סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

געקומען
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

תגובהדורך געקומען » דינסטאג יוני 12, 2018 3:31 pm

מיללער האט געשריבן:
געקומען האט געשריבן:אטעם פארכאפענדע מעשה פון א שלאנג ביס, באגלייט מיט וויכטיגע אנווייזונגען איבער שלענג אין סאליוואן קאונטי, ועוד, ארויף נעכטן שפעט נאכמיטאג אויף קול מבשר.
די וואך איז א ''5 סטאר וואך'' שיעור.
נאכגעפאלגט מיט 'ניסים גלוים' וויאזוי אוטיסטיק קינדער זענען 'צוריקגעקומען' און געווארן ת''ח מופלגים.
לוינט זיך אויסצוהערן!

די חן פון ר' שאול'ס שמועסן ליגט שטארק אינעם 'דרך אגב', אסאך מאל באמערקט מען ניטאמאל וויאזוי ער רוקט אריין ידיעות און זייטיגע ענינים, מיט א זעלטענע געשמאק, לדוגמא ווי ער פירט אריין דעם שלאנג-ביס מיטן פסיק רישא ולא ימות, אדער דער אין אדם נתפס על צערו ווען ער ברענגט די גענויע מראה מקום צו פארענטפערן פסוקים אין איוב, די היסטאריע פון דעם דאקטאר וואס האט שטודירט אוטיזם געשטאמט פון דייטשע אידן וואס זיינע עלטערן האבן געוואלט משכח זיין די אידישע נאמען, זיינע אנעקדאטן אין זיין חוש טאג-בוך וואס ער האט געשריבן אויף רעגירונגס פאפיר.

יא יא.. סאיז צוקער זיס יעדעס ווארט, יעדע קנייטש, יעדע דריי!
ער פארציילט דאך פון וואו דאס קומט..
דהיינו, פאר 45 יאר צוריק, יואלי, האט ער געארבעט אין די יונייטעד סטעיטס גאווערמענט, און איין וואך איז געווען א טרענירונג אויף וויאזוי צו 'רעדן'. באלד ביים אנהויב טרענירונג, האבן זיי געברענגט דארט א שטענדער, און זיי האבן אים מכבד געווען אויפן פלאץ, אן איינמעלדן פון פראנויס, אז ער זאל זיך אוועקשטעלן דארט רעדן. ער האט פראטעסטירט אז ער האט זיך נישט אנגעגרייט, אומפארגעברייט וכו', האבן זיי געענטפערט: "דאס איז דיין פראבלעם''...
ער האט זיך אוועקגעשטעלט דארט, און אנגעהויבן צו ארויסשטאמלען וויפיל ער האט געקענט פארנט פונעם גאנצן זאל וואס זענען געקומען ווערן עקזעקיוטיוון אין די פארשידענע אפטיילונגען אין די גאווערמענט.
בימים ההם איז ווידיאו, נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן, איז אפצוכאפן די גאנצע זאך לעבעדיג, איז אראפגעקומען א גאנצע 'טיעם' פון א געוויסע סטעיט, און זיי האבן דאס אפגעכאפט. און ווען ער איז פערטיג געווארן, האבן זיי דאס תיכף אויפגעשפילט... וויאזוי ער קראצט זיך דארט... און פרובירט צו מורמלען עפעס...
און זיי האבן אים אנגעהויבן צימבלען: "דו ווילסט ווערן אן עקזעקיטיוו"?! "אזוי רעדט מען"?!
און אט אזוי, מיט א מיליטערישע-סטייל טרענירונג פון דערנידערן און דערנאך צוריק אויפבויען, האבן זיי דערנאך א גאנצע וואך אויסגעלערנט דעם עולם וויאזוי צו רעדן, מיט כללים וכדומה.
ר' שאול ערניערט זיך אז ''מען האט באקומען דערנאך א טשעק סוף וואך''...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג יוני 18, 2018 3:51 pm

טאקע א חצי שיעור דער וואך

(די אנהייב איז אפגעהאקט).

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יוני 18, 2018 9:25 pm

פון ווי קען ער זיך אזוי גוט אויס מיט שלענג
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד. וועסטו אנקומען אי"ה

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג יוני 18, 2018 9:42 pm

וואס מיינט "גוד פריידעי"?

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מאנטאג יוני 18, 2018 9:53 pm

געקומען האט געשריבן:אטעם פארכאפענדע מעשה פון א שלאנג ביס, באגלייט מיט וויכטיגע אנווייזונגען איבער שלענג אין סאליוואן קאונטי, ועוד, ארויף נעכטן שפעט נאכמיטאג אויף קול מבשר.
די וואך איז א ''5 סטאר וואך'' שיעור.
לוינט זיך אויסצוהערן!

עס לוינט זיך טאקע אויס צוהערן אבער דו האסט נישט גענוג גוט אויסגעהערט, ער זאגט אז אין סאליווען קאונטי געפונט זיך בכלל נישט קיין גופטיגע שלאנג נאר אין געוויסע געגענטער אין אלסטער קאונטי ווי עס איז דא א קליינע צאל אידישע קעמפס און קאנטריס.
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 19, 2018 8:35 pm

משה ישר האט געשריבן:פון ווי קען ער זיך אזוי גוט אויס מיט שלענג

ער האט דאך געארבייט ביי די רעגירונג

...


---

די וואך חצי שיעור דערמאנט ר' שאול צום ערשטן מאל אן אמת'ע נאמען, ר' הילל פר"מ וואס טוא אין חינוך מיוחד און האט ב"ה געזעהן ברכה בעמלו ווען עס איז מקוים געווארן די פסוק, החלש יאמר גבור אני!

למעשה, נוצט מען נאך היינט אין סאטמאר די חינוך מיוחד פראגראם פון ר' שאול?

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מיטוואך יוני 20, 2018 5:16 pm

מיללער האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:פון ווי קען ער זיך אזוי גוט אויס מיט שלענג

ער האט דאך געארבייט ביי די רעגירונג

...


---

די וואך חצי שיעור דערמאנט ר' שאול צום ערשטן מאל אן אמת'ע נאמען, ר' הילל פר"מ וואס טוא אין חינוך מיוחד און האט ב"ה געזעהן ברכה בעמלו ווען עס איז מקוים געווארן די פסוק, החלש יאמר גבור אני!

למעשה, נוצט מען נאך היינט אין סאטמאר די חינוך מיוחד פראגראם פון ר' שאול?

און וואס האט שלענג מיט די רעגירונג?
קען איינער דעם ר' הילל פר"מ?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד. וועסטו אנקומען אי"ה

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 20, 2018 5:32 pm

משה ישר האט געשריבן:פון ווי קען ער זיך אזוי גוט אויס מיט שלענג

פון דארט ווי ער ווייסט וועגן ביימער און אזוי ווייטער.
ער ליינט אסאך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יוני 20, 2018 7:12 pm

מיללער האט געשריבן:למעשה, נוצט מען נאך היינט אין סאטמאר די חינוך מיוחד פראגראם פון ר' שאול?


דאכט זיך אז אין די ווייט ת"ת אין וויליאמסבורג קומט ער אריין פון צייט צו צייט.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך יוני 20, 2018 9:42 pm

איך האב נישט געהערט די וואך די שיעור, אבער חיים יצחק מאנדעל פון 82 האט א איידעם הילל פריעדמאן וואס טוט אין דעם. איך נישט אויב ער מיינט אים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 02, 2018 10:33 am

מן הסתם איז דער עולם נאך אין שאק און טרויער - אזוי ווי איך שפיר - פונעם נעכטיגען שיעור פון ר' שאול שליט"א, אזוי הפלא'דיג אונז אריינצופירן אין די אבלות-וואכן, מיט זיין אייגנארטיגע צוגאנג צו חורבן אייראפע.

#שפראכלאז

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יולי 02, 2018 10:39 am

די שפאנענדע זונטאגס לעצטנס. פלאי פלאים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג יולי 02, 2018 1:32 pm

טאקע פלאי פלאים הפלא ופלא ממש.

כהאב נאר איין הערה, ער איז שטארק פארנומען מיט די צישטעל פונעם סעלעקציא אין אושוויץ צום אפטיילן די עמיגראנדן, ער איז זיכער עס קומט פון אנטעסימיטישקייט.
איך פרעג, פארוואס יעדע צווייטע הפגנה פון סאטמער וכדו' ניצט מען אושוויץ קליידער מיט געלע שטערנס און משרייט די פאליציי אין א"י נאצי'ס וכו', מיר ניצן דעי זאכן פונקט ווי אמעריקאנער, אלא מאי? מוז זיין אז מניצט עס נישט מיט צופיל מחשבה און דאס הייסט נישט אנטעסימיטן, ווייל אויב נישט, זענען סאטמאר אויך אנטעסימיטן...

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יולי 02, 2018 1:36 pm

ויקרא שמו בישראל: דוד שאול!
אין מבצר תורה ויראה איז דא ליסטעס פון די סאטמארע ישיבה מבראשית יארן, זעט מען טאקע דארט דעם נאמען 'דוד שאול קליין', ה"ה אונזער ר' שאול.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יולי 02, 2018 1:54 pm

פעלעד האט געשריבן:טאקע פלאי פלאים הפלא ופלא ממש.

כהאב נאר איין הערה, ער איז שטארק פארנומען מיט די צישטעל פונעם סעלעקציא אין אושוויץ צום אפטיילן די עמיגראנדן, ער איז זיכער עס קומט פון אנטעסימיטישקייט.
איך פרעג, פארוואס יעדע צווייטע הפגנה פון סאטמער וכדו' ניצט מען אושוויץ קליידער מיט געלע שטערנס און משרייט די פאליציי אין א"י נאצי'ס וכו', מיר ניצן דעי זאכן פונקט ווי אמעריקאנער, אלא מאי? מוז זיין אז מניצט עס נישט מיט צופיל מחשבה און דאס הייסט נישט אנטעסימיטן, ווייל אויב נישט, זענען סאטמאר אויך אנטעסימיטן...

יעדע צווייטע הפגנה אין סאטמאר ניצט מען אוישוויץ קליידער מיט געלע שטערנס?

ביי די הפגנות אקעגן חיטוטי שכבי פלעגט מען אנטאהן איבערציערס געמאכט פון זעק סחורה צו סימבאליזירן אבילות. אבער איך געדענק נישט קיינע נאצי העפטלונגען יוניפארמען.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג יולי 02, 2018 2:07 pm

מונאוויטש האט געשריבן:יעדע צווייטע הפגנה אין סאטמאר ניצט מען אוישוויץ קליידער מיט געלע שטערנס?

אין ארץ ישראל, אוואדע, זייער אסאך ניצט מען עס, און די פרייע פרעסע רייסט עס אלעמאל שטארק אראפ.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 02, 2018 11:44 pm

פעלעד האט געשריבן:טאקע פלאי פלאים הפלא ופלא ממש.

כהאב נאר איין הערה, ער איז שטארק פארנומען מיט די צישטעל פונעם סעלעקציא אין אושוויץ צום אפטיילן די עמיגראנדן, ער איז זיכער עס קומט פון אנטעסימיטישקייט.
איך פרעג, פארוואס יעדע צווייטע הפגנה פון סאטמער וכדו' ניצט מען אושוויץ קליידער מיט געלע שטערנס און משרייט די פאליציי אין א"י נאצי'ס וכו', מיר ניצן דעי זאכן פונקט ווי אמעריקאנער, אלא מאי? מוז זיין אז מניצט עס נישט מיט צופיל מחשבה און דאס הייסט נישט אנטעסימיטן, ווייל אויב נישט, זענען סאטמאר אויך אנטעסימיטן...

כגלייב אז ר' (דוד) שאול איז גאנץ א קנאפער חסיד פון די צערעמאניעלע נאצי פארשטעלעכצער ביי פראטעסטן.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יולי 02, 2018 11:47 pm

ר' דוד שאול איז נאך געבוירן פאר די קריג (שואה)?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד. וועסטו אנקומען אי"ה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 02, 2018 11:59 pm

משה ישר האט געשריבן:ר' דוד שאול איז נאך געבוירן פאר די קריג (שואה)?

ניין

זיין טאטע ע"ה האט געהאט א משפחה און קינדער פאר די קריג (ובתוכם ר' יעקב קליין ע"ה וואס האט איבערגעלעבט) זיין פרוי און טייל קינדער זענען נעבעך אומגעברענגט געווארן ביים קריג, נאך די קריג האט ער נאכאמאל חתונה געהאט פון וועם ר' שאול איז געבוירן געווארן.

אגב, ר' שאול האט אלס אינגל פארלוירן זיין מאמע, ער איז אויפגעוואקסן אלס אינגער יתום, מיט עטליכע יאר צוריק האט ער געשריבן דערוועגן אין די צייטונג.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דינסטאג יולי 03, 2018 12:11 am

ישר כח ר' יענקל מיללער פאר'ן ענטפער אין די אלע אינפארמאציע.
אינטערסאנט צו הערן אז דער גייסטיש שטארק געבויטער ר' שאול האט אלס אינגל גאר פארלוירן זיין מאמע. זיין טאטע האט געהאט נאכאמאל חתונה געהאט?
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום דינסטאג יולי 03, 2018 12:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד. וועסטו אנקומען אי"ה

אוועטאר
Goodmorning
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 03, 2018 12:35 am

.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יולי 03, 2018 1:27 am

מיללער האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:ר' דוד שאול איז נאך געבוירן פאר די קריג (שואה)?

ניין

זיין טאטע ע"ה האט געהאט א משפחה און קינדער פאר די קריג (ובתוכם ר' יעקב קליין ע"ה וואס האט איבערגעלעבט) זיין פרוי און טייל קינדער זענען נעבעך אומגעברענגט געווארן ביים קריג, נאך די קריג האט ער נאכאמאל חתונה געהאט פון וועם ר' שאול איז געבוירן געווארן.

אגב, ר' שאול האט אלס אינגל פארלוירן זיין מאמע, ער איז אויפגעוואקסן אלס אינגער יתום, מיט עטליכע יאר צוריק האט ער געשריבן דערוועגן אין די צייטונג.

איר מיינט אודאי ר' הערשל קליין ע"ה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג יולי 03, 2018 3:55 am

איך האב געמוזט אראפלייגן די טעלעפאון ווען ער האט אראפגעלייגט די חילוק וויאזוי ס'האט באמת אויסגעזעהן די אוישוויצע לאגערן, ר' שאול מיט זיין אויסטערלישן כוח הדמיון רייכע שפראך האט ממש צונומען מיין הארץ אז מיין נשמה איז מיר ארויסגעפלויגן עטליכע מאל, אינטרעסאנט אז ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ווען איך הער ר' שאול אראפלייגן די טיעפע אכזריות פון די נאציס ווער אזאנס צושוידערט אזש אז איך קען נישט ממשיך זיין צו אויסהערן
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 03, 2018 9:01 am

גערעכט, ר' הערשל קליין האב איך געמיינט

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 03, 2018 11:56 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב געמוזט אראפלייגן די טעלעפאון ווען ער האט אראפגעלייגט די חילוק וויאזוי ס'האט באמת אויסגעזעהן די אוישוויצע לאגערן, ר' שאול מיט זיין אויסטערלישן כוח הדמיון רייכע שפראך האט ממש צונומען מיין הארץ אז מיין נשמה איז מיר ארויסגעפלויגן עטליכע מאל, אינטרעסאנט אז ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ווען איך הער ר' שאול אראפלייגן די טיעפע אכזריות פון די נאציס ווער אזאנס צושוידערט אזש אז איך קען נישט ממשיך זיין צו אויסהערן

גם אני בחלומי, כאטש כהאב נישט ממש אראפגעלייגט די טעלעפאון אינדערמיט, אבער א קוואל און א פלייץ טרערן האט זיך ארויסגעגאסן פון מיינע אויגן, כהאב ממש מיטגעפילט די שוידערליכע צער וואס מיינע זיידעס און באבעס זענען אריבער אזוי אכזריות'דיג.
היינטיגע צייטן פארשטייען שוין נישט רוב אינגווארג די ווערטער "א נקמה אין היטלער" דורות ווערן געבוירן היינט ווייל "פארוואס נישט" מיין חבר האט א בעבי מוז איך אויך האבן...
אבער א דור צירוק איז יעדע פרישע צווייגעלע געווען "א נקמה אין היטלער ימ"ש"
ווען מהערט אזוי לעבעדיג אראפגעלייגט די שוידערליכע רציחות, לאזט זיך גרינגער פארשטיין די "נקמה אין היטלער"
השם ינקום דמם.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זייטיגער און 7 געסט