טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:מתמודד האט געשריבן:סדארף נאכאמאל קלארגעשטעלט ווערן אז אנדערש ווי ביי אלגעמיינע געזונט ווי עס איז דא א מעינסטרים מיט א מיעוט פון יוצאים מן הכלל, איז מענטל העלט נאך היפש צוטיילט און די לייסענסד טעראפיסטן זענען ווייט נישט די מעינסטרים, העכסטנס א רוב, זייער אסאך מענטשן וואס נוצן מענטל העלפ גייען צו אומאפיציעלע מענטשן, אזוי אז סאיז נישט שייך צו האבן טענות אויף א אויסגאבע אז זיי האבן געדעקט די סכנהדיגע זייט ווייל די איינציגסטע זאך וואס מאכט עס סכנהדיג איז דאס אז דער וואס האט טענות האלט נישט דערפון, א צווייטער האלט אז לייסענסד איז א גרעסערע סכנה און סאיז ווייט נישט מוחלט ביי וועמען סליגט דער רוב און דער גערעכטיקייט.
נו, און אפשר איז דאס די ציל?
אױב זײ האלטן אז מענטל העלט קומט אזױװי מעינסטריעם אז מ׳גײט צו לײסענס, אדער מ׳פרעגט אלס אן בײ א אנגענומענע רעפערל ארגאניזאציע, (װי ס׳משמע פון זײ ביז אהער, כ׳סטרעסס די װארט ״אױב״, נישט אז ס׳זיכער אז ס׳קומט טאקע אזױ כ׳רעד לשיטתם) פארװאס מעגן זײ נישט שטופן די װאגאן? זײ פילן צו גײן אױף די װעג, און װער ס׳פילט אז זײ זענען ראנג איז העפליך מכובד ארױסצוגעבן א אױסגאבע אױף אן אנדערן שניט,
ברוך שכיוונתי!!!
האמיר שבת געלײנט די קלארשטעלונג פון נפשי, אאון זײ ברענגען ארױס ממש די צװײ פױנטס װאס איך האב געשריבן, 1) א טעראפיסט דארף זײן לײסענסד, (אזױ האלטן ״זײ״) 2) מ׳זאל נישט ציען קײן למעשהדיגע מסקנות פון נפשי מ׳זאל פרעגן רעליף, און זײ שרײבן דארט רעליף׳ס נומבער,
מתמודד, ״זײ״ האבן אזױ אנגענומען, זײ זענען ענטײטלד צו האבן זײער מײנונג, (בפרט אז ס׳דא אזא מעינסטרים מהלך אז מ׳דארף זײן לײסענסד, ס׳נישט אן ״עקסטרעמע״ שטעלונג, ס׳גאנץ פארשטענדליך,) און מ׳מעג מחולק זײן מיט זיי, אבער װיבאלד דאס איז זײער שטעלונג איז פארשטענדליך אז זײ װעלן פאוקאסירן צו געבן די באלעמער פאר לייסענסד פסיכאלאגן װען ס׳קומט צו מענטאל העלט, און בכל הכבוד מעג מען זײן מחולק,