קינדערליך - וועכנטליכע אויסגאבע פאר קינדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובה דורך רבניש »

אויב גייט עס טראגן דעם פנים פון דער בליץ / דער טריביון.....

איז נישטא וואס צו זארגן (האפן) פון א קאמפאטישאן פארן קינדליין.

אזא בעל מום שטעלט מען ארויס פאר א קאריקטאר וואס דארף ציען קינדער צום קויפן?

יא עס שפריצט שוין די קאפּי פעיסט עטיטוד פונעם ערשטן קוק דערויף און דעם חוסר הפראפעסינאלקייט...
יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:34 am

תגובה דורך יוסף שמואל »

רבניש האט געשריבן:אויב גייט עס טראגן דעם פנים פון דער בליץ / דער טריביון.....

איז נישטא וואס צו זארגן (האפן) פון א קאמפאטישאן פארן קינדליין.

אזא בעל מום שטעלט מען ארויס פאר א קאריקטאר וואס דארף ציען קינדער צום קויפן?

יא עס שפריצט שוין די קאפּי פעיסט עטיטוד פונעם ערשטן קוק דערויף און דעם חוסר הפראפעסינאלקייט...

און דעם דזישראף אויפן דעקל איז די גולת הכותרת... ממש ווי קינדליין דעקל
איך האב א אסתפקתא צו האלטן זיי אז די קאסטומער זענען טאקע אזוי נעריש אדער גאר...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובה דורך רבניש »

שוין נאך א נעבעכדיגן אומפּאפולערן וועכענטליכע פרינט אוט גייט פארנעמען די שעלווס.... גיי ווייס....

וואס איך פארשטיי נאר נישט, פארוואס האט ער געדארפט גראד מעלדן אז סיז נאך א רינגעלע פונעם בליץ טריביון אפיס טישל, וואלט ער כאטש געקענט האבן א הצלחה פאר א דריי וואכן ווילאנג די קויפערס כאפן זיך מיט וואס זיי פארטוישן דאס....

האבן זיך נישט דורך גערעד מיט מיר.
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובה דורך מאטכע »

פאר עפעס א ריזען קומט ער ארויס מיט א קינדער אויסגאבע אויך,
קוקט אויס אז די טריביון גייט גאנץ גוט אז ער גייט שוין צו די קינדער
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובה דורך פארטראכטער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:קינדליין איז א טייערע אויסגאבע. זייער אסאך שרייבערס און גראפיסטן.

אבער איך זעה נישט די מעלה און נישט אריינעמען רעקלאמעס און רעכענען אזוי טייער. ?

נעם יא אריין עדס, און רעכן 4 טאלער?

וואס איז פשט פון דעם 'פרינציפ'

כ'ווייס נישט אין פארשטיי נישט.
אבער פאר סאם ריזאן ווילען זיי נישט


ביזט זיכער אז זיי נעמען נישט קיין עדס אלס פרינציפ? זיי פלעגן דאך אין אנהייב האבן געהעריג עדס ?

מיר זעט עס אויס, אז וויבאלד סאיז שווער צו באקומען עדס פאר א קינדער אויסגאבע, נישט קיין חילוק ווי פאפולער עס איז, וויבאלד זייער ווייניג עדס טארגעטן קינדער, און אפילו אזעלכע עדס ווי מהדרין אייז קריעם וכדו' טארגעטן אויך די עלטערן וואס קויפן די פראדוקטן פאר די קינדער.
און אויב וויל ער זוכען עדס דארף ער הייערן א סעילסמאן, און האבן א אפיס ספעציעל פאר דעם, איז פאר די צוויי עדס וואס ער קען טרעפן, לוינט זיך אים נישט אריינצולייגן די כח און עפפארט.

קען זיין אז איינמאל ער האט באשלאסן אז ער גייט נישט זיכען קיין עדס, האט ער עס שוין געמאכט פאר א "פרינציפ" זאל ער שוין דורכדעם אריינכאפן נאך צוויי, דריי, קאסטומערס....
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

פארטראכטער האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:קינדליין איז א טייערע אויסגאבע. זייער אסאך שרייבערס און גראפיסטן.

אבער איך זעה נישט די מעלה און נישט אריינעמען רעקלאמעס און רעכענען אזוי טייער. ?

נעם יא אריין עדס, און רעכן 4 טאלער?

וואס איז פשט פון דעם 'פרינציפ'

כ'ווייס נישט אין פארשטיי נישט.
אבער פאר סאם ריזאן ווילען זיי נישט


ביזט זיכער אז זיי נעמען נישט קיין עדס אלס פרינציפ? זיי פלעגן דאך אין אנהייב האבן געהעריג עדס ?

מיר זעט עס אויס, אז וויבאלד סאיז שווער צו באקומען עדס פאר א קינדער אויסגאבע, נישט קיין חילוק ווי פאפולער עס איז, וויבאלד זייער ווייניג עדס טארגעטן קינדער, און אפילו אזעלכע עדס ווי מהדרין אייז קריעם וכדו' טארגעטן אויך די עלטערן וואס קויפן די פראדוקטן פאר די קינדער.
און אויב וויל ער זוכען עדס דארף ער הייערן א סעילסמאן, און האבן א אפיס ספעציעל פאר דעם, איז פאר די צוויי עדס וואס ער קען טרעפן, לוינט זיך אים נישט אריינצולייגן די כח און עפפארט.

קען זיין אז איינמאל ער האט באשלאסן אז ער גייט נישט זיכען קיין עדס, האט ער עס שוין געמאכט פאר א "פרינציפ" זאל ער שוין דורכדעם אריינכאפן נאך צוויי, דריי, קאסטומערס....

נישט אמת!
די קינדליין אויסגאבע ווערט וועכנטליך געליינט דורך אינג און אלט, עס איז נישט נאר פאר קינדער, א עד דארטן וואלט געזעהן געווארן דורך מער מענטשן ווי אין אנדערע אויסגאבעס...
נאר זיי האבן א פרינציפ ווייל זיי ווילן נישט אז אונזערע קינדער זאלן זיך אנליינען מיט רעקלאמעס וואס זענען נישט אזוי איידל!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

מאטכע האט געשריבן:פאר עפעס א ריזען קומט ער ארויס מיט א קינדער אויסגאבע אויך,
קוקט אויס אז די טריביון גייט גאנץ גוט אז ער גייט שוין צו די קינדער

אדער גייט עס נישט גוט, און זיי ווילן פרובירן אויף דעם אופן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובה דורך סיז מסודר »

זיי מוזן האבן א מוישי ווייל קינדליין האט אויך א אינגעל (כגעדענק נישט אויף די מינוט וויזוי ער הייסט), א שמועס מיט א פרוכט סוחר ווייל קינדליין האט יעדע וואך א באזוך אין א אנדערע פעקטערי. כזעה וואס דארף קאסטן 4.50 צו מאכן קאפי - פעיסט
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובה דורך בערקא »

די פרייז פאר פעיסט איז ארויף...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

עס האט נישט מיט אומאיידעלע רעקלאמעס (כאטש ס'איז זיכער דא א פראצענט עלטערן וואס האבן א פראבלעם מיט דעם, און קויפן גארנישט נאר די קינדליין). א ברייטערע אישו איז אדווערטייזמענט'ס פאר קינדער - ספעציעל אויב געמארקעט ספעציעל צו זיי אויף זייער לעוועל - קען זיין א דיסטראקטיוו פארס אין א שטוב, און ממש צווינגען די עלטערן צו קויפן אלע פראדוקטן וואס קינדליין אדווערטייזט, כעין ווי אלע עלטערן כמעט זענען שוין יעצט משועבד צו קינדליין אליין
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

תגובה דורך Intern Tish »

AD
אטעטשמענטס
ad.jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
כוכב
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:25 pm

תגובה דורך כוכב »

איך האב עס געקויפט נאך נישט געליינט אבער דורכגעבלעטערט און די אינהאלט געפעלט מיר.

אפאר שיינע רעיונות פון ארטיקלען
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

תגובה דורך Potus »

טרויביון גייט נישט סא גייט די קינדליין ליידן פארדעם
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
כוכב
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:25 pm

תגובה דורך כוכב »

איך גלייב נישט ער איז אפען לשם מצוה....
פארשטיי אז דער אחד האט נישט קיין שום overhead ער שרייבט אליינס די טריביון...

ווי ס'קוקט אויס פון די ארטיקלעך האט פאר דעם מעגאזין יא צאם געשטעלט א גוטע טיעם!

די מושי קערעקטאר איז גראדע זייער שוואך, אבער די אינהאלט איז פיין
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

תגובה דורך Naftule »

איז עס נייע סחורה אדער אלטע פון בליץ טריביון?
יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:34 am

תגובה דורך יוסף שמואל »

געבארגט פון א נייגעריגע שכן
דורכגעבלעטערט
די קינדער מיינע האבן גקרימט מיט די נאז און עס גלייך אראפ געלייגט מיט די ווארט "יאנטשי" בניגון אתנחתא
איך האב עס באקוקט
שווער צו קריטיקירן, ווייל ספאסט מיר פשוט צו נישט קריטיקירן א מעלה גרה, א בהמה טהורה איז מעלה גרה איינמאל, ווען איינער איז מעלה גרה דריי מאל, ווי אזוי הייסט ער? :roll:
טיפיקל טריביון/דער בליץ קיין אין חידוש, אלעס אלטע סחורה. א טייל שוין איבערגעקייט צום דריטן מאל אלץ לקיים מה שנאמר חזקה על חבר..

אלע קאמיקס האב איך שוין געזען אין ענגלישע ביכער מיט א יאר אדער צוויי יאר צוריק אדער מער יארן צוריק
ארטיקלען אלעס אלט, אדער ריסייקעלט פון טריביון דער בליץ
אדער גענומען אלטע טעיפס פון ר' חיים דוד ווייס און עס איבערגעטייפט און יא, אויך א אלטע מעשה פון רב"צ וואלקענערפעלד פון די שבת בלעטל...
ער האלט אזויווייניג פון דער ציבור אנ"ש אז אפילו איין נייע זאך האט ער זיך נישט צוקראצט צו ברענגען
און אונז עולם גולם איז עס בכלל מדמה צו קינדליין'ס פרישע רייכע ווארע
נו שוין, כגרויל מיר צו דן זיין דערין
Next case
יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:34 am

תגובה דורך יוסף שמואל »

יעצט באקומען אין אימעיל
סאיז פשוט א בושה פאר די יומענעטי
ממש, ער האלט אונז פאר אזאנע נערנים??
אטעטשמענטס
IMG-20170301-WA0148.jpg
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

תגובה דורך Naftule »

דאס איז לכאורה א חוזק בלעטל וואס איינער האט צוגעשריבן
יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:34 am

תגובה דורך יוסף שמואל »

אוואדע א חוזק בלעטל
די לעגא ארטיקל איז שוין דאס דריטע מאל מעלה גרה. מיט די זעלבע בילדער אפילו
זייער גוט מאכט ער חוזק פון דער וואס מאכט חוזק פון כלל ישראל און האט נאך די חוצפה צו רייסן פיר א האלב דאלער * פאר א גרה משולשת

* דערווייל פיר א האלב, ווארט נאר ווי זיין פרייז גייט וואקסן ווי די יש מאין פרייז פון דער טריביון
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

ביטע נידערן דעם טאן און נישט אטאקירן א ניק פערזענליך
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

תגובה דורך נגיד »

געקויפט, מיינע קינדער האבן דאס מער ליב ווי די קינדליין
I reserve the right to disagree
12:56
אידן פריינט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 8:40 am

תגובה דורך אידן פריינט »

יוסף שמואל טייערער, ווען דו וואלסט נישט געשריבן אזויפיל וואלט נאך איינער געמיינט אז דו טוהסט דא אויף אן אמת דן זיין צווישן "קינדליין" און "קינדערליך", און נאכ'ן גוט עס אדורכטוהן האסטו באשלאסן אז "קינדערליך" איז מלא חסרונות וכו'.
זיי אבער נישט ברוגז אז דורכאויס דיינע תגובות אין דעם נושא ביזסטו זעלבסט דער גרעסטער מעלה גרה... - ווי דו באטיטלסט די "קינדערליך" - איבערזאגנדיג די זעלבע ווערטער מער ווי עטליכע מאל חזקה... וואס פון דעם זעהט מען בלויז אז דו ביסט א זיכערער נוגע בדבר, אדער האסטו שייכות מיט'ן "קינדליין" אדער האסטו עפעס פערעזענליך קעגן "קינדערליך", און איך בעט דיך זיי נישט בייז אויף מיר ווייל איך פארשטיי אז דער אמת טוהט דיר נישט וויי...
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

גראדע זייער אימפרעסד געווען. גאר שיין און אינטערסאנט. איך האב הנאה געהאט ווי זיי באשרייבן פונקטלעך די פרוכט מארקעט הלוך ילך. געווען פאסיג פאר עדאלטס אויך.

זיי האבן דארט דא מעשה פון די באוואסטע "רבי ווייס" פון די טעיפס.

לפלא. זיי האבן דארט אויך פון ר' לייביש לאנגער. איז ער נישט אפיליאירט מיט קינדליין?

בס"ה, די וואך זענען זיי אין א געוויסן זין אפילו געווען שענער פון קינדליין. די קאמיקס בילדער זענען קלארער ועוד. אויב וועלן זיי נאר אזוי אנהאלטן..

איך וואלס מיך סובסקרייבט אויב זיי וועלן אויפנעמען א מגיה/משגיח, א היימישע מחנך וועם איך טראסט.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובה דורך מאכט סענס? »

מיינע צוויי סענט אויף די קינדערלעך.
כ'האב מיך נישט געקענט ברענגען שוין צו קויפן די וואך, ווייל כ'האלט אז זיי זענען באגאנגען אן אומרעכט. האב איך עס געבארגט פון א שכן.
זעהט אויס גאנץ פיין.
צוויי ארטיקלן האט מיך אויסגעזעהן אז זיי האבן עס שוין געשריבן אין די בליץ. די פרוכט מארקעט, און די לעגאו פאבריק.
די איבעריגע זענען גאנץ פיין פאר קינדער.
די קאמיקס איז נישט אזוי שיין ווי קינדליין.
די גראפיקס האב איך אויך נישט אזוי ליב געהאט.
און נאך א נקודה. זיי וואלטן געדארפט זיין אונטער די אחריות פון אנגענומענע באוואוסטע מחנכים. דאס וואלט מיך אפשר באוואויגן צו ווערן א שטענדיגע ליינער.
אבער ס'זעהט אויס היבש פיין.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

נישטא קיין לייביש לאנגער אין קינדליין, דו מיינסט אפשר לייביש האמער, ער שרייבט געווענליך די נפלאות הבריאה און די טעכניק קאלום
אין די פארווארט פון קינדערליך שרייבן זיי אז די ארטיקל פון ר' לייביש לאנגער, און אזוי אויך נאך אנדערע אינטרעסאנטע ארטיקלען זענען נאך נישט אריין אין די ערשטע אויסגאבע צוליב מאנגל אין פלאץ. עמיר ווארטן אויף קומענדיגע אויסגאבע צו זעהן במה הדברים אמורים.
איין זאך איז עס זיכער בעסער ווי קינדליין - ס'איז פיל מער 'קיד-פרענדלי', נישט קיין קליינע צוזאמגעשטופטע אותיות, און ס'איז פיל גרינגער צום ליינען. איבער די תוכן וועלן מיר צוווארטן נאך א וואך.
פארשפארט

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”