״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

חושב מחשבות... האט געשריבן:אשריך ר' מרדכי פארן זיך ארויסשטעלן, אבער ווי שיין וואלט געווען ווען היימישע אינגעלייט וואלטן איהם נאכגעטוען און ארויסגעקומען מיט א שטארקייט פארן פובליק איבער די נושאים...

חיים מאיר פערל איז נישט היימיש?
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

fiena nieas האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אשריך ר' מרדכי פארן זיך ארויסשטעלן, אבער ווי שיין וואלט געווען ווען היימישע אינגעלייט וואלטן איהם נאכגעטוען און ארויסגעקומען מיט א שטארקייט פארן פובליק איבער די נושאים...

חיים מאיר פערל איז נישט היימיש?


ר׳ חיים מאיר פערל איז גאר היימיש... איך האב געקויפט די אויסגאבע בעיקר וועגן זיין ארטיקל,
חביבי
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

נארוואס געקויפט.
א געוואלדיגע זאך דאס! אשרי להם!
זאלן אנדערע נאכמאכן, ס'ליידער דא געניג און נאך חומר..
הק' איש ימיני
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

''בן מנחם'' שיינט צו זיין אן אויפגייענדן שטערן במלאכת הכתיבה, ער איז א כלי עצום ונורא מיט א זעלטענער כח הציור והדמיון און א מעגליכקייט צו ערקלערן טיפע דקותדיגע נקודות מיט א זאפטיגן הומאר און געשליפנקייט.
ליינענדיג זיין וואונדערליכע עסיי פארוואס איז היינט דא מער גייסטישע פראבלעמען, האב איך מער ווי איינמאל אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. איך באוואונדער זיין גרינטליכקייט אין תורת הנפש און כשרון אין שריפט. כה לחי.
גוטע פריינד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע פריינד »

ציפקע האט געשריבן:''בן מנחם'' שיינט צו זיין אן אויפגייענדן שטערן במלאכת הכתיבה, ער איז א כלי עצום ונורא מיט א זעלטענער כח הציור והדמיון און א מעגליכקייט צו ערקלערן טיפע דקותדיגע נקודות מיט א זאפטיגן הומאר און געשליפנקייט.
ליינענדיג זיין וואונדערליכע עסיי פארוואס איז היינט דא מער גייסטישע פראבלעמען, האב איך מער ווי איינמאל אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. איך באוואונדער זיין גרינטליכקייט אין תורת הנפש און כשרון אין שריפט. כה לחי.



איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון בן מנחםס ארטיקל,

און איך וויל אויך אויפמערקזאם מאכן די חשובע רעדאקציע און שרייבערס פון די מאמענט אויף א שיינע וועג, אז ווען מען רעדט פון פראבלעמען אין מענטל העלטה ליינען עס געווענלעך יודן וואס האבן אט די דאזיגע פראבלעמען, אוקעי דאס איז גוט,

וואס איז אבער יא די פראבלעם?

די פראבלעם איז אז ווען די ליידענדער זעהט אז מען נעמט די נושא פון זיינע ביטערע יסורי נפש וואס ער זעהט דערווייל נישט קיין וועג ארויס דערפון, זיין לעבן זעהט אים שוין אויס מער ווייניגער א טאטאלע חורבן פון צער און יאוש יעדן איינציגן טאג, און דא קומט א שרייבער און מאכט קלאר אז דאס איז נישט קיין מחלה ככל המחלות נאר עס איז פשוט א קראנקע וועג פון לעבן טוט עס זייער וויי, און ווען מען בלעימט די מצב הדור קען עס אויך אויפוועקן אן אויפרעגעניש אויפן גאנצן דור אז זיי זענען גאר שולדיג אז ער איז קראנק אויף או סי די ל״ע מיט דעם וואס זיי דזשאדזשן אים, און א טאטאלע יאוש וועט נאכפאלגן די אויפרעגעניש וויבאלד ער קען דאך נישט טוישן די גאנצע דור, און דעריבער בלייבט נאר די איינציגע ברירה צו ליידן און בלעימען די מצב הדור,

הגם עס איז אמת אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס זייערע ליידענישן זענען געבויעט מער ווייניגער אויף שלעכטע מידות איז דאס אבער נישט די פאקט ביי יעדע יוד וואס ליידט אויף איינע פון די שרעקליכע מחלות, און אפילו די וואס ליידן יא אויף שלעכטע מידות איז נאכנישט מותר צו אויסבדחנען זייערע פראבלעמען אויף א ביליגע אופן ברבים (א שטייגער ווי אנפירקלען די קאווער פון די אויסגאבע ׳נארסיסיזם׳ מיט קידוש לבנה אותיות)

מען דארף אלעמאל געדענקען אז יסורי נפש זענען די ערגסטע יסורים וואס א בר נש קען ל״ע ליידן, און סיי וועלכע שרייבער זאל דאס האלטן פאר די אויגן בשעת מען אדרעסירט אט די נושאים, מען קען מיט איין קרום ווארט וויי טון און שטעכן אין הארץ פון א יוד וואס לעקט שוין אזוי אויך נישט קיין האניג אויף די וועלט,

אמאל קען א גוטע שרייבער און מומחה אין די ענינים מאכן אביסל ליצנות פון די מחלות הנפש כדי די ליידענדער זאל כאפן אז די מחלה האט נישט קיין שום שכלדיגע שטאנד, עס איז בלויז פארפירערישע ׳געפיהלן׳ וואס פארבלענדן די אויגן פונעם מענטש, דאס איז בכלל נישט שלעכט אבער אפילו דאס דארף געטון ווערן מיט געמאסטענע ווערטער, און נישט חלילה מאכן חוזק פון יודן וואס ליידן

להמחיש הענין: לדוגמא א יוד לאמיר אים א נאמען גיבן ר׳ יעקב פלעגט מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם און ב״ה שיין מצליח געווען, ויהי היום עס האט אים נעבאך באטראפן א גרויסע צרה, זיין ביזנעס איז ל״ע געגאנגען באנקראט, ער האט שוין אויסגעמעקסד זיינע קרעדיט קארדס, און ער האט נישט מער קיין דאלער צו די נשמה, די גראסערי וויל אים מער נישט פארבארגן, און זיינע קינדערלעך הונגערן פאר ברויט פשוטו כמשמעו

און א קליין ביהמ״ד׳של מאנטאג מיטאג צוועלעף אזייגער, עס עפנט זיך די טיר און ר׳ יעקב שפאצירט אריין מיט וואקלדיגע טריט, ער נעמט א תהילים און ברעכט אויס אין א געוויין.... עס טוט אים וויי צו זעהן זיינע קינדער הונגערן און אז ער קען נישט זיין די טאטע פון די שטוב און פארזארגן זיינע קינדערלעך מיט ברויט, כרחם אב על בנים, די צער און די טרערן שפאלטן הימלען,

ביי די זייט זיצט א יונגערמאן וואס זיין זיידע איז די עושר פון שטאט, ער האלט אויס אלע אייניקלעך, ער האלט אינמיטן צוזאמלייגן זיינע תפילין נאכן דאווענען אינעם לעצטן מנין וואס ער האט זיך גראדע מיטגעכאפט ביי ויושע... און ער זעהט צו א סצענע וואס שטימט אינגאנצן נישט מיט זיין באקוועמע לייפסטייל,

ער טראכט צו זיך, וואס וויינט ער אין קאפ אריין, דער אידעך א טיפש עצום, זאל ער אביסל נוצן דעם קאפ וועט ער נישט ברויכן אזוי קלאגן,

אט עפנט זיך די טיר עס שפאציר אריין ר׳ נפתלי די גרויסע עסקן, ער זעהט די מצב, ער שפירט ווי זיין הארץ וויל מער נישט קלאפן, ר׳ יעקבס טרערן טראגן אים פשוט אראפ פון זינען, ער האלט מער נישט אויס צוצוזעהן די סצענע, און ער גייט צו ר׳ יעקב, ער גיבט אים א ווארעמע קלאפ אויף די פלייצע, וואס הערט זיך עפעס פרעגט ער אים מיט א ווארעמע שטימע

נאכן אויסהערן אלע פרטים זאגט ר׳ נפתלי פארלירט אייך נישט ר׳ יעקב, מען דארף האבן בטחון אז דער משביע לכל חי האט נישט פארגעסן פון אייך, איך וועל אייך פרובירן צו העלפן אבער פארגעסט נישט פונעם טאטן אין הימל, ער איז די ריכטיגע ישועה,

דער יונגערמאן וואס האט אמאל געהערט א שיעור אויף מידת הבטחון הערט זיך צו צום שמועס, הייבט אן טראכטן צו זיך, יא יא, אז מען האט נישט קיין ביטחון קומט מען אן ווי דעם שוטה ר׳ יעקב,

ארויסגייענדיג פון ביהמ״ד כאפט זיך דער יונגערמאן, העי! ווי איז מיין ביטחון אינעם אויבערשטן? ווען מיין זיידע הערט ווען אויף צו געבן טשעקס וואלט איך דאך געווען פיל מער פארלוירן, איך האב דאך נישט קיין איינונג וואס דאס מיינט דאגת הפרנסה, ווי קום איך בכלל אהער דן צו זיין אין א זאך וואס איך האב נישט די מינדענסטע השגה וואס די יוד גייט נעבאך אדורך,

אההה עס איז אים לעכטיג געווארן, אין די מינוט האט ער זיך אויסגעלערנט צו פארשטיין אנדערע, און אויך צו פארשטיין אז ער קען נישט פארשטיין אנדערע בבחינת אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, איך בין נישט געווען אין יענעמס שיך און דעריבער קען איך אים בכלל נישט דן זיין,

אט די געדאנק האט אריינגעברענגט א נייע קלארקייט און א גוטע געפיהל פאר דעם יונגערמאן, צו געבן יענעם די רעספעקט און נישט דן זיין און קאנטראלן יעדעמס מיינונג אפילו נישט במחשבה איי איז דאס א לעכטיגע געדאנק

ער האט זיך אפגעשטעלט און אויסגערופן שטילערהייט צו זיך, ר׳ יעקב איך גיב אייך די רעכט צו פיהלן, פארשטיין, און פיהרן ״אייער״ לעבן לפי הבנתך, ואין לי שום עסק אדער מיינונג אין אייערע עסקים! איר האט פארדינט אט די דאזיגע רעכט ווייל איר זענט א מענטש א בעל בחירה, און איך וועל בל״נ מער נישט ״טראכטן״ פון אייערע החלטות אין לעבן, איר זאלט פירן אייער לעבן און איך וועל פירן מיינע,

לענינינו; טייערע מאמענט, עטס שרייבטס איבער די וויכטיגע נושא פון מענטל העלטה, ביטע זייט געווארנט אין כבוד הבריות און אין באשולדיגן אדער חוזק מאכן פון די ליידענדער, אדער בלעימען די מציאות און מצב הדור און אזוי ארום גורם זיין א שטארקע יאוש ביי די יודן וואס זוכן א ישועה און ווילן אנהייבן צו לעבן נארמאל ווי א יעדע יוד, ווייל די מצב הדור קען ער דאך נישט מתקן זיין, ער בעט דאך נישט קיין גרויסע זאכן, ער וויל בסך הכל האבן אביסעלע מנוחת הנפש און ישוב הדעת צו קענען אנגיין מיט זיין חיי יום יום
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

טאקע א גוטע פריינד פאר אונזערע ברודער וואס ליידן!

אייער פונקט וואס איר ברענגט ארויס איז אייזן שטארק, איינס פון די הויפט צילן פון "נפשי" איז צו גרייכן אט דאס, מענטשן זאלן אנהייבן פארשטיין די וואס ליידן אפילו אויב זיי כשלעצמם זיצן על סיר הבשר.

די ארטיקל פון בן מנחם אונטערמינעוועט נישט די פארשטענדעניש צום חולה, אדרבה, גלייך אנהייב פונעם ארטיקל איז ער שטארק מסביר די וויכטיגקייט פון פארשטיין אז די פראבלעמען זענען פראבלעמען, נישט דמיונות, ער שרייבט בתוך דבריו אז אויב האלטסטו אז די פראבלעם זיינע איז בטחון דאן מוז זיין אז ער ווייסט נישט וויאזוי צוצוקומען צו דעם. קיינער וויל דאך נישט ליידן. דארף מען אים העלפן מיט דעם אליין.

אייער טענה אז פארשטיין די גורם צו זיין פראבלעם וועט אים מאכן שפירן אויפגערעגט אויף די וועלט קען מען אפשר הערן, און מיר וועלן אויף להבא מער אכטונג געבן אויף דעם חלק, אבער באמת, פארשטיין די שורש פונעם פראבלעם איז א גרויסע הילף פארן מענטש, עס מאכט אים קלארער מיט זיך און דאס אליין קען אים העלפן זיך דראפען אויפן וועג ארויף.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זייער שיינע אויסגאבע . יעצט אביסל קריטיק איך וואלט געוואלט הערן אביסל פון די מעטאדען וואס מרדכי וויינבערגער ניצט און בכלל וואס פונקטליך דארף איך ארויס נעמען פון די גאנצע גליון
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ווי קען מען הערן ר' מרדכי וויינבערגער אויף קול מבשר?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
גוטע פריינד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע פריינד »

@נפשי יישר כח פארן אויסהערן מיינע דיבורים, באופן כללי איז די נפשי אויסגאבע אן אויסנאם הערליכע ארבייט, ענטהאלט גאר אסאך אינפארמאציע, צוזאמגעשטעלט פון געלונגענע היימישע מומחים

ובפרט איז די ׳פערספעקטיוון׳ ארטיקל א גוטע איידיע, עס העלפט קלאר מאכן די געדאנק אז אין עניני נפש האט יעדע מומחה זיין בליק און קוק ווינקל אויף די מציאות, א וויכטיגע נקודה
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

גיימיר זיך נעמען צייט עס צו ליינען אי"ה דורכן יו"ט
און כהאף אייך דירנאך צו ברענגען בליק אויפן קונטרס
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

fiena nieas האט געשריבן:זייער שיינע אויסגאבע . יעצט אביסל קריטיק איך וואלט געוואלט הערן אביסל פון די מעטאדען וואס מרדכי וויינבערגער ניצט און בכלל וואס פונקטליך דארף איך ארויס נעמען פון די גאנצע גליון

עס איז אין פלאן אנצהייבן אפאר רובריקן וואס וועלן לויפן און באשרייבן ״נאלידש״ אין די ענינים, טעראפי מעטאדן, נפשיות׳דיגע קרענק, ועוד.

עס איז דא גאר אסאך ארויסצונעמען פון דעם אויסגאבע, קודם די עצם רעדן פון די נושאים און עס ארויסלייגן אלץ פאקטן וואס קענען נישט פארשטיפט ווערן אין ווינקל. ועוד, קלארקייט מיט זיך. און אויך וויסנשאפט איבער די נושאים מיט עצות והדרכות פאר די וואס עס איז זיי נוגע.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

קברנה סובניון האט געשריבן:גיימיר זיך נעמען צייט עס צו ליינען אי"ה דורכן יו"ט
און כהאף אייך דירנאך צו ברענגען בליק אויפן קונטרס

יישר כח, וממך ילמדו.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

זינגער האט געשריבן:ווי קען מען הערן ר' מרדכי וויינבערגער אויף קול מבשר?

3-2-3 פון די מעין מעניו.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

א לענגערע צייט שוין נישט באזוכט דא, אבער נאכן ליינען די נפשי אפטיילונג פונעם מאמענט האב איך געשפירט ביי מיך אז איך מוז ערגעץ ווי ארויסברענגען מיינע פערזענליכע געפיהלן און זי מיטיילן מיט אנדערע.

אלזא, איך ליין שוין יארן, איך ליין און ליין מיט אימפעט און דארשט אן אויפהער, מיין ב"ב ווערט שוין צופלאצט פון די טויזענטער ביכער און אויסגאבעס וועלכע איז האלט על כל צרה ווען איך וועל נישט האבן וואס צו ליינען, אבער ווי שוין ערווענט אויף דעם וועלטל פילע מאל הערשט א געוויסע וויסטקייט אינעם וועלט פון שרייבעריי, מען דארף נישטערן מיט ליכט ביז מען געפינט עפעס א אינטערסאנט שטיקל וועלכע לייענט זיך געשמאק און איז אין די זעלבע צייט אינפארמאטיוו, ציענד און ווערטדפול.

אט יעצט איז אבער אנגעקומען די געלעגנהייט, עס רעדט זיך נישט בלויז פון א אינטערסאנט שטיקל און א שיינע שמועס, מען רעדט דא פון געוויסע טאלאנטפולע שרייבער וועלכע פארמאגן אין דער זייט א עקסטערע מאס שכל מיט פארשטאנד, וואס האבן זיך צוזאם גענומען אדורכצואקערן א טעמע מדאשקע לדאשקע, א געוויסע נושא וועלכע איז אין די היסטאריע פון היימישע ליטעראטור נאכנישט צונומען געווארן און בכלל נאך קיינמאל נישט ארויפגעברענגט געווארן אויף א גרעסערע פלאטפארמע.

און יעצט צום עצם 'נפשי' ביילאגע. די טעמע פון מענטל העלט איז גאר א שווערע און קאמפליצירטע, עס איז עפעס וועלכע נעמט אריין אין זיך פילע פערספעקטן און קוק ווינקלן, עס איז א געמיש פון מאטריאליזם און ספיריטואליזים, עס אינהאלט אלע סארטן מענטשן און נאטורן, ענקזייעטי און סטרעס דארף סארטירט ווערן אויף א געניטן אופן, אין קורצן עס איז גאר קאמפליצירט און ברייט-פארצווייגט, וועלכע טוט ווי פארשטענדליך באגרענציגן דעם שרייבער צו א עקסטרעם קורצע און שמאלע פאפיר-ערלויבענדע ארט.

נפשע האט געבראכן היסטאריע! זיי האבן באוויזן עפעס וואס קיינער האט נאכנישט ערצייגט! זיי האבן באוויזן צו נעמען אזא ברייטע און פארצווייגטע טעמע און עס צונעמען אויף פיץ פיצלעך אויף וויפיל די פענע און פאפיר טוען ערלויבן. איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין די גענויע דעטאלן פון א יעדע ארטיקל באזונדער, אבער אין קורצן גערעדט איז עפעס סאמטינג ספעשל.

אלס א קליינע דוגמא וועל איך אנכאפן דעם ערשטן ארטיקל ווי דער 'בן מנחם' טוט ארויסברענגען די עצם סיבה פארוואס בזמננו האלה טוען זיך די אלע שמות הנרדפים פארמערן אויף א אומ-פארמיידבארע פארנעם, ער טוט דארט צולייגן דעם נושא אויף א הערליכע פארנעם, עס איז נישט בלויז עפעס וועלכע טוט געבן וויסענשאפט און קלוגשאפט, עס איז ליבערשט עפעס וואס מאנט און פאדערט פון יעדע איינציגסטע ליינער, איפוא אני? ווי בין איך? אפשר האב איך אויך א חלק אינעם שיקזאל פון אזויפיל ליידנדע, קען זיין אז איך קען אויך עפעס טוען צו לייזן דעם מולטי מיליאן דאלערדיגע פרעבלעם!

- ס'גענוג!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

וועלעכע דייעגנאסיס צולייגט מען דארט און דיטעילס?
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

שיק יונגל האט געשריבן:וועלעכע דייעגנאסיס צולייגט מען דארט און דיטעילס?

מיר האבן געהאט אן ארטיקל אויף OCD וואס איז אין די לעצטע מינוט ארויסגעפאלן. מיר האפן אנצוהייבן מיט א קאלום וואס וועט באשרייבן א דייאגאנאז, איינס נאכן צווייטן, מען זאל זיך באקענען אביסל מיט די סימפטאמען און פארשטיין ווען מען ברויך הילף.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

יישר כח פאר אלע וואס קומען דא מיט פידבעק, ובפרט ״משה מאשקאוויטש״, אייערע ווערטער זענען קילורין לעיניים.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

נפשי האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:ווי קען מען הערן ר' מרדכי וויינבערגער אויף קול מבשר?

3-2-3 פון די מעין מעניו.

יישר כח
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

שוין נישט דא זייט מוצאי שבת אין די עטליכע געשעפטן וואו איך האב געזוכט. אין ווילי.

מאמענט, ביטע.
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

פריער געזען ביי הצלחה
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

Chestnut Still have
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

די געפילן ארטיקל איז זייער שטארק, צונומען א סוגיא עמוקה ורחבה מיט אלע קליפערלעך און מפרשים
די אנאליז פון אמאל און היינט איז שיין אבער ער איז אליין מודה אז דאס איז נישט די איינציגסטע סיבה
די וואנדערוועג האט מיר געקאסט א טרער
מרדכי וויינבערגער פלעג איך אנקוקן ווי א קלאון מיין בליק האט זיך געטוישט נאאך די אינטערוויו
פערספעקטיוון איז זייער א געשמאקע געדאנק מען זעט ווי ממש יעדער טעראפיסט קומט אויף מיט א צווייטע געדאנק, איך וואלט געוואלט סענדי ארנשטיין זאל רעדן לענגער
CBT איז זייער גוט אראפגעלייגט פאר איינער וואס פארשטייט נישט, געווען א גוטע געדאנק צו צוטיילן ווייל דער ליינער וועט נישט קענען אריינעמען אזוי באנטש טיפע אינפארמאציע אויפאמאל
היפנאזיע איז א הערליכע ארטיקל
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די ארטיקל פון בן.מנחם האט מיר בכלל נישט געצויגן צו ליינען ווייל איך מיין אז אן ארטיקל וואס רעדט פון תורת הנפש דארף זיין פון א פארלעסליכן מענטש א מענטש וואס ווייסט וואס ער רעדט , דערווייל קימט דער שרייבער ארויס אנאנימיס אן א נאמען נאר עפעס א בן מנחם . נישט אינטערסאנט.
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

אין מעלות און המספיק, להתחזק וכו' שטייט טאקע נעמען.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

fiena nieas האט געשריבן:די ארטיקל פון בן.מנחם האט מיר בכלל נישט געצויגן צו ליינען ווייל איך מיין אז אן ארטיקל וואס רעדט פון תורת הנפש דארף זיין פון א פארלעסליכן מענטש א מענטש וואס ווייסט וואס ער רעדט , דערווייל קימט דער שרייבער ארויס אנאנימיס אן א נאמען נאר עפעס א בן מנחם . נישט אינטערסאנט.


ער שרייבט אינטערסאנט, מען קען דיסעגריען דא דארט מיט אים אבער עס מאכט נישט אוועק די געלונגענע ארבייט,

בן מנחםס ארטיקל ווי איך פארשטיי איז נישט געקומען צו העלפן איינעם וואס האט שוין אן ערנסטן פראבלעם, עס איז פשוט אויפצומאכן די אויגן אויף געוויסע געדאנקען, און אדרבה אזא ארטיקל טאר קיין מומחה נישט שרייבן ווייל מען זאל נישט מיינען אז יעדעס ווארט איז ממש געפראווד מיט קראנטע סטאדיעס, עס איז געדאנקעלעך פון א בר דעת, בבחינת טעיק איט אר ליוו איט
חביבי
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”