון גיהנום. אבער דער לאקאלע חברה-מאן (דענק נישט זיין פאזיציע און נאמען) האט געפסל'ט די סערטיפיקאטן זאגענדיג אז דאס איז נישט געגעבן געווארן לעגאל.

איז דעי מעשה נישט בניגוד צו די מעשה מפורסם אז דער רב האט נישט געוואלט פארלאזן עדת צאן מרעיתו בשעת חירום? און האט דוקא געוואלט מיטגיין מיט זיין קהילה קיין אוישוויץ?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 11:58 am

נישט קיין סתירה, דאס האט פאסירט פריער, ווען מ'האט נאכנישט געוואוסט ווי שלעכט ס'גייט זיך אויסלאזן. שפעטער ווען ער האט געזען ווי געפארפול די מצב איז און אז יעדער גייט אויף קידוש ה' האט ער שוין נישט געוואלט גיין.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט