סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 7:30 pm

ר' יצחק שלמה, האסט שוין גענומען די פלו שאט?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21580
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:07 am

כבוד הרב, תמחול לי אלף פעמים, לא הבנתי, איר ענטפערט אויף וואס ס'איז געוועזן בימי בחרותו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:23 am

farshlufen האט געשריבן:כבוד הרב, תמחול לי אלף פעמים, לא הבנתי, איר ענטפערט אויף וואס ס'איז געוועזן בימי בחרותו?

איך ענטפער נישט גארנישט
נאר ווי איר זאגט מ' דארף וויסן אז הדרכה נעמט מען וכו' כנ"ל
דברים לב ז

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 7:47 pm

ר' שאול קליין פאלט דאך דא אריין פון צייט צו צייט, אלזא לאמיר אים דירעקטירן צו א לינק וואס איז אים נוגע.
דא זעהט מען ווי איינע פון די 'ערגסטע' ראודס אויפן כדור העולם, איז אין... באליוויע. א פחד צו קוקן דא.
viewtopic.php?p=943428#p943428

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:38 pm

מחשב האט געשריבן:(כאטש עס איז פשוט אז די היינטיגע שבויים זענען נישט בדומה צו די אמאליגע, און מסתבר אז כאטש די סכנות וואס זיי האבן יא גייען זיי פארט נישט אריין אין כלל פון די שבויים פון חז"ל).

וואס פאלט דיר ביי? וואס א חילוק היינט און אמאל?
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 12:48 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:(כאטש עס איז פשוט אז די היינטיגע שבויים זענען נישט בדומה צו די אמאליגע, און מסתבר אז כאטש די סכנות וואס זיי האבן יא גייען זיי פארט נישט אריין אין כלל פון די שבויים פון חז"ל).

וואס פאלט דיר ביי? וואס א חילוק היינט און אמאל?


זאגט דער הייליגער רש"י...

sfg.png
sfg.png (13.57 KiB) געזעהן 3716 מאל


היינט איז עס נישט אזוי.
הוי מחשב...

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:19 pm

סאו, איר זענט קובע א הלכה, אז דיני פדיון שבויים איז נאר באופן הנ"ל, ונפק"מ לענין היתר מכירת ספר תורה וכדומה, [ומלשון הגמ' ב"ב דף ח' משמע כן, 'דכולהו איתניהו ביה' וקחשיב חללי חרב וחללי רעב]

היינט הרג'עט מען אין תפיסה אבער מען בלייבט לעבן [די וועלכע קומען אן אין 'לאך' ל"ע, וועלן עס באשטעטיגן..], אין א בחינה פון 'מה לי קטלא כולה מה לי קטלא פלגא'...

אין שו"ת הרדב"ז (ח"א סי' מ') שטייט ארויס מפורש וז"ל: "בדרך כלל כופין אותם לחלל שבתות ומועדות ומיסרין אותם ביסורים קשים ממות", מעג מען פודה זיין אפילו יותר מכדי דמיהן!, סאו איז גאר מעגליך אין געוויסע טורמעס זענען בגדר זה, וצ"ע

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:21 pm

ווייל דער גארד אין תפיסה קען "נישט" טון וואס ער ער וויל? וויפיל מעשיות קומען ארויס אין די נייעס פון א ארעסטאנט וואס איז צוביילט געווארען פון די תפיסה וועכטערס?
נאך א נקודה, ווער סהאלט מיט די נייעס ווייסט צו דערציילען וויפיל מאל סקומט ארויס ק ליפס וויאזוי פאליציי איז זיך באגאנגען מיט איבערוויגענדע מאכט איבער זייער קרבן (א לעצטערע פאל א איד -פערצופאל- אין בפ) וואס אינ טערסאנט יעצט רעדט שוין קיינער נישט פון די אינצדענט און דאב אלעס ווען די אומיושר און אומגעזעצליכע אקטען פארסירען לעיני השמש אין די פובליק

און וויאזוי די גארדס און תפיסה באגייען זיך מיט זייערע קרבנות -צווישען די פיר תפיסה וועלט- ווייסט קיינער נישט! ווייל ניטאמאל איז דא עלעקטראנישע אייגעלעך

monroe10950
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:36 pm

האט מיר געזאגט לעצטנס א איד וואס איז געגאנגען באזוכן א איד אין תפיסה, אז דער איינגעשפארטער האט זיך אים אויסגעדרוקט "ווען דו ביסט דא, בין איך נישט אין תפיסה".
לויט דעם איז דאס פדיון שבוים ממש.
עס איז זיך נישט פארצושטעלן די זכות פון 'גיין באזוכן אין תפיסה', דארט איז נישט דא קיין תחרות, קיין געזעלשאפט שטאפלען, איר דארפט נישט זיך שעמען פון קיינעם, ליידער איז דארט נישט דא די געווענליכע געזעלשאפט געזעצן, קענט איר רוהיג גיין און מקיים זיין א מצוה וואס ס'נישט דא קיין שאץ און קיין ערך דערצו!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:53 pm

image.png
image.png (271.95 KiB) געזעהן 3626 מאל

image (1).png
image (1).png (283.48 KiB) געזעהן 3626 מאל
הוי מחשב...

monroe10950
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:06 pm

מחשב האט געשריבן:
image.png

image (1).png

כ'גלויב אז דאס איז נאר פאר די תפיסות אין נארמאלע לענדער.
די תפיסות אין אמעריקא, זענען ווי באקאנט, דאס ארגסטע פון די ארגסטע, ס'זיכער א מצוה רבה צו טון אלעס וואס מ'קען, ארויסצוראטעווען א איד פון אזא בור מלא נחשים ועקרבים.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:09 pm

אוודאי אזוי! קיינער זאגט נישט עפעס אנדערש ווי דעם, כ'האב פשוט געוואלט פראווען מיין פריערדיגע פוינט.
הוי מחשב...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:16 pm

שיינע שמועס היינט אויפן חצי שיעור, דאס איז דאך שוין נישט קיין נייעס. אבער בתוך הדברים דערמאנט ר' שאול איבער די ווארעמקייט מיט וועלכע די מתפללים פון א סאטמארער שטיבל אויף קיעפ סטריט האבן זיך באצויגן צו א בחור וואס איז ל"ע צוריקגעשטאנען, און דארט האט מען אים ממש אועפגעלעבט.

האט עס מיך דערמאנט פון מיינע קינדערישע און בחור'ישע יארן און אברכים שטיבל אויף קיעפ סטריט, וויאזוי הבחור החשוב משה ביקעל פלעגט טאקע דארט ארומגיין מיט די פושקע, און יעדער האט אים אזוי ווארעם אויםגענומען און געמאכט שפירן גוט, ועל הטוב יזכר הרבני החשוב ר' משה עהרנפעלד לאויט"א וועלכער האט אים אזוי שיין מקרב געווען און אריינגעברענגט א רוח פון רחמנות און חסד.

יישר כח ר' שאול פארן ערוועקן די שיינע זכרונות

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:39 pm

דבר בעתו מה טוב..
צוגעלייגטע
Moment Vaychi 5779 Cover.jpg
Moment Vaychi 5779 Cover.jpg (255.02 KiB) געזעהן 2990 מאל

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:43 pm

די וואכעדיגע 'חצי שיעור ' איז סאמטינג-ספעשיל!

רבי שאול מיט זיין כאריזמאטישע שפארך בנוגע די גזירת החינוך אין נ"י און איבער די גאנצע וועלט.

שטעלט אראפ ווי אזוי די גאנצע סעקולארע וועלט האט זיך געטוישט זינט 9/11 (ער האט שוין עטליכע מאל דערמאנט די יסוד, דאס מאל מיט א שטארקע ברייטקייט)

שמעו ותחי נפשכם.

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מיטוואך ינואר 02, 2019 2:11 pm

ער האלט נאך אינמיטן
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג ינואר 27, 2019 8:32 pm

ר' שאול'ס שיעור היינטיגן זונטאג איז מתוק מדבש.
פירט צוריק דעם צוהערער צו די נאך קריג עפאכע, ווען די אודים מוצלים מאש זיצן ביי ר' שאול'ס בר מצוה אין 'זילבער'ס קעיטערינג' אויף ראסס סט., וואס טראכטן זיי?
לאנגע יארן שפעטער שפילט זיך די סצענע איבער אין זיין מוח, און ער באטראכט, און לערנט אפ וואס ''זיי האבן געפילט''.
יעדער איד פון ''וויליאמסבורג'' (און ווער איז נישט פון ''דארט'' יואלי?...), וועט זיך פילן אינדערהיים, און איבערגענומען פון געפילן ביים הערן דעם באלערנדן שמועס.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג פאברואר 05, 2019 3:55 pm

די לעצט 2 וואכן גייען ניסלעך פון ר' שאול'ס חצי שיעורים!
אויב זענט איר בארעכטיגט צו סאושעל סעקיוריטי, וואלט איך אייך הויעך רעקאמענדירט צו הערן די לעצטע 2 וואכן פראגראם.
אלץ איינער וואס איז נישט אין די אויבענדערמאנטע קאטעגאריע, איך באלאנג ענדערש אין די יואלי-טונא בעיגל געווארדיע, אבער אלץ איינער וואס באלאנגט יא און איז אינטערסירט אין ''וואס איז געווען אמאל'', ווערן מיר אויסטערליש בארייכערט מיט די איטעליגיענץ און וואוסענשאפט.

אזוי וואלט דער 'מאמענט' דאס באשריבן:
ר' שאול קליין פירט אונז צוריק 60 יאר צום רבין אין ספרים צימער, מיט ערשמאליגע-עקסלוסיוו'ס וואס ''דער רבי האט געזאגט''.
איז די UTA איניווערזיטעט אין יוטא?....

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:57 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די לעצט 2 וואכן גייען ניסלעך פון ר' שאול'ס חצי שיעורים!
אויב זענט איר בארעכטיגט צו סאושעל סעקיוריטי, וואלט איך אייך הויעך רעקאמענדירט צו הערן די לעצטע 2 וואכן פראגראם.
אלץ איינער וואס איז נישט אין די אויבענדערמאנטע קאטעגאריע, איך באלאנג ענדערש אין די יואלי-טונא בעיגל געווארדיע, אבער אלץ איינער וואס באלאנגט יא און איז אינטערסירט אין ''וואס איז געווען אמאל'', ווערן מיר אויסטערליש בארייכערט מיט די איטעליגיענץ און וואוסענשאפט.

אזוי וואלט דער 'מאמענט' דאס באשריבן:
ר' שאול קליין פירט אונז צוריק 60 יאר צום רבין אין ספרים צימער, מיט ערשמאליגע-עקסלוסיוו'ס וואס ''דער רבי האט געזאגט''.
איז די UTA איניווערזיטעט אין יוטא?....

אקוראט! פערל און דיאמאנטן, יעדעס ווארט גינגאלד!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

watch out!!

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג פאברואר 17, 2019 7:31 pm

ר' שאול, אויב וועט איר באקומען חתונה בריוולעך פון אלע חצי שיעור צוהערער, קענט איר אויפגעבן אייער חינוך מיוחד קאריערע, אייער חצי שיעור פראגראם, און אייער חלום צו זיצן אין כולל.
איר וועט דארפן הייערן א סעקרעטערי זיכער צו מאכן אנצוקומען צו אלע חתונות....

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:14 pm

ר' שאול, זעהט אין יעדע זאך, זיין זאך, און דאס איז: חינוך מיוחד!
זייער הנאה געהאט פונעם זאפטיגען שמועס, און ווער ס'האט נישט צוגעהערט, לאמיר קוואוטן איין קרישקעלע.
ר' שאול זאגט אז דער היינט קינד-און-קייט באוויסטער לאזונג 24/7, איז אינגאנצן אלט 10 -15 יאר!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:54 pm

אהער און אהין האט געשריבן:ר' שאול, זעהט אין יעדע זאך, זיין זאך, און דאס איז: חינוך מיוחד!
זייער הנאה געהאט פונעם זאפטיגען שמועס, און ווער ס'האט נישט צוגעהערט, לאמיר קוואוטן איין קרישקעלע.
ר' שאול זאגט אז דער היינט קינד-און-קייט באוויסטער לאזונג 24/7, איז אינגאנצן אלט 10 -15 יאר!

טרעסאנט טאקע וואס ער זאגט. מיר ליגט עס אין קאפ אסאאאך פריער.
ביי-דע-וועי א אינרעסאנטע קרישקל, דענקעך אמאל אלטס קינד כבין געפארן אין א קאר און דער דרייווער האט אנגעצינדן ראדיא, ס'האט זיך פונקט אויפגעמישט צו א B&H עד, העריך ווי זיי זאגן
"We are open 7 days a week But saterday"
:lol:

אגב דאגב זייער א זאפטיגע שמועס דעי וואך. א רפואה שלימה פאר זיין רעביצן. אפשר מאכט מען א משמר תהילם אין דעם אשכול ??

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:16 pm

טעם וריח האט געשריבן:
אגב דאגב זייער א זאפטיגע שמועס דעי וואך. א רפואה שלימה פאר זיין רעביצן. אפשר מאכט מען א משמר תהילם אין דעם אשכול ??

גוטן געדאנק...
איך נעם פון א-ו
רופטס ענק אן ווארעם חברה

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:41 pm

איך נעם פון ש-ל
mi a nagy ügy

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג פאברואר 24, 2019 5:45 pm

איז נישט אביסל איבער געטריבן שוין די סיפור הדברים פון די רעבעצן לרפו"ש, סאיז געווען אינטערסאנט אבער מיט א שיעור
די ערשוע חלק פון היינטיגע חצי שיעור איז שוין א משהו מער מיט א שמיץ אריבער.
בין איך די איינציגסטע וואס טראכט אזוי?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט