קינדערליך - נייע קינדער אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

קינדערליך - נייע קינדער אויסגאבע

תגובהדורך פארוואס נישט » זונטאג פאברואר 26, 2017 9:39 am

יוסף שמואל האט געשריבן:די מערכת פון טריביון און דער בליץ קומען מיט א נייע אויסגאבע
"קינדערליך"

PicsArt_02-26-09.36.33.jpg

ווארט'ן מיר צו זעהן די פרטים.

מאטכע
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:35 am

גייט זיין א קאמפעטישען מיט קינדליין?
איך גליה נישט אז ״קינדערלעך״ גייט קענען צושטעלן די זעלבע סחורה , באט יו נעווער נאו....

כוכב
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 20, 2014 5:25 pm

תגובהדורך כוכב » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:37 am

געט'ס א קוק אויף די צוויי לאגאס...
צוגעלייגטע
toys-r-us-and-babies-r-us-logo_300.jpg
toys-r-us-and-babies-r-us-logo_300.jpg (14.44 KiB) געזעהן 5395 מאל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 26, 2017 12:24 pm

creepy looking kid

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג פאברואר 26, 2017 12:29 pm

דאס איז א פרישע אויסגאבע, אדער א ביילאגע אין די טריביון כדוגמת מאמענט קינדער אפטיילונג?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 11:34 am

תגובהדורך יוסף שמואל » זונטאג פאברואר 26, 2017 1:08 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דאס איז א פרישע אויסגאבע, אדער א ביילאגע אין די טריביון כדוגמת מאמענט קינדער אפטיילונג?

דאס איז א פרישע אויסגאבע, און מען זעט תיכף די פינגער-אפדרוקן פון טריביון\דער בליץ פון קאפיען יענעם
די נאמען "קינדערליך" איז גענומען פון די "קינדליין"
ארויס שטעלן א יונגעלע איז א קינדליין איידיע
די לאגא איז פון טויס-אר-אס
די פראגע איז נאר צו זיי קענען "קאפיען" די געניאלע רעיונות פון קינדליין... פאר דעם מוז ער שוין זיין קריעיטיוו :lol:

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג פאברואר 26, 2017 1:13 pm

מומחה עצום האט געשריבן:creepy looking kid

...those eyes look like a demon
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » זונטאג פאברואר 26, 2017 1:18 pm

מאטכע האט געשריבן:גייט זיין א קאמפעטישען מיט קינדליין?
איך גליה נישט אז ״קינדערלעך״ גייט קענען צושטעלן די זעלבע סחורה , באט יו נעווער נאו....

שווער צו זאגן אז ס'העט זיין א קאמפעטישן פאר קינדליין
אבער אזויפיל אולי וועט קינדליין ביליגער ווערן....

מאטכע
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:23 pm

שוין דא עפעס מער דיטאלען?

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:14 pm

קוקט נישט אויס וואו עס קען זיך אויסארבעטן, כדי א קינדער אויסגאבע זאל זיך אויסארבעטן מוז עס זיין אויף גאר א הויכע ניווא, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, און אויך דארף זיין א שטארקע סיבה פארוואס עס צו קויפן נאכדעם וואס עס זענען שוין דא גענוג אויף די מארקעט.
אויב וועט ער זיין אזוי שיין און תוכן'פול ווי קינדליין האט ער אפשר טשענסעס
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:25 pm

אדער קען ער זיין נישט אזוי שיין און נישט אזוי תוכנ'פול און זיין נאר 3 דאלער וועט ער האבן טשענסעס

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג פאברואר 27, 2017 1:49 pm

סעילעסמען האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:גייט זיין א קאמפעטישען מיט קינדליין?
איך גליה נישט אז ״קינדערלעך״ גייט קענען צושטעלן די זעלבע סחורה , באט יו נעווער נאו....

שווער צו זאגן אז ס'העט זיין א קאמפעטישן פאר קינדליין
אבער אזויפיל אולי וועט קינדליין ביליגער ווערן....

די איינציגסטע וועג אז קינדליין זאל ביליגער ווערן איז אויב ער נעמט אדווערטייזמענט'ס, וואס אויב אזוי וועט ער פארלירן אייניע פון זיינע שטארקע פרינציפען.

אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

תגובהדורך מענטשעלע » מאנטאג פאברואר 27, 2017 1:58 pm

ס'וועט שוין זיין אין די געשעפטן אויף פורים ?
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג פאברואר 27, 2017 3:58 pm

סעילעסמען האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:גייט זיין א קאמפעטישען מיט קינדליין?
איך גליה נישט אז ״קינדערלעך״ גייט קענען צושטעלן די זעלבע סחורה , באט יו נעווער נאו....

שווער צו זאגן אז ס'העט זיין א קאמפעטישן פאר קינדליין
אבער אזויפיל אולי וועט קינדליין ביליגער ווערן....

קינדליין האט אזויפיל ארטיקלען און שרייבערס און יעדער מוז מאכן געלט, סא איך זעה נישט וויאזוי זיי זאלן קענען מאכן ביליגער
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

מאטכע
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » מאנטאג פאברואר 27, 2017 4:18 pm

אויב גייט ער זיין ביליגער פין קינדליין האט ער זייער גוטע שאנסען,
זייער אסאך עלטערן ווילן נישט ספענדען יעדע וואך $6 פאר א קינדער אויסגאבע נאר מען האט נישט קיין ברירה מיט די קינדער,
אז סאיז דא ביליגער גייען זיכער אסאך עלטערן קויפן דעי אשטאטץ קינדליין, אזוי מיין איך , קען זיין אז איך בין ראנג

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מאנטאג פאברואר 27, 2017 6:35 pm

נישט קיין שיינע זאך... איינער האט עפעס קוים גענדיגט אוועק צי שטעלן, אין שוין כאפט עם איינער צי...

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג פאברואר 27, 2017 6:45 pm

קינדליין איז א טייערע אויסגאבע. זייער אסאך שרייבערס און גראפיסטן.

אבער איך זעה נישט די מעלה און נישט אריינעמען רעקלאמעס און רעכענען אזוי טייער. ?

נעם יא אריין עדס, און רעכן 4 טאלער?

וואס איז פשט פון דעם 'פרינציפ'

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג פאברואר 27, 2017 6:55 pm

El Rushbo האט געשריבן:קינדליין איז א טייערע אויסגאבע. זייער אסאך שרייבערס און גראפיסטן.

אבער איך זעה נישט די מעלה און נישט אריינעמען רעקלאמעס און רעכענען אזוי טייער. ?

נעם יא אריין עדס, און רעכן 4 טאלער?

וואס איז פשט פון דעם 'פרינציפ'

כ'ווייס נישט אין פארשטיי נישט.
אבער פאר סאם ריזאן ווילען זיי נישט

כוכב
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 20, 2014 5:25 pm

תגובהדורך כוכב » מאנטאג פאברואר 27, 2017 7:27 pm

מאנכע עלטערין טענה'נען אז זיי ווילן נישט די צאן קדשים זאלן זעהן עדווערטייזמענטס... יש דברים בגו

יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 11:34 am

תגובהדורך יוסף שמואל » מאנטאג פאברואר 27, 2017 7:40 pm

ha ha האט געשריבן:נישט קיין שיינע זאך... איינער האט עפעס קוים גענדיגט אוועק צי שטעלן, אין שוין כאפט עם איינער צי...

ווען איינער עפענט א קאמפעטישאן פארמאכט ער שוין אנדערע? נישט געוואוסט...
קודם לאמיר זען צו ער פארקויפט עפעס בכלל, נאכדעם וועלן מיר זען צו ער האלט אן, וכו' וכו' צו חלומען אז קינדליין זאל אונטערגיין האט ער נאך אסאך אנדערע חלומות צו חלומען ביז דארט, א לאנגע וועג פון חלומות....


אין א פרסענאל נאוט, איך פלאן קיינמאל נישט צו קויפן די מעגעזין, אלץ די "פרעסענאלעטי" פון די ארויסגעבער, נישט קיין חילוק "וואס" זיי וועלן אריינלייגן דערינען.
פארוואס, אמשיל במשל פי: א קליין שטעטל וואס יארן לאנג לעכצענען די איינוואוינער אז מען זאל עפענען א גראסערי דארט פאר די באקוועמליכקייט פון די איינוואוינער, אבער קיינער האט נישט געוואלט אריינטאנצן אויס מורא אז עס וועט נישט מצליח זיין,
קומט א נחשון, און טאנצט אריין, ער עפענט אויף א גראסערי אין שטעטל, נישט סתם א גראסערי נאר א גראסערי מיט אלע הידורים ברוחניות און גשמיות עס גלאנצט און שפיגלט, יעדער האט הנאה און איז זיך מחיה,
זיצט א פחדן שמעון אין דערזייט און קוקט צו ווי ראובן האט באוויזן צו מצליח זיין אין א פעלד וואס ער שמעון אליינס האט מורא געהאט אריינצוגיין און דער ראובן איז גאר מצליח, אזוי גאר?
לויפט שמעון אריין אין וועג און עפענט אויף א גראסערי פאר ביליגער נעבן די גראסערי פון ראובן
קען זיין אנדערע וואלטן אריינגעגאנגען דארט, אבער איך נישט, ווייל עס ווייזט אסאך אויף די פערסענאלעטי פון דעם שמעון,
ווי ביסטו שמעון געווען ביז ראובן האט גענומען די קוראדזש? ווי ביסטו געווען ווען יארן בעט זיך דער עולם פאר א גראסערי און דו האסט נישט געוואלט איינשטעלן?
און מהיכי תיתי ווען ראובן גיבט נישט גוטע סערוויס, מהיכי תיתי ווען ראובן רייסט סתם געלט, אדער ווען ראובן שפילט פאליטיק....

קינדליין איז אריינגעשפרינגען און גענומען א ריזיגע ריזיקע אויף אירע פלייצעס נאך יארן וואס אזא זאך איז נישט געווען בנמצא, קינדליין האט געמאכט היסטטאריע ביי כלל ישראל, אריינגעלייגט רבבות, אוועק געשטעלט א זאך וואס קיינער האט נישט באוויזן ביז אהער, קינדליין איז ריין ריין פון פאליטיק wow!, גאר שטארק אויסגעהאלטן, קינדליין שפארט נישט קיין געלט, ווער עס טוט אביסל אין די ליין ווייסט נישט וויאזוי קינדליין נעמט ארויס ריוח בכלל.
קומט צו גיין א צווייטער, און לויפט ווי א פחדן אריין אין וועג, משום איזה דרך קומט ער ארויס גאר פאר ביליגער, ווי אזוי ער מאכט עס? זייער פשוט קוקטס אויף זיינע אנדערע זאכן, ווי אזוי ער פירט עס און וואס זיי גיבן פארן עולם (פאר א פירסט הענד קעדי צאלט מען מער ווי פאר א דריטע האנט 1994 קאר).
גרויסע חכם, ווי ביסטו געווען ביז היינט?
איך וואלט פאר מיינע קינדער קיינמאל נישט געגעבן אין די האנט א אויסגאבע וואס אזא פערסענאלעטי גיבט ארויס, איך וואלט זיי קיינמאל נישט געטרויעט מיט די חינוך פון מיינע קינדער.
אבער, דאס איז מיין פערעסענל מיינוג.

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » מאנטאג פאברואר 27, 2017 8:57 pm

איך זעה נישט די עולה דא בכלל, ס'איז פונקט ווי יעדע אנדערע איידיע און פראדוקט אין די וועלט און אין די אידישע מארקעט. אזוי ארבעט עס, מאכסט א גוטע זאך וועלן אייביג זיין knockoff''s.

ממה נפשך, וועט עס זיין א בעסערע פראדוקט, נו דאן זאל ער זיכער ארויסקומען אז ער קען בעסער. אויב איז ער שוואך וועט אים קיינער נישט קויפן און ווייטער אויב איז ער ביליגער וועט זיין די פרימיום פראדוקט וואס קאסט זעקס און א דשענעריק גארביזש וואס קאסט בלויז צוויי דריי דולר.

כך הוא דרכו של ביזנעס, יא, ביי אונז אידן אויך, איך ווייס נישט פונקטלעך פארוואס איצטעט שפרונגט דער עולם מער ווי ביי יעדע נייע געלונגענע פראדוקט אדער סערוויס וואס קומט ארויס און די נעקסטע צופרי איז דא דריי.

פרייען זאל ער זיך אז פאר איבער צוויי יאר האט קיינער נישט צוגערירט צו דעם מארקעט און ער האט זיך געקענט איינגעבן ווי ס'דארף צו זיין אן קיינע קאמפאטישענס.

כוכב
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 20, 2014 5:25 pm

תגובהדורך כוכב » מאנטאג פאברואר 27, 2017 11:20 pm

בארא פארק באהאנגען
צוגעלייגטע
IMG-20170227-WA0216.jpg
IMG-20170227-WA0217.jpg

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג פאברואר 27, 2017 11:33 pm

קוקט אויס ווי שוואכע מאסעס

יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 11:34 am

תגובהדורך יוסף שמואל » דינסטאג פאברואר 28, 2017 12:07 am

עס איז 4.50
גייט ער נישט ארויף גיין 50 צענט יעדע שני וחמישי אזוי ווי די טריביון איז געבליבן פאר בחינם?
ווייל זיין מהלך פון קאפיען זעט מען שוין אויפן ערשטן דעקל
זרוק חוטרא לאוירא אעיקריה קאי...

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג פאברואר 28, 2017 12:17 am

Naftule האט געשריבן:קוקט אויס ווי שוואכע מאסעס

קוקט אויס ווי שלעכטיגקייט...
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טראמבאן און 9 געסט