סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

רבי שאול איך טרינק יעדע ווארט אייערע
איך געדענק פון אלטס קינד אפילו איך האב נישט אלטס פארשטאנען איז די טאג בוך געווען א מוז צו לייענען.
היינט יארן שפעטער אלטס טאטע פון קינדער אויך ספעציעלע למחצה ולשליש ולרביע האב איך אפאר שאלות

1 עס זעט מיר אויס אז איר מיידט אויס צו רעדן פון בראשית אייער קאריערע מיט ספעשיל עד, פארוואס איר זענט אריין אין די פעלד, פארוואס? איך גלייב א גרויס עולם וואלט געוואלט וויסן עס קען אפשר נוגע זיין למעשה.
האט איר געהאנדלט מיט אוטיסטיק קינדער און אויב יא וואס זאגט איר צו די היינטיגע מעטאדען?
איך האב נאך אסאך קשיות אבער איך מיין דאס איז גענוג 'חצי'

איך גלייב אז איך רעדט בשם אסאך עלטערן.
yield the right of way
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מיללער ;l;p-

(אפשר לייגט איר ארויף א בילד פון ר יוסף'ן צו כאפן פון וועם מרעדט? יישר כח)

זעהט דא



אין אונזערע צייטן איז די בארד געווען עטוואס לענגער און נאכנישט אזוי גרוי און די ברילן האט ער געהאט וואס מיר האבן גערופן 'קעצי גלעזער' (געזאגט האט מען אז די שורש דערפון איז געווען ווייל ביי רייט-סייט אפטיקל אויף וו"מ סטריט אין פענסטער, איז די ברילן געווען דיסלפלעיד אויף א קעצי... איי די רייט-סייט ווינדאו, געווען פארשטויבט מיט א טפח-דיק שטויב און נישט גערירט פון די תש"כ יארן, די אלטע חן פון אן אמאליגע ברילן געשעפט, אלע קינדער האבן געגארט צו באקומען דארט ברילן, א טייל האבן ארויסגעוואקט מיט 'מעדיקעיד ברילן' וואס איר סימן איז געווען די בוכשטאב D אויף די הענטליך, געקומען אין צוויי קאלירן ליכטיג גרוי און ליכטיג רויטליך, גיי זיי מסביר פאר די היינטיגע אינגווארג)

די סארט ברילן וואס הגה"צ דער שארמאשער רב זצ"ל האט געטראגן, און אין יענע צייטן געדענק איך עס אויף יבדלח"א הגה"צ רנ"ד לייטנער ממאנטיווידעאו שליט"א אלס נורסערי מלמד אין ויואל משה, אולי רא"ל סטרולאוויטש פון וומ"ס טראגט עס נאך היינט.

די זכרונות רוישן.....
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וויפיל איך געדענק אים, איז די בילד פון ווען ער איז שוין נישט געזונט געווען ל"ע
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מיללער יאפס נאסטאלגיע....

(רא"ל כמעט זיכער האט טאקע נאך היינט די גלעזער..)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

איך האב זייער הנאה פון ר׳ שאול אבער איך פארשטיי נישט זיין מהלך דאס מאל. ער צולייגט דארט א טאטע מיט א ספעציעלע קינד, וואס ביידע הערן אויס זיינע שיעורים אויף קול מבשר, און ער שמייסט אריין אין זיי אינעם זיבעטן ריפ.

ער רעד דארט ווי די טאטע איז געווען א רוצח צו זיין קינד און אים נישט געגעבן ספעציעלע הילף, און יעצט איז שוין דער בחור אן אלטער בחור וואס האט נישט קיין שכל, ADD ADHD, און וואס דו ווילסט נישט.

דער בחור איז געקומען צו זיין טאטע זאגן אז ער הערט אויס ר׳ שאול חצי שיעור, און - לויט ווי דער בחור האט שלעכט פארשטאנען פון ר׳ שאול - האט זיך ר׳ שאול געג׳ט פון זיין ווייב ח״ו (ווייל ער האט געהערט די מעשה פון דעבריצינער רב און עס נישט גוט פארשטאנען, - דא ווייזט ער וואספארא נער דער בחור איז), זיין טאטע האט געזאגט אז ס׳קען נישט זיין אמת ווייל ר׳ שאול רעד נישט פון זיינע פראבלעמען אין פאבליק.

בקיצור אלעס ברבים, דער בחור הערט, און דער טאטע וועט עס מן הסתם אויך הערן, און ער לייגט אראפ דעם טאטן ווי א אכזר, און דער בחור ווי א טיפוש, וואס מען קען זיך רייסן פאר געלעכטער וואספארא טיפוש ער איז.

איך קען עס ממש נישט פארשטיין. חוץ אויב די מעשה איז נישט אמת, אדער עפעס א פרט פעלט. הזאת דער ווארימער ר׳ שאול וואס איז סענסעטיוו צו ספעציעלע קינדער און מצבים?
לעצט פארראכטן דורך זכריהו אום דינסטאג יאנואר 02, 2018 4:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זכרי'

זייט נישט באזארגט, לויט ווי מיר קענען ר' שאול'ן האט ער געטוישט גענוג פרטים פון די מעשה און/אדער באקומען רשות פונעם פאטער צו דערציילן דעם עפיזאד ברבים.

חזקה על חבר שאינו מוציא מתח"י דבר שאינו מתוקן
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

איך האב אויך אזוי געטראכט ווי דיר, אבער איך האב פרובירט מלמד זכות געווען און ס׳נישט געגאנגען... למשל אז ער האט אנגערופן פרעגן די טאטע פרעגן צו ער מעג זאגן ברבים אז זיין קינד איז א נער? ער דערציילט נישט בלויז דעם עפיזאד, ער לייגט עס אראפ מיט זאפט! ווען איך וואלט געווען דאר טאטע וואלט איך עס נישט אויסגעהאלטן אפילו פרטים זענען געטוישט.

אדרבה הער עס אויס גוט, ווי ער מאכט ליצנות פונעם טאטן וואס האט געענטפערט אלע תירוצים פארוואס ער וויל נישט געבן טעראפי פאר זיין זון. און העלף מיר מלמד זכות צו זיין.

און לאמיר זאגן אז די גאנצע מעשה איז אויסגעטראכט, איז דאס נאך אלץ א געפערליכע מהלך.

עס זענאן דא אסאך טעראפיסטן וואס ווערן מוראדיג אויפגערעגט אויב מען הערט זיי נישט אויס מיט זייער מהלך, און נאכדעם פייערען זיי נצחון ווען זיי זעען וואס האט פאסירט מיט׳ן קינד רח״ל, און זיי קענען זאגן אפען פארן טאטן און צאפן זיין בלוט: ״זעסט? איך האב געוואוסט דאס גייט געשען״

ר׳ שאול איז צו ערנסט צו נעמען דעם ליניע. פון זיינע שמועסן זעט ער אויס ווי א צוגעלאזענער און געשמאקער. וועגן דעם בין איך שטארק אויפגעשוידערט געווארן פון בכלל עס אראפלייגן מיט דעם גאנג. און דאס איז אפילו עס זאל נישט זיין אמת.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

מיללער האט געשריבן:זכרי'

זייט נישט באזארגט, לויט ווי מיר קענען ר' שאול'ן האט ער געטוישט גענוג פרטים פון די מעשה און/אדער באקומען רשות פונעם פאטער צו דערציילן דעם עפיזאד ברבים.

חזקה על חבר שאינו מוציא מתח"י דבר שאינו מתוקן

ר' שאול טוישט אלעמאל ארום אזויפיל פרטים, אז עס איז אוממעגליך עס זאל שטערן סיי וועמען פון די מענטשן.
ערגעץ דא אויף דעם אשכול האט מען אין די עבר פראבירט צו דערגיין וועלכע ראש הישיבה ר' שאול האט דעמאלטס געמיינט... (ווער עס געדענקט). אבער ליהוי ידוע, אז דו קענסט עס נישט דערגיין; ר' שאול וואלט קיינמאל מרמז געווען וועמען ער מיינט. וכן בנידן דידן. ער האט זיכער אזויפיל פרטים געטוישט אז קיינער ווייסט נישט וועמען ער מיינט, לרבות די באטרעפענדע.
און בנוגע די ענין פארוואס ר' שאול שרייט אז מען האט איהם נישט געפאלגט - וואס מאנכע דא שרייען אז עס איז נישט פראפעשענעל - מיין איך אז דאס קומט נישט פון זיין פראפעשענאל חלק, נאר פון זיין אידישע חלק, וואס ווייטאגט אויף א אידיש נפש.
ר' שאול איז א געמויזאכץ פון ביידע...
mi a nagy ügy
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מיללער ;l;p-

(אפשר לייגט איר ארויף א בילד פון ר יוסף'ן צו כאפן פון וועם מרעדט? יישר כח)

זעהט דא



אין אונזערע צייטן איז די בארד געווען עטוואס לענגער און נאכנישט אזוי גרוי און די ברילן האט ער געהאט וואס מיר האבן גערופן 'קעצי גלעזער' (געזאגט האט מען אז די שורש דערפון איז געווען ווייל ביי רייט-סייט אפטיקל אויף וו"מ סטריט אין פענסטער, איז די ברילן געווען דיסלפלעיד אויף א קעצי... איי די רייט-סייט ווינדאו, געווען פארשטויבט מיט א טפח-דיק שטויב און נישט גערירט פון די תש"כ יארן, די אלטע חן פון אן אמאליגע ברילן געשעפט, אלע קינדער האבן געגארט צו באקומען דארט ברילן, א טייל האבן ארויסגעוואקט מיט 'מעדיקעיד ברילן' וואס איר סימן איז געווען די בוכשטאב D אויף די הענטליך, געקומען אין צוויי קאלירן ליכטיג גרוי און ליכטיג רויטליך, גיי זיי מסביר פאר די היינטיגע אינגווארג)

די סארט ברילן וואס הגה"צ דער שארמאשער רב זצ"ל האט געטראגן, און אין יענע צייטן געדענק איך עס אויף יבדלח"א הגה"צ רנ"ד לייטנער ממאנטיווידעאו שליט"א אלס נורסערי מלמד אין ויואל משה, אולי רא"ל סטרולאוויטש פון וומ"ס טראגט עס נאך היינט.

די זכרונות רוישן.....

כ'געדענק דעם רב בערקאוויטש זיך דרייען אין בי פי קאן זיין?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ער האט געוואוינט אין ב"פ.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

נייע אידישע ווארט אלערט...!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אפשר טאקע זייער פאסיג אין אשכול פון הרב שאול קליין צו סעלעברירן די אינטראדוקציע פון א נייע ווארט אין אונזער טייערע מאמע לשון.

גרויסע-גדולה האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע אופן צו אינטעראקטירן מיטן ציבור
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אפשר טאקע זייער פאסיג אין אשכול פון הרב שאול קליין צו סעלעברירן די אינטראדוקציע פון א נייע ווארט אין אונזער טייערע מאמע לשון.

גרויסע-גדולה האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע אופן צו אינטעראקטירן מיטן ציבור

''סעלעברירן'' איז אויך נישט אוועקצומאכן.
נו, מאך מיר אן אשכול אויף דעם? אפשר איז שוין פארהאן?
:smile:
mi a nagy ügy
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וואו געשריבן אין די וועטער אשכול:

viewtopic.php?f=6&t=6261&start=9150

וואס איז מיר געווען א חידוש עצום, דער קלוגער און געלערענטער רבי שאול קליין זז״ג אין די וואכעדיגע חצי שיעור, שטעלט זיך ארויס אינגאנצן פאר די גלאבל ווארמינג באוועיגונג (אדער ווי מאנכע רופן דאס קליימענט טשיענדש) און ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס און הסבר אינטערצושטיצן די חברה, און טאקע ווייל יעצט איז פראסטיג קאלט איז א ראי׳ צו גלאבל ווארמינג, סאיז כדאי אויסצוהערן. נאכאמאל סאיז א חידוש.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמרי' קערנקרויט »

טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיר געווען א חידוש עצום, דער קלוגער און געלערענטער רבי שאול קליין זז״ג אין די וואכעדיגע חצי שיעור, שטעלט זיך ארויס אינגאנצן פאר די גלאבל ווארמינג באוועיגונג (אדער ווי מאנכע רופן דאס קליימענט טשיענדש) און ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס און הסבר אינטערצושטיצן די חברה, און טאקע ווייל יעצט איז פראסטיג קאלט איז א ראי׳ צו גלאבל ווארמינג, סאיז כדאי אויסצוהערן. נאכאמאל סאיז א חידוש.

נו, אפשר טאקע צייט צו טראכטן אז די וואס זענען קעגן, זענען טאקע נישט די קליגסטע?..
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

טעם וריח האט געשריבן:וואו געשריבן אין די וועטער אשכול:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... start=9150

וואס איז מיר געווען א חידוש עצום, דער קלוגער און געלערענטער רבי שאול קליין זז״ג אין די וואכעדיגע חצי שיעור, שטעלט זיך ארויס אינגאנצן פאר די גלאבל ווארמינג באוועיגונג (אדער ווי מאנכע רופן דאס קליימענט טשיענדש) און ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס און הסבר אינטערצושטיצן די חברה, און טאקע ווייל יעצט איז פראסטיג קאלט איז א ראי׳ צו גלאבל ווארמינג, סאיז כדאי אויסצוהערן. נאכאמאל סאיז א חידוש.

אין אלגעמיין האלט זיך ר' שאול צו דעמאקראטישע אנשויאונגען, ווי אלע חסיד'ישע ניו יארקער אידן פון ערשטן דור נאכ'ן קריג
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואס איז ר׳ שאול׳ס אימייל אדרעססע?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואס איז ר׳ שאול׳ס אימייל אדרעססע?

[email protected]
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ייש״כ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

לא לנו האט געשריבן:אין אלגעמיין האלט זיך ר' שאול צו דעמאקראטישע ? איך וואלט געזאגט מער ליבראל אנשויאונגען, ווי אלע חסיד'ישע ניו יארקער אידן פון ערשטן דור נאכ'ן קריג אזוי? פון ווי נעמט איר דאס? ביי מלחמה איבעלעבער קען מען עס פארשטיין ובפרט אז ניו יורק איז דעמאקרטישער סטעיט, אבער אזוי צו זאגן באופן כללי אויף יענער דור, און עס נאך ארויף לייגן אויף חסידיש איז זיכער נישט ריכטיג.[/
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טעם וריח האט געשריבן:וואו געשריבן אין די וועטער אשכול:

viewtopic.php?f=6&t=6261&start=9150

וואס איז מיר געווען א חידוש עצום, דער קלוגער און געלערענטער רבי שאול קליין זז״ג אין די וואכעדיגע חצי שיעור, שטעלט זיך ארויס אינגאנצן פאר די גלאבל ווארמינג באוועיגונג (אדער ווי מאנכע רופן דאס קליימענט טשיענדש) און ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס און הסבר אינטערצושטיצן די חברה, און טאקע ווייל יעצט איז פראסטיג קאלט איז א ראי׳ צו גלאבל ווארמינג, סאיז כדאי אויסצוהערן. נאכאמאל סאיז א חידוש.

ער שמועסט זייער שיין אויס די סוגיא, אויפן שפיץ גאפל, מיט א זיכערקייט און קלארקייט, ברענגט ארויס די זינלאזע קשיא, ווי קען זיין געפרוירן קאלט, אמער, גלאובעל ווארמינג?!! און ער איז עס מסביר בטוט"ד

בעצם לייקענען גלאובעל ווארמינג אדער קלימאט טויש, קומט נישט פון חכמה און וואוסענשאפט, נאר ענדערש פון א נגיעה נישט צו דארפן נעמען שריט (משל למה"ד די וואס טענה'ן אז אינטערנעט איז נישט שעדליך, ובדעתם: האק מיר נישט אין טשייניק, לאמיך במנוחה)

די דעבאטע איז אינטעליגענט ווען מדעבאטירט וואס עס פירט דערצו, און וואס קען מען טאן דערצו.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

מיללער האט געשריבן:
די דעבאטע איז אינטעליגענט ווען מדעבאטירט וואס עס פירט דערצו, און וואס קען מען טאן דערצו

;l;p-
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

ר' שאול איז נישט אפדעיטעט מיט די
real ID law which
איז אפגעשיבט געווארן פאר איצט, מען קען נאך נאך ניצן א ניו יארק דרייווער לייסענס ווען מען פליט.

https://dmv.ny.gov/driver-license/federal-real-id
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מיללער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:וואו געשריבן אין די וועטער אשכול:

viewtopic.php?f=6&t=6261&start=9150

וואס איז מיר געווען א חידוש עצום, דער קלוגער און געלערענטער רבי שאול קליין זז״ג אין די וואכעדיגע חצי שיעור, שטעלט זיך ארויס אינגאנצן פאר די גלאבל ווארמינג באוועיגונג (אדער ווי מאנכע רופן דאס קליימענט טשיענדש) און ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס און הסבר אינטערצושטיצן די חברה, און טאקע ווייל יעצט איז פראסטיג קאלט איז א ראי׳ צו גלאבל ווארמינג, סאיז כדאי אויסצוהערן. נאכאמאל סאיז א חידוש.

ער שמועסט זייער שיין אויס די סוגיא, אויפן שפיץ גאפל, מיט א זיכערקייט און קלארקייט, ברענגט ארויס די זינלאזע קשיא, ווי קען זיין געפרוירן קאלט, אמער, גלאובעל ווארמינג?!! און ער איז עס מסביר בטוט"ד

בעצם לייקענען גלאובעל ווארמינג אדער קלימאט טויש, קומט נישט פון חכמה און וואוסענשאפט, נאר ענדערש פון א נגיעה נישט צו דארפן נעמען שריט (משל למה"ד די וואס טענה'ן אז אינטערנעט איז נישט שעדליך, ובדעתם: האק מיר נישט אין טשייניק, לאמיך במנוחה)

די דעבאטע איז אינטעליגענט ווען מדעבאטירט וואס עס פירט דערצו, און וואס קען מען טאן דערצו.


מיר אידן - אין אלגעמיין, מיינען בטעות אז גלאובעל ווארמינג איז ללילה כפירה, אדער א פגם אין אמונה בהנהגת הבורא ב״ה. דערפאר לייקנט מען גלאובעל ווארמינג בכל החומר. יעדער וועט פראבירן תו זייןא גרעסערע אפלאכער פון גלאובעל ווארמינג, ווייל אזוי צייגט ער אז ער נישט קיין פאנאטישער גלייביגער, ער לייקנט דעם גלאובעל ווארמינג צו צייגן אז ער גלייבט אז דער רבוש״ע פנו די וועלט, ממילא קען נישט זיין קיין גלאובעל ווארמינג.

אבל טעות גדולה היא בידם. גלאובעל ווארמינג איז א מציאות. און פונקט ווי אמעריקע קען אין איין רגע חרוב מאכן די גאנצע וועלט מיט די מיליאנען נוקלעארע וואפן, די זעלבע קען רוסלאנד און אנדערע לענדער, און עס איז גארנישט קיין סתירה מיט הנהגת הבורא ב״ה, ווייל מענטשן האבן א בחירה, און אמעריקע קען אומברענגען די וועלט חלילה. די זעלבע זאך מיט׳ן ניצן שעדליכע כעמיקאלן אן קיין קאנטראל, איז עס גורם גלאובעל ווארמינג.

פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען א מענטש וועט זיך נעמען אה עסן צופיל צוקער וועט ער חלילה באקומען פארשידענע מחלות, און קען אפילו ברענגען זיין טויט רח״ל, און ס׳איז נישט קיין סתירה צו הנהגת הבורא ב״ה.

גלאובעל ווארמינג איז דא. אבער די ליבעראלן בלאזן עס אויף, און לייגן צו שקרים און צעדרייטע גוזמאות. אבער אמת איז דא דערין.

מיט׳ן לייקנען ביזטו גארנישט קלוגער, נאר מער פארמאכט.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

די פראפעסיאנאלע סקעפטיקס (איך רעדט נישט פון די אומוויסנדע המון) אין אלגעמיין לייקענען נישט אין קלימאט טויש, אבער זיי טענה'ן אז סיי די עצם ווארעמונג און סיי די נעגאטיווע עפעקטן זענען שטארק אויפגעבלאזן. ואכמ"ל. עס זענען פארהאן אנדערע אשכולות פאר דעם נושא.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”