״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך רבניש » דינסטאג פאברואר 14, 2017 12:34 pm

איז אזוי: די וועלט איז היינט אן אפענער וועלט (וויפיל מעמעג כשר) און נייעס איז פאר יעדן אפען און מזעהט די אלע פאלשע באריכטן אדער ספּינעריי פון אלע ריכטונגען און אנגלען, אבער ב״ה עס איז נאך אלץ דא חשובע יודן וואס האבן נישט דעם עקסעס צו די וועלט, זיי נעמען זייערע מיינונגען אין לאנדס פאליטיקס פון ווי מעפלעגט עס נעמען מיט 10 יאר צוריק פאר די סאציאלע וועלט איז געווען מיט אונז, די היימישע צייטונגען ווי דער בלאט, דער איד, און די צייטונג.

אבער איבער די אלע וואס האבן א בלויז לינק ליבעראלע אגענדע איז דער ״די צייטונג״ וואס באדערט זיך נישט צו פארשטיין אז א גרויסער ציבור פון די ליינער (קויפער) האבן במשך השבוע יא צוטריט צו אלע סארסעס פון נייעס און באריכטן פון ווי זיי נעמען עס, און צו די זעלבע צייט האט מען אויך עקסעס צו די אנדערע זייט וואס צייגט אויף צומאל די פאלשע אין בייעסד האלבע באריכטן פון די לינק גענויגטע באריכטן (די רעכטע האבן אויך אזאנע פאלשע אגענדע געטריבענע באריכטן און העצער, איין מעלה מער איז דא ביי די רעכטע אז סיז דא די ״רעכטע״ און דערנאך ״די עקסטרעם רעכטע״ ווייסט מען וואס נישט צו גלויבן און וואס מער יא צו גלויבן - משא״כ היינט צוטאג מיט די לינקע איז אלעס איינס ״נאר עקסטרעם״) לעולם ביז היינט פלעגט ביי מיר דער ערשטער חלק ה״די צייטונג״ פליען אין מסיט קאסטן נאך פארן אהיים קומען דורך מיין טיר (איך קויף עס נאר פאר דעם געוואלדיגן גוטע ארבייט פון דעם צווייטן חלק ״די אידישע צייט״) אבער לעצטענס אזוי ווי פאליטיק איז געווארן מער א הייסערע אישו און היציגע שמועסן ביים היימישן ציבור, און איך באגעגן יונגעלייט אין ביהמ״ד אין כולל, וואס האבן נישט דעם עקסעס צו די נייעס און אנאליזן ממקור הראשון, זעה איך ווי טיילן פון זיי דרייען זיך ארום מיט גאז מאסקעס אין די קעשענע..... איבערגעפילט די געמיטער מיט פחד אנגסט און שרעק אז סקומט א וועלטס קריג, פרעג איך זיי ערעבּ יוד ווער האט דיך אזאנס אפגעשראקן צום טויט פונעם מצב? פּראבּיר איך זיי צו בארואיגן, סיז בכלל נישט אזוי געפערליך, עולם כמנהגו נוהג סיז איבער געטריבּענע געבּלוזענע לינקע מידיע אגענדעס צוליבן פארלירן אלצדינג, אנגעהויבן ביים פרעזידענטסי, דעם סענאט, די קאנגרעס די גאווערנערס, מאראל, און וואס נישט.... אמילא פראבירט די לינקע מידיע מיט אלע מיטלען אפשרעקן די מאסן פאבראצירן ליגענטס, שניידן נאר האלבע פראזן, פארציילן מעשיות אן דעם בעקראוינד דערפון פארוואס און פארווען, באריכטן נאר די נעגעטיווע זייט וואס איז פארהאנען און אלגעמיין ביי יעדע אדמיניסטראציע; זיך איינרעדענדיג אז מיט די ווילדע און פארפירערישע שטיקעס גייען זיי צוריק דרייען דעם זייגער ביז געציילטע שעה, און ווען דער זייגער דרייט זיך נישט אויף צוריק פראבירט מען מיט א שטערקערן צווענגל. (הייבט אן ציילן די שטיקעס פון אנהייב פריימארי האט א גוטן לאך ווי נארמאלע מענטשען קענען זיך נאכאלץ לאזן פארפירן אפי׳ מעבלייבט ביים א׳) פרעג איך זיי פון ווי נעמסטו דע נעגאטיווע שרעקעדיגע אינפארמאציע, ווער פיטערט דאס? מאנכע האבן מיר געגעבן דעם ענטפער אז זיי נעמען זייער וויסענשאפט פונעם ״די צייטונג״ היות און אונזער אמאליגע וועלטל פאר אונז האב מיר געהאט דעם צוטריט נאר די געציילטע חרידישע פאליטיקאנטן האבן געליינט די נייעס און אנאלאזירונגען, איז דאך דער צייטונג און יענע לאנג פארגאנגענע יארן געווען דער גרויסער פארשטייער אין פאליטיקס און אנאלאזירן די געשהנישען, די ביסל מענטשן וואס לעבן נאך יא אן די נייעס א גאנצע וואך איז דאס (דער בלאט, איד, אבער יעצט רעד מען פונעם צייטונג) זייער אינפארמאטיר און דארט.... העצט מען, און מען טרייבט איבער מיט די ליבעראלע קריי קינד קריי ווערסיעס........ וויזוי דארט ווערט אראפגעלייגט דעם מצב מיט א פרעזידענט טראמפ, אז ממש די וועלט קומט צו אן ענדע!! וואס רוב דערפון איז דאך פשוטע הפקר ליבעראלע אגענדעס פאר זייער פאליטיק, (למשל פאריגע וואך איז רוב שטיקלעך צוטירט פון סי ען ען, וואשינגטאן פּאסט, ניו יארק טיימס ווען יעדער ווייסער ווייסט דעם פּערזענדליכן קאמפ זייערע מיט קאנטערוואטיזם און פּרעזידענט טראמפ בפרט) אלזא אפשרעקן די חשובע תמימי לב וואס ווייסן נישט קיין סך אין מילי דעלמא, נאר צוליב אלטע אויסגעדראשענע אגענדעס אין פאלטיק איז נישט מיט רעכט, און איז א פארשעמונג פאר וויסענשאפט!! שרייב כאטש צו אז דאס איז די מיינונג פון די ליבעראלן וואס באשטייט בעיקר נאר פון די צוויי גרויסע פעסטונגען אין נוי יארק און אין קאליפארניע, און איר גלייכט צו גלייבן דעם שקר מער ווי די אנדערע..... די אלע שטיקעס איז גוט פאר איינעם וואס זיכט צו בלייבן און זיין ווינקל אלס ליבעראל און וויל זיך שפירן קאמפטערבּעל מיט איינרעדענישן, אבער אלס א צייטונג וואס דארף ברענגן טריקענע נייעס פאקטן פאר מענטשען וואס ווילן סתם א קוק טון די נייעס אזוי סוף וואך איז דאס זייער פאפירעריש! און פאר די וואס ווייסן יא נייעס ממקור ראשון אין זיי נעמען אין די האנט אריין דעם גרף איבּעלט עס וויזוי א צייטונג, א גוטער צייטונג... נעמט די מיה צו פארשעמען דעם וויסענשאפט פון טויזענטער וואס ווייסן יא נייעס!

איך ווייס עס איז דא אן אשכול איבער דעם צייטונג די אשכול איז בלויז פאר די פארפירערישע אגענדעס וואס די צייטונג טרייבט פון די נייע לינקע אגענדעס באשאפן אין אמעריקא וואס רופט זיך (נאך דערווייל) די דעמאקראטישע פארטיי, און די איינזייטיגע לינקע באריכטן.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג פאברואר 14, 2017 12:39 pm

איך זעה דא נאר איין נערמאלע אפציע... נומ. איינס.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6829
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג פאברואר 14, 2017 6:54 pm

איך גלייך זייער צו ליינען די צייטונג כאטש ער איז גאר לינק.... פארוואס איך ליין עס ווייטער??? איך ווייס נישט, אבער ער האט עפעס א ארגינעלקייט... איך ווייס אליינס נישט וואס אבער עס ציט מירמצו אים ליינען מער ווי די אנדערע.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:02 pm

נומבער 1.
און שוין א שטיק צייט וואס איך קויף אים נישט.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:04 pm

נאר דאס פעלט מיר אויס, ער זאל בלויז נאכפלאפלען בלא בלא בלא אן נעמען א שטעלונג. זאלן זיך אנדערע צייטונגען אפלערנען און נעמען א מהלך, שרייבן נייעס מיט אזא זאפט ווי אלבערט לייגט עס אראפ. נישטא די ווערטער צו באגריסן אזא רייכן אינהאלט ווי אזוי ער לייגט אראפ נייעס, ער נעמט יעדן פאליטישע דין ודברים און לייגט עס אראפ דעליקאט ערנסט אריגינעל, צום באלעקן די פינגער.
אגב, איך זע אז אלבערט האט א יד אין ממש אלע נייעס רובריקן. אפגערעדט ביים פינאנציעלן ווינקל וואו מ'הערט נישט אויף ליינען נעגאטיוויטעט קעגן טראמפ, נאר אפי' ביי די געזונטהייט נייעס איז 2-3 וואכן צוריק באהאנדלט געווארן "אויסטערלישע ארגאנאץ" מיט אן אריינפיר אז ס'איז פאסיג צוליב טראמפ'ס שרעקליכע גרויסהאלטערישע אויפפירונג.
נאך אן אגב, ס'איז צייט צו מאכן אן אנקעטע צי רבני'ש איז צי רעכט געשטימט מיט הויל רעכטע אגענדעס וואס קען שטערן די אידישע וועלט ליינער...

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:11 pm

וויאזוי פארענטעפערט דאס אז ס'קומט אים ממש קיינמאל נישט אויס צו איבערדרוקן מער רעכט געשטימטע עדיטאריעלס ווי למשל פון וואלסטריט דזשורנאל ביי ''וואס אנדערע זאגן''? פארוואס יעדע וואך איז עס איינס נאכן צווייטן פונעם טיימס אדער פון עפעס אנאנדערן לינקן רעגג.
און זיין אייגנארטיגקייט האט עפעס אויך אויסגעוועפט דאס לעצטע עטליכע יאר מיט היבשה ספעלינג מיסטעיקס און קארני וויצן מיט דריי פינטלעך נאך יעדע פיר.... זאצן... נעה אמאל האט עס געהאט עפעס טעם. סארי

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:12 pm

געשטימט פאר נומער 2.

איך ליין בכלל נישט דעם צייטונג, אבער לויט דיין דעסקריפציע אז ער נעמט בסך הכל נאך די נייעס, דברים כהוויתן פון נארמאלע נייעס קאנאלן, איז דאך זייער פיין.

א פראבלעם וואלט געווען ווען ער נעמט ווען נייעס פון פרינזש בלאגס און קאנספיראציע טעאריע סייטס. אבער ווי לאנג ער נעמט בלויז פון פאקס ניוז און וואל סט. זשורנאל, סי ען ען צי נ.י.טיימס און וואשינגטאן פאוסט, טוט ער זייער גוט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:20 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך גלייך זייער צו ליינען די צייטונג כאטש ער איז גאר לינק.... פארוואס איך ליין עס ווייטער??? איך ווייס נישט, אבער ער האט עפעס א ארגינעלקייט... איך ווייס אליינס נישט וואס אבער עס ציט מירמצו אים ליינען מער ווי די אנדערע.

איך האלט אויך אזוי כאטש ער איז לינק האט עס א טעם זיינע נייעס אנדערש ווי די אנדערע וואס ברענגן פון סי ען ען שטיקער נעמט ער אליינס א שטעלונג טאקע א לינקע אבער בעסער אזוי ווי טרוקן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:18 am

די אנקעטע איז בלויז נאך א טראמפ/אנטי אנקעטע. האסט עס אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז אלע לינקע גייען שטומען פאר צוויי.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 15, 2017 2:18 am

ווער קען פארשטעלן דעם מארגענדיגן הויפּט קעפּל פונעם ״די צייטונג״?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 15, 2017 2:30 am

נו דער קעפּל שרייבט זיך דאך אליינס.....

טראמפ אונטער קרימינאלע אויספארשונג, נאכדעם וואס נעשינאל סעקיורעטי עדווייזער מייקל פללין איז געצווינגן צו רעזיינען.
געפינען גאר נאנטע באציאונגען מיט רוסלאנד/פּוטין

אין די זייט און רויט: תמימותדיגע בחורים בני ישיבה ווערן ווידעראמאל ברוטאל צעשלאגן אין ארץ ישראל (נאכן אנצינדן גארבידזש קאנטעינארס און שלאגן פאליציי)

צווייטער בלעטל: דעם פאלקס אויגן ברעמען געהויבן ווען טראמפ שאקעלט יאפּאנעיזר פּריים מיניסטער האנט זייער לאנג און מיסטריעז.

איוואנקא טראמפ זיצט אויפן רעבּישן בענקל אינעם אוועל אפיס, בעת ווען קאנאדישער פרעזידענט באזוכט טראמפ אינעם ווייסן הויז.

אינווייניג ביים סטעפּל, און א קליין גרויע קעסטעלע נעבן פּאמאגרענאט חמשה עשר פורים עד,
נאך קלענערע געהילפן אינעם טראמפ אדמיניסטראציע ווערן קוים מיט צרות איינגעשוואוירן.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך פאברואר 15, 2017 9:10 am

נו וואס איז למעשה דער קעפל היינט?

פארשטייט זיך דו וועסט נישט טרעפן דעם ווארט "קרימינאלע אויספארשונג", ווייל אין די פראפעסיאנאלע מידיא וואס דו האסט אזוי, שרייבט מען נישט קיין ליגנט. עס איז נישט דער מנהג. ברייטבארט צי אנדערע זייער סטייל וואלטן מסתמא יא אזוי געשריבן.

בד"וו, אז דו רעדסט פון ערשטע זייט קעפלעך, כ'דערמאן זיך כ'האב זיך זייער געוואונדערט די ערשטע וואך נאכן איינשווערונג אז די צייטונג (ובעקבותיו אויך דער איד און בלאט) האט נישט געמאכט קיין גרויס וועזן פון די היסטארישע מאסן פראטעסטן פון מיליאנען קעגן טראמפ. (עכ"פ אויף די ערשטע זייט).

אמת אז טראמפ האט שוין אינצווישן פארדרייט דעם שמועס מיט נאך מער שטותים, מיט דעם אלעם איז דאס געווען גאר א וויכטיגער מאמענט אין די וואך'ס נייעס. און עס וואלט געווען זייער פארשטענדליך ווען ער שרייבט עס יא. - סתם להודיעך אז ער האט נישט קיין פיור לינקע אגענדע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 15, 2017 11:04 am

דאס ווארט ״פראפעסינאלע״ איז אויס אין די טעג.... יעדער איז היינט צוטאג פראפעסינאלע, זעהט אויס איר האט טאקע נאכנישט געכאפט דעם קאנצעפט וואס איך ברענג דא ארויס....

ברייטבארד? אז גלייכט מען נישט וויזוי די וואשינגטאן פּאוסט קלויבט די נייעס און ארטיקלען, קומט גלייך ארויף אויפן געדאנק ברייטבארד....? ווייטער כאפט איר נאכנישט דעם שטאנד.....

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך פאברואר 15, 2017 11:12 am

אטאקירן א ניק פערזענליך איז קעגן די תקנות


-אחראי-

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 1:03 am

רבניש האט געשריבן:דאס ווארט ״פראפעסינאלע״ איז אויס אין די טעג.... יעדער איז היינט צוטאג פראפעסינאלע, זעהט אויס איר האט טאקע נאכנישט געכאפט דעם קאנצעפט וואס איך ברענג דא ארויס....

ברייטבארד? אז גלייכט מען נישט וויזוי די וואשינגטאן פּאוסט קלויבט די נייעס און ארטיקלען, קומט גלייך ארויף אויפן געדאנק ברייטבארד....? ווייטער כאפט איר נאכנישט דעם שטאנד.....


I have no idea what you are talking about

פראפעשאנאל איז נישט אויס. און אבסאלוטלי ניין. נישט יעדער איז פראפעשאנעל. אין פאקט, רוב פון דיינע נייעס קוועלער גייען מסתמא נישט אריין אין דעם כלל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:17 am

פ׳ יתרו א גאנצער צייטונג, פריש פון דריק אריינגעלייגט כוחות עצומת, אויפגעווען ביז אין די פארטאגס שטונדען זיך פּלאגענדיג אז סזאל זיין ריין דזורנאליסטיש אויסגעהאלטן, חלילה איינזייטיג.... און..... וואס איז ארויסגעקומען נאך גרויס פּלאג און מיה וואס האלטן די צייטונג קויפער אין די האנט......
איין שטיק מרה שחורה פון נעגאטיווע חושך! מכת חושך האט זיך אראפגעלאזט אויף די טריקענע פּאפירן פונעם צייטונג.... סקען זיך דאכטען אז מער ווייניגער איז אמעריקא א פארגאנגענהייט און אט אט קוק מיר אויס ווי א צווייטע סיריע.... טויטע וואלגערן זיך אין די גאסן אין דער עולם מיט עי קעי 47 יאגן נאך אומשולדיגע און די אנארכיסטישע צעפאלענע גאסן..... איך רעד שוין נישט וויזוי די נייעס איז אפגעגעבן און ״נאר״ וועלכע נייעס איז געקליבן צו בּלאזן דערפון, לאמיר נאר א קוק טון אפּאר קלייניקייטן. (באמת איז נעריש זיך אנלייגן אויף שטיקלעך ווייל סיז פשוט נישטא צום געפינען א פּאזאטיווער שורה פאר א טעות! אבער שוין זאל זיין) אנהייבן דעם ערשטען ארטיקל.

RenderedContent-FC0D34B0-B4C7-44F6-8A28-2F90CB51EBF1.JPG

טראמפ פרעזידענסי פאר א ״טראגעדיע״....
איז די פחד׳דיגע אנשרעקעדיגע ווארט, א ווארט וואס מעניצט אזוי ווען סהאט אייגענטליך גארנישט פּאסירט.... עולם כמנהגו נוהג, נאר אז פאלטיק שפילט א צווייטענס זייט יעצט, דאס איז פּראפעסינאלע דזורנאליזם?

און דער זייט נאר אנצומערקן אז די זעלבע צאל מענטשן (אויב נישט מער) האבן געהאלטן אן אבאמא פרעזידענסי פאר א טראגעדיע....
איך דענק אבער נישט אז עס זאל אנגעמערקט ווערן... מיט דעם שרעקעדיגן איבערגעטריבענעם ווארט ״טראגעדיע״...

אדער גאר א ״קאטאסטראפע״...
וואס איז דער ״אדער גאר״?... איז א קאסטאסטראפע איז ארגער פון א טראגעדיע, אדער פארקערט? און די וואס למשל וואס האלטן אז סיז א טראגעדיע נעמען נישט אן דעם פאקט אלץ א קאטאסטראפע?

שרייט אלע ..... א וואלף א וואלף....

א פּאראגראף ווייטער:
IMG_8058.JPG

געשעפטן ווארפן ארויס טראמפס טאכטער׳ס זאכן.... די סיבה: ״ווייל זיי פארקויפן זיך שוין נישט אזוי גוט לעצטענס״!!

״עס קען אבער אויך זיין״.... טאקע סקען אויך זיין? הייסט אז סדא א צד אז די סיבה איז גענצליך נישט דאס וואס ווערט געשריבן א רגע צוריק מיט א ברירות... פשוט ווייל ספארקויפט זיך נישט..... דאן וואס פארדרייסטו דעם קאפּ.

אביסל שפעטער אינעם פּאראגראף ״אבער עס איז זיכער נישט אין פלאץ צו פראפגאנדירן פאר א פאמיליע ביזנעס״
ווי פּונקטליך האט טראמפ פּראפּעגאנדירט די ביזנעס? איינער דא האט גזעהן דעם טוויט? ער האט בסך הכל געשריבן אז מעבאנעמט זיך מיט זיין טאכטער שלא ביושר נאר ווייל עס איז זיין טאכטער!

קאנוועי (אלס ראטגעבער) האט טאקע יא פּראפעגאנדירט מזאל קויפן איר חברטעס פראדוקטן.

און אויב מעג מען נישט פּראפּאגאנדידן א ביזנעס און דאס איז א ״סקאנדאל״ ווי שפעטער ערווענט אינעם פאראגראף, איז דאס פעליג נאר ביי א חברטע אדער אויך ביי א חבר׳ס ביזנעס? למשל ווען אבאמא (אלס פרעזידענט) האט פּראפּעגאנדירט פאר א חבר׳ס בּיער קאמפאני אין פובליק, געזאגט קלאר ארויס מיטן מויל! גייט קויפן דעם קאמפאני און האט הנאה, איינער ווייסט אפי פון דעם שוידערליכן ״סקאנדאל״ איז עס געווען אזוי באריכטעט אין צעשמירט איבעראל דער אומדערהערטער ״סקאנדאל״? אדער איז עס געווארן א סקאנדאליעזע אקט נאר ביי טראמפ......

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:23 am

אקעי... די פּאלס פאלן וואס קען מען טון... אבער אזוי זאגט דאך גאלאפּ...
RenderedContent-54D5008B-E510-47BE-9F24-0BCE816B287F.JPG

RenderedContent-BFB4E5CA-B145-4AE7-9173-003E7EB7FAAD.JPG



יעצט טוט אייך אן די ברילן וואס זאגט טאקע גאלאפּ?......
IMG_8075.JPG

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6039
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:28 am

איך האב גראדע געשטימט פארן ערשטן אפציע, ווייל איך האלט אז די צייטונג איז אביסל לינקס גענויגט (כאטש נישט אזויווי דו לייגסט דאס אראפ אינעם ערשטן תגובה). אבער דיינע געשטעטנערישע וואנט-קריכעריי איז פשוט lol.

אגב, אן אנקעטע מיט א קעפל "די צייטונג מיט איר לינקע אגענדע," איז קיין אנקעטע.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:52 am

יעטצ אן אלגעמיינער איבערבליק אויף דעם מכת חושך וואס האט באנומען די פּאפירן פונעם צייטונג....
נאט אייך אלע קעפעלעך (טעמעס) פון פאליטיק פון ״די צייטונג״ די וואך...

IMG_8079.JPG

IMG_8080.JPG

IMG_8081.JPG

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:53 am

IMG_8088.JPG

IMG_8087.JPG

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:55 am

איר האט שוין גענדיגט זעהן אלע קעפּלעך?
איינער ווייסט אפשר אויב די וואך האבן דריי פרעימער מיניסטארן אפּגעהאלטן גאר פריינטליכע באזוכן אינעם ווייסן הויז?
דער פון יאפּאן איז געווען דא אדער אין ווענעזועלע?
דער פון קאנאדא איז געווען דא אדער אפשר אין זאמבּיע?
דער פון מדינת ישראל האט באזוכט דא אדער אין עזה גאר?

ווייל ווען איך יונגערמאנטשיק ליין די צייטונג סוף וואך אביסעלע שטייט דארט גארנישט! ניטאמאל א קליין קעסטעלע וואס ווערט פארגינען פאר עפעס קאר סערוויס אין די בעק.....

די סיבה: מעג מען פארציילן פאר די תמימותדיגע יונגעלייט א זאך פּאזאטיוו איבער טראמפ.....

איז איינער באקאנט דא אז עס איז פארגעקומען אן ערך פון 10 ערענסטע מיטונגען מיט די גרעסטע פירמעס, און עדיוקעשאן פירער, און העלטה דיפּארטמענט פירער, ווי די חברה זענען ארויס זייער צופרידן און מונטער יעדער איינס ביי איינס?

ווי זענען די באריכטן.... פארוואס איז דאס פארהוילן פון די נובּעלע צייטונג ליינער?

די סיבה: מעג מען פארציילן פאר די תמימותדיגע יונגעלייט א זאך פּאזאטיוו איבער טראמפ...

צ ווייסט איינער אז רוב פון די טראמפ אדמיניסטראציע געהילפן האבן די וואך געהאלטן א בּייבּל מיט גרויס פּאראדע מיט זייער משפחת ארום צו נעמען דעם אויט אף אפיס?
אדער איז דאס פארגעקומען און א דארף אין אפגאניסטאן

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:04 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך האב גראדע געשטימט פארן ערשטן אפציע, ווייל איך האלט אז די צייטונג איז אביסל לינקס גענויגט (כאטש נישט אזויווי דו לייגסט דאס אראפ אינעם ערשטן תגובה). אבער דיינע געשטעטנערישע וואנט-קריכעריי איז פשוט lol.

אגב, אן אנקעטע מיט א קעפל "די צייטונג מיט איר לינקע אגענדע," איז קיין אנקעטע.


דאס איז זיכער פארן זעהן אלע קעפלעך פון די וואך.

אלזא קוקט די קעפלעך איינס איינס און דאן קומט צוריק מיטן לאל......

אגב: אויב האסטו געשטימט דעם ערשטען אפציע... דאן האט רוסלאנד געהעקט דעם וואל סיסטעם דא אויך...!

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:50 am

רבניש, געוואלדיג ;l;p-

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 6:36 am

אזוי שיין און קלאר אויפגעוויזען און אול וואס מען קען ענטפערען איז געשטעטנערישע וואנט-קריכעריי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 6:40 am

רבניש, לויט די זייגערס פון דיינע תגובות, קוקט מיר אויס אז די טראמפ שטיצער שלאפן שווערער ווי די צייטונג ליינער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט