סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

מורי ורבותי, אוי נעבעך איז ער גערעכט,
ער איז זייער זייער קלאר און פארשטענליך, ער וואלט געדארף געבן נאך אפאר שיעורים אויף די נושא,
און די פראמלעם איז בעצם כמעט נאר נוגע פאר אונז אמריקאנער בהימות, און איירופה איז נישט אזוי געפערליך, מען זעצט נישט דארט פאר געלט זאכן וכדו, אין קאנאדע אויך נישט, נאר אינזער גאלדענע אמריקה,

זייער שיין אויס געשמועסט די היסטוריה פון אמעריקא בעפאר די צווייטע מלחמה, פון דייטשע אמריקאנער מיסטער טראמפ פאטער איז איינע פון דיע, ער פערצופאל איז נישט געווען א שונא ישראל,
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

איך בין א יוד האט געשריבן:מורי ורבותי, אוי נעבעך איז ער גערעכט,
ער איז זייער זייער קלאר און פארשטענליך, ער וואלט געדארף געבן נאך אפאר שיעורים אויף די נושא,


איך האלט אויך אז ער וואלט געמעגט געבן נאך אפאר שיעורים אויף די נושא, אבער ער אליינס זאגט אייביג אז ער וויל נישט רעדן צופיל וואכן פון די זעלבע נושא, ווייל יעדע האט ליב א אנדערע סאבדזשעקט און ער וויל צופרידנשטעלן דעמוילעם
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך האב שוין אין מיין ליסטע צוויי זאכן וואס איך וועל סטאפן צו קויפן-הערן
1- די צייטונג,
2- ר' שאול קליין שיעורים,
ער האט זיך אונגעריפן אינמיטן די שיעור הערסט יואלי? די סטופיד טראמפ....
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די לעצטע צוויי וואכן איז געווען זייער בא'טעמ'טע און באלערנדע שמועסן, יישר כח ר' שאול!

(איך שיק דאס נישט אין אימעיל, ווייל דאס גייט אריין אין די ערשטע קאטעגאריע בריוו וואס לייגן גארנישט צו...)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואל בארג האט געשריבן:די לעצטע צוויי וואכן איז געווען זייער בא'טעמ'טע און באלערנדע שמועסן, יישר כח ר' שאול!

(איך שיק דאס נישט אין אימעיל, ווייל דאס גייט אריין אין די ערשטע קאטעגאריע בריוו וואס לייגן גארנישט צו...)

ערשטנס, נישט געגלייבט אז ר' שאול גייט האבן א שיעור פרשת נשא, אן א זונטאג, באמת געווען א באונוס!

והשנית, די בריוו פונעם בנש"ק מיט די העתקה פון די בריוו וואס די טאכטער האט געשיקט צו השי"ת, איז שרעקליך געווען צו הערן, איך ווארט אויף א גאנצן שיעור פון ר' שאול איבער די טעמע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האב שוין אין מיין ליסטע צוויי זאכן וואס איך וועל סטאפן צו קויפן-הערן
1- די צייטונג,
2- ר' שאול קליין שיעורים,
ער האט זיך אונגעריפן אינמיטן די שיעור הערסט יואלי? די סטופיד טראמפ....

יואלי, די סטופיד טראמפ.

יעצט בלאק אייוועלט.... :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מיללער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:די לעצטע צוויי וואכן איז געווען זייער בא'טעמ'טע און באלערנדע שמועסן, יישר כח ר' שאול!

(איך שיק דאס נישט אין אימעיל, ווייל דאס גייט אריין אין די ערשטע קאטעגאריע בריוו וואס לייגן גארנישט צו...)

ערשטנס, נישט געגלייבט אז ר' שאול גייט האבן א שיעור פרשת נשא, אן א זונטאג, באמת געווען א באונוס!

והשנית, די בריוו פונעם בנש"ק מיט די העתקה פון די בריוו וואס די טאכטער האט געשיקט צו השי"ת, איז שרעקליך געווען צו הערן, איך ווארט אויף א גאנצן שיעור פון ר' שאול איבער די טעמע.

איין זאך איז זיכער אז דער איז קיין בנש״ק נישט... א תלמיד חכם יא! לויט די פארדעקונג אין קאנפידעשואליטי מיט רבי שאול באניצט זיך..
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שאול דעם זונטאג צוריק צו מיין פעיוואריט טאפיק, די 'שואה' אין די אויגן פון ר' שאול, א מעין המתגבר!
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

דער עולם האט געהאט נערווען ווען ער האט געליינט בריוון?
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

יא ס'איז מיר געווען גאנץ אינטערסאנט
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען נאמן »

א נייער האט געשריבן:יא ס'איז מיר געווען גאנץ אינטערסאנט
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

למעשה האט ער נישט פאענפערט די קושיא פארוואס ווען איינער שיסט דעם שכן איז לעבנסלענגליכע טורמע, און ביים שלאכט פעלד באקומט ער א מעדאל.
איך האף אז נעקסטע וואך וועט ער ממשיך זיין.

(איך האב אמאל געליינט א בוך וועגן "סאציאלאגיע", דארטן שטעלט דער שרייבער אראפ אפאר שאלות וואס דארפן צו ווערן פארענפערט מיט די חכמה, איינס איז די א.ד. שאלה פון די חילוק פון ציווילע און מיליטערישע מארד, קען טאקע זיין עס געהערט פאר די פראפעסארן)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

כ'האב גאנץ לעצטנס אנגעהויבן הערן דעם שיעור, וואס זאלעך ענק זאגן, סיז עדיקטיוו...!!!
האבעך געמוזט ליינען אלע בלעטער ביז אהער.
אבער ווי נעמט מען צייט...???
אלענפאלס. כ'האב געוואלדיג הנאה, כ'האף סעט אנהאלטן.
דרך אגב ר' שאול, כ'קעניש גלייבן אז איר ניצט נישט א האלוויט באגעט פאר אייער באליבטע טאוסטעט טונא סענדוויטש....
אין צי אייך סקרענטאנער רב ווענד איך מיך מיט א בקשה ביטע האלטס אן מיט אייערע אפשאצונגען אין הערות, כ'גלייכעס זייער.
שקויעך!
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

מיללער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:די לעצטע צוויי וואכן איז געווען זייער בא'טעמ'טע און באלערנדע שמועסן, יישר כח ר' שאול!

(איך שיק דאס נישט אין אימעיל, ווייל דאס גייט אריין אין די ערשטע קאטעגאריע בריוו וואס לייגן גארנישט צו...)

ערשטנס, נישט געגלייבט אז ר' שאול גייט האבן א שיעור פרשת נשא, אן א זונטאג, באמת געווען א באונוס!

והשנית, די בריוו פונעם בנש"ק מיט די העתקה פון די בריוו וואס די טאכטער האט געשיקט צו השי"ת, איז שרעקליך געווען צו הערן, איך ווארט אויף א גאנצן שיעור פון ר' שאול איבער די טעמע.

גא"מ. סאיז געווען שוידערליך צו הערן, און נאכדערצו אנטלאפען פון דע טעמע און פארטיג.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

וואס פינקטליך האט ר' שאול געטון ביים ארבעטן אין גאווערמענט סערוויסעס? וועלכע גאווערמענט דעפארטמענט? נאך קיינמאל געהעריג פארשטאנען
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

Post office
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

.maybe he started at post office, but from several Shiurim it seems that he had pretty high positions in many government agencies
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:.maybe he started at post office, but from several Shiurim it seems that he had pretty high positions in many government agencies

ער איז [b]נאר[b] געווען אין פאסט אפיס, גארנישט מער !
mi a nagy ügy
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ער האט געהאט פארשידענע פאזיציעס אין די גאווערנמענט. זיין פאטער האט געארבעט אין די פאסט אגענטור.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

גענעראל האט געשריבן:וואס פינקטליך האט ר' שאול געטון ביים ארבעטן אין גאווערמענט סערוויסעס? וועלכע גאווערמענט דעפארטמענט? נאך קיינמאל געהעריג פארשטאנען

פאסט אפיס. נקודה. נישטא וואס צו פארשטיין מער ווי דעם!
mi a nagy ügy
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מתחילה פשוט סארטירט פאסט, דערנאך געוועזן אין טרעינינג געגעבן שיעורים וכדו' ביז זיי האבן פארלאנגט אז ער זאל אריבערגייען צו א ווייטע סטעיט האט ער ארויסגעבעקט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ער זאגט קלאר ער האט ראוטעיטעד אין פארשידענע אגענטורן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

אטעם פארכאפענדע מעשה פון א שלאנג ביס, באגלייט מיט וויכטיגע אנווייזונגען איבער שלענג אין סאליוואן קאונטי, ועוד, ארויף נעכטן שפעט נאכמיטאג אויף קול מבשר.
די וואך איז א ''5 סטאר וואך'' שיעור.
נאכגעפאלגט מיט 'ניסים גלוים' וויאזוי אוטיסטיק קינדער זענען 'צוריקגעקומען' און געווארן ת''ח מופלגים.
לוינט זיך אויסצוהערן!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נאך א עצה קעגן שלאנג ביס איז, ארום נעמע העכער די אבר וואס איז געביסן מיט א גארטל אדער בענדל טייט, כדאי די גיפט זאל נישט ארויף גיין צו די העכערע אבירים ח"ו
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געקומען האט געשריבן:אטעם פארכאפענדע מעשה פון א שלאנג ביס, באגלייט מיט וויכטיגע אנווייזונגען איבער שלענג אין סאליוואן קאונטי, ועוד, ארויף נעכטן שפעט נאכמיטאג אויף קול מבשר.
די וואך איז א ''5 סטאר וואך'' שיעור.
נאכגעפאלגט מיט 'ניסים גלוים' וויאזוי אוטיסטיק קינדער זענען 'צוריקגעקומען' און געווארן ת''ח מופלגים.
לוינט זיך אויסצוהערן!

די חן פון ר' שאול'ס שמועסן ליגט שטארק אינעם 'דרך אגב', אסאך מאל באמערקט מען ניטאמאל וויאזוי ער רוקט אריין ידיעות און זייטיגע ענינים, מיט א זעלטענע געשמאק, לדוגמא ווי ער פירט אריין דעם שלאנג-ביס מיטן פסיק רישא ולא ימות, אדער דער אין אדם נתפס על צערו ווען ער ברענגט די גענויע מראה מקום צו פארענטפערן פסוקים אין איוב, די היסטאריע פון דעם דאקטאר וואס האט שטודירט אוטיזם געשטאמט פון דייטשע אידן וואס זיינע עלטערן האבן געוואלט משכח זיין די אידישע נאמען, זיינע אנעקדאטן אין זיין חוש טאג-בוך וואס ער האט געשריבן אויף רעגירונגס פאפיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”