סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

ר' שאול האט צוויי חידושים וואס איז א זעלטענע טאלענט וואס מיר טרעפן נישט נאך אזאנ'ס.
1- ער רעדט אין איין צו מיט די זעלבע נאאיווע טאן, אן זיך לאזן פירן פון געפילן.
2- זיין וויסן אין אלע טאפיקס מיט א קלארקייט אין א עכטע פארשטאנד פון העכער די 60.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

געוואלדיגע שיעור דעי וואך.
ווייסן מיר שוין ווער "רבי שאול איז" אויך ווער זיין "רעביצען" איז (אין איינע פון די שיעורים לויבט ער איר אויס אלטס א קלוגע פרוי...) אויך ווער זיין "שווער זצ"ל" איז, אצינד נעמט רבי שאול אונז צו זיין "שוועסטער" און "שוואגער", פון זיין "טאטע" האט ער שוין ארומגערעדט? כמיין ער מעג מקיים זיין "כיבוד אב" אזוי וועלן מיר צעביסלעך האבן א שלימות פון "רבי שאול קליין ומשפחתו".....
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מונאוויטש האט געשריבן:רבי יצחק מאיר טרויבע (אויך געליינט 'טרויב')

ער דערמאנט אויך זיין פלומעניק דר. ר' משה טרויבע פון NYU
https://nyulangone.org/doctors/1679566095/morris-traube
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

טעם וריח האט געשריבן:געוואלדיגע שיעור דעי וואך.
ווייסן מיר שוין ווער "רבי שאול איז" אויך ווער זיין "רעביצען" איז (אין איינע פון די שיעורים לויבט ער איר אויס אלטס א קלוגע פרוי...) אויך ווער זיין "שווער זצ"ל" איז, אצינד נעמט רבי שאול אונז צו זיין "שוועסטער" און "שוואגער", פון זיין "טאטע" האט ער שוין ארומגערעדט? כמיין ער מעג מקיים זיין "כיבוד אב" אזוי וועלן מיר צעביסלעך האבן א שלימות פון "רבי שאול קליין ומשפחתו".....

איך זעה נישט אין דעים קיין שום פראבלעים. אדרבה ער רעדט פון אלע סארט זאכן נישט נאר פון זיין משפחה, נאר אסאך מאל ניצט ער זיינע נאנטע אלס א וועג וויאזוי אריינצוגיין אין א טיפע נושא, די ענין פון די משפחה איז נאר אזוי ווי א בית יד אנצוכאפן די סאבזשעקט.

ואגב די נושא פון זיין שווער זצ"ל איז א נושא וואס איז אביסל נוגע ארויסציר פון זיין משפחה, היות זיין שווער איז געווען באקאנט פאר איינע פון די גרעסטע פוסקים, וואס נאך היינט איז ער נערץ בפני כל, ממילא איז דאס נישט נאר אויסשליסלעך א משפחה ענין. (ואגב דאגב בין איך געווען לעצטנס אין שפיטאל ביי מיין פעטער זז"ג לרפואה שלימה, ער האט יארן צוריק גענומען שימוש ביים דעברעצינער רב, האב איך אים פארציילט אז ער קען הערן אויף קול מבשר א שיינע אינטערוויו פון ר' שאול אודותיו, האט ער זיך אויסגעדריקט אז דער דעברעצינער רב איז א חידוש אז שוין אזויפיל יארן וואס ער לעבט נישט און נאך אלס איז ער נישט נספד כהלכה, מיין פעטער פארציילט מיר שיינע זאכן וואס ער האט מקבל געווען בשעת'ן נעמען שימוש פון דעים גרויסן גדול, אולי עוד חזון למועד)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

עס האט מיר מוראדיק איבערגענומען ווי ר' שאול ווארפט אריין צווישן זיינע ווערטער אז אנשטאט א תורה'דיגע פאסטען האט ער זיך אריינגעלייגט צו העלפן שוואכע קינדער ווי ער רופט זיי אהן מתי מצוה, און ער האט נישט געהאט קיין פרנסה פון דעם און ער האט נאך געהאט צו הערן פאר וואס ער וואקסט נישט אויס א נודע בי'הודא , איך מיין אנשטאט די ouch וואס ער האט געשריבן אין זיין טאגבוך קומט א גרויסע WOW, מי כעמך ישראל.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מונאוויטש האט געשריבן:רבי יצחק מאיר טרויבע (אויך געליינט 'טרויב')

Thanks
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שאול געזאגט זיין יערליכער תשעה באב שיעור אין די ראמען פונעם חצי שיעור

כ'האב טארק הנאה געהאט פונעם פאעטישען קינה וואס ער האט נאכגעזאגט פון עמיצער ר' טובי' (איך קלער אז אז דאס איז ר' טובי' יהודה טביומי-גוטנטאג).

די קאצעטן לאגערן איז גראדע מיר נישט געווען צום הארצן, ער רעדט בדרך כלל איבער די קריג מיט אסאך מער עמאושען און דראמא ווי דאסמאל, דא האט ער מער גערעדט ווי אן היסטאריקער וואס לייגט אראפ טרוקענע פאקטן.

העמיר ווארטן אויפן נעקסטן שיעור מיט אויסגעשפיצטע אויערו
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Wow, די שיעור די וואך לעבעדיגע באריכט פונעם רבין'ס לויה!!!
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

צוקער וואסער האט געשריבן:Wow, די שיעור די וואך לעבעדיגע באריכט פונעם רבין'ס לויה!!!

זייער שטארק
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליכער שיעור פון ר' שאול איז ווי מ'זאגט goes without Say גראדע האב איך יא געליינט די צייטונג ממילא איז עס געווען עטוואס חזרה, אבער א ריכטיגע זאך איז מען גרייט צו ליינען און איבערצוהערן ובפרט פון אזא פערזענליכקייט ווי ר' שאול.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דע שיעור
איינער וואס וויל זיך אויס לערנען וויאזוי מען רעדט קאנטערווערשעל נושאים
דארף אויס הערן דע וואך
איך ווייס נישט וואס
מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך ב2018 »

נו, וואו איז דערוילעם... געווען א העכסט קאנטרעווערשל שמועס די וואך... וואו זענען די שטיינער, אייער, וואסע פשט פון די שטילשווייגעניש...

שטארקע חידושים געהערט, זיך פאררעדט מיט 'סודות פון חדר' אין פולן זון פון ווארט, צוויי א האלב שעה לערנען לימודי חול מיט ערל אלס לערער איז פאר מיר געווען בגדר ''אויסטערלישע חידוש''

צום ענין, (אויב האט איר נאכנישט אויסגעהערט דעם צווייטן העלפט פונעם לעצטן ''חצי שיעור'' פון ר' שאול אויף קולמע דאן ביטע ליינט נישא ווייטער) וואס איז טאקע פשט אז זאכן נאכדערצו אזוינע יסודות'דיגע חינוך פראקטיצירונגען זאלן זיך אזוי בייטן די לעצטיגע צענדליגע יארן, ווען און פארוואס האט פאסירט דעם דראסטישן ''אכשר דרא'' טויש?!...
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מחנך ב2018 האט געשריבן:נו, וואו איז דערוילעם... געווען א העכסט קאנטרעווערשל שמועס די וואך... וואו זענען די שטיינער, אייער, וואסע פשט פון די שטילשווייגעניש...

פארואס איז דא כמה זאכן אין מציאות וואס האט זיך געטוישט
בימים ההם זענען אידן נאכנישט געווען אזא מציאות פאר זיך א עקאנעמי פאר זיך ווי היינט,
אמאל איז דער גוי נישט געווען די זעלבער גוי פין היינט, פונקט ווי מען האט געמוזט גיין אנגעטון נארמאל אין זיך אויפירן נאמאל האט מען געמוזט רעדן נארמאל היינט גייט קיינער נישט אן ווי אזוי די רעדסט ווי אזוי די גייסט אנגעטון נאר וואס די האסט צו פארקויפן,
אמאל איז נישט געווארן עקסעפטעט עפעס אנדערש ווי ענגליש אין נאר ענגליש, די אויסוואל פין ספאניש אויפ יעדע אויפציעלע טעלעפאון סערוויס איז א נייע זאך היינט איז עקסעפטעט אז יעדער האט זיין שפראך, פונקט ווי די פארשטייסט אז די טשייניזע רעדן טשיינע אין פארשטייען נישט געהעריג (אדער מאכן זיך ווי זיי פארשטייען נישט) ענגליש
ועל כולם אין די היינטיגע גויאישע געמיינע פראסטע וועלט איז בכלל נישט קיין מעלה אז אינגערהייט זאל מען שוין קענען א גוטן ענגליש, העכסטענס וואלט מען געדארפט מאכן ענגליש קלאסן פאר חתנים אין אינגעלייט
אין אנדערע ווערטער דע זעלבע ליבראלע גייסט וואס זאגט פארן גוי מוזט זיך נישט אויפירן מאראליש און נארמאל מוזט נישט זיין א דשענטעלמען וואס דאס מאכט מיר זאלן מוזן מאכן גרעסער די הבדלה בין ישראל לעמים, האט אויך געמאכט אז אונז זאלן מער נישט מוזן קענען א גוטן ענגליש
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איך ווינדער מיך טאקע פארוואס עס איז נישט דא קיין קלאסן פאר ינגערלאט די אלע קלאסן פין UJO איז ווערט כפרות
לעצט פארראכטן דורך שטיין אום דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

שטיין האט געשריבן:איך ווינדער מיך טאקע פארוואס עס איז נישט דא קיין קלאסן פאר ינגערלאט די אלע קלאסן פין UJO איז ווערט קפרת

די קלאסן איז גוט פאר ווער ס'וויל לערנען ענגליש.
קפרת איז כפרות
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
שטיין האט געשריבן:איך ווינדער מיך טאקע פארוואס עס איז נישט דא קיין קלאסן פאר ינגערלאט די אלע קלאסן פין UJO איז ווערט קפרת

די קלאסן איז גוט פאר ווער ס'וויל לערנען ענגליש.
קפרת איז כפרות

גאר נישט ווערט פארוואס קיינער מאכט נישט פאר ינגעלאט ווייס איך נישט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אין מיין חדר אלטס קינד אין וויליאמסבורג (נישט אין סאטמאר) האט מען געלערענט פעסט ענגליש צוויי און א האלב שעה יעדן טאג. טיטשער זענען געווען פון פאבליק סקול און מהאב געהעריג געלערענט. (דאס איז געווען בערך 19-20 יאר צירוק)
על "טעם וריח" אין להתווכח
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

פרידן האט געשריבן: בימים ההם זענען אידן נאכנישט געווען אזא מציאות פאר זיך א עקאנעמי פאר זיך ווי היינט,
פונקט פארקערט ווייל היינט איז אזא קליינע וועלט און פאר נאך סיבות איז פאר רוב ביזנעס דארף מען מער קענען ווי אמאל
ועל כולם אין די היינטיגע גויאישע געמיינע פראסטע וועלט איז בכלל נישט קיין מעלה אז אינגערהייט זאל מען שוין קענען א גוטן ענגליש, העכסטענס וואלט מען געדארפט מאכן ענגליש קלאסן פאר חתנים אין אינגעלייט
גערעכט אז עס איז א פראבלעם אבער חתנים איז נישט די ריכטיגע צייט אין אלס אינגעלייט ווען מען דארף שוין עמערזשענסי פרנסה איז נישט דא קיין צייט פאר דעם חוץ דעם וואס מען לערענט זיך אלס קינד איז אנדערש ווי מען לערנט זיך אלס אינגערמאן און עס דערקענט זיך גאר שטארק
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן: בימים ההם זענען אידן נאכנישט געווען אזא מציאות פאר זיך א עקאנעמי פאר זיך ווי היינט,
פונקט פארקערט ווייל היינט איז אזא קליינע וועלט און פאר נאך סיבות איז פאר רוב ביזנעס דארף מען מער קענען ווי אמאל
איך גלייב נישט אז די האסט דיך דא באצויגן צו דעי שורה וואס די קוואטסט ווייל איך האב בכלל נישט גערעדט פין א קליינע וועלט אדער גרויסע וועלט, אמאל איז געווען די היימישע עקענאמיע א קליינע סיי היימישע געברויכן סארט ביזנעס, אין סיי היימישע בעלי בתים איז געעווען זייער ווייניג, היינט איז דא טויזענעטער היימישע אלגעמינע ביזנעסע וואס באלאנגען פארן היימישע ציבור אין טויזענטער היימישע סערוועסעס ביזנעס ווי רוב דזשאבס דארט איז גענוג א האלבע ענגליש מיט א גוטע ספעל טשעק, חוץ דעם האב איך געשריבן נאך אפאר חילוקים וואס היינט איז אנדערש, אין אז מען רעדט שוין וועל איך שוין צולייגן נאך איינס אז א גרויסע חלק פרנסות ביי היימישער עולם היינט אין אי קאמערס וואס מען דארף אויך נישט זיין קיין גרויסע תלמיד חכם
ועל כולם אין די היינטיגע גויאישע געמיינע פראסטע וועלט איז בכלל נישט קיין מעלה אז אינגערהייט זאל מען שוין קענען א גוטן ענגליש, העכסטענס וואלט מען געדארפט מאכן ענגליש קלאסן פאר חתנים אין אינגעלייט
גערעכט אז עס איז א פראבלעם אבער חתנים איז נישט די ריכטיגע צייט אין אלס אינגעלייט ווען מען דארף שוין עמערזשענסי פרנסה איז נישט דא קיין צייט פאר דעם חוץ דעם וואס מען לערענט זיך אלס קינד איז אנדערש ווי מען לערנט זיך אלס אינגערמאן און עס דערקענט זיך גאר שטארק
אינגאנצען אנהייבן נאך די חתונה דערקענט זיך א חילוק אבער מיט וויפל מען לערט אין חדר צוזאמען מיט א קלאס נאך די חתונה איז נישטא קיין גרויסע חילוק
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מחנך ב2018 האט געשריבן:נו, וואו איז דערוילעם... געווען א העכסט קאנטרעווערשל שמועס די וואך... וואו זענען די שטיינער, אייער, וואסע פשט פון די שטילשווייגעניש...

שטארקע חידושים געהערט, זיך פאררעדט מיט 'סודות פון חדר' אין פולן זון פון ווארט, צוויי א האלב שעה לערנען לימודי חול מיט ערל אלס לערער איז פאר מיר געווען בגדר ''אויסטערלישע חידוש''

צום ענין, (אויב האט איר נאכנישט אויסגעהערט דעם צווייטן העלפט פונעם לעצטן ''חצי שיעור'' פון ר' שאול אויף קולמע דאן ביטע ליינט נישא ווייטער) וואס איז טאקע פשט אז זאכן נאכדערצו אזוינע יסודות'דיגע חינוך פראקטיצירונגען זאלן זיך אזוי בייטן די לעצטיגע צענדליגע יארן, ווען און פארוואס האט פאסירט דעם דראסטישן ''אכשר דרא'' טויש?!...

viewtopic.php?f=3&t=36077&start=50#p1744226
דאווענט ערליך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאווענט ערליך »

ווייסעך נישט פונקטליך וואו מייסטנס פון אייך האבן פארבראכט זייערע קינדערישע יארן, לאמיר אייך פארציילן מיין פריוואטע עקספיריענס, אני הקטן האב פארבראכט מיינע יארן אין uta of kj, והנה;

מ'האט דארט בכלל נישט געלערענט קיין אנגלית.
אלס טיטשערס האט מען געטוישט מלמדים וואס טייל פון זיי זענען געווען יוזראעליס.
כ'געדענק נישט מ'זאל לערנען קיין לימודי חול ווי היסטאריע מאטעמאטיק וכדומה דורכאויס די קנאפע שעה וואס מ'האט גערופן ''ענגליש''.

איך בין פארט שטאלץ מיט מיין חינוך, איך האלט אז טראץ די מינימום נאלעדש וואס מ'לערנט איז אבער ''אונזער'' ריינע חינוך סיסטעם ווערט בלויז צוליב איר ריינקייט מאראלישקייט און פשטות מיט וועלכע אירע יוצאים צייכענען זיך אויס.

איך וויל אבער באמת אז דאס לערנען ענגליש זאל זיין באמת 'געלערענט', איך וויל אז מיינע קינדער זאלן נישט דארפן דורכגיין אזויפיל עגמת נפש און דמים תרתי משמע כדי זיך צו דערלערנען דעם לשון המדינה, וואס פארלאנג איך דען, נישט קיין שום כפירה אדער געמיינע באגריפן, אחת שאלתי, לערנט ''באמת'' ענגליש בעת די לעצטע שעה פונעם טאג וואס מ'רופט ''ענגליש''. הערט ביטע אויף מיט די ליצנות, הערט אויף אויפצונעמען מלמדים וואס קענען קוים ענגליש אלס ''ענגליש טיטשער'ס''...

עס טיט מיר באמת וויי, מ'האט גענומען דעם לעצטן שעה פונעם איבערגעפילטן חדר טאג, מ'האט צוגעשטעלט איבערבייס וועלכע זענען מייסטנס געניצט געווארן צו ווארפן אויף די אזוי-גערופענע ''טיטשער'ס'', מ'האט זיך געשלאגן און געפראסקעט, ארויסגעווארפן פון קלאס, אראפגערופן עלטערן, גע'רודפט די עלטערן חלילה נישט צולאזן די קינדער פארפאסן די גאר וויכטיגע ''ענגליש שטודיעס''... אבער געלערענט האט מען דארט זילטש...
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דאווענט ערליך האט געשריבן:ווייסעך נישט פונקטליך וואו מייסטנס פון אייך האבן פארבראכט זייערע קינדערישע יארן, לאמיר אייך פארציילן מיין פריוואטע עקספיריענס, אני הקטן האב פארבראכט מיינע יארן אין uta of kj, והנה;

מ'האט דארט בכלל נישט געלערענט קיין אנגלית.
אלס טיטשערס האט מען געטוישט מלמדים וואס טייל פון זיי זענען געווען יוזראעליס.
כ'געדענק נישט מ'זאל לערנען קיין לימודי חול ווי היסטאריע מאטעמאטיק וכדומה דורכאויס די קנאפע שעה וואס מ'האט גערופן ''ענגליש''.

איך בין פארט שטאלץ מיט מיין חינוך, איך האלט אז טראץ די מינימום נאלעדש וואס מ'לערנט איז אבער ''אונזער'' ריינע חינוך סיסטעם ווערט בלויז צוליב איר ריינקייט מאראלישקייט און פשטות מיט וועלכע אירע יוצאים צייכענען זיך אויס.

איך וויל אבער באמת אז דאס לערנען ענגליש זאל זיין באמת 'געלערענט', איך וויל אז מיינע קינדער זאלן נישט דארפן דורכגיין אזויפיל עגמת נפש און דמים תרתי משמע כדי זיך צו דערלערנען דעם לשון המדינה, וואס פארלאנג איך דען, נישט קיין שום כפירה אדער געמיינע באגריפן, אחת שאלתי, לערנט ''באמת'' ענגליש בעת די לעצטע שעה פונעם טאג וואס מ'רופט ''ענגליש''. הערט ביטע אויף מיט די ליצנות, הערט אויף אויפצונעמען מלמדים וואס קענען קוים ענגליש אלס ''ענגליש טיטשער'ס''...

עס טיט מיר באמת וויי, מ'האט גענומען דעם לעצטן שעה פונעם איבערגעפילטן חדר טאג, מ'האט צוגעשטעלט איבערבייס וועלכע זענען מייסטנס געניצט געווארן צו ווארפן אויף די אזוי-גערופענע ''טיטשער'ס'', מ'האט זיך געשלאגן און געפראסקעט, ארויסגעווארפן פון קלאס, אראפגערופן עלטערן, גע'רודפט די עלטערן חלילה נישט צולאזן די קינדער פארפאסן די גאר וויכטיגע ''ענגליש שטודיעס''... אבער געלערענט האט מען דארט זילטש...

ער סיינט זיך אריין מיט א ניי-געשאפענעם ניק און צופויקט במפומבי זיין "פריוואטע" מכלומרשטע עקפעריענס, כאילו דער גאנצער לימודי חול סיסטעם איז כאראדאמירט פון קאפ ביז אינגרוי טוי נעיל.

מיר האבן געלערענט אין UTA אוו ווילי, און מיר האבן "באמת געלערענט" ענגליש, היסטאריע, געאגראפיע, מאטעמאטיק. איך קען איך געבן די נעמען פון די לערערס און די טעמעס וואס זיי האבן געלערענט. ווער עס האט געוואלט און געהאלטן דערביי, האט געקריגן א נישקשה'דיגן עדיוקעישן. אויב עפעס, האט טענות צו אייערע עלטערן פארן נישט גיין צו PTA און נישט בליקן אינעם ריפארט קארד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מר. שר העשר, כ'גלויב אז איר האט קיינמאל געלערנט אין יו.טי.עי. אין קעי דזשעי.

מיר יא, און מ'האב מיר ב"ה געהעריג געלערנט ענגליש כדבעי.

גראדע, די וואס האבן דביי לימודי קודש קנאפ געלערנט זענען אין די ענגליש קלאס נישט קיין סאך בעסער געווען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

איך ווייס נישט וועלכע יאהרען דער האט געלערנט אין KJ
אין די מ"ם יאהרען זענען געקומען צופאהרן פון מאנסי פרומע ליטווישע ענגליש טיטשערס (וואס האבן קוים געקענט אידיש)
און ווער ס'האט נישט געווארפן קיין אראנדזש שאלעכטס האט געקענט לערנען די בעסיקס
ודי בזה
דאווענט ערליך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאווענט ערליך »

דאס אויפנעמען ליטוויש/מאדערענע טיטשער'ס פון מאנסי האט זיך שוין גענצליך אויפגעהערט זינט די לעצטע קרוב צו צעהן יאר.
פאר די אלע וואס רייסן מיר אראפ; איידער איר רעדט ביטע פרעגט אייך גוט נאך ביי יוצאי kj
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”