סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג יולי 04, 2017 11:20 am

ב"ה

א נייע סעריע שמועסן און ידועות פון לעגענדארן מחנך הרב שאול קליין, אצינד אויף "קול מבשר" - אינפארמאטיווע ווינקל
212-444-1100
3-9 פון די מעין מעניו.

די נאמען פן די סעריע שיעורים איז "חצי שיעור" מערערע הסברים פארוואס די שיעור הייסט אזוי קענט איר הערן פון רבי שאול זז"ג אליינס אנהייב שיעור,

די שיעור אנטשפרעכט צו באהאנדלען אלע מיני אינטרעסאנטע נושאים וואס איז אינטרעסאנט פארן עולם, אזוי אויך זיין פערזענליכע עקספיריענס דורכאויס די יארן מיט ספעציעלע קינדער, און פון זיינע רייזעס ארום די וועלט.

די וואך באהאנדלט ער די נושא פון "גירסא דינקותא" און ער איז אפען צו הערן די מיינונג פונם ציבור וועלעכע נושא ער זאל רעדן.

הערט און האט הנאה.

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג יולי 04, 2017 11:52 am

מען קען אלטע אויך? אדער נאר די יעצטיגע?

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג יולי 04, 2017 11:56 am

אויף די קנעפל קען מען נאר הערן די נייע שיעורים.

נאכן הערן די שיעור, קוקט אויס עס קומט גאר געשמאקע זאכן, ער מוז נאר זיין מער מסודר.

כפארשטיי נישט וואס הרב דרעזדנער קומט דארט אריין? ער גייט זיין יעדע וואך אדער נאר די וואך פארן אנהייב?!

פרידן
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יולי 04, 2017 2:12 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:אויף די קנעפל קען מען נאר הערן די נייע שיעורים.

נאכן הערן די שיעור, קוקט אויס עס קומט גאר געשמאקע זאכן, ער מוז נאר זיין מער מסודר.

כפארשטיי נישט וואס הרב דרעזדנער קומט דארט אריין? ער גייט זיין יעדע וואך אדער נאר די וואך פארן אנהייב?!

לויט ווי עס קוקט מיר אויס פין די גאנג פין די שמועס די וואך, איז ר' שאול אומבאקוועם צו רעדן צו א טעלעפאון אן דעם וואס איינער זאל אויסהערן בשעת מעשה, פארדעם איז דא דארט דרעזנער ער זאל רעדן צו אים,

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יולי 04, 2017 2:40 pm

איך שעץ זייער דעם רבי שאול, איך האב זייער ליב צו הערן זיין קול און זיין שפראך, ווען מען הערט אים אויס לויפט די צייט זייער שנעל.

אגב אז מען רעדט שוין, ר' יצחק שלמה דרעזדנער טוט א געוואלדיגע ארבעט אויף קול מבשר! ער איז ממש אינוויזיבל דורך אויס די גאנצע אינטערוויא, און בפרט בשעת יענער רעדט! אויך ווען לייגט ער צו א ווערטל איז עס שטארק צו דער זאך.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג יולי 04, 2017 2:51 pm

נייע סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

וואס זאל איך טון דער נאמען דערמאנט מיר פון ר' חיים מענדיל'ס רבי "חצי נזק''...

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 04, 2017 3:09 pm

בעריש'ל האט געשריבן:איך שעץ זייער דעם רבי שאול, איך האב זייער ליב צו הערן זיין קול און זיין שפראך, ווען מען הערט אים אויס לויפט די צייט זייער שנעל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דאנארשטאג יולי 13, 2017 10:56 pm

פרישע שיעור פרשת פנחס,

בנושא ״רצון״

שמעו ותחי נפשכם!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג יולי 14, 2017 5:05 am

איך וויל ער זאל רעדן וועגן די שואה ער איז נישט נארמאל באהאווענט אין די ענינים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 14, 2017 12:12 pm

אז ר' שאול רעדט איז עס א "מוז" צו הערן, נישט קיין אונטערשיד וואס דער נושא איז.

יעדעס ווארט זיינע איז זיס ווי צוקער און טייער ווי גאלד.

(אגב, וועגן דעם נאמען 'חצי שיעור' האט עס מיך דערמאנט אין די דרשות פון הגה"צ אב"ד ור"מ וואודרידזש שליט"א כידוע לשומעי לקחו)

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג יולי 17, 2017 11:12 am

האב איך יעצט אויסגעהערט דעם וואכעדיגע חצי נזק.

זיין שפראך איז מורא'דיג. און די וועג ווי אזוי ער ברענגט ארויס געפילן איז ממש להפליא. שוין אפגערעדט פון די געוואלדיגע ידיעות.

און א סייד נאוט, די וואכעדיגע שיעור איז אויף די טאפיק פון 'יומער'. איך מיין דאס איז די מערסטע יומעריסטישע שטיקל פון די גאנצע שיעור. עס האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן קעפל (ווי די חינוך מיט'ן מנחת חינוך).

איך האף אז ר' יצחק שלמה וועט עם קענען מאכן זיך האלטן צום טאפיק.
לעצט פאראכטן דורך שטאלצער יוד אום מאנטאג יולי 17, 2017 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג יולי 17, 2017 12:18 pm

ר׳ שאול איז אלעמאל גוט, בכתב ובעל פה, און א ישר כח פאר ק״מ פאר דעם נייען אפטיילונג, אבער פארוואס קען מען נישט אמאל הערן זיין דעת/צוגאנג צו אקטואלע נושאים (current issues בלע״ז)? למשל, אינטערנעט עדיקשאן, לימודי חול אין די חדרים, די עקאנאמיע ביים היימישן עולם,-(חתונה בבית המדרש של ישיבת ר״י ראטה)אדער אפילו א אפשאצונג איבער די טראמפ פרעזידענטשאפט וכדומה?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 17, 2017 12:22 pm

איך געדענק נישט ווען איך בין געווען אזוי צוגעבינדן אין פארגאפט פון א אינטערוויו/אנאליז אויף קול מבשר
ווי פון ר' שאול'ס חצי שיעור
מורא'דיג אינטרעסאנט

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג יולי 17, 2017 3:36 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:האב איך יעצט אויסגעהערט דעם וואכעדיגע חצי נזק.

זיין שפראך איז מורא'דיג. און די וועג ווי אזוי ער ברענגט ארויס געפילן איז ממש להפליא. שוין אפגערעדט פון די געוואלדיגע ידיעות.

און א סייד נאוט, די וואכעדיגע שיעור איז אויף די טאפיק פון 'יומער'. איך מיין דאס איז די מערסטע יומעריסטישע שטיקל פון די גאנצע שיעור. עס האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן קעפל (ווי די חינוך מיט'ן מנחת חינוך).

איך האף אז ר' יצחק שלמה וועט עם קענען מאכן זיך האלטן צום טאפיק.




ממש אזוי. דער רבי שאול איז געוואלדיג!!! ער רעדט מיט אזא אפענקייט און מיט אזא געפיל, און אלעס מיט שכל הישר און קלארע פארשטאנד. א נחת אויסצוהערן.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג יולי 25, 2017 5:18 pm

אין צייט וואס אריזאנע דאקטוירים האבן דיאגנאזירט מקעין מיט זיין מחלה, האט ר' שאול קליין דיאגנאזירט אויף חצי שיעור, מר. טראמפ יר"ה מיט ADD

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דינסטאג יולי 25, 2017 6:19 pm

ר' שאול'ס ווערטער איז ממשה גין-גאלד! א געשמאק צו הערן
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יולי 25, 2017 8:36 pm

געוואלדיג רייכע שמועס. איך זיך בכלל נישט איינער זאל אים האלטן צום טאפיק, וואס ער זאגט זאגט ער גוט סיי וואס דאס איז.

אגב יעצט פארשטיי איך די מענטשען וואס ווילן אז מען זאלן לאזן טראמפ זיין "טראמפ", זיי האבן עכט ליב זיינע טוויטס וואס איך האלט פארמיאוס, ווילד, און ציפלויגן. קיינמאל נישט פארשטאנען ווי אזוי מען וויל אוועקנעמען די קאנטראלערס...

אלענפאלס הרב דרעזדנער לאז ביטע שאול קליין זיין "שאול קליין"...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 25, 2017 9:31 pm

לא לנו האט געשריבן:אין צייט וואס אריזאנע דאקטוירים האבן דיאגנאזירט מקעין מיט זיין מחלה, האט ר' שאול קליין דיאגנאזירט אויף חצי שיעור, מר. טראמפ יר"ה מיט ADD

און נאך מיטן פולן 'ר' שאול קליינס ערנסטקייט' זאגט ער עס, איי א געשמאק.

הערליך ווען ער רעדט פונעם גרויסן שווער דער דעברעצינער רב זצ"ל און טשיקאווע ווען ער דערציילט פונעם באזוך פונעם סאטמארער דיין שליט"א בביתו אינדערצייט וואס דער רב זצ"ל פראקט אן דעם קליינעם.....

ר' שאול קליין בתפארתו!

איך האף אז די אלע חצאי שיעור זאלן נישט מבטל זיין די יערליכע שיעור שלם פון תשעה באב, האפנטליך שוין מתוך שמחה בקרוב.

דער נאמען חצי שיעור, אזוי טיפיקל ר' שאול, כ'האב געקלערט אז דא איז,גילטיג דער יסוד אז די חשיבות פון חצי שיעור איז וועגן חזי לאצטרופא, מ'קען פון יעדעס ווארט פון ר' שאול מצרף זיין און מאכן שיעורים שלימים.

כה לחי! חזק ר' שאול ואמץ ר' שאול, און אוודאי ווילן מיר אויך זעהן אייער געשריבענעם ווארט און טאג-בוך (געליינט מיט ר' שאול'ס ליטווישען מלואפום ווי געהערט אויפן חצי שיעור) איינטראגעס אין אונזער באליבטער 'די צייטונג'.

און אוודאי שקיה לטיבותא, ייש"כ ר' יצחק שלמה פארן ברענגען צושטאנד אזא באלערנדע (חצי) שיעור.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

OD

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:31 pm

דעם וואך האט ער אויסגעכאפט די מאמענט.

ער רירט אן א טעמע וואס ביי אונז ווערט עס זעלטן אזוי אויסגעשמועסט, און ער צולייגט עס נאך אין די לענג און אין די ברייט.

ער זאגט אפי' אין בית אשר אין שם מת

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:35 am

ברוך השם אז מען גייט רעדן דערפין אין די ראמען פון א היימישע פלאץ, קול מבשר.

די טעמע איז overdue צו רעדן צום ציבור. און יא, ״אין בית אשר אין שם מת״ איז ליידער גאנץ נאנט צום מצב.

די וואך האט ער דאס נאר אנגערירט אויפען שפיץ גאפל, לויט ווי איך פארשטיי קומט א לענגערס איבער די נושא אי״ה.
לעצט פאראכטן דורך פיצי קעפעלע אום מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:27 am

האט איינער א בילד פון ר' שאול?

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:20 am

אויף קול מבשר איז ביז נעכטען נישט בטעות דערמאנט געווארן די פראבלעמען פון דראגס, אט''ד און ווארפען בחורים ובתילות פון בתי חינוך, כה לחי ר' שאול ווי מיט דיין פה מפיק מרגליות ברענגט מען די זאכן ארויף דורך א נאבעלען אויפן.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:28 pm

אלטן דור האט געשריבן:האט איינער א בילד פון ר' שאול?

ר׳ גוגל גיט מיר דאס
צוגעלייגטע
IMG_0590.JPG
IMG_0590.JPG (20.29 KiB) געזעהן 5670 מאל

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:51 pm

איך האב אויך שטארק הנאה פון די הערליכע שיעורים.

אין "די צייטונג" איז דא א בילד פון אים ביי זיין ארטיקל, אביסל אומקלאר.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 3:06 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:דעם וואך האט ער אויסגעכאפט די מאמענט.

ער רירט אן א טעמע וואס ביי אונז ווערט עס זעלטן אזוי אויסגעשמועסט, און ער צולייגט עס נאך אין די לענג און אין די ברייט.

ער זאגט אפי' אין בית אשר אין שם מת

can someone dropbox the interview that r' shaul is talking about?
בינעך א ליימענע גולם


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נא_שכל און 11 געסט