רופא נפשות האט געשריבן:מרדכי וויינבערגער פלעג איך אנקוקן ווי א קלאון מיין בליק האט זיך געטוישט נאאך די אינטערוויו
זעהט אויס דו מאכסט צו שנעל אפ דיין בליק אויף מענטשען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ממש אזוי האט געשריבן:איך בכלל בין נישט אזוי אנטציקט פון די גאנצע נפשי אויסגאבע. איך האב נישט געוואלט עכט שרייבן מיין מיינונג איבערדעם נאר היות איך זעה אנדערע האבן געשריבן אמרתי לעצמי איך מעג אויך.
איצט אזוי, באופן כללי האלט איך אז דעם אויסגאבע איז בכלל נישט ארויסגעגעבן צו העלפן מענטשן, נאר אלס א מארקעטינג סטראטעגיע פון די מאמענט. איך מיין, ס׳גאנץ א גוטע טעמע צו ציען מענטשן דאס צו קויפן; ס׳דאך דער טרענד ווי נישט ווי.
און אויך וויבאלד ביי די היימישע עולם איז נאך נישט פארהאן קיין אויסגאבע גיווידמעט בלויז אויף דעם (לעצטענס להתחזק) זענען געקומען די מאמענט ׳אויפגעקלערטע׳ און עס ברייט פובלעצירט. בראווא זיי האבן שוין נאך אן ענליכקייט צו די עמי.. וואס האט די חזקה ׳אדורכצוברעכן׳ גדרים.
איי, וואס א חילוק? א גרויסע חילוק!
זיך באנוצן מיט אזא סארט מארקעטינג מיטל; נעמליך צרות און מיטמאכענישן פון מענטשן, איז א גרויזאמער אקט.
נאך א זאך, די שרייבער האבן נישט אויסגעקוקט צו זיין גאר גרויסע מומחים א שטייגער ווי בן מנחם. נעכטען האט ער געשריבן ווען טראמפ און היינט וועגן ענקזייעטי, א שיינע מעשה.
נאך א זאך,עס עקלט און גרוילט צו ליינען די שורות פון שרייבער וועלכע האבן א ציל צו ׳אויפקלערן׳ דאס יהדות החרדית, ווי עס דערקענט זיך זייער אסאך מאל צווישן די שורות אין די נפשי.
ניין, מאכט נישט דעם טעות אז איך האב נישט קיין אהנונג אין די פעלד פון מענטל העלט, איך האב אסאך עקספיריענס און איך קען מיך גאר גוט אויס. און דעריבער זאגן מיר מיינע געפילן אז די מאטיווען דארונטער זענען בכלל נישט אזוי ׳גוט צו טון׳.
עס איז בסך הכל מיין מיינונג, עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן אויב עמיציר האט געהאט אזא געפיל.
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:ממש אזוי האט געשריבן:איך בכלל בין נישט אזוי אנטציקט פון די גאנצע נפשי אויסגאבע. איך האב נישט געוואלט עכט שרייבן מיין מיינונג איבערדעם נאר היות איך זעה אנדערע האבן געשריבן אמרתי לעצמי איך מעג אויך.
איצט אזוי, באופן כללי האלט איך אז דעם אויסגאבע איז בכלל נישט ארויסגעגעבן צו העלפן מענטשן, נאר אלס א מארקעטינג סטראטעגיע פון די מאמענט. איך מיין, ס׳גאנץ א גוטע טעמע צו ציען מענטשן דאס צו קויפן; ס׳דאך דער טרענד ווי נישט ווי.
און אויך וויבאלד ביי די היימישע עולם איז נאך נישט פארהאן קיין אויסגאבע גיווידמעט בלויז אויף דעם (לעצטענס להתחזק) זענען געקומען די מאמענט ׳אויפגעקלערטע׳ און עס ברייט פובלעצירט. בראווא זיי האבן שוין נאך אן ענליכקייט צו די עמי.. וואס האט די חזקה ׳אדורכצוברעכן׳ גדרים.
איי, וואס א חילוק? א גרויסע חילוק!
זיך באנוצן מיט אזא סארט מארקעטינג מיטל; נעמליך צרות און מיטמאכענישן פון מענטשן, איז א גרויזאמער אקט.
נאך א זאך, די שרייבער האבן נישט אויסגעקוקט צו זיין גאר גרויסע מומחים א שטייגער ווי בן מנחם. נעכטען האט ער געשריבן ווען טראמפ און היינט וועגן ענקזייעטי, א שיינע מעשה.
נאך א זאך,עס עקלט און גרוילט צו ליינען די שורות פון שרייבער וועלכע האבן א ציל צו ׳אויפקלערן׳ דאס יהדות החרדית, ווי עס דערקענט זיך זייער אסאך מאל צווישן די שורות אין די נפשי.
ניין, מאכט נישט דעם טעות אז איך האב נישט קיין אהנונג אין די פעלד פון מענטל העלט, איך האב אסאך עקספיריענס און איך קען מיך גאר גוט אויס. און דעריבער זאגן מיר מיינע געפילן אז די מאטיווען דארונטער זענען בכלל נישט אזוי ׳גוט צו טון׳.
עס איז בסך הכל מיין מיינונג, עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן אויב עמיציר האט געהאט אזא געפיל.
קענסט אויך אפשר אריינלייגן אין די שארפע תגובה, אנשטאט נפשי, שרייב המספיק, צו אן אנדערע ארג. "עה, זיי זענען נאר דא פאר געלט, א עקל און א גרויל".
א מין גערעדאכטס דאס.
ער דארף עס טון לשם מצוה, אז נישט איז עס א גרויל, וואס?
ער האט ארויפעברענגט מומחים, באשריבן שיינע זאכן, און אן אריינבליק אין נושאים ווי CBT און היפנאסעס, איך זעה באמת נישט וואס דו ווילסט אויסער זיך דראפענען אויף די גראדע ווענט פאר עפעס אן אומבאקאנטע סיבה
ממש אזוי האט געשריבן:חביבי האט געשריבן:@ממש אזוי, וואס מאכט דיר טראכטן אזוי נעגאטיוו אויף זייערע מאטיוון? וואס זענען דיינע מאטיוון מיטן שרייבן די קריטיק? אפשר דארט ליגט די ענטפער
חזקה אז מאמענט פרובירט צו אנרירן האקעלע און צומאל גאר האקעלע טעמע׳ס בלויז ווייל ס׳פארט דורך די רויטל ליניע, נא פארוואס איז דאסמאל אנדערש?
נגיד האט געשריבן:הייסט עס דו האסט עפעס פערזענליך קעגן די מאמענט, אקעי כ'מיש מיר נישט אריין...
איינער וואס האט נאר איין סיבה צו טראכטן פארוואס מען רעדט פון אזא וויכטיגע נושא, נאר אז דאס איז א מארקעטינג סטראטעגיע האט נאך קיינמאל געטון אין די נושא פון תורת הנפש. פינטל.
(א חוץ אויב האט ער פערזענליכע שנאה צו די מאמענט, כנ"ל...)
ובזה אשים קנצי למילין,
כ"ד החותם בברכת בא-ביי.
זינגער האט געשריבן:אזוי ווי איעדער דא האב איך אויך זייער הנאה געהאט פון די נפשי אויסגאבע, איך האלט אז בן מנחם זאגט א ריכטיגע נקודה וועגן אמאל און היינט עס מאכט אסאך סענס וואס ער זאגט.
איך בין שוין א אלטע חסיד פון ר' מרדכי וויינבערגער, ווייסט איינער זיין פרייז וויפיל ער בעט צו עוועליועטן איינעם?
חושב מחשבות... האט געשריבן:
די מאטערנישן פארן ריכטיגן דיאגנאוז פון הרב פערל איז אמת ויציב יעדע ווארט, זייער ברייט און גוט באשריבן,
אבער ס'האט געמאכט פילן פאר כמה אידן א געוויסע דעפרעסיע ווי מ'טאפט א וואנט, די וואס זענען אין די מצב ווייסן זייער גוט אז זיי גייען דורך די רייד, [און ס'עסט זיי גענוג אויף] און זיי זוכן צו הערן תקוה'דיגע ווערטער אז ס'דא א עק אינעם טונעל, מער דברי חיזוק, [א שטייגער ווי די 'להתחזק' קונטרס וואס ברענגט מעשיות פון מענטשן וואס זענען געווען אינעם גרוב און זענען ב"ה ארויסגעקראכן,] אבער צו סתם קריכן אין די בלאטע איז אביסל ווייטאגלעך פאר די אידן.. ס'וואלט אויסגעפעלט א בעסערע עפילאג..