סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אמצעי האט געשריבן:איך הער לעצטענס זיינע שיעורים און איך האב זייער הנאה.
ענדליך איז דא איינער וואס רעדט זאכן פון אונזער קאמיוניטי אן א מורא.
אז די גלייכסט נישט זיין השקפה (וואס איך זעה נישט ער זאגט אייגענע) דאן הער איהם נישט אויס.
מיין פראבלעם איז אז ער רעדט צי ווייניג, עס איז נישט קיין קינץ צי באגראבען דע קאפ אין זאמט און זאגן שלום עלי נפשי.
איינער וואס פארמאכט זיך די אויגן און פארקנייטש דע שטערן און רייבט זיך דע הענט און שרייט רעבע זיכרונעלע ליבראכע מיינט נישט אז ער איז אויסגעקאכט אין עפעס.
ער איז אין חינוך איבער 40 יאר און סאטמאר האט איהם אייביג געטראסט.
ווער נאך ווי איהם זעהט "הענדס אן" וויאזוי אימשילדיגע נשמות ווערן פארנאכלעסיגט אדער אביוזד? ער פאבריצירט נישט קיין מעשות, סך הכל דערציילט ער אביסעל סודות פון חדר.
אויב ברענגט ער ארופ אנדערע מיינונגען מיינט נאך נישט אז די ברויכסט האלטען ווי איהם, די באלאנגסט אין א קהילה זאלסטו דיך גיט אויסקאכען אין זייער השקפה.
במילא כדי איהם ארופ צי רייסען ברויך מען איהם מאכן פאר א עם הארץ וואס קען נאר חימוש רש"י וכו' וכו'
עס טיט מיר זייער וויי וויאזוי אין תשע"ט קענען נאך מענטשען זיין בלינד און ארופ רייסען איעדע וויכטיגע געברויך פאר הצלת נפשות ממש אלץ ווייל מען האט א סטיגמע פון אימעזש מענעזשמענט.
ר' שאול חזק ואמץ גיי אן מיט דיין הייליגע ארבייט, האלט דיך נישט צוריק פון זאגן דעם אמת.

איר קומט אריין אינמיטן א שמועס, קיינער האט דא נישט קיין טענות איבער זיינע געוואלדיגע לייסטונגן פאר דור, זיין איבערגעגעבנקייט פאר דעם ליידנדן, א זאך וואס איז ווערט צו באזינגן און באלויבט ווערן, הצלת נפשות קומט נישט דא אריין.

ב.ד.וו. איך האב גארנישט געזען עפעס ער זאל זאגן פארקערט ווי דער שיטה פון סאטמאר רב זי"ע, איך האב גארנישט מיט די גאנצע נושא, איך האב גערעדט פון דער געדאנק און נישט פון קיין פרטים, און קיינער דא האט נישט געזאגט אז ער קען נאר חומש רש"י,

בתקוה להבנה.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

wow wow wow
וואס טוטזעך דא?

השקפה בלתי נכונה?
ווער סטראכט אנדערש ווי דיך האט א השקפה בלתי נכונה?
איך וואלט געזאגט פארקערט, אז דיין השקפה איז נישט ריכטיג ווייל דו טראכסט אנדערש פון יענעם...
ודי בזה
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

האב איך נישט קיין אהונג צו וועם די תגובה איז געצילט, און איך מיין אז קיינער האט אזא זאך נישט דא געזאגט. קוק זיך אביסל בעסער אום וואס די טענות זענען, דאן וועלן מיר זיך פרייען צו הערן דיין מיינונג.

(איי פארוואס רוף איך מיך אהן? כ'ווייס אליין נישט, איך האב פשוט באקומען א נאטיפיקאציע אז איינער האט דא צוגעשריבן, בין איך דא).
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

אויפן קאפ פון גנב ברענט דאס היטל... :lol:
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבותי, דער איד פון וועם איר רעדט דא ברבים, ליינט יעדעס ווארט, עס איז נישט מענטשליך און נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן וויאזוי טייל האבן דא געשריבן.

מקען דעבאטירן א נושא, א מהלך, אבער פערזענליך נעמען א מענטש און אויסשמועסן לטב ולמוטב האט נישט קיין זין.

מנהלים, ביטע פאררעכטן די פערזענליכע אטאקעס.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מיללער האט געשריבן:רבותי, דער איד פון וועם איר רעדט דא ברבים, ליינט יעדעס ווארט, עס איז נישט מענטשליך און נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן וויאזוי טייל האבן דא געשריבן.

מקען דעבאטירן א נושא, א מהלך, אבער פערזענליך נעמען א מענטש און אויסשמועסן לטב ולמוטב האט נישט קיין זין.

מנהלים, ביטע פאררעכטן די פערזענליכע אטאקעס.

הננו מצטרף לדברי הרב מסקרענטאן שליט"א ליזהר ולחזק הענין ביתר שאת ויתר עוז בכלל ובפרט
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך רעד דא אריין, כאטש איך האב נישט קיין שום אגענדע אויף די נושא בכלל, איך בין אינגאנצן מיט ר' שאול'ן דערויף, אבער האמת ניתן להאמר.

איז אזוי, אויף ר' שאול איז קיינער נישט מחולק אז מ'רעדט פון א איד מורם מעם, אויסגעקאכט און אסאך ענינים, און געטון אסאך פארן כלל.

א צייטונג און א האטליין זענען געמאכט געווארן צו לופטערן דעת בעלי בתים, נישט דעת תורה, און נישט ענינים וואס ענינים וואס איז האקל און דארף א דעת תורה, אפילו דער חשוב'סטער רב טוט דאס נישט אין די ראמען פון א צייטונג, אדער האטליין, אדרבה אויב האט ר' שאול וואס אריין צו רעדן אין די נושאים, איז ער מכובד ארויס צוקומען מיט א תשובה, א דרשה אין בית המדרש, מאכן א מושב בית דין, אדער סיי וועלכער אפיציעלער תורה'דיגער וועג וואס איז געמאכט פאר די ענינים וואס מ'האלט אונטער'ן קארפעט, ווי איטערנעט, און לאנגע שייטלען.

וויאזוי ארויס צו קומען דערמיט דארף אליין א דעת תורה, מ'האט אמאל נישט געקענט ארויסגעבן קיין ספר פון גדולים וטהורים אן קיין הסכמה, און זיכער היינט מיט האקעלע נושאים וואס איז נוגע פאר גאנץ כלל ישראל, און פאר אונזערע דורות, דארף געהעריג צוגיין, נישט א קנעפל אוועק פון כשרונות און טראמפ נייעס, וואס מ'הערט אין....

איך מיין אז די טענה'ריי איבער דעם טייערן איד פערזענליך, קומט דא נישט אריין, און ערגעץ אנדערש אויך נישט, אבער דאס איז עולה וואס דארף מתוקן ווערן, און דאס רעדן דערפון אויף האטליינס קען ברענגען נישט קלענערע פראבלעם'ן ווי דער פראבלעם וואס ווערט דארט אדרעסירט, היינט האט יעדער עקסעס צו האטליינס, און מ'קען לופטערן וואס מ'וויל, אויב דארף דאס נישט הסכמה, רעדט מארגן איינער וואס שטופט ח"ו פונקט א פארקערטע אגענדע.

ודי לחכימה ברמיזה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

די וואס האלטן אז מ'טאר נישט רעדן פון א.ג. השקפה נושאים אויף א האטליין, וואס האלטן זיי איבער שרייבן איבער א.ג. השקפה נושאים אויף א בלאג ווי למשל אייוועלט.
וואס איז מיט די עצם שרייבן אויף אייוועלט איז דאס אויסגעהאלטן מיט דעת תורה ?
אדער טאר מען אפילו נישט רעדן דערפין ווייל ס'איז גרינגער צו זיין א היפאקריט.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

"פארוואס? האב איך געפרעגט דעם ליוטענאנט"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

.
לעצט פארראכטן דורך אהער און אהין אום זונטאג נאוועמבער 18, 2018 7:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ר' שאול האט קלוג געטאן, זיך אפגעלאזט פון די אלע בריוו און אזויווי דזשים אקאוסטע ''בעק טו ווארק''.
אבער איך פערזענליך האב אים געשיקט אן אימעיל שוין פאריגע וואך, מיט מיין עכטע נאמען און אדרעססע, מוחה צו זיין אויף די ווערטער כאילו ''נבנו עושי רשעה''.
מען דארף צו פארשטיין אז ביים רבין ז''ל האט מען געקענט פון אלעם ליצנות מאכן, אויסער פון די מלחמה קעגן ציונות, ביים רבין איז דאס געווען דאס ארגסטע, און כ'האב אים געשריבן אז ע''פ הלכה איז אן ערנסטער צווייפל צו ממעג זאגן אזאנע ווערטער.
ודי בזה
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

אהער און אהין האט געשריבן:ר' שאול האט קלוג געטאן, זיך אפגעלאזט פון די אלע בריוו און אזויווי דזשים אקאוסטע ''בעק טו ווארק''.
אבער איך פערזענליך האב אים געשיקט אן אימעיל שוין פאריגע וואך, מיט מיין עכטע נאמען און אדרעססע, מוחה צו זיין אויף די ווערטער כאילו ''נבנו עושי רשעה''.
מען דארף צו פארשטיין אז ביים רבין ז''ל האט מען געקענט פון אלעם ליצנות מאכן, אויסער פון די מלחמה קעגן ציונות, ביים רבין איז דאס געווען דאס ארגסטע, און כ'האב אים געשריבן אז ע''פ הלכה איז אן ערנסטער צווייפל צו ממעג זאגן אזאנע ווערטער.
ודי בזה

און ער האט זיך מסתמא זייער דערשראקן פון דיר, ווייל די ביסט שוין מסתמא א בן ארבעים לבינה און אפילו שוין ווייסע האר אין דיין בארד און כל זמן שהזקנת דעתך התיישבה עליך כמו שדעתו של רבי שאול התיישבה עליו, און ביסט מסתמא אויך א איידעם ביי א פוסק הדור אזוי ווי רבי שאול און האסט זיך מסתמא אלע יארן דעווייגט ביים רבין ז"ל אזוי ווי רבי שאול, דערפאר האט ער טאקע געהאט אזעלכע שווערע קעשמארן...

א צוטרייטע וועלט, א ייד שטייט וואך אן וואך אויס און טוט ענק א טובה און געט ענק הנאה צי האבן, און וואס באקומט ער צוריק? קיתונות של טענות ומענות ווייל איינעם האט זיך געדאכט אז ער טראכט אנדערש ווי עהם...
משוגעים
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

פעלעד האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ר' שאול האט קלוג געטאן, זיך אפגעלאזט פון די אלע בריוו און אזויווי דזשים אקאוסטע ''בעק טו ווארק''.
אבער איך פערזענליך האב אים געשיקט אן אימעיל שוין פאריגע וואך, מיט מיין עכטע נאמען און אדרעססע, מוחה צו זיין אויף די ווערטער כאילו ''נבנו עושי רשעה''.
מען דארף צו פארשטיין אז ביים רבין ז''ל האט מען געקענט פון אלעם ליצנות מאכן, אויסער פון די מלחמה קעגן ציונות, ביים רבין איז דאס געווען דאס ארגסטע, און כ'האב אים געשריבן אז ע''פ הלכה איז אן ערנסטער צווייפל צו ממעג זאגן אזאנע ווערטער.
ודי בזה

און ער האט זיך מסתמא זייער דערשראקן פון דיר, ווייל די ביסט שוין מסתמא א בן ארבעים לבינה און אפילו שוין ווייסע האר אין דיין בארד און כל זמן שהזקנת דעתך התיישבה עליך כמו שדעתו של רבי שאול התיישבה עליו, און ביסט מסתמא אויך א איידעם ביי א פוסק הדור אזוי ווי רבי שאול און האסט זיך מסתמא אלע יארן דעווייגט ביים רבין ז"ל אזוי ווי רבי שאול, דערפאר האט ער טאקע געהאט אזעלכע שווערע קעשמארן...

א צוטרייטע וועלט, א ייד שטייט וואך אן וואך אויס און טוט ענק א טובה און געט ענק הנאה צי האבן, און וואס באקומט ער צוריק? קיתונות של טענות ומענות ווייל איינעם האט זיך געדאכט אז ער טראכט אנדערש ווי עהם...
משוגעים

געווייקט, איידעם, וכו', אלעס איז גוט, אבער ווען דו האסט א דעה, דו האלטסט אז עפעס איז ריכטיג/פאלש, זאג וואס דו האלטסט, יעדער איז בארעכטיגט פאר זיין מיינונג, און מיר זענען נישט קיין בני גרים, ס'נישט א איין זייט געשפרעך, יעדער זאגט וואס ער האלט אז ס'ריכטיג.
כל טוב.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

געווייקט ביים רבין ז"ל.. וואס די ליצנות וואס
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

@פעלעד אשאד די צייט,

--------------------

וואס איז געווען די נושא די וואך?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פדיון שבויים, ר' מרדכי יצחק סאמעט (אויף וויפיל איך האב אנגעיאגט צו הערן).

ער ברענגט נאך פון חז"ל און רמב"ם איבער די חומר פון א שבוי, און די סכנה אין וואס ער ליגט, און די חיוב אים צו ראטעווען.

(כאטש עס איז פשוט אז די היינטיגע שבויים זענען נישט בדומה צו די אמאליגע, און מסתבר אז כאטש די סכנות וואס זיי האבן יא גייען זיי פארט נישט אריין אין כלל פון די שבויים פון חז"ל).
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

א דאנק
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בראשית ברא האט געשריבן:געווייקט ביים רבין ז"ל.. וואס די ליצנות וואס

פערצופאל איז ער פון די חשוב'ע תלמידים פון רבי'ן אין די געזונטע יארן, געוועזן א פלייסיגער לערנער א ת"ח, אזש אז דער רבי האט פארגעהאלטן זיין שווער פארוואס ער גיבט אים נישט שימוש.

**

ניין, איך אגרי נישט אלעמאל מיט זיינע מיינונגען, כאטש וואס ער איז נישט קיין קטלי קניא, אבער כ'קויף נישט קיין תורה חסידות און מוסר פון צייטונג שרייבער, אזוי האט מען מיר געלערנט, אויך נישט פון די פרומערע סארט מיטן "הרב" טיטל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

farshlufen האט געשריבן:אבער כ'קויף נישט קיין תורה חסידות והשקפה בהילוך החיים און מוסר פון צייטונג שרייבער, אזוי האט מען מיר געלערנט, אויך נישט פון די פרומערע סארט מיטן "הרב" טיטל.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

אין צוויי פון די סאטמארער צייטונגען איז פארהאן א געוויסער וועכענטליכער ארטיקל פון א געוויסע איד א ת"ח וואס שרייבט יעדע וואך בדברי השקפה בעניני ציונות והמסתעף. אמת אסאך זאגט ער נאך פון די ספרים פון סאטמארער רבי'ן, אבער אסאך איז ער מחדש אין אקטועלע זאכן פון איצטיגערע פאסירונגען
ווי למשל אז בחירות לעירייה איז ביהרג ועל יעבר. כ'זעה נישט אז קיינער זאל אים באפאלן היתכן ער זאגט זיין מיינונג ( דעת תורה ?) און דערצי אויף די בלעטער פון א צייטונג.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

בועז האט געשריבן:אין צוויי פון די סאטמארער צייטונגען איז פארהאן א געוויסער וועכענטליכער ארטיקל פון א געוויסע איד א ת"ח וואס שרייבט יעדע וואך בדברי השקפה בעניני ציונות והמסתעף. אמת אסאך זאגט ער נאך פון די ספרים פון סאטמארער רבי'ן, אבער אסאך איז ער מחדש אין אקטועלע זאכן פון איצטיגערע פאסירונגען
ווי למשל אז בחירות לעירייה איז ביהרג ועל יעבר. כ'זעה נישט אז קיינער זאל אים באפאלן היתכן ער זאגט זיין מיינונג ( דעת תורה ?) און דערצי אויף די בלעטער פון א צייטונג.

ווערט יא באפאלען דורך די הרב פין די אנדערע צייטונג און יעצט דורך דיר
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

פרידן האט געשריבן:

קודם כל איך באפאל אים נישט, איך האלט ער מעג זאגן זיין מיינונג און האלטן אזוי אויב ער מיינט אויפריכטיג. איך זאג אז די אלע וואס באפאלן ר' שאול זע איך נישט זאלן אים אויך באפאלן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'זע נאך נישט אז איינער זאל דא איינעם באפאלן.

ס'איז גאנץ א רואיגע דיסקוסיע אויסגעשמועסט ווי צווישן ציווילע פריינט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

מיין טעות, וטעות לעולם חוזר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:כ'זע נאך נישט אז איינער זאל דא איינעם באפאלן.

ס'איז גאנץ א רואיגע דיסקוסיע אויסגעשמועסט ווי צווישן ציווילע פריינט.

פישל,

מהאט דא דעבאטירט יענע וואך צו ר' שאול קען בלויז חומש רש"י וכו'

זייער נישט ציוויל לפענ"ד
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'זע נאך נישט אז איינער זאל דא איינעם באפאלן.

ס'איז גאנץ א רואיגע דיסקוסיע אויסגעשמועסט ווי צווישן ציווילע פריינט.

פישל,

מהאט דא דעבאטירט יענע וואך צו ר' שאול קען בלויז חומש רש"י וכו'

זייער נישט ציוויל לפענ"ד

איך פארשטיי נישט 'מיללער', במחילה מכבודך, קיינער האט זיך נישט געטענה'ט אויף דעם, און 'קיינער' האט דאס נישט געזאגט, וויפיל מאל דארף איך דאס אויסקלארן?

ביטע קוק געהעריג וואס דער עולם שרייבט פאר די אטאקירסט. (אפילו דער תגובה וואס איך האב פארראכטן איז עס אויך נישט געשטאנען, לא מיניה ולא מקצתיה! נאר אפשר נישט אזא נהיגות כבוד לכל היותר).
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”