סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:54 pm

אינטערסאנט, ער טענה'ט אז עס איז נישט עכט געווען אנטיסעמעטיזאם ראבאשקינס פסק, נאר אז פין בערך 3500 פעדעראלע דזשארשעס וואס איז דא, איז ריעד די צווייט שטרענגסטע דזשארש,
אין ווער עס פאלט אריין מיט איר איז אויף געהאקטע

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 12:29 pm

ס'איז מיר אויך געווען אינטערסאנט צו הערן, אבער איך וואלט עס געוואלט מברר זיין, ווייל ערגעץ האב איך געזען אדער געהערט אז אפי' אין יענעם דיסטריקט האט מען נישט באקומען אזויפיל יאר אויף ענליכע חטאים, בשעתו האב איך עס אפגעלערנט אז מ'מייינט די ריכטערין.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 8:23 pm

זייט איך הער ר' שאול'ס שיעורים קומט מיר זייער אפט אים צו קוואטען, און נאכזאגען בשמו גאנצעטע זאצען..
כבין דער איינציגסטער אזוי?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:52 am

כולנו כאחד...
ווי האט יענער אין זיין בריוו געזאגט, מיר זענען די צווייטע האלב פון זיין חצי שיעור...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:30 pm

טעם וריח האט געשריבן::lol: ווער עס וויל הערן ווי אזוי טאמעיטאס און אייער פליען פון דעכער.... הערט און האט הנאה! געשמאק איז דאס ווארט!

צוקער זיס, גוט געשמייכלט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:47 pm

שכח ר' שאול אויפן שיעור פון די וואך פרשת ויחי
כ'האב עס איבער געגעבן פאר א ידיד מיינער, אויף וועען ס'איז נגזר געווארן ל"ע צו אריינגיין יושב'ן ל"ע אין די קומענדע וואכן, כ'האף ס'העט עם זיין לתועלת

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 3:05 pm

הערליך שיין און באלערנד איז אינטער געשאצט! ישר כח ר' שאול.

אנרופן עטליכע מאל דעם פרעזידענט יר"ה 'משוגענער טראמפ' פאסט נישט פאר אזא שיעור. עס פאסט געכער פאר....עם...טראמפ

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 3:07 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:הערליך שיין און באלערנד איז אינטער געשאצט! ישר כח ר' שאול.

אנרופן עטליכע מאל דעם פרעזידענט יר"ה 'משוגענער טראמפ' פאסט נישט פאר אזא שיעור. עס פאסט געכער פאר....עם...טראמפ

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:53 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:הערליך שיין און באלערנד איז אינטער געשאצט! ישר כח ר' שאול.

אנרופן עטליכע מאל דעם פרעזידענט יר"ה 'משוגענער טראמפ' פאסט נישט פאר אזא שיעור. עס פאסט געכער פאר....עם...טראמפ

געטראכט די זעלבע אז סקומט אים נאך אלעם די טיטול, אבער פון די אנדערע זייט למעשה איז דאס וואס יעדער איינער טראכט\ווייסט איבער אונזער ערוועלטען קאמענדער אוו טשיף קומט עס פון די היימישקייט אינעם חצי שיעורת כאפט זיך עס אזוי ארויס פון ר' שאול'ס מויל

אגב ווייסט איינער פארוואס ר' יצחק שלמה איז אויפן ליין? פאר די אריינפיר איז ביליגער מען זאל מאכען א רעקארדינג אזויווי כשרונות, ליל שישי וכדו'?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:59 am

טשעירמאן האט געשריבן:געטראכט די זעלבע אז סקומט אים נאך אלעם די טיטול, אבער פון די אנדערע זייט למעשה איז דאס וואס יעדער איינער טראכט\ווייסט איבער אונזער ערוועלטען קאמענדער אוו טשיף קומט עס פון די היימישקייט אינעם חצי שיעורת כאפט זיך עס אזוי ארויס פון ר' שאול'ס מויל

אגב ווייסט איינער פארוואס ר' יצחק שלמה איז אויפן ליין? פאר די אריינפיר איז ביליגער מען זאל מאכען א רעקארדינג אזויווי כשרונות, ליל שישי וכדו'?

ער האט דערמאנט אין איינע פון די ערשטע שיעורים אז ס'איז איהם גרינגער און געשמאקער ווען ער רעדט מיט איינעם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 31, 2017 8:17 pm

די וואך גיט ר' שאול די מיקראפאון פאר די צוהערער און ליינט פאר עטליכע בריוון און מעסעדזשעס פון שומעי לקחו, וכדרכו איז ער מוסיף נופך מדיליה בדברי מתיקות וחן, אז מ'קען צוגיין!

טייערער ר' שאול, מיר האבן געהערט אייערע דברי הספד אויף ר' ליבוש ז"ל און אויף ר' יוסף בערקאוויטש ז"ל, אויף וויפיל מיר האבן זיי געקענט האבן מיר אוודאי צוגעשטימט צו יעדעס ווארט, אבער מער פון דעם האט איר מיך צוריקגעווארפן 25-28 יאר קיין טרופ עוו. ווי עס קומט מיר ארויף נאסטאלגישע זכרונות פון די דעמאלס געשאפענע 'חדר עזרה' און ר' יוסף ז"ל מיט זיין פאטיריאכאלישער בארד און אלט-מאדישע (קעצי) ברילן טוט זיין ארבייט בנאמנות, און אונז מיט אונזער קינדערישע שכל האבן מיר שוין דאן מחשיב געווען די געדאנק פון חינוך מיוחד זעענדיג וויאזוי אינגלעך וואס האבן ביז יענעם יאר נישט געהאט קיין האפענונג מצליח צו זיין אין די ראמען פון א געהעריגען חדר, שטייגן און בליען אין די זייטיגע צימערן מיט זייער פריוואטע אטענשאן פון די ספעציעלע מומחים ר' יוסף, ולההחל"ח ר' פנחס שליט"א ועל צבאם ר' שאול שליט"א וועמענס נאמען מיר האבן געקענט פון 'די צייטונג' און צורה פון די חוש-אפיעלס.

חזקו ואמצו! (אגב, איך בין שוין צומישט וואס פונקטליך איז,דער אונטערשיד פון חצי נייעס און חצי שיעור, און וואו גענוי איז דער קו המחלק) שיעור פארגעסן צו דערמאנען מיין ברייטע שמייכל און טיילווייזער געלעכטער אויספלאץ ביים הערן יענעמס ספק איבער אייער שלום-בית מיט די עלטער באבע שתחי' וואס יענער האט בתם לבו געקלערט אז,דער שווער זצ"ל איז גאר געווען דער טעראפיסט און קאונסלער אויסצוגלייכן אייערע דיפרענצן איידער מ'גייט צו א גט רח"לל

הצלחה רבה
יעקב דוב מיללער מסקרענטאן

(ווען איר ליינט אויף דעם בריוו קענט איר סתם זאגן אז,דער סקרענטאנער רב האט עס אייך געשיקט, איר מוזט נישט ארויסזאגט דעם נאמען)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 31, 2017 10:23 pm

מיללער ;l;p-

(אפשר לייגט איר ארויף א בילד פון ר יוסף'ן צו כאפן פון וועם מרעדט? יישר כח)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 31, 2017 10:48 pm

נודה לך האט געשריבן:מיללער ;l;p-

(אפשר לייגט איר ארויף א בילד פון ר יוסף'ן צו כאפן פון וועם מרעדט? יישר כח)

ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש'ס פאטער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג ינואר 01, 2018 12:15 am

מיללער האט געשריבן:די וואך גיט ר' שאול די מיקראפאון פאר די צוהערער און ליינט פאר עטליכע בריוון און מעסעדזשעס פון שומעי לקחו, וכדרכו איז ער מוסיף נופך מדיליה בדברי מתיקות וחן, אז מ'קען צוגיין!

ן)

ר' שאול טוט אפט אזוי אין די צייטונג. עס איז א געוואלדיגע אופן צו אינטעראקטירן מיטן ציבור,
און דרך אגב צו האבן נאך וואס צו שרייבן און רעדן. (איך זאג דאס נישט נעגאטיוו)

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:32 pm

מיללער האט געשריבן:די וואך גיט ר' שאול די מיקראפאון פאר די צוהערער און ליינט פאר עטליכע בריוון און מעסעדזשעס פון שומעי לקחו, וכדרכו איז ער מוסיף נופך מדיליה בדברי מתיקות וחן, אז מ'קען צוגיין!

טייערער ר' שאול, מיר האבן געהערט אייערע דברי הספד אויף ר' ליבוש ז"ל און אויף ר' יוסף בערקאוויטש ז"ל, אויף וויפיל מיר האבן זיי געקענט האבן מיר אוודאי צוגעשטימט צו יעדעס ווארט, אבער מער פון דעם האט איר מיך צוריקגעווארפן 25-28 יאר קיין טרופ עוו. ווי עס קומט מיר ארויף נאסטאלגישע זכרונות פון די דעמאלס געשאפענע 'חדר עזרה' און ר' יוסף ז"ל מיט זיין פאטיריאכאלישער בארד און אלט-מאדישע (קעצי) ברילן טוט זיין ארבייט בנאמנות, און אונז מיט אונזער קינדערישע שכל האבן מיר שוין דאן מחשיב געווען די געדאנק פון חינוך מיוחד זעענדיג וויאזוי אינגלעך וואס האבן ביז יענעם יאר נישט געהאט קיין האפענונג מצליח צו זיין אין די ראמען פון א געהעריגען חדר, שטייגן און בליען אין די זייטיגע צימערן מיט זייער פריוואטע אטענשאן פון די ספעציעלע מומחים ר' יוסף, ולההחל"ח ר' פנחס שליט"א ועל צבאם ר' שאול שליט"א וועמענס נאמען מיר האבן געקענט פון 'די צייטונג' און צורה פון די חוש-אפיעלס.

חזקו ואמצו! (אגב, איך בין שוין צומישט וואס פונקטליך איז,דער אונטערשיד פון חצי נייעס און חצי שיעור, און וואו גענוי איז דער קו המחלק) שיעור פארגעסן צו דערמאנען מיין ברייטע שמייכל און טיילווייזער געלעכטער אויספלאץ ביים הערן יענעמס ספק איבער אייער שלום-בית מיט די עלטער באבע שתחי' וואס יענער האט בתם לבו געקלערט אז,דער שווער זצ"ל איז גאר געווען דער טעראפיסט און קאונסלער אויסצוגלייכן אייערע דיפרענצן איידער מ'גייט צו א גט רח"לל

הצלחה רבה
יעקב דוב מיללער מסקרענטאן

(ווען איר ליינט אויף דעם בריוו קענט איר סתם זאגן אז,דער סקרענטאנער רב האט עס אייך געשיקט, איר מוזט נישט ארויסזאגט דעם נאמען)

ווען איז דער ר' יוסף נפטר געווארן? און וואו איז געווען דער חדר עזרה אויפ'ן דריטן שטאק?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:49 pm

נודה לך האט געשריבן:מיללער ;l;p-

(אפשר לייגט איר ארויף א בילד פון ר יוסף'ן צו כאפן פון וועם מרעדט? יישר כח)

זעהט דא

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:39 pm

איך גלייב נישט....
זעהמיר דאך אויפגעוואקסן מיט דעם איד אינעם מוסד...
ווען איז ער אוועק??
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:41 pm

אה איך זעה די לינק...

נישט געחלומט אז מרעדט פון אים...
יהא זכרו ברוך!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:43 pm

לא לנו האט געשריבן:ווען איז דער ר' יוסף נפטר געווארן?

רבי יוסף בערקאוויטש ע"ה איז נפטר געווארן אין תמוז תשע"ב. מצבה: viewtopic.php?p=881932#p881932. זיין פאטער רבי משה ע"ה איז אויך אוועק אין זיינע אינגע יארן ל"ע.

אגב, רבי יוסף איז געווען א שטיף שוועסטער-קינד מיט רבי שאול קליין. רבי שאול'ס פאטער רבי יצחק אייזיק ז"ל (א בעל הבית'ישער ת"ח אויפן אמאליגן שטייגער; רבי שאול רעדט אסאך פון אים אויף זיין פראגראם) האט געהייראט בזיווג שלישי מיט רבי יוסף'ס באבע, די שוויגער פון זיין פאטער רבי משה ע"ה. רבי יוסף ע"ה האט געהייסן נאך זיין זיידע רבי יוסף ב"ר מנחם בערקאוויטש הי"ד, א ברודער מיט רבי משה ע"ה. (רבי משה איז געווען אן איידעם ביי זיין ברודער רבי יוסף.)
לא לנו האט געשריבן:וואו איז געווען דער חדר עזרה אויפ'ן דריטן שטאק?

יא, ביים רעכטן עק פונעם בנין, נעבן די מלמדים שטיבל. אין מיינע צייטן האבן דארט געדינט רבי יוסף ע"ה און להבחל"ח רבי פינחס כף שליט"א. יא, מיר זענען אלע עדות אויף די גדולות ונצורות, ממש הצלת נפשות, אויפגעשטעלט שיינע לעכטיגע דורות לה' ולתורתו, אלעס צוליב די הייליגע פעולות פון רבי שאול ושותפיו. וזכות הרבים תלוי בם.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm

דיחדר עזרה אין סאטמאר גייט נאך אן? (אויב נישט, פארוואס)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:וואו איז געווען דער חדר עזרה אויפ'ן דריטן שטאק?

יא, ביים רעכטן עק פונעם בנין, נעבן די מלמדים שטיבל. אין מיינע צייטן האבן דארט געדינט רבי יוסף ע"ה און להבחל"ח רבי פינחס כף שליט"א. יא, מיר זענען אלע עדות אויף די גדולות ונצורות, ממש הצלת נפשות, אויפגעשטעלט שיינע לעכטיגע דורות לה' ולתורתו, אלעס צוליב די הייליגע פעולות פון רבי שאול ושותפיו. וזכות הרבים תלוי בם.


גא"מ (אונז קינדער זעמיר שוין אויפגעוואקסן אז סקומט אזוי...)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג ינואר 01, 2018 4:31 pm

טעם וריח האט געשריבן:דיחדר עזרה אין סאטמאר גייט נאך אן? (אויב נישט, פארוואס)

די אלט געזעסענע מלמדים האבן דאס נישט געגליכן עד היום הזה [כ'קען נישט שרייבן דא ווייטער]

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג ינואר 01, 2018 4:47 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:דיחדר עזרה אין סאטמאר גייט נאך אן? (אויב נישט, פארוואס)

די אלט געזעסענע מלמדים האבן דאס נישט געגליכן עד היום הזה [כ'קען נישט שרייבן דא ווייטער]

איך האלט אז די טעמע איז זייער א וויכטיגע צו באהאנדלען.
פארוואס האבן די מלמדים דאס נישט געגליכן? און וואס קענען מיר זיך לערנען דערפון פאר'ן עתיד?
אולי קען איינער אימעילען ר' שאול'ן מיט די שאלות, און זאל ער עס באהאנדלען מיט'ן ריכטיגן כובד ראש?
sklein44@aol.com

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג ינואר 01, 2018 4:48 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:דיחדר עזרה אין סאטמאר גייט נאך אן? (אויב נישט, פארוואס)

די אלט געזעסענע מלמדים האבן דאס נישט געגליכן עד היום הזה [כ'קען נישט שרייבן דא ווייטער]

איך האלט אז די טעמע איז זייער א וויכטיגע צו באהאנדלען.
פארוואס האבן די מלמדים דאס נישט געגליכן? און וואס קענען מיר זיך לערנען דערפון פאר'ן עתיד?
אולי קען איינער אימעילען ר' שאול'ן מיט די שאלות, און זאל ער עס באהאנדלען מיט'ן ריכטיגן כובד ראש?
sklein44@aol.com

איך מיין ביידע טעמעס

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג ינואר 01, 2018 6:40 pm

וואס טוט היינט ר' משה לייב מייזעלס נ"י און זיינע קאלעגע'ס נישט די זעלבע זאך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט