״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט
״נפשי״ — מאמענט׳ס נייע ״מענטל העלט״ אויסגאבע מיט אינפארמאציע, אינטערוויוען, אנאליזן און עצות פאר'ן גייסטיגן געזונט.
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm
ווער האט איהם געקרוינט אלס קעניג? איך וואלט איהם ענדערש געריפען די קעניג פון מארקעטינג
לעצט פארראכטן דורך אשלג אום מיטוואך אפריל 05, 2017 5:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2813
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
אשלג האט געשריבן:ווער האט איהם געקרוינט אלס קעניג?
מען מיינט דאך נישט די ווארט "קעניג". איר האט שוין אמאל געטראפן א טעראפיסט וואס איז "היימיש", האט אונטער זיך א גאנצע שטאב פון היימישע טעראפיסטן, און ווערט אויסגעהערט טעגליך דורך הינדערטער טויזענטער מענטשן? איך נישט... דערווייל איז ער ביי מיר די "קעניג" פון היימישע טעראפיסטן.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040

- מאכט סענס?
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 450
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
- לאקאציע: בין תנור לכיריים
- דונש
- שר האלף
- תגובות: 1880
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
- לאקאציע: שבתדיגע זמירות
נפשי האט געשריבן:אשלג האט געשריבן:ווער האט איהם געקרוינט אלס קעניג?
מען מיינט דאך נישט די ווארט "קעניג". איר האט שוין אמאל געטראפן א טעראפיסט וואס איז "היימיש", האט אונטער זיך א גאנצע שטאב פון היימישע טעראפיסטן, און ווערט אויסגעהערט טעגליך דורך הינדערטער טויזענטער מענטשן? איך נישט... דערווייל איז ער ביי מיר די "קעניג" פון היימישע טעראפיסטן.
אין פאקט האט ער געמאכט א גאר שטארקע אווערנעס איבער דעם ענין ביים היימישן עולם, און גאר אסאך האבן זיך גענומען אין די האנט אריין א דאנק אים,
זוכט איר דוי?
מיין פראבלעם מיט די מאמענט איז אז זיי נעמען טאפיק'ס וואס זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף קול מבשר, סאו וואס דארף איך ליינען א זאך וואס איך האב שוין צען מאל געהערט, און די זעלבע דא, איך הער עם יעדע וואך אויף קול מבשר, סאו וואס גייט ער דא מער מחדש זיין וואו קול מבשר.
איך בעט די מאמענט אז זיי זאלן זיך נעמען שרייבן ארטיקלען וואס איז אינטרעסאנט און נישט וואס איז שוין איבערגעקייט געווארן צען מאל אויף די טעלעפאן ליניע'ס, שרייב אן ארטיקל פון פארווארפענע שטעט וואו אידן זענען צושפרייט היינט איבער די וועלט, א שטייגער וואו די פאלאשן (גראדע קען איך שוין דעי היסטאריע, אבער איך רעד וואס רוב עולם קען נישט) אין עטיאפיע, און די אידן אונעם ווייטן אינדיע, א שמיס מיט מענטשן וואס וואוינען אין אינטרעסאנטע פלעצער וואו בראזיל אדער כינע, שרייבן פון מיסטריעזע טאפיק'ס וואס דארף פארש ארבעט א שטייגער וואו די סאמבאטיאן אדער די ניליס, די כינעזער וואנט די צעלאזענישן אין די אראבישער האלב אינזל מיט פילע יארן צוריק און וואו די אידן האבן דארט געזיגט אין פילע מלחמות און שטארק פארפעסטיגט זייער קעניגרייך איבערן האלב אינזל (וויפיל פון ענק ווייסן אז ס'האט דארט געהערשט א מעכטיגע אידישער קעניגרייך??...), די קולות וואס מ'האט געהערט אין די אפריקאנער וועלדער. און אזוי ווייטער, מאמענט שטאב עטץ האטץ אזאנע גוטע שרייבער פארוואס נישט שרייבן עפעס אינטרעסאנט.
מיט ריספעקט

- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
אמביציע האט געשריבן:מיין פראבלעם מיט די מאמענט איז אז זיי נעמען טאפיק'ס וואס זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף קול מבשר, סאו וואס דארף איך ליינען א זאך וואס איך האב שוין צען מאל געהערט, און די זעלבע דא, איך הער עם יעדע וואך אויף קול מבשר, סאו וואס גייט ער דא מער מחדש זיין וואו קול מבשר.

אינטערעסאנט אז מיר האבן אן אייניגער טעיסט, איך וואלט אויך געלעכצט צו וויסן מער פון איבער די וועלט - דערפאר באלעק איך זיך מיט דיינע ארטיקלן דא אויף אייוועלט. אבער אודה לי מיהת אז רוב עולם איז (ליידער) נישט אינטערעסירט דערין כהיום... נפשי איז א מער גוט גייענדער נושא נישט קיין חילוק וויפיל מאל עס איז שוין צעקייט געווארן.
אמביציע האט געשריבן:מיין פראבלעם מיט די מאמענט איז אז זיי נעמען טאפיק'ס וואס זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף קול מבשר, סאו וואס דארף איך ליינען א זאך וואס איך האב שוין צען מאל געהערט, און די זעלבע דא, איך הער עם יעדע וואך אויף קול מבשר, סאו וואס גייט ער דא מער מחדש זיין וואו קול מבשר.
נישט ממש קיין טענה, אפילו א מענטש וועמען מ'הערט רעדן איבער א ספעציפישע טעמע איז נאך אלץ אינטערעסאנט ווען אן אינטערוויואירער זעצט זיך אוועק הערן זיינע עקספריענסעס. בכל אופן, איז דאך נפשי נישט נאר דאס, נאר א נייע זשורנאל און עס איז גאנץ נארמאל אנצוהויבן אזא פראיעקט מיט דעם מערסט פראמינענטן פיגור אין דעם פעלד.
איך בעט די מאמענט אז זיי זאלן זיך נעמען שרייבן ארטיקלען וואס איז אינטרעסאנט און נישט וואס איז שוין איבערגעקייט געווארן צען מאל אויף די טעלעפאן ליניע'ס, שרייב אן ארטיקל פון פארווארפענע שטעט וואו אידן זענען צושפרייט היינט איבער די וועלט, א שטייגער וואו די פאלאשן (גראדע קען איך שוין דעי היסטאריע, אבער איך רעד וואס רוב עולם קען נישט) אין עטיאפיע, און די אידן אונעם ווייטן אינדיע, א שמיס מיט מענטשן וואס וואוינען אין אינטרעסאנטע פלעצער וואו בראזיל אדער כינע, שרייבן פון מיסטריעזע טאפיק'ס וואס דארף פארש ארבעט א שטייגער וואו די סאמבאטיאן אדער די ניליס, די כינעזער וואנט די צעלאזענישן אין די אראבישער האלב אינזל מיט פילע יארן צוריק און וואו די אידן האבן דארט געזיגט אין פילע מלחמות און שטארק פארפעסטיגט זייער קעניגרייך איבערן האלב אינזל (וויפיל פון ענק ווייסן אז ס'האט דארט געהערשט א מעכטיגע אידישער קעניגרייך??...), די קולות וואס מ'האט געהערט אין די אפריקאנער וועלדער. און אזוי ווייטער, מאמענט שטאב עטץ האטץ אזאנע גוטע שרייבער פארוואס נישט שרייבן עפעס אינטרעסאנט.
מיט ריספעקט
צווייטע האלב קריטיק געהערט נישט אין דעם אשכול, און בכלל, מענטל העלט איז גענוג א ברייטע און וויכטיגע טעמע צו ווידמען דערפאר פאפיר און בארירט מער מענטשן ווי די פאלאשן און איז מער פראדאקטיוו, בכל אופן מיין איך אז אין הויפט מאגאזין קען מען טרעפן מער ארטיקלען ענליך צו דעם סארט.
מיט רעספעקט
ציפקע האט געשריבן:אמביציע האט געשריבן:מיין פראבלעם מיט די מאמענט איז אז זיי נעמען טאפיק'ס וואס זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף קול מבשר, סאו וואס דארף איך ליינען א זאך וואס איך האב שוין צען מאל געהערט, און די זעלבע דא, איך הער עם יעדע וואך אויף קול מבשר, סאו וואס גייט ער דא מער מחדש זיין וואו קול מבשר.
נישט ממש קיין טענה, אפילו א מענטש וועמען מ'הערט רעדן איבער א ספעציפישע טעמע איז נאך אלץ אינטערעסאנט ווען אן אינטערוויואירער זעצט זיך אוועק הערן זיינע עקספריענסעס. בכל אופן, איז דאך נפשי נישט נאר דאס, נאר א נייע זשורנאל און עס איז גאנץ נארמאל אנצוהויבן אזא פראיעקט מיט דעם מערסט פראמינענטן פיגור אין דעם פעלד.
איך בעט די מאמענט אז זיי זאלן זיך נעמען שרייבן ארטיקלען וואס איז אינטרעסאנט און נישט וואס איז שוין איבערגעקייט געווארן צען מאל אויף די טעלעפאן ליניע'ס, שרייב אן ארטיקל פון פארווארפענע שטעט וואו אידן זענען צושפרייט היינט איבער די וועלט, א שטייגער וואו די פאלאשן (גראדע קען איך שוין דעי היסטאריע, אבער איך רעד וואס רוב עולם קען נישט) אין עטיאפיע, און די אידן אונעם ווייטן אינדיע, א שמיס מיט מענטשן וואס וואוינען אין אינטרעסאנטע פלעצער וואו בראזיל אדער כינע, שרייבן פון מיסטריעזע טאפיק'ס וואס דארף פארש ארבעט א שטייגער וואו די סאמבאטיאן אדער די ניליס, די כינעזער וואנט די צעלאזענישן אין די אראבישער האלב אינזל מיט פילע יארן צוריק און וואו די אידן האבן דארט געזיגט אין פילע מלחמות און שטארק פארפעסטיגט זייער קעניגרייך איבערן האלב אינזל (וויפיל פון ענק ווייסן אז ס'האט דארט געהערשט א מעכטיגע אידישער קעניגרייך??...), די קולות וואס מ'האט געהערט אין די אפריקאנער וועלדער. און אזוי ווייטער, מאמענט שטאב עטץ האטץ אזאנע גוטע שרייבער פארוואס נישט שרייבן עפעס אינטרעסאנט.
מיט ריספעקט
צווייטע האלב קריטיק געהערט נישט אין דעם אשכול, און בכלל, מענטל העלט איז גענוג א ברייטע און וויכטיגע טעמע צו ווידמען דערפאר פאפיר און בארירט מער מענטשן ווי די פאלאשן און איז מער פראדאקטיוו, בכל אופן מיין איך אז אין הויפט מאגאזין קען מען טרעפן מער ארטיקלען ענליך צו דעם סארט.
מיט רעספעקט
איך ווייס נישט וואס אבער איך ליין דאס שוין זינט ס'איז ארויס געקומען און איך האב ממש נישט געטראפן אזאנע ארטיקלען, און דו זאגסט אז ס'בארירט מער מענטשן וועל איך דיר זאגן אז ווער ס'דארף עס גייט וואו איך פארשטיי נישט קומען צום שכל וועגן די ארטיקל אין דעם מאמענט, אבער שרייבן פון אינטרעסאנטע זאכן קוועלט מען כאטש ווען מ'ליינט. און איך וועל דיר זאגן אז מער וואס קול מבשר האט שוין איבערגעקייט גייט מען דא נישט געוואר ווערן.
א מאדנע טענה דאס "איך האב עס שוין געהערט אויף קול מבשר", ווען מ'רעדט פון איבערשרייבן אן ארטיקל פון אנאנדערע אויסגאבע פארשטיי איך, יענעמס סחורה קען איך ליינען ביי יענעם כ'דארף דיר נישט האבן פאר דעם, אבער הערן אויף קול מבשר? וואס האט איינס מיטן דריטן? אינו דומה שמיעה לריאה. און בכלל איז עס אנאנדערע קלייענטעל.
I reserve the right to disagree
12:56נפשי האט געשריבן:אשלג האט געשריבן:ווער האט איהם געקרוינט אלס קעניג?
מען מיינט דאך נישט די ווארט "קעניג". איר האט שוין אמאל געטראפן א טעראפיסט וואס איז "היימיש", האט אונטער זיך א גאנצע שטאב פון היימישע טעראפיסטן, און ווערט אויסגעהערט טעגליך דורך הינדערטער טויזענטער מענטשן? איך נישט... דערווייל איז ער ביי מיר די "קעניג" פון היימישע טעראפיסטן.
פון די גרויסע טעראפיסטן גייסטו קיינמאל נישט הערן זיי דארפן נישט האבן קיין קנעפל אויף קול מבשר אדער פארקויפן ובלכתך בדרך טעיפס צו ציען קוסטומערס
נגיד האט געשריבן:א מאדנע טענה דאס "איך האב עס שוין געהערט אויף קול מבשר", ווען מ'רעדט פון איבערשרייבן אן ארטיקל פון אנאנדערע אויסגאבע פארשטיי איך, יענעמס סחורה קען איך ליינען ביי יענעם כ'דארף דיר נישט האבן פאר דעם, אבער הערן אויף קול מבשר? וואס האט איינס מיטן דריטן? אינו דומה שמיעה לריאה. און בכלל איז עס אנאנדערע קלייענטעל.
וואו איך פארשטיי. ווען מ'שרייבט איבער נעמט מען עס אדער פון ענגלישע אדער עברית וואס רוב מאמענט ליינער האבן נאך נישט געליינט, אבער איך מיין אז רוב מאמענט ליינער הערן קול מבשר, קען זיין אז פון דעם ספעציפישער נושא נישט אבער לאמיר זאגן וועגן די פארלוירענע תפילין, אדער אנדערע זאכן וואס זענען אויפן סדר היום וואס יעדער האט שוין זיבעציג מאל געהערט אדער געליינט אין צייטונגען.
עניוועי, על טעם וריח אין להתווכח, איך האב נאר געזאגט וויאזוי איך קוק עס אן
אמביציע האט געשריבן:מיין פראבלעם מיט די מאמענט איז אז זיי נעמען טאפיק'ס וואס זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף קול מבשר, סאו וואס דארף איך ליינען א זאך וואס איך האב שוין צען מאל געהערט, און די זעלבע דא, איך הער עם יעדע וואך אויף קול מבשר, סאו וואס גייט ער דא מער מחדש זיין וואו קול מבשר.
איך בעט די מאמענט אז זיי זאלן זיך נעמען שרייבן ארטיקלען וואס איז אינטרעסאנט און נישט וואס איז שוין איבערגעקייט געווארן צען מאל אויף די טעלעפאן ליניע'ס, שרייב אן ארטיקל פון פארווארפענע שטעט וואו אידן זענען צושפרייט היינט איבער די וועלט, א שטייגער וואו די פאלאשן (גראדע קען איך שוין דעי היסטאריע, אבער איך רעד וואס רוב עולם קען נישט) אין עטיאפיע, און די אידן אונעם ווייטן אינדיע, א שמיס מיט מענטשן וואס וואוינען אין אינטרעסאנטע פלעצער וואו בראזיל אדער כינע, שרייבן פון מיסטריעזע טאפיק'ס וואס דארף פארש ארבעט א שטייגער וואו די סאמבאטיאן אדער די ניליס, די כינעזער וואנט די צעלאזענישן אין די אראבישער האלב אינזל מיט פילע יארן צוריק און וואו די אידן האבן דארט געזיגט אין פילע מלחמות און שטארק פארפעסטיגט זייער קעניגרייך איבערן האלב אינזל (וויפיל פון ענק ווייסן אז ס'האט דארט געהערשט א מעכטיגע אידישער קעניגרייך??...), די קולות וואס מ'האט געהערט אין די אפריקאנער וועלדער. און אזוי ווייטער, מאמענט שטאב עטץ האטץ אזאנע גוטע שרייבער פארוואס נישט שרייבן עפעס אינטרעסאנט.
מיט ריספעקט
מרדכי וויינבערגער רעדט אויף קול מבשר? אויב יא, האט זיך שוין די גאנצע מאמענט ארטיקל געלוינט נאר אז איך זאל אויסגעפונען פון דעים.
איך גיי ניסלעך פאר מרדכי וויינבערגער, ער רעדט צום זאך, ער ווייסט וואס ער זאגט.
איך גיי אי"ה קויפן די מאמענט פאר דעיע באשרייבונג.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אמביציע האט געשריבן:נגיד האט געשריבן:א מאדנע טענה דאס "איך האב עס שוין געהערט אויף קול מבשר", ווען מ'רעדט פון איבערשרייבן אן ארטיקל פון אנאנדערע אויסגאבע פארשטיי איך, יענעמס סחורה קען איך ליינען ביי יענעם כ'דארף דיר נישט האבן פאר דעם, אבער הערן אויף קול מבשר? וואס האט איינס מיטן דריטן? אינו דומה שמיעה לריאה. און בכלל איז עס אנאנדערע קלייענטעל.
וואו איך פארשטיי. ווען מ'שרייבט איבער נעמט מען עס אדער פון ענגלישע אדער עברית וואס רוב מאמענט ליינער האבן נאך נישט געליינט, אבער איך מיין אז רוב מאמענט ליינער הערן קול מבשר, קען זיין אז פון דעם ספעציפישער נושא נישט אבער לאמיר זאגן וועגן די פארלוירענע תפילין, אדער אנדערע זאכן וואס זענען אויפן סדר היום וואס יעדער האט שוין זיבעציג מאל געהערט אדער געליינט אין צייטונגען.
עניוועי, על טעם וריח אין להתווכח, איך האב נאר געזאגט וויאזוי איך קוק עס אן
מיטן תפילין פארשטיי איך "אביסל" וואס דו זאגסט, ווייל ס'איז סך הכל ווי איינער פארציילט זיין פערזענליכע געשיכטע, און עס הערן צוויי מאל (פארשטייט זיך, פאר ווער ס'האט עס געהערט אויף קול מבשר) איז שוין נישט אינטרעסאנט, אבער דא איז עס אנדערשט.
I reserve the right to disagree
12:56א יישר כח פאר די אלע וואס האבן דא אויסגעדרוקט אינטערעסע אין אונזער ארבעט, עס געט חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט אונזער מיסיע ביתר שאת.
קריטיק איז די געזאלין וואס ברענגט הצלחה, אננעמען קריטיק איז ביי אונז א הויפט פריאריטעט, מיר גייען זיך אי״ה שטארק רעכענען מיט די פידבעק וואס ווערט געלופטערט דא אויף אייוועלט אויף להבא.
פארט זענען דא זאכן וואס מיר שפירן אז מען קען קלאר מאכן, אלזא, לאמיר פרובירן צו ענטפערן אויף די קריטיק פון ביז אהער.
--
אמביציע האט פארגעלייגט א שיין בינטל מיט טענות וואס מען קען אויף יעדע חלק מאריך זיין, אבער לאמיר קודם גיין צו א וויכטיגע פונקט וואס ער האט משלב געווען מתוך דבריו.
לויט אמביציע ״ווער ס'דארף עס גייט וואו איך פארשטיי נישט קומען צום שכל וועגן די ארטיקל אין דעם מאמענט״. הרב אמביציע איר האט א טעות! במשך אונזער ארבעט פארן אויסגאבע זענען מיר געווען בקשר מיט גאר אסאך עוסקים במלאכת הקודש, טעראפיסטן, רעפערל ארגענעזאציעס, און נאך, וכולם פה אחד האבן משבח געווען דעם פראיעקט און אויסגעדרוקט די גרויסע תועלת וואס אזא ״אווערנעס״ קען האבן, די אפעקט פון אזא אויסגאבע איז אומבאשרייבליך.
איין גרויסע טעראפיסט האט אונז געזאגט אז ״יעדע אויסגאבע וואס רעדט איבער די נושאים רעכט אויף הינדערטער משפחות״.
און לגבי די טענה אז די נושאים זענען אומאינטערעסאנט, די גמרא זאגט שוין על טעם וריח אין להתווכח, כשם שפרצופיהם אינן שוות כך דעותיהם, יעדער גלייכט עפעס אנדערש. אבער דאס איז אמאל זיכער אז עס זענען דא טויזענטער היימישע אידן וואס זענען אינטערעסירט און האבן א געשמאק אין די נושאים פון תורת הנפש. סיי מענטשן וואס דארפן הילף, סיי די וואס זייערע ארומיגע דארפן הילף, און אויך סתם מענטשן וואס האבן ליב ״נפש״.
איר טענה׳ט אז די נושאים זענען שוין אויסגעקייט אויף קול מבשר, שתי תשובות בדבר. קודם, עס סערווירט אן אנדערע קלייענטל, זייער אסאך מענטשן וואס האבן צייט שבת נאכמיטאג צו ליינען אן אויסגאבע האבן נישט קיין צייט צו הערן סתם אזוי א שטונדע אויף קול מבשר אין א גרינעם דינסטאג. וכן להיפך, עס זענען דא די וואס הערן איז זיי גרינגער. אבער דאס איז זיכער אז ביידע קוועלער סערווירן אנדערע מענטשן.
ועוד, אפילו די קול מבשר צוהערער וועלן באגעגענען אין נפשי בלויז חידושים. די אינטערוויו מיט ר׳ מרדכי וויינבערגער באשרייבט זיין פערזענדליכקייט, זיין הלוך ילך, די וועג וויאזוי ער ארבעט מיט פאציענטן, זאכן וואס ווערן נישט מבואר אין זיינע קול מבשר שיעורים.
שפעטער גייט איר אריין אין א נושא וואס קומט באמת אין די מאמענט אשכול, אבער אז איר האט עס דא געשריבן וועל איך אייך בלויז מודיע זיין בבחינת הנותן מתנה לחבירו אז אין די פסח מאמענט איז דא א לאאאנגע ארטיקל וואס באשרייבט אסאך אומבאקאנטע אידישע פלעצער ארום די וועלט, אמביציע, דאס איז צוגעשטעלט ספעציעל פאר אייך!...
הרב אשלג, מיר זענען נישט דא צו פראטעקטן ר׳ מרדכי וויינבערגער, אבער איר זענט מיסאינפארמירט. ר׳ מרדכי וויינבערגער נעמט נישט אליין אויף קיין קליענטן בכלל, ער האט אונטער זיך א שטאב פון טעראפיסטן וואס ארבעטן פאר זיין מוסד, און זיי זענען איבערגעפילט עד אפס מקום, יעדער טעראפיסט טוט איבער 40 סעסיעס א וואך. ר׳ מרדכי האט א קנעפל אויף קול מבשר, א קנעפל אויף די ראדיא, א קנעפל אויף ובלכתך בדרך, צווישן אסאך אנדערע, פאר די בלויזע ציל צו ברענגען ״אווערנעס״ ביים היימישן ציבור איבער מענטל העלט נושאים. ושכרו הרבה מאוד, טויזענטער מענטשן זענען שוין אויפגעראכטן געווארן ווען זיינע שיעורים האבן זיי געמאכט כאפן אז זייערע פראבלעמען זענען היילבאר.

ייש"כ ייש"כ מאמענט שטאב, באזונדער איז ווערד צו באגריסן אייער מעכטיגע "נפשי" ביילאגע, איך וועל עס אי"ה שטיצן און קיפן די מאמענט.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול