סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וואס מיינט קריקעלום...?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הצדיק האט געשריבן:וואס מיינט קריקעלום...?

סדר הלימוד
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מונאוויטש האט געשריבן:

שכח
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

דאס ערשטע מאל וואס כ'הער אזא געדאנק, די רעגירונג חינוך אריינמישונג זאל שטאמען פון 9-11 נאכווייען.
אוועטאר
חד יומא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד יומא »

מצלמה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:וואו געשריבן אין די וועטער אשכול:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... start=9150

וואס איז מיר געווען א חידוש עצום, דער קלוגער און געלערענטער רבי שאול קליין זז״ג אין די וואכעדיגע חצי שיעור, שטעלט זיך ארויס אינגאנצן פאר די גלאבל ווארמינג באוועיגונג (אדער ווי מאנכע רופן דאס קליימענט טשיענדש) און ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס און הסבר אינטערצושטיצן די חברה, און טאקע ווייל יעצט איז פראסטיג קאלט איז א ראי׳ צו גלאבל ווארמינג, סאיז כדאי אויסצוהערן. נאכאמאל סאיז א חידוש.

ער שמועסט זייער שיין אויס די סוגיא, אויפן שפיץ גאפל, מיט א זיכערקייט און קלארקייט, ברענגט ארויס די זינלאזע קשיא, ווי קען זיין געפרוירן קאלט, אמער, גלאובעל ווארמינג?!! און ער איז עס מסביר בטוט"ד

בעצם לייקענען גלאובעל ווארמינג אדער קלימאט טויש, קומט נישט פון חכמה און וואוסענשאפט, נאר ענדערש פון א נגיעה נישט צו דארפן נעמען שריט (משל למה"ד די וואס טענה'ן אז אינטערנעט איז נישט שעדליך, ובדעתם: האק מיר נישט אין טשייניק, לאמיך במנוחה)

די דעבאטע איז אינטעליגענט ווען מדעבאטירט וואס עס פירט דערצו, און וואס קען מען טאן דערצו.

מיר אידן - אין אלגעמיין, מיינען בטעות אז גלאובעל ווארמינג איז ללילה כפירה, אדער א פגם אין אמונה בהנהגת הבורא ב״ה. דערפאר לייקנט מען גלאובעל ווארמינג בכל החומר. יעדער וועט פראבירן תו זייןא גרעסערע אפלאכער פון גלאובעל ווארמינג, ווייל אזוי צייגט ער אז ער נישט קיין פאנאטישער גלייביגער, ער לייקנט דעם גלאובעל ווארמינג צו צייגן אז ער גלייבט אז דער רבוש״ע פנו די וועלט, ממילא קען נישט זיין קיין גלאובעל ווארמינג.

אבל טעות גדולה היא בידם. גלאובעל ווארמינג איז א מציאות. און פונקט ווי אמעריקע קען אין איין רגע חרוב מאכן די גאנצע וועלט מיט די מיליאנען נוקלעארע וואפן, די זעלבע קען רוסלאנד און אנדערע לענדער, און עס איז גארנישט קיין סתירה מיט הנהגת הבורא ב״ה, ווייל מענטשן האבן א בחירה, און אמעריקע קען אומברענגען די וועלט חלילה. די זעלבע זאך מיט׳ן ניצן שעדליכע כעמיקאלן אן קיין קאנטראל, איז עס גורם גלאובעל ווארמינג.

פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען א מענטש וועט זיך נעמען אה עסן צופיל צוקער וועט ער חלילה באקומען פארשידענע מחלות, און קען אפילו ברענגען זיין טויט רח״ל, און ס׳איז נישט קיין סתירה צו הנהגת הבורא ב״ה.

גלאובעל ווארמינג איז דא. אבער די ליבעראלן בלאזן עס אויף, און לייגן צו שקרים און צעדרייטע גוזמאות. אבער אמת איז דא דערין.

מיט׳ן לייקנען ביזטו גארנישט קלוגער, נאר מער פארמאכט.

נישט גערעכט
גלאובעל warming אוז א ביזנעס לא היה ולא נברא, הנה לא ינום ולא יושן
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

לפי קוצר ידיעתי, איז גלאובל ווארמינג א מציאות וואס מען קריגט זיך נישט דערויף, די מחלוקה איז בעיקר, צו דאס איז א סייקל וואס עס דרייט זיך יעדע 50-60 יאר, וואס עס ווערט ווארים, און דערנאך פאר א תקופה פון יארן צוריק קאלט, וחוזר חלילה.

פאר יארן צוריק האט די גלאובל ווארמינג חברה געשריגן גלאובל קולינג...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

ר'שאול איך האב שוין גענומען די פלו שאט!
לעצט פארראכטן דורך הצדיק אום מיטוואך יאנואר 24, 2018 7:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מונאוויטש האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:וואס מיינט קריקעלום...?

סדר הלימוד

דעיס איז אידיש אדער ענגליש
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הצדיק האט געשריבן:ר'שאול האב שוין גענומען די פלו שאט!

איך ווינטש אייך שתתמיד בבריאותך
---------------
ר' שאול: איך פארשטיי נישט פארוואס איר זענט אזוי משוגע פאר די וואקסין ווען איר אליין האט שוין עטליכע מאל דערמאנט אז ס'העלפט נאר פאר 30%, דאס איז שוין חוץ פון דעם אז ס'איז נישט פאר אלע סטרעין'ס.
עד כדאי כך אז בתוך הדברים באשולדיגט איר די באטראפענע ה"י אז זיי וואלטען עס געקענט פארמיידען?

אני כשלעצמי וגם כל משפחתי נעמען דאס יעדעס יאר מיט די פולסטע ערליכקייט שוין גלייך פון אנהייב סיזאן אבער עס העלפט א מכה, עטליכע האבן עס באקומען און איינער אפילו 2 מאל.... אפיציעל דארף מען גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין ערגער.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הצדיק האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:וואס מיינט קריקעלום...?

סדר הלימוד

דעיס איז אידיש אדער ענגליש

curriculum איז א ענגלישע ווארט.

זעהט אויס אז ס'איז נישט געווען אין די curriculum פון דיין חדר צו לערנען די ווערטער, אויך נישט אין מיין....
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

הא הא
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.
yield the right of way
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

על טעם וריח אין להתווכח, רוב מענטשן האבן גאר שטארק הנאה פון אים, און האלטן אז ער רעד גאר אינפארמאטיוו
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:על טעם וריח אין להתווכח, רוב מענטשן האבן גאר שטארק הנאה פון אים, און האלטן אז ער רעד גאר אינפארמאטיוו

וגם אני בתוכם
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

yield האט געשריבן:איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.

אייך קוועטשט גאר א צווייטע זאך: די פלו שאט.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

שמואל בארג האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.

אייך קוועטשט גאר א צווייטע זאך: די פלו שאט.

;l;p-
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:על טעם וריח אין להתווכח, רוב מענטשן האבן גאר שטארק הנאה פון אים, און האלטן אז ער רעד גאר אינפארמאטיוו

ווער איז מחליט וואס רוב וויל? די עפעס אין יעדעמס ביה"כ צו הערן אויב ער הערט אויס חצי דברי תורה...
מיי פערסענאל עפיניען איז אז חוץ פון זיך אויפבלאזען זאגט ער גארנישט... כ'האב אבער נישט געוואלט זיין די ערשטע
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

yield האט געשריבן:איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.

ער איז די בעסטע וואס קען זיין איך בין נתפאל יעדע וואך פין פרישע חידושים, איך מאך צייט צי הערן זיין שיעור ווייל איך זע ווי מען קען הנאה האבן פון זיינע ideas אזוי ווי לעצטע וואך ווען ער האט פארציילט פון זיין עולם הבא תלמיד ווי ער האט עם געמאכט פיו א זירא צי היראו,זיין עצה מיט ניצן א טעפ אין worksheets ect
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

פריילעך אידל האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.

אייך קוועטשט גאר א צווייטע זאך: די פלו שאט.

;l;p-
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:ר'שאול האב שוין גענומען די פלו שאט!

איך ווינטש אייך שתתמיד בבריאותך
---------------
ר' שאול: איך פארשטיי נישט פארוואס איר זענט אזוי משוגע פאר די וואקסין ווען איר אליין האט שוין עטליכע מאל דערמאנט אז ס'העלפט נאר פאר 30%, דאס איז שוין חוץ פון דעם אז ס'איז נישט פאר אלע סטרעין'ס.
עד כדאי כך אז בתוך הדברים באשולדיגט איר די באטראפענע ה"י אז זיי וואלטען עס געקענט פארמיידען?

אני כשלעצמי וגם כל משפחתי נעמען דאס יעדעס יאר מיט די פולסטע ערליכקייט שוין גלייך פון אנהייב סיזאן אבער עס העלפט א מכה, עטליכע האבן עס באקומען און איינער אפילו 2 מאל.... אפיציעל דארף מען גלייבן אז ס'[u]וואלט געקענט זיין ערגער.[/u]

די עיקר איז דאך די תפילה לקל חי פארן עס נעמען און נאכן נעמען שלא יחלו כל המשפחה. יא סאיז אויך דא א חיוב השתדלות צו עס נעמען אפשר
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yield האט געשריבן:איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.

זייער א שארפע החלטה, מיט ווייניג 'בעקינג', אין אייער באהויפטונג רוקט איר ארויס צוויי יסודות'דיגע טענות אקעגן ר' שאול אין זיין 'חצי שיעור פראגראם':

א. ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט
ב. זיין שיעור איז: פול מיט בעלאניס (דמיונות, שקרים, בלאף, אויפגעבלאזענע רעטאריק)

איך בין נישט קיין אדוואקאט פאר ר' שאול שליט"א, און ער האט מיך נישט געבעטן אז איך זאל אים רעפרעזענטירן דא (עס וואלט מיר געווען א גרויס כבוד אויב וואלט ער דאס געטאן) אבער זייענדיג א שטענדיגע ליינער פון זיין קאלום אין 'די צייטונג' און צוהערער פונעם חצי-שיעור פראגראם זינט איר אנשטייאונג, האב איך מיך געפילט פערעזענליך געטראפן פון די קריטיק וואס איר שרייבט, דערפאר שפיר איך פאר א פליכט צו ענטפערן.

בעצם זאגן חז"ל כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, יעדער מענטש ובפרט יעדער ערוואקסענער מענטש האט זיין אויסגעפארעמטער 'טעיסט' וואס ער גלייכט און וואס אים ציעט, דאס איז געזאגט געווארן אין אלגעמיין, און אזוי אויך ווען עס קומט בוחר צו זיין וואס/וועמענס ווערק צו ליינען און צוהערן.

ר' שאול קליין איז לית מאן דפליג א שטארק-אייגנארטיגער שרייבער/זאגער, ווייט נישט די 'טיפיקל' וואס מ'זעהט/הערט היינט אין די היימישע-אידישע מידיא, זייער זעלבסטשטענדיג, אריגינעל, אפיניאנירט, קאנפידענט, און (לכאורה איז יעדער איינשטימיג מיט די קומענדיגע שטריכן) זייער אינטעליגענט, אנגעליינט, אויפגעבויעט, אנגעפולט אא"וו

די צוויי אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס (אריגינעל/אינטעליגענט) שטעלט ר' שאול'ן אין א פאזיציע פון די סארט מענטשן, וואס אדער גלייכט מען אים אדער פארקערט, ווייל אזעלכע מענטשן זענען געווענליך שטארק אויסגעשפראכן, נעמען שטעלונגען איבער קאנטראווערסיעלע טעמעס, און האבן נישט מורא צו זאגן/שרייבן זייער מיינונג אפי' ווען עס איז נישט פאפולער ביי 'יעדן' נעמענדיג א ריזיקע אז טייל ליינער/צוהערער וועלן זיך שפירן געטראפן און אפמאכן אז דער ארטיקל/שיעור איז נישט פאר זיי.

אלזא צוריק צו אייערע טענות; די ערשטע איז מער איבער זיין 'סטייל' (רעדט ווי א באבע) און די צווייטע איז איבער זיין 'תוכן' (בעלאוניס), אויב וואלט איר קריטיקירט נאר זיין 'סטייל' החרשתי, ווייל דאן איז דאס א 'מעטער אוו טעיסט' איך לדוגמא גלייך זיין 'סטייל' פונקט אזוי שטארק- אויב נישט מער - ווי זיין תוכן, ער ערלויבט זיך צו רעדן פערזענליך, זאגן א (אומגעלונגענע) וויץ, עקטן קינדיש, זאגן געפילן און דמיונות, א.ד.ג. דאס זעלבסט מאכט ר' שאול פאר 'שאול קליין'! אבער, איר מוזט עס נישט גלייכן, און איך גלייב און פארשטיי אז אנדערע ווערן 'ענאוד' דערפון, פונקט ווי איך גלייך נישט קיין איילבירטן אין א וועדזשטעבל-סאלאט און דאקעגן איז פעטא-קעז דייקא יא מיין געשמאק, און איך גלויב אז קיינער קען האבן צו מיר טענות, כאפסט?

אבער די צווייטע טענה אז ר' שאול/זיין שיעור איז: 'פול מיט בעלאוניס', דאס איז עפעס וואס דארף אביסל אויפקלערונג, ר' שאול רעדט פון אזויפיל טעמעס, א געמיש פון וועלטליכע ידיעות, היסטאריע, געאגראפיע, נאטור, מעדעצין, חינוך, אידישקייט, סאציאלאגיע, טרעוול, אוויאציע, ועוד ועוד - און אלעס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'בעלאוניס'?!

אויב דאס איז 'בעלאוניס' וואס איז אמת? אז האצעפלאצער רבי פון באקע-ראטאן האט געהאט א האלב-מיליאן מענטשן ביי די חתונה פון זיין טאכטער, מיט א חתן וואס שמ'ט שוין זייט זיין אפשערן אלס אן עילוי נפלא ווי דער ראגעטשאווער גאון בשעתו? אדער אז דער נייער אויפגייענדער קאמעט-שטערן זינגער מר. חאצקעל הארענבלאס האט באצויבערט די טויזנטער צושויער ביי זיין פערפארמענטס ביים צענטראלער דינער פונעם מוסד מצמיח ישועות אין די איבערגעפילטע זאלן פון תפארת חאנצא וכו'

איך מיין, א וועלט וואס איז אנגעפולט מיט ליפטיגע אויסגאבעס, קאלירפולע מאגאזינען מיט ססגונא בעקיטשעס און צעלעבריטיס, רעקארדירטע פאנדרעיזינג און מארקעטינג אינטערוויוס וועלכע פארקויפן א וואריאציע פון ישועות און סגולות, אומנויטיגע פראדוקטן, לוקסוס און געלט אויסברענגעריי, נארישע קאריקאטורישע קינדער-ביכלעך, און וואס נישט, און ר' שאול איז דער וואס פארקויפט 'בעלאוניס'?!

נחום וואהלינער האט געשריבן: מיי פערסענאל עפיניען איז אז חוץ פון זיך אויפבלאזען זאגט ער גארנישט... כ'האב אבער נישט געוואלט זיין די ערשטע

ביסט שוין נישט די ערשטע, אבער ממש 'גארנישט'? ר' נחום, עס פאסט נישט פאר דיר.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די תגובה איז נישט ווערד געווען אזא לאנגס פונעם רב, אבער עס איז - ווי אלעמאל- גוט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

מיללער האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איך האב מחליט געווען אז ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט און פול מיט בעלאניס.

זייער א שארפע החלטה, מיט ווייניג 'בעקינג', אין אייער באהויפטונג רוקט איר ארויס צוויי יסודות'דיגע טענות אקעגן ר' שאול אין זיין 'חצי שיעור פראגראם':

א. ער רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט
ב. זיין שיעור איז: פול מיט בעלאניס (דמיונות, שקרים, בלאף, אויפגעבלאזענע רעטאריק)

איך בין נישט קיין אדוואקאט פאר ר' שאול שליט"א, און ער האט מיך נישט געבעטן אז איך זאל אים רעפרעזענטירן דא (עס וואלט מיר געווען א גרויס כבוד אויב וואלט ער דאס געטאן) אבער זייענדיג א שטענדיגע ליינער פון זיין קאלום אין 'די צייטונג' און צוהערער פונעם חצי-שיעור פראגראם זינט איר אנשטייאונג, האב איך מיך געפילט פערעזענליך געטראפן פון די קריטיק וואס איר שרייבט, דערפאר שפיר איך פאר א פליכט צו ענטפערן.

בעצם זאגן חז"ל כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, יעדער מענטש ובפרט יעדער ערוואקסענער מענטש האט זיין אויסגעפארעמטער 'טעיסט' וואס ער גלייכט און וואס אים ציעט, דאס איז געזאגט געווארן אין אלגעמיין, און אזוי אויך ווען עס קומט בוחר צו זיין וואס/וועמענס ווערק צו ליינען און צוהערן.

ר' שאול קליין איז לית מאן דפליג א שטארק-אייגנארטיגער שרייבער/זאגער, ווייט נישט די 'טיפיקל' וואס מ'זעהט/הערט היינט אין די היימישע-אידישע מידיא, זייער זעלבסטשטענדיג, אריגינעל, אפיניאנירט, קאנפידענט, און (לכאורה איז יעדער איינשטימיג מיט די קומענדיגע שטריכן) זייער אינטעליגענט, אנגעליינט, אויפגעבויעט, אנגעפולט אא"וו

די צוויי אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס (אריגינעל/אינטעליגענט) שטעלט ר' שאול'ן אין א פאזיציע פון די סארט מענטשן, וואס אדער גלייכט מען אים אדער פארקערט, ווייל אזעלכע מענטשן זענען געווענליך שטארק אויסגעשפראכן, נעמען שטעלונגען איבער קאנטראווערסיעלע טעמעס, און האבן נישט מורא צו זאגן/שרייבן זייער מיינונג אפי' ווען עס איז נישט פאפולער ביי 'יעדן' נעמענדיג א ריזיקע אז טייל ליינער/צוהערער וועלן זיך שפירן געטראפן און אפמאכן אז דער ארטיקל/שיעור איז נישט פאר זיי.

אלזא צוריק צו אייערע טענות; די ערשטע איז מער איבער זיין 'סטייל' (רעדט ווי א באבע) און די צווייטע איז איבער זיין 'תוכן' (בעלאוניס), אויב וואלט איר קריטיקירט נאר זיין 'סטייל' החרשתי, ווייל דאן איז דאס א 'מעטער אוו טעיסט' איך לדוגמא גלייך זיין 'סטייל' פונקט אזוי שטארק- אויב נישט מער - ווי זיין תוכן, ער ערלויבט זיך צו רעדן פערזענליך, זאגן א (אומגעלונגענע) וויץ, עקטן קינדיש, זאגן געפילן און דמיונות, א.ד.ג. דאס זעלבסט מאכט ר' שאול פאר 'שאול קליין'! אבער, איר מוזט עס נישט גלייכן, און איך גלייב און פארשטיי אז אנדערע ווערן 'ענאוד' דערפון, פונקט ווי איך גלייך נישט קיין איילבירטן אין א וועדזשטעבל-סאלאט און דאקעגן איז פעטא-קעז דייקא יא מיין געשמאק, און איך גלויב אז קיינער קען האבן צו מיר טענות, כאפסט?

אבער די צווייטע טענה אז ר' שאול/זיין שיעור איז: 'פול מיט בעלאוניס', דאס איז עפעס וואס דארף אביסל אויפקלערונג, ר' שאול רעדט פון אזויפיל טעמעס, א געמיש פון וועלטליכע ידיעות, היסטאריע, געאגראפיע, נאטור, מעדעצין, חינוך, אידישקייט, סאציאלאגיע, טרעוול, אוויאציע, ועוד ועוד - און אלעס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'בעלאוניס'?!

אויב דאס איז 'בעלאוניס' וואס איז אמת? אז האצעפלאצער רבי פון באקע-ראטאן האט געהאט א האלב-מיליאן מענטשן ביי די חתונה פון זיין טאכטער, מיט א חתן וואס שמ'ט שוין זייט זיין אפשערן אלס אן עילוי נפלא ווי דער ראגעטשאווער גאון בשעתו? אדער אז דער נייער אויפגייענדער קאמעט-שטערן זינגער מר. חאצקעל הארענבלאס האט באצויבערט די טויזנטער צושויער ביי זיין פערפארמענטס ביים צענטראלער דינער פונעם מוסד מצמיח ישועות אין די איבערגעפילטע זאלן פון תפארת חאנצא וכו'

איך מיין, א וועלט וואס איז אנגעפולט מיט ליפטיגע אויסגאבעס, קאלירפולע מאגאזינען מיט ססגונא בעקיטשעס און צעלעבריטיס, רעקארדירטע פאנדרעיזינג און מארקעטינג אינטערוויוס וועלכע פארקויפן א וואריאציע פון ישועות און סגולות, אומנויטיגע פראדוקטן, לוקסוס און געלט אויסברענגעריי, נארישע קאריקאטורישע קינדער-ביכלעך, און וואס נישט, און ר' שאול איז דער וואס פארקויפט 'בעלאוניס'?!

נחום וואהלינער האט געשריבן: מיי פערסענאל עפיניען איז אז חוץ פון זיך אויפבלאזען זאגט ער גארנישט... כ'האב אבער נישט געוואלט זיין די ערשטע

ביסט שוין נישט די ערשטע, אבער ממש 'גארנישט'? ר' נחום, עס פאסט נישט פאר דיר.

די רב זאל פארשטיין אז ביז די לעצטע שיעור, האט הרב yield געהאלטן פונקט ווי אייך, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט האט ר' שאול דא אריינגערעדט אין די נושא פון וואקסינס אין מיט דעם האט ער אים פערזענדליך געטשעפעט, זעה דא
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך פארשטיי די מענטשן וואס גלייכן נישט ר' שאול, עס ווענדט זיך וועלכע סטייל מען האט ליב.

עס איז דא וואס האבן ליב, ווען איינער רעדט שנעל, שיסט ידיעות איינס נאכ'ן צווייטן, א שטייגער ווי דער פיילאט ר'' ראזענבערג וואס קומט צומאל ארויף אויף קול מבשר, ער רעדט אזויפיל ידיעות אויף איינמאל, אז עס איז א נחת, עס איז דא מענטשן וואס האבן ליב אזא סטייל.

ווידעראום איז דא מענטשן, וגם אני בתוכם, וואס האבן דוקא ליב אזא סטייל ווי ר' שאול, ער רעדט שטייט, גיסט זיך טאקע ידיעות, אבער אלעס מיט א הסבר, שטייטליך און קלאר, רעד מער באריכות יעדע נקודה, (אבער ווארפט אריין צווישן די ווערטער אויך פילע אנדערע ידיעות שונות), עס איז דא מענטשן וואס האלטן אז דאס הייסט גערעדט ווי א באבע, פון דער אנדערע זייט מיין איך אז רוב מענטשן וואס איך האב באגעגנט, האבן דוקא זייער זייער שטארק ליב זיין סטייל פון רעדן.

על טעם וריח אין להתווכח
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

רב מיללער האב מיר נישט אזא גוטע פענע ווי אייך, אבער אקאראט דאס וואס איר שרייבט זענען געווען מיינע מחשבות איבער ר' שאול זז"ג.
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”