בלאט 1 פון 4

צוהערער'ס פארשלאגן פאר קול מבשר

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 12:40 am
דורך איסר האטלקי
איך וואלט מציע געווען די בעלי בתים פון קולמע א געוואלדיגע הצעה וואס וועט זיין א טובה פאר מיר און גאנץ כלל ישראל שומעי הקול.

זיי זאלן אוועקרוקן לאטערי ערגעצוואו... לייגן דעם 2 קנעפל אויפן מעין מעניו פאר "פאליטישע אנאליזן", און 3 קענען זיי לאזן פאר וועטער.
(אויב נישט 2 זאל זיין ערגעץ אנדערש, אבער כאטש מיט דעם פאלגענדן סדר).

נאכן אריינקומען דארט אינעם פאליטישן פארצימער וועלן זיין די אפציעס ווי פאלגענד:

פאר יאסי געשטעטנער דרוקט איינס
פאר הערשל פריעדמאן דרוקט צוויי
פאר יונה כהן דרוקט זיבן
פאר יצחק קלאר צוואנציג
על דא ועל הא דרוקט נישט...

יעדער זאל זיך האבן זייער אייגענער באקסל, דארט זאל ביי יעדעם איינעם ליגן זייערע אייגענע דרשות און שיעורים, און יעדער וועט זיך אויסקלויבן זיינע קעסטלעך.

אזוי וועט יעדער הערן מה שאותה נפשו, איך וועל קענען אויסהערן יצחק קלאר'ס אנאליז צוויי וואכן נאכדעם, אפילו איך געדענק שוין נישט דעם אנאליז נומער! איך וועל נישט דארפן צוריקהערן צוויי וואכן פון אנאליזן ביז איך קום אן צום ריכטיגן פארציע וואס איך וויל הערן. איך גיי אריין אין יענעם'ס באקסל און איך באקום דעם לעצטן שיעור זיינע אויפן פלאץ.

ווי אויך זאלן זיי דארט אהינלייגן אלע אלטע אנאליזן פון אנהויב, מאז היתה קולמע להאטליין, אזוי אויך וועל איך קענען צוריקגיין ביי יעדעם באזונדער ביז נומער איינס און הערן וואס ער זאגט אויף בוש, בין לאדין, כוסעין אבאמא און טראמפ נאך די ערשטע פריימערי..... יעדער כפי אות נפשו ושורש נשמתו.

נאך איינער האלט ווי מיר? רופט אייך אן ווארים.
זייטיגע נאטיץ
אויך וואלט גוט געווען ווען ער זאל צולייגן אויפן מעניו ביי יעדעם אין באקסל די נושא פונעם אנאליז. אין קורצע ווערטער קען ער ארויסברענגען וואס עס לויפט אויף, ווי למשל:
טראמפ זאגט אפ קאמעי; רוסלאנד קאמעי סומאטאכע ; טראמפ אין סאדיע אראביע וכו'
(אין אזא וואך ווי די וואך איז טאקע שווער אלעס אריינצופאקן אין א 'קעפל', אבער אין געווענליכע אומשטענדן איז עס מעגליך). די תוצאות זענען געוואלדיג, סיי לע"ע, און סיי למען יעמדו ימים רבים, אין די שפעטע חדשים וויל מען צוריקגיין, זאגט דער מעניו בערך וועלכע תקופה עס רעדט זיך. ודו"ק כי נכון הוא.

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 12:42 am
דורך אלי' מקוה יוד
גוטע געדאנק

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 12:44 am
דורך nishtkushe
ווערי גוד איידיע.

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 12:45 am
דורך יהודי
א שטארקע איידיע.
זייטיגע נאטיץ
על דא ועל הא דרוקט נישט... :lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 1:09 am
דורך פרידן
אין איין וועג וועט ער האבן נאך א גוטע סלאט פאר עדוועטייזמענט ביים דריקן 2 די זעלבע ווי דריי

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 1:15 am
דורך יאיר גאלד
פרידן האט געשריבן:אין איין וועג וועט ער האבן נאך א גוטע סלאט פאר עדוועטייזמענט ביים דריקן 2 די זעלבע ווי דריי

טובי' מאיר וועט אפשר צוריקקומען צו פליען...

דער פותח האשכול האט זיך אביסל טועה געווען, ער מיינט מסתמא 2 אויפן 1'ער קנעפל, נישט אויפן מעין, במקום לאטערי/וועטער. דהיינו 'פאר נייעס פאליטיק און וועטער דרוקט איינס'.

דער איידיע פון איינטיילן אלע רעדנער באזונדער איז מאסיוו! איינער קען זיי אפשר אנרופן זאגן דערוועגן?

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 2:09 am
דורך ?vu timer
וואס זאגסטו צו דעם אז קולמע זאל עפענען א זייטל ווי מען זאל קענען ליינען און הערן אלעס????
אלעס מיינט איטערוויס. אנאליזן. נייעס. א.א.וו.
ער קען מאכן אסאך געלט פון אדווערטייזמענט דארט

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 3:09 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
עס איז דא גענוג "צדיקים" וואס ווילען אים אינטערברענגען
ער דארף זיין משוגע צו אריינשפילען אין זייער הענט

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 4:42 am
דורך סידיראם
אז מען רעדט פון הצעות, זאלן זיי אויך מאכן די אפציע פון קענען אריבערגיין פון איין אנאליז/שיעור/אינטערוויו צום צווייטן בשעת מען איז אויפן שיעור, דהיינו נישט דארפן דר'קן סטאר ארויסצוגיין און דערנאך צוריק אריינגיין.

קול הלשון האט די אפציע דורך דריקן 2-1 אדער 2-3 זייענדיג אויפן שיעור צו גיין צו די נעקסטע/פריערדיגע.

דא ביי קול מבשר ווי איך וויל אמאל אויסהערן אפאר אינטערוויוס אויף אמאל, נערווירט דאס שטארק אז מען דארף יעדעס מאל ארויסשפרינגען און צוריק אריינגיין, אין אזא פאל לייג איך שוין ענדערש אראפ די טעלעפאון און פארטיג.

בכלל וואלט ער געקענט מאכן די סיסטעם צען מאל מער פראפעשענעל (פאר א קליינע דוגמא, הערטס אויס דעים "חזק" חפץ חיים העראטיזש האטליין מיט וואספארא פראפעשענעליזם זיי הייבן אויף, עס שרייט נישט, הייבט אן מיט א רואיגקייט, שפילט אינטער א מוזיק).

ווען ער רעדט זיך ווען דורך מיט א פראפעשענעל מארקעטער א שטייגער ווי יואל קליין (ער קומט מיר פונק ארויף, והוא הדין אנדערע) וואלטן זיי אים געקענט מציע זיין פילע געדאנקן צו פארבעסערן און פארשענערן די סיסטעם, ווייל לעת עתה איז עס זייער "בחוריש", געשריגן, געזאגט, געקוועטשט א קנעפל, און צוריק צו קולות.... נאך איבער צען יאר ברויכן זיי שוין א שטיקל איבערפרישונג

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 7:09 am
דורך רה''ק דקהל פורים
יהודי האט געשריבן:א שטארקע איידיע.
זייטיגע נאטיץ
על דא ועל הא דרוקט נישט... :lol: :lol:


?vu timer האט געשריבן:וואס זאגסטו צו דעם אז קולמע זאל עפענען א זייטל ווי מען זאל קענען ליינען און הערן אלעס????
אלעס מיינט איטערוויס. אנאליזן. נייעס. א.א.וו.
ער קען מאכן אסאך געלט פון אדווערטייזמענט דארט

א סייט צו ליינען פאדערט גאר אסאך ארבעט און מעינטענענס אפצושרייבן יעדע אינטערוויו, שמועס, אנאליז וכו'.
לע"ע ארבעטן זיי אויף א טעלעפאן עפפ, ווי מ'זאל קענען סקראולן די מעניוס און ליינען די ליסטעס פון אינטערוויוס וכדו', אבער די עצם שמועס וועט נאר זיין צו הערן.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:40 am
דורך איסר האטלקי
רבותי! אייערע סוכה ברעטער וואלגערן זיך נאך ארום אין בעק-יארד? די פיטום ליגט נאך אויפן אתרוג? אבער אין קול מבשר גרייט מען זיך שוין צום חוה"מ פסח!
יא, אזוי ווי איר הערט. אזעלכע דרעזנער אינטערוויוען קומען נישט צופיס, לאנגע חדשים האט מען געזוכט עלעוועטאר פארכאפטע און פייער געראטעוועטע. פונעם ווייסן הויז ביז צום קאלעך אויוון, פון איבעראל איבער דער וועלט ברענגט אייך קול מבשר גריסן און שמועסן.

אצינד ווען זיי גרייטן זיך צו די קומענדיגע חגים וימים טובים הבאים לקראתינו ווילן מיר צולייגן א האנט און זען וויאזוי מיר קענען זיי העלפן. אלזא, ווער פון אייך טייערע ליינער - אדער אייערע קרובים און פריינט - זענען אריבער איינער פון די פאלגאנדע עפיזאדן און איבערלעבענישן - ביטע אריינקומען מיט פרטים באישי, מיר וועלן זיי איבערגעבן אלע אייער קאנטאקט אינפאו. מיר זוכן קאנדידאטן אויף די קומענדיגע פאזיציעס.

שיר ורננים פראיעקט חנוכה תשע"ח:
אויב האט איר אלץ געהאט א תאוה צו קאמפאזיטירן ניגונים נאר עס גייט אייך נישט.
אויב האט איר אמאל קאמפאזירט א ניגון און עס דערנאך פארגעסן און איר קענט אייך עס נישט דערמאנען.
איר האלט אז איר האט א חוש אין נגינה אבער אייערע ארומיגע כאפן עס נישט אויף.

חול המועד פסח תשע"ח פראיעקטן:
ומי בחניקה: אויב האט איר זיך אמאל געוואלט נעמען דאס לעבן און עס איז אייך נישט געלונגען.
מלאך החלומות ישמע: אויב האט איר אמאל געהאט גאר א שרעקליכן קאשמארישער חלום וואס איר וועט קיינמאל פארגעסן.
ובעל הסוד בסודו: אויב האט איר א סוד וואס איר גייט מיטטראגן אין קבר אריין אן אנטדעקן פאר קיינעם.
מאשפות ירים: אויב האט איר זיך אמאל אויסגעגליטשט אויף גארבעזש אינמיטן גאס און פארשטינקן געווארן פון קאפ ביז פיס.
און וואס זאגט דער עקסטערמינעטאר: וואס אלע עקסטערמינעטארס האבן צו זאגן אויפן פרעזידענט טראמפ.
הימל און ערד און עפל קוגל: אויב גלייכט איר בעסער די פסח'דיגע קוגל ווי די גאנץ-יאריגע.

אויב האט איר ענליכע איידיעס - שעמט אייך נישט. אל תמנע טוב מבעליו!
האלט אייך געשפאנט, עס קומט גוטע צייטן!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:34 am
דורך חושב מחשבות...
זייער א גוטע איידיע איינטיילן לויטן רעדנער!

גראדע ביי חצי שיעור וכו' איז יא אזוי מסודר לויטן רעדנער

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:54 am
דורך שטעלפארטרעטר
צוליב די פארמערטע פעלער וואס מען הערט לעצטנס, אז מענטשן פלאצן אויס אין בית הכבוד, לייגן מיר ארויף א. איסר אויף איסר'ס תגובות, המעוררים

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 2:32 am
דורך fiena nieas
יאיר גאלד האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:אין איין וועג וועט ער האבן נאך א גוטע סלאט פאר עדוועטייזמענט ביים דריקן 2 די זעלבע ווי דריי

טובי' מאיר וועט אפשר צוריקקומען צו פליען...


זייטיגע נאטיץ
דער קריכט אויפן נערווען ווי משוגע

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 3:42 am
דורך יאפין
די מאכסט אזוי חוזק פון די אינטערוויאוס, האסט עס אויסגעהערט? לדעתי האט יצחק שלמה צאמגעשטעלט הערליכע פראיעקטן.

די פייער און מתיבתא איז געווען א מוראדיגע פארש ארבעט אויפגעפרישט א מעשה פון 53 יאר צוריק און צאמגעברענגט א גאנצע ישיבה און ווייניגער פון א חודש אין די פארנומענע ערב ימים טובים.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:55 am
דורך גרינע
אזוי ווי סגייט יעצט זיין די יארצייט (דענק נישט פונקטליך וויפילטע) פון די קדושי מומביי וואלט געווען אפשר אינטרעסאנט ארויפצילייגן די שטיקלעך ווי אזוי קול מבשר האט עס דעמאלטס געמאלדן, יענע לאנגע דריי טעג און בפרט ערב שבת, דעמאלטס איז מען געווען מיט א פאר יאר יונגער און ס'וואלט געווען אינטרעסאנט יעצט אויסצוהערן

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:02 am
דורך שמועסער
איך לאך הויעך אויפן קול..!!!

ואגב, איך קוק נישט אן איסר'ס תגובה ווי ער רייסט אראפ,
ער האט נאר געוואלט ארויפברענגן א שמייכל אויף אונזערע לעפצן, באוואונדערנדיג דעם דרזדענער'ס איידיע'ס און איינפעלער..

טעקס רעפארם

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 10:39 am
דורך שמערלער
אזוי ווי עס טוט זיך יעצט אין וואשינגטאן איבער די טעקס רעפארם ביל וואס דאס טוט אפעקטירן רוב אויב נישט אלע היימישע אידן וואלט כדי געווען קול מבשר זאל עפענען א קנעפל ווי איינער זאל מסביר זיין פארן עולם וואס די ביל פארמאגט אין וואס עס מיינט פאר אינז היימישע אידן. אין כסדר געבן אפדעיטס ווי מהאלט מיטן ביל.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:26 am
דורך moishy56
שמערלער האט געשריבן:אזוי ווי עס טוט זיך יעצט אין וואשינגטאן איבער די טעקס רעפארם ביל וואס דאס טוט אפעקטירן רוב אויב נישט אלע היימישע אידן וואלט כדי געווען קול מבשר זאל עפענען א קנעפל ווי איינער זאל מסביר זיין פארן עולם וואס די ביל פארמאגט אין וואס עס מיינט פאר אינז היימישע אידן. אין כסדר געבן אפדעיטס ווי מהאלט מיטן ביל.

They made now a few interviews with accountants about the new tax reform

משי גרינפעלד - פנים חדשות

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 2:53 pm
דורך eller
ס'קען זיין כ'בין שוין שפעט
אבער כ'האב שוין לאנג געטראכט אז וועלוועל וואלט געדאפט מעכן א אינטערסאנטע אינטערוויא מיט משי גר"פ אלעס ארום מעיקאפ און פארשטעלן מענטשן.
מיר וואלט עס געווען זייער אינטערסאנט.
(ביטע ווער עס קען זאל אים מודיע זיין דערוועגן, א דאנק)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:24 pm
דורך קעניגליך
איך וואלט פארגעשלאגען א נייע קעסטל פאר אנקעטעס. יעדע וואך א פרישע. אין די אלגעמיינע גאס איז דא אויף אלעם, אינעם עולם החרדי איז דא א חלל. אביסעל יא אויף אידישע וועלט. פארשטייט זיך נישט פערזעינליכע אנקעטעס ווי וועלכע מענטש איז די בעסטע אין זיין ליין ווייל דאס איז טיילמאל שפיכות דמים און אינז זעמער באגרעיניצט אין דעי ענינים פיל מער פינעם עם הדומה לחמור.
אלגעמיינע אנקעטעס. וועלכע גראסערי איז די מערסטע באקוועים צי שאפען וועלכע גראסערי איז די ביליגסטע ווי לאנג נעמט אייך די וועיג ביזן שיל שבת נאכמיטאג... וועלכע אויסגאבע קויפט איהר וועלכע מוסר ספר לערנט איהר וועלכע חסידשע ספר לערנט איהר.
פארשטייט זיך עס דארף זיין דורך א קראנטע קוואל וואס נעמט אחריות און גייט באמת נאך ווייל זייער אסאך מאל איז דא נגיעות וד"ל, מענטשן באגייען צימאל טעותים פון אומוויסענהייט אויב אבער זעיט מען אן אנקעטע למשל אז 76 פראצענט ניצט א געוויסע ערליין פארשטייט מען אז זיי זענען לכאורה די בעסטע אין סערוויס צי אין פרייזען ווייל מען ניצט זיי וכן לשאר ענינים.
די אשכול איז געווידמעט פאר עצות פאר ק.מ. אבער מי שרוצה לפתוח אזא קאמפעני וואלט געוועין א גיטע המצאה, א זייטעל ווי מקען יעדע וואך זעין די קשיא זיי זאלן ארומקאלען און מאכען די ריכטיגע ריסערטש און נאכדעים פארעפנטליכן און די הכנסה וועט זיין דורך אדווערטייזמענט און ספאנסערס.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:29 pm
דורך חושב מחשבות...
ס'וואלט געווען א גוטע איידיע ביי קנעפל 0 זאל זיין א שארטקאט תיכף צו די נייע אפדעיט,

למשל: זונטאג וילך תשע''ט מ'קען שוין הערן די נייע וועכנטליכע חצי שיעור פון ר' שאול קליין בי קנעפל 3 9 1 פון די מעין מעניו, פאר א שארטקאט צום שיעור דרוקט יעצט נומער 1...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:01 pm
דורך שטיין
דער קעניגליך רעד זייער צים זאך איך האפ אז איינער האט געשיקט פאר קאלמ א לינק דא

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:05 pm
דורך עכט היימיש
שטיין האט געשריבן:דער קעניגליך רעד זייער צים זאך איך האפ אז איינער האט געשיקט פאר קאלמ א לינק דא

קום אריין "קלארער" ביטע...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:06 pm
דורך Wow a1
קעניגליך האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגען א נייע קעסטל פאר אנקעטעס. יעדע וואך א פרישע. אין די אלגעמיינע גאס איז דא אויף אלעם, אינעם עולם החרדי איז דא א חלל. אביסעל יא אויף אידישע וועלט. פארשטייט זיך נישט פערזעינליכע אנקעטעס ווי וועלכע מענטש איז די בעסטע אין זיין ליין ווייל דאס איז טיילמאל שפיכות דמים און אינז זעמער באגרעיניצט אין דעי ענינים פיל מער פינעם עם הדומה לחמור.
אלגעמיינע אנקעטעס. וועלכע גראסערי איז די מערסטע באקוועים צי שאפען וועלכע גראסערי איז די ביליגסטע ווי לאנג נעמט אייך די וועיג ביזן שיל שבת נאכמיטאג... וועלכע אויסגאבע קויפט איהר וועלכע מוסר ספר לערנט איהר וועלכע חסידשע ספר לערנט איהר.
פארשטייט זיך עס דארף זיין דורך א קראנטע קוואל וואס נעמט אחריות און גייט באמת נאך ווייל זייער אסאך מאל איז דא נגיעות וד"ל, מענטשן באגייען צימאל טעותים פון אומוויסענהייט אויב אבער זעיט מען אן אנקעטע למשל אז 76 פראצענט ניצט א געוויסע ערליין פארשטייט מען אז זיי זענען לכאורה די בעסטע אין סערוויס צי אין פרייזען ווייל מען ניצט זיי וכן לשאר ענינים.
די אשכול איז געווידמעט פאר עצות פאר ק.מ. אבער מי שרוצה לפתוח אזא קאמפעני וואלט געוועין א גיטע המצאה, א זייטעל ווי מקען יעדע וואך זעין די קשיא זיי זאלן ארומקאלען און מאכען די ריכטיגע ריסערטש און נאכדעים פארעפנטליכן און די הכנסה וועט זיין דורך אדווערטייזמענט און ספאנסערס.