ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג מאי 05, 2019 2:56 am

מורידיגע אנערליז וועגן טרערן צולייגט זייער גוט א נושא

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 05, 2019 7:18 am

מיר מאכט נערוועז אז מ'זאגט נישט ביים אינהאלט קנעפל דער תוכן און נושא פונעם שמועס. לעיזער קרויס זאגט פון וואס ער רעדט, א שפאציר אין היכל הנגינה הערט מען געווענליך א דיסקריפציע וועמען מען הערט, יצחק קלאר ווייס און יואל פעלזן רעדן געווענליך פון טראמפ, הערשל פר"מ רעדט פון ביבי אדער קאטאר.... אבער ביי רגל אחת קען מען איין וואך רעדן פון טרערן, א וואך נאכדעם וויאזוי מ'מאכט א לוח און נאכדעם פון מיטל מזרח רעוואלציעס... נישט אלע נושאים אינטערעסירן מיר און ס'וואלט שיין געווען ווען אויפן 0 קנעפל וואלט מען געקענט הערן א שטיקל אינהאלט.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג מאי 05, 2019 12:01 pm

עגרי
עץ חיים הוא למחזיקים בה

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג מאי 05, 2019 12:01 pm

עגרי
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » זונטאג מאי 05, 2019 12:09 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיר מאכט נערוועז אז מ'זאגט נישט ביים אינהאלט קנעפל דער תוכן און נושא פונעם שמועס. לעיזער קרויס זאגט פון וואס ער רעדט, א שפאציר אין היכל הנגינה הערט מען געווענליך א דיסקריפציע וועמען מען הערט, יצחק קלאר ווייס און יואל פעלזן רעדן געווענליך פון טראמפ, הערשל פר"מ רעדט פון ביבי אדער קאטאר.... אבער ביי רגל אחת קען מען איין וואך רעדן פון טרערן, א וואך נאכדעם וויאזוי מ'מאכט א לוח און נאכדעם פון מיטל מזרח רעוואלציעס... נישט אלע נושאים אינטערעסירן מיר און ס'וואלט שיין געווען ווען אויפן 0 קנעפל וואלט מען געקענט הערן א שטיקל אינהאלט.


ריכטיג

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג מאי 05, 2019 7:31 pm

ר' פנחס איז געמאכט געווארן צו אראפ לייגן פאקטען אין קראנטע מקורות אויף נייעסער ער איז נישט דא צו נעמען קיין צד (ער נעמט כמעט נישט קיין צד) פאר מיר איז דאס זייער געשמאק ענדליך איז דא א מענטש וואס רעדט קראנט און נעמט ארום א נושא פון אלע צדדים אין צומאל ברענגט ער א ראיה פון חז''ל אויכעט

אין לגבי דאס וואס ער זאגט נישט פארדעם וואס די נושא וועט זיין ,מיר שטערט עס נישט פונקט פארקערט יעדעס מאל א פרישע חידוש ''א סימבאל פון א מענשט אומר מעט ועושה הרבה'' מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות talk to the point און ברכה והצלחה אין לייגט אראפ!!

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » זונטאג מאי 05, 2019 9:10 pm

נתן בן ופסי האט געשריבן:ר' פנחס איז געמאכט געווארן צו אראפ לייגן פאקטען אין קראנטע מקורות אויף נייעסער ער איז נישט דא צו נעמען קיין צד (ער נעמט כמעט נישט קיין צד) פאר מיר איז דאס זייער געשמאק ענדליך איז דא א מענטש וואס רעדט קראנט און נעמט ארום א נושא פון אלע צדדים אין צומאל ברענגט ער א ראיה פון חז''ל אויכעט

אין לגבי דאס וואס ער זאגט נישט פארדעם וואס די נושא וועט זיין ,מיר שטערט עס נישט פונקט פארקערט יעדעס מאל א פרישע חידוש ''א סימבאל פון א מענשט אומר מעט ועושה הרבה'' מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות talk to the point און ברכה והצלחה אין לייגט אראפ!!


איר זאגט זייער ריכטיג אין מיר זענען אויף איין מיינונג, כ'וואלט אבער געקענט באשטיין פראנאויס צו וויסען וואס די הייניטיגע נושא באשטייט פין
לעצט פאראכטן דורך פרישוואסער אום זונטאג מאי 05, 2019 9:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שווערע שטופער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

תגובהדורך שווערע שטופער » מאנטאג מאי 20, 2019 12:08 pm

האט איינער א ליסטע פון אלע אנאליזן?
ישר כח פון פאראויס
אויב ס'גייט נישט מיט כח פראביר מיט מער כח

ציגעלע
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:30 pm

איינער האט אפשר א בילד פין דעם ר' פנחס'ן (אויב מען מעג עס ארויף לייגען אדער אין אישי) א דאנק

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג יולי 16, 2019 10:46 am

בלק תשע"ט

ר' פנחס רעדט פון כח הדמיון,
[אין א זייטיגע נאוט: די אפטייטש פון "כח הדמיון - די כח פון פארגלייכן, מדמה זיין אין מח דבר אל דבר]


כ'מיין אז ס'וואלט געווען אין פלאץ אנצומערקן די רמב"ם אין שמנה פרקים פרק א' וואו ער רעדט פון כח המדמה.

ער איז דארט מסביר אז עס זענען פארהאן 5 חלקי הנפש און ער איז מסביר בקיצור יעדע חלק.
1.PNG
1.PNG (7.23 KiB) געזעהן 1216 מאל


און איז ממשיך ווייטער אין פרק א' פון כח הדמיון.
2.PNG
2.PNG (28.71 KiB) געזעהן 1216 מאל


און דאס איז זייער אין איינקלאג מיט די גמרא וואס ר' פנחס ברענגט צו פון מסכ' ברכות וואו די גמרא זאגט אז קיינער וועט זיך נישט חלומ'ען אז אן עלעפאנט גייט אריין אין א נאדל-לאך (דאס איז די פלאץ וואו מען לייגט אריין די פאדעם אין די נאדל) ווייל ס'איז נישט אין מציאות אז אזא גרויסע זאך זאל אריינגיין אין אזא קליינע לאך, ממילא דמיונ'ט זיך עס נישט, אבער אז א מענטש זאל זיין אויף עטליכע מקומות אין די זעלבע צייט קען זיך יא דימיונ'ען ווייל יעדע פאר זיך איז אמת, א מענטש קען זיין דא און קען אויך זיין דארט, דער בעל דמיון שטעלט עס פשוט צאם אויף איין זמן.

למעשה ווען די רבי אין חדר האט געזאגט קיינער האט זיך נישט גע'חלומ'ט ווי אן עלעפאנט גייט אריין אין א נאדל-לאך, האט יעדער אינסטענקטלי געטראכט ווי די עלעפאנט ווערט פיצי און קוועקטשט זיך דורך די נאדל-לאך, וויל איך וויסן פארוואס האט קיינער נישט געטראכט ווי די נאדל-לאך ווערט ריזיג, און די עלעפאנט שפאצירט דורך געהעריג ? ווער זאגט אז די עלעפאנט דארף זיך בייגן צום נאדל, אפשר זאל זיך די נאדל בייגן צום עלעפאנט?

ווייל ...

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יולי 16, 2019 3:53 pm

איך האב באמערקט אז באופן כללי האט ר' פנחס צוויי סארטן אנאליזן, איינס איז איבער סייענס און די אנדערע איז איבער היסטאריע. מסתמא איז דא וואס האלטן אז די סייענס איז פונקט אזוי אינטערסאנט ווי די היסטאריע, אבער אסאך מאל קריכט עס מיר אביסל אויף די נערוון ווען די עיקר שמועס איז אריינצוגיין צו א "מאס" איז עקיג צו רינדכיג און נאך אזעלכע סארט סייענס נושאים, ווען ער וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט ער זאל פאקאוסן אויף היסטאריע. וואס האלט דער עולם דא?

צו די עצם שמועסן פון ר' פנחס, איז ער א הפלא'דיגע רעדנער, ער איז די שטערן פון די קול מבשר רעדנער'ס, אראפלייגנדיג זאכן אזוי קלאר און הערליך מיט א לשון לימודים, מיט זיין געשמאקע רואיגקייט, עס איז זיך ממש צו באלעקן די פינגער'ס און מען קויפט זיך איין מורא'דיגע ידיעות און קלארקייט אין היסטאריע.

כה לחי!

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג יולי 16, 2019 4:09 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך האב באמערקט אז באופן כללי האט ר' פנחס צוויי סארטן אנאליזן, איינס איז איבער סייענס און די אנדערע איז איבער היסטאריע. מסתמא איז דא וואס האלטן אז די סייענס איז פונקט אזוי אינטערסאנט ווי די היסטאריע, אבער אסאך מאל קריכט עס מיר אביסל אויף די נערוון ווען די עיקר שמועס איז אריינצוגיין צו א "מאס" איז עקיג צו רינדכיג און נאך אזעלכע סארט סייענס נושאים, ווען ער וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט ער זאל פאקאוסן אויף היסטאריע. וואס האלט דער עולם דא?

צו די עצם שמועסן פון ר' פנחס, איז ער א הפלא'דיגע רעדנער, ער איז די שטערן פון די קול מבשר רעדנער'ס, אראפלייגנדיג זאכן אזוי קלאר און הערליך מיט א לשון לימודים, מיט זיין געשמאקע רואיגקייט, עס איז זיך ממש צו באלעקן די פינגער'ס און מען קויפט זיך איין מורא'דיגע ידיעות און קלארקייט אין היסטאריע.

כה לחי!


פאר יעדענס צופרידנהייט רעדט ער צומאל איבער די "היסטאריע פון סייענס"...

איך האב הנאה פון ביידע מיני שמועסן, נאכדערצו ווען ס'איז נוגע בזמן התנ"ך ווי די לעצטע דריי שמועסן בזמן ישעי' הנביא, אויסגעשפיעלט די קולטאר, געדאנקען גאנג, וכו' מיט א געשמאקע קלארקייט.
[חוץ די דריטע שמועס איז געווען היבש זאכן וואס האט מיר נישט אזוי געשמעקט].
כ'בין געזיצן מיט א צעטל פון אלע מלכים און ווי לאנג זיין האבן געקעניגט, און געצויגן שטריכן פון מלכי יהודה צו מלכי ישראל, זיך באקענט מיט די דעמאלסדיגע גרויסמאכטן, וכו', ס'איז ממש געווען א טעם גן עדן.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך יולי 17, 2019 8:36 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך האב באמערקט אז באופן כללי האט ר' פנחס צוויי סארטן אנאליזן, איינס איז איבער סייענס און די אנדערע איז איבער היסטאריע. מסתמא איז דא וואס האלטן אז די סייענס איז פונקט אזוי אינטערסאנט ווי די היסטאריע, אבער אסאך מאל קריכט עס מיר אביסל אויף די נערוון ווען די עיקר שמועס איז אריינצוגיין צו א "מאס" איז עקיג צו רינדכיג און נאך אזעלכע סארט סייענס נושאים, ווען ער וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט ער זאל פאקאוסן אויף היסטאריע. וואס האלט דער עולם דא?

צו די עצם שמועסן פון ר' פנחס, איז ער א הפלא'דיגע רעדנער, ער איז די שטערן פון די קול מבשר רעדנער'ס, אראפלייגנדיג זאכן אזוי קלאר און הערליך מיט א לשון לימודים, מיט זיין געשמאקע רואיגקייט, עס איז זיך ממש צו באלעקן די פינגער'ס און מען קויפט זיך איין מורא'דיגע ידיעות און קלארקייט אין היסטאריע.

כה לחי!

;l;p-
טאקע ביי רוב סייענס שמיעסן לייג איך אראפ די פאון נאך דריי מינוט, סאיז מיט צי גרויסע אריכות, משא"כ היסטאריע שמיעסן זענען ממש להפליא, איך ווארט מיט אן אפגעשטעלטע אטעם אויף די צווייטע און דריטע חלקים.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך יולי 17, 2019 8:51 am

אראפצולייגן די פאון ביי א שמועס פון ר' פנחס איז א שטיקעל עבירה, ריגארדלעסס פון וואס ער רעדט...
אבער אז מען רעדט שוין האב איך גראדע ליב א דריטע מין שמועס, ער איז אנבעליוועבעל ווען ער רעדט פון א סימפל זאך אבער פילט עס אן מיט ידיעות, למשל ווי אזוי די מינט דעפארטמענט ארבעט, ווי אזוי די אמעריקאנער קאנסטיטוציע איז געבויט געווארן, ווי אזוי די עפ. בי. איי. אפערעיט.

זשאוסט סעיאינג...

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מיטוואך יולי 17, 2019 8:56 am

כאטש איין תגובה איז אריין געקומען אין די אשכול, ווילסט זעהן יענעמ'ס איידער דו האקסט אריין.


דעי מאל האב איך געמיזט אראפ האקן פשט איך האב נישט פארשטאנען וואסערע שפראך ער רעדט, צו מען דארף לאכן וכו'. . .

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך יולי 17, 2019 9:23 am

לדעתי האט געשריבן:
למעשה ווען די רבי אין חדר האט געזאגט קיינער האט זיך נישט גע'חלומ'ט ווי אן עלעפאנט גייט אריין אין א נאדל-לאך, האט יעדער אינסטענקטלי געטראכט ווי די עלעפאנט ווערט פיצי און קוועקטשט זיך דורך די נאדל-לאך, וויל איך וויסן פארוואס האט קיינער נישט געטראכט ווי די נאדל-לאך ווערט ריזיג, און די עלעפאנט שפאצירט דורך געהעריג ? ווער זאגט אז די עלעפאנט דארף זיך בייגן צום נאדל, אפשר זאל זיך די נאדל בייגן צום עלעפאנט?

ווייל ...

אויב די לאך ווערט גרעסער. איז עס שוין נעשט קיין נאדל לאך. משא"כ די עלעפאנט ווי קליין ער איז בלייבט ער א עלעפאנט.....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 17, 2019 12:19 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
למעשה ווען די רבי אין חדר האט געזאגט קיינער האט זיך נישט גע'חלומ'ט ווי אן עלעפאנט גייט אריין אין א נאדל-לאך, האט יעדער אינסטענקטלי געטראכט ווי די עלעפאנט ווערט פיצי און קוועקטשט זיך דורך די נאדל-לאך, וויל איך וויסן פארוואס האט קיינער נישט געטראכט ווי די נאדל-לאך ווערט ריזיג, און די עלעפאנט שפאצירט דורך געהעריג ? ווער זאגט אז די עלעפאנט דארף זיך בייגן צום נאדל, אפשר זאל זיך די נאדל בייגן צום עלעפאנט?

ווייל ...

אויב די לאך ווערט גרעסער. איז עס שוין נעשט קיין נאדל לאך. משא"כ די עלעפאנט ווי קליין ער איז בלייבט ער א עלעפאנט.....


ווען די נאדעל גייט דורכפארן די עלעפאנט גייט דער נאדעל זיך צושפרייטן, און די עלעפאנט גייט בלייבן אויף זיין גרויס... ווענדט זיך ווער שטייט און ווער רוקט זיך.

עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך האב באמערקט אז באופן כללי האט ר' פנחס צוויי סארטן אנאליזן, איינס איז איבער סייענס און די אנדערע איז איבער היסטאריע. מסתמא איז דא וואס האלטן אז די סייענס איז פונקט אזוי אינטערסאנט ווי די היסטאריע, אבער אסאך מאל קריכט עס מיר אביסל אויף די נערוון ווען די עיקר שמועס איז אריינצוגיין צו א "מאס" איז עקיג צו רינדכיג און נאך אזעלכע סארט סייענס נושאים, ווען ער וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט ער זאל פאקאוסן אויף היסטאריע. וואס האלט דער עולם דא?


איך גלייך מער די סייענס שמועסן ווי די היסטאריע, אסאך מאל האק איך אראפ די טעלעפאון ווען ער רעדט פון היסטאריע.


לדעתי האט געשריבן:[חוץ די דריטע שמועס איז געווען היבש זאכן וואס האט מיר נישט אזוי געשמעקט].


האב איך א צעטל מיט הערות דערויף. היבש ראנג געווען, וואלט נישט געדארפט ארויף, לענ"ד.

עפל קאמפאט האט געשריבן:צו די עצם שמועסן פון ר' פנחס, איז ער א הפלא'דיגע רעדנער, ער איז די שטערן פון די קול מבשר רעדנער'ס, אראפלייגנדיג זאכן אזוי קלאר און הערליך מיט א לשון לימודים, מיט זיין געשמאקע רואיגקייט, עס איז זיך ממש צו באלעקן די פינגער'ס און מען קויפט זיך איין מורא'דיגע ידיעות און קלארקייט אין היסטאריע.
הוי מחשב...

אוועטאר
לייטער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך יולי 24, 2019 11:32 am

זייער אינטערעסאנט די וואך, העכערע זאכן אין די גאר קליינע אטאמס

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 24, 2019 11:35 am

די שמועס בנוגע היטלער, איז אייזן שטארק.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

מחשב
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 24, 2019 12:04 pm

לייטער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט די וואך, העכערע זאכן אין די גאר קליינע אטאמס


האלטנדיג ביי די ערשטע האלב מיינעך אז דער מהלך שטימט בעסער אין טאריע ווי אין זיינע משלים.
הוי מחשב...

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך יולי 24, 2019 12:28 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די שמועס בנוגע היטלער, איז אייזן שטארק.
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:04 pm

אויף די נייע יודיש 24 עפפ קען מען זעהן יעדע שמועס ביז פרשת תולדות פון וואספארא נושא ער רעדט.
We believe in facts, not truth


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט