״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:29 pm

די ארטיקל פוון הרב פערל איבער לויפן פון איין מהלך צום צווייטן מאכט עפעס מוראדיג צומישט.... ובפרט ווען מאיז א אפגעבריטער און משפירט אז מזעהט נישט קיין עק... עס זעהט אויס ווי עס ענדיגט זיך אינמיטן... עס עפענט אויף די ווייטאגליכע געפילן און לאזט עס אפן מיט א מוראדיגע יאוש געפיל...

(איך זעה מרעדט דערפון עלמיר עס דורכליינען... קודם געוואלט מיטטיילן מיינע געפילן וואס געהאט בשעת/נאכן ליינען די ארטיקל).

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:36 pm

אקעי געליינט זעה איך אז דער עולם איז מודה צו מיר..

(א שאד ס'האט ביזדערווייל אביסל צושטערט מיין יום טוב..)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:41 pm

אדורכגעליינט עטליכע ארטיקלען פון נפשי און איך איך האב זייער הנאה געהאט ב"ה

שיינע נושאים, הערליכע שפראך, און גוט באשריבן.

כשעפעלע ועוד לנגיד קען איך אויך מעיד זיין אז דאס איז געברענגט געווארן פארן ציבור נאך עמל ויגיעה פון א יחיד א איד וואס האט געוואלט ברענגען אווערנעס און וויסנשאפט פארן ברייטן ציבור איבער א נושא וואס איז ליידער אזוי פארשפרייט, אבער זייער ווייניג פון די וואס ליידן נישט פון איינע פון די עי בי סי וועלן וואוסן פון ואס מ'רעדט.

און יעצט צו די קריטיק. די ארטיקל פון הרב פערל האט מיר איבערגעלאזט צומישט זוכנדיג פון אלע זייטן אויב איך האב פארפעלט נאך א זייטל. ער קומט עפעס נישט צו צום ווארט.

ועוד, איך האב געווארט צו טרעפן מער ארטיקלען פאר די ליידנדע מיט דברי חיזוק וכדו' אין אזא סארט אויסגאבע. (הגם סתם אביסל ידיעה פארן ברייטן ציבור אין די נושאים איז אויך א גוטע זאך וד"ל)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:48 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:די ארטיקל פון הרב פערל האט מיר איבערגעלאזט צומישט זוכנדיג פון אלע זייטן אויב איך האב פארפעלט נאך א זייטל. ער קומט עפעס נישט צו צום ווארט.

ועוד, איך האב געווארט צו טרעפן מער ארטיקלען פאר די ליידנדע מיט דברי חיזוק וכדו' אין אזא סארט אויסגאבע. (הגם סתם אביסל ידיעה פארן ברייטן ציבור אין די נושאים איז אויך א גוטע זאך וד"ל)


יישר כח פארן זאגן ממש וואס איך האב פרובירט ארויסצוברענגן.

אוועטאר
נפשי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm

תגובהדורך נפשי » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:52 pm

בנוגע די ארטיקל פון הרב פערל;

די ארטיקל האט געצילט צו די מענטשן וואס האבן נאך נישט טועם געווען די שווערע וועלט פון מענטל העלט, זיי זאלן אנהייבן צו פארשטיין אז דאס איז נישט קיין קינדערשפיל, מענטשן ליידן ״עכט״. נישט סתם געפילן און דמיונות. און מיר ווילן איבערבעטן די וואס עס האט געמאכט שפירן שלעכט, מען וועט קומענדיגע מאל שטארק אכטונג געבן אויף אזעלכע זאכן.

און, זייט וויסן אז די ליכטיגקייט ביים עק פון טונעל איז נאנט! גאר נאנט.

בנוגע די קומענדיגע נומער פון נפשי;

דערווייל קען מען נאכנישט מעלדן א קלארע צייט ווען עס וועט זיין צו באקומען. כאטש וואס די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג.
Nafshi@MomentMagazine.org
Follow @NafshiJournal

Subscribe to Nafshi text alerts by texting “alert” to
347-450-7040

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:54 pm

יישר כח יישר כח!! זאל זיין מיט אסאך הצלחה!

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:33 am

ווילן מיר באגריסן מיט גרויס כבוד דעם נייעם שטארק אויפגעכאפטן אויסגאבע - 'נפשי'. א דורכברוך אין די וועלט פון מענטל העלט ביים היימישן עולם.
זאל דער באשעפער העלפן אז זיי זאלן זיך אויסברייטערן בעצה ותושיה פאר אלע וואס זיכן הילף אין די תחומים.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:38 am

איך בין זיך אויך מצטרף מיט א דאנק פאר די געוואלדיגע אויסגאבע וואס וועט ברענגן מער אווערנעס ביי אונזער ציבור.

עטליכע הערות האב איך אויך צוצילייגען, קודם מרדכי וויינבערגער'ס אינטערוויא האב איך ערווארטעט עפעס עטוואס מער ווי א אדווערטייזמענט פאר עם... גאנץ געשמאק געווען צו ליינען פארט אז דו גיסט עם די קאווער סטארי וואלט ער געדארפט פארקויפן עפעס נאלידש אויך פאר די ציבור.

און די בחור מצב איז מיר נישט אזוי געפאלן די קאמפליצירטע מצב ארום די בחור, וואלט נישט בעסער געווען צו שרייבן מער א שכיח'דיגע מצב וואס מען זאל קענען עפעס מער זאכליך ארויסנעמען? חוץ וואס איך פיל אז די שאלה איז פאבריצירט און נישט באמת זיך אפגעשפילט...
א'מונה ב'טחון ג'עלט

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 12:22 pm

איז נאך דא ערגעץ ווי מען קען עס יעצט טרעפן ?

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג אפריל 23, 2017 12:05 am

Amazing האט געשריבן:און די בחור מצב איז מיר נישט אזוי געפאלן די קאמפליצירטע מצב ארום די בחור, וואלט נישט בעסער געווען צו שרייבן מער א שכיח'דיגע מצב וואס מען זאל קענען עפעס מער זאכליך ארויסנעמען? חוץ וואס איך פיל אז די שאלה איז פאבריצירט און נישט באמת זיך אפגעשפילט...

איך גלייב אז דאס איז מער געווען א וועג צו זעהן ווי אזוי אנדערע מבינים קוקן אויף יעדע מצב פון אן אנדערע פארפעקטיוו (ושמו מוכיח עליו...) וואס איז גראדע זייער אינטרעסאנט.

די שאלות אין "תרומת הדשן" זענען אויך אייגענע... איך זעה נישט וואס עס נעמט אוועק.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » זונטאג אפריל 23, 2017 2:19 am

עס איז אינטרעסאנט די פאקט ווי עטליכע פרישע מבנים טערעפיסטן זענען ב״ה אנגעקומען אזוי ווייט, די פיר-פינף וואס ענטפערן די בחור שאלה זענען מער ווייניגער יונגעלייט. אבער קוקן שוין אויס ערפארן און עקספיריענס אין די נושא , זייער שיין!

אויב מעג מען זאגן רוב פון זיי האנדלן בדרך כלל מיט בחורים, פארדעם איז די ספעציפישע שאלה געווען געוואנדן צו זיי.

אוועטאר
נפשי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm

תגובהדורך נפשי » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 1:56 pm

איר האט שוין לאנג א שאלה וואס איר ווילט הערן דערויף די מיינונג פון פראפעסיאנאלן? יעצט איז די צייט!

שיקט אריין אייערע שאלות צו די ״נפשי״ רעדאקציע צו הערן ענטפערס פון פארשידנארטיגע ״פערספעקטיוון״ דורך מומחים אין די פעלד פון מענטל העלט.

די דעדליין פאר בריוו, ארטיקלען און עדווערטייזמענטס רוקט זיך נענטער.

nafshi@momentmagazine.org
Nafshi@MomentMagazine.org
Follow @NafshiJournal

Subscribe to Nafshi text alerts by texting “alert” to
347-450-7040

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 6:55 pm

ווען גייט זיין די נעקסטע נפשי?

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג אפריל 28, 2017 10:29 am

קען מען נאך ערגעץ קויפן די אויסגאבע? אדער קען מיר אריינשיקן און מיר וועלן באצאלן אי"ה

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 7:27 pm

ר' מרדכי וויינבערגער קומט יעצט ארויס מיט א נייע בוך Mastering Relationships The elements of connecting with anyone

אוועטאר
נפשי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm

״נפשי #2״

תגובהדורך נפשי » דאנארשטאג מאי 11, 2017 11:10 pm

IMG_1402.JPG
IMG_1402.JPG (408.59 KiB) געזעהן 3310 מאל
Nafshi@MomentMagazine.org
Follow @NafshiJournal

Subscribe to Nafshi text alerts by texting “alert” to
347-450-7040

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » פרייטאג מאי 12, 2017 1:32 am

אוי אוי אוי האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע נפשי?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג מאי 15, 2017 7:19 pm

פארשער האט געשריבן:ר' מרדכי וויינבערגער קומט יעצט ארויס מיט א נייע בוך Mastering Relationships The elements of connecting with anyone
צוגעלייגטע
masth.jpg
masth.jpg (50.66 KiB) געזעהן 3119 מאל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 16, 2017 3:11 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע נפשי?

איך גלייב אז שבועות
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מאטכע
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » מיטוואך מאי 17, 2017 12:10 am

איינער ווייסט צו זיי זוכן א אגענט פאר עדץ?

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך מאי 24, 2017 10:33 am

זינגער האט געשריבן:אזוי ווי איעדער דא האב איך אויך זייער הנאה געהאט פון די נפשי אויסגאבע, איך האלט אז בן מנחם זאגט א ריכטיגע נקודה וועגן אמאל און היינט עס מאכט אסאך סענס וואס ער זאגט.

איך בין שוין א אלטע חסיד פון ר' מרדכי וויינבערגער, ווייסט איינער זיין פרייז וויפיל ער בעט צו עוועליועטן איינעם?


מרדכי וויינבערגער האט ארויסגעשיקט

Mazel Tov! The New Book "Mastering Relationships" are in all the local Jewish Book stores later today!

You can also order Mastering Relationships on www.judaicabuzz.com. Thank you everyone for you EXCITEMENT!!

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מיטוואך מאי 24, 2017 3:26 pm

איך מיין אז ס'שוין צייט צו עפענען א באזונדערע אשכול "אלעס ארום פסיכאלאגיע" אדער "נייעס און קרישקעלעך אין פסיכאלאגיע און תורת הנפש", וואס זאל זיין דער פלאץ צו לופטערן אלעס ארום דעם נושא, אריינגערעכנט למשל דער אויבנדערמאנטער נייער בוך פון ר' מרדכי וויינבערגער וכדו'. וואס זאגט דער עולם?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 24, 2017 3:35 pm

Good idea

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מיטוואך מאי 24, 2017 3:45 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:איך מיין אז ס'שוין צייט צו עפענען א באזונדערע אשכול "אלעס ארום פסיכאלאגיע" אדער "נייעס און קרישקעלעך אין פסיכאלאגיע און תורת הנפש", וואס זאל זיין דער פלאץ צו לופטערן אלעס ארום דעם נושא, אריינגערעכנט למשל דער אויבנדערמאנטער נייער בוך פון ר' מרדכי וויינבערגער וכדו'. וואס זאגט דער עולם?


viewtopic.php?p=1449138#p1449138

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 1:50 am

eller האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע נפשי?

איך גלייב אז שבועות

ווען קומט עס למעשה ארויס?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט