"מאמענט" - אין א נויטפאל ה"י רופטס זאפארט "הצלה"
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 458
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm
עס איז טאקע א שוידערליכע סצענע
מען קען ווען שוין מיט א 3 מינוט פריער האבן הצלה פאר א פאל ווי יעדע סעקונדע ציילט, מען דארף מאכן א שטארקע אויפוואכונג דערוועגן.
...
לאמיר זיך אבער פרעגן די בייסיגע און ציפעדיגע קשיא וויפיל נשמה'לעך ווארטען שוין פיל מער ווי 2 מינוט'ן, און זייער מסוכן'דיגע צושטאנד איז זיי אומשטאנד צו פארווארפען פין ביידע וועלטן, און מיר טיען גאנץ קנאפ צו מאכן א הצלה קאאל פאר זיי
אין די צייט ווען מען איז זיך מקבל צו קענען גיט די נומער פון הצלה פאר נויטפאלן און טון באלדיגע שריט אין פאל עס זאל זיך חלילה נישט טרעפן א עת צרה
לאמיר זיך אויך פארנעמען ווען מען טרעפט א אידישע נשמה'לע וואס לעכצט נאך באלדיגע הילף ברוח, תיכף צו מאכן אן הצלה קאל.

- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm
קאטשקע האט געשריבן:היימישער אינגערמאן האט געשריבן: עס איז ביי מיר ברור כשמש אז ווען סיי ווער פון די מענטשען וואלטן אים געזען אראפפאלן וואלט מען אויף די מינוט גערופען הצלה. (אונץ האמיר שוין אלע בייגוואוינט צענדליגער אזוינע פעלער).
מיין השערה איז אזוי. די וועג ווי אזוי ער איז געליגן ביים עק סיידוואק מיט טרעפיק זאכן ארום וכולי האט עס געמאכט אויסקוקען ווי א מענטש א האומלעס אדער א פאני מענטש האט זיך אראפגעלייגט דא אויף די גאס, און קיינער האט אים נישט געוואלט טשעפענען-פארשעמן. (קען זיין עס איז נישט ריכטיג-נאיוו, אבער פאר סאם ריזאן האט עס אזוי אויסגעזען)
לסיכום, עס איז דא וואס זיך צו פארבעסערן מיט מער טראכטען פון כבוד הזולת, מיטגעפיל מיט א צווייטען. נישט רופען הצלה ווען מען זעט יענער איז אין א סכנה, עקזעסטירט ב"ה נישט אין אונזער לעקסיקאן. פינטעל.
די וואס זאגן אז די מענטשען זענען גווען אין שאק, קען זיין. אבער ווען מען איז אין שאק וואקט מען געווענדליך נישט ווייטער נאר מען שטייט, קוקט, קלאצט. אויף די ערשטע מיידל קען מען זאגן אז זי איז גווען אין שאק, און זי האט נישט געכאפט וואס זי דארף טוען.
גערעכט
אבער דאס ווילן די עסקנים ארויסברענגן אז אפילו עס איז נאר דא א ספק ספיקא אז א יוד איז אין סכנה זאל מען גלייך רופן הצלה
דאס קען זיין א וואליד פוינט.
פון די תגובות אויבן האט אויסגעזען ווי כאילו מענטשען קערן נישט צו רופען הצלה ווען יענער איז אין א סכנה. דאס איז טאטאל פאלטש. איך ווייס עס, דו ווייסט עס, און יעדער ווייסט עס.
ב.ד.וו איך זע אז נאך מיין תגובה האט זיך אויפגעהערט די תגובות וואס האבן גליארעמט הלמאי מען לאזט ליגן א מענשט מיט א הארץ אטאקע. אפשר האט דער עולם אנגענומען חוות דעתי הקטן.
- דער וואוילער
- שר חמישים
- תגובות: 70
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm
א. טראכטער האט געשריבן:בלעטל האט געשריבן:אז מ'האט שוין יא פובליצירט דעם ווידעאו זאל הצלה למען ה' אויסזאגן וויפיל אזייגער די ערשטע רוף איז אריינגעקומען, און צוזאמשטעלן מיט ווען די ערשטע קאר איז אנגעקומען, און לאמיר זען ווילאנג ס'האט געדויערט.
איך בין דן לכף זכות אז די מענטשן ( די לעצטע מינוט פון די ווידיא) האבן געקאלט הצלה
א שכן האט געריפן הצלה. אין זאגט אז ביז ער האט ראפגעקימן איז שוין הצלה געווען אויפן גאס
- פנחס בן חיים
- שר חמש מאות
- תגובות: 589
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm
אראפגענימען מיין תגובה.. ווייל פון נישט רעדן דערלייגט מען נישט.
לעצט פארראכטן דורך פנחס בן חיים אום מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 11:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פנחס בן חיים האט געשריבן:נאכען זען די קליפ איינמאל אין נאכאמאל און הערן די פאקטן, קומט מען צו די מסקנה אז די גאנצע איבערקערעניש איז נישט מער ווי א ביליגע מאמאנט שטיקעל פון רייטען אויף כלל ישראל מיט א ציל זיך צו בויען די ביזנעס.
מיט דעם גייט די מאמענט אין די פיס טריט פון YWN וואס פראבירען אויך צו ניצען העצע קעגן די חסידים אלץ א פלאטפארום צו בויען זייער ביזנעס - וועבסייט,
כלל ישראל איז זאט פון זייערע סענזאציעס, סקאנדאלן, און פון זייער כסדר שטיין העכער כלל ישראל און מוסר זאגען.
צייט אריבער צו מישען דאס בלעטעל, און ביי די תפילה פון ״רבש״ע חלום חלמתי״ איז מכוון צו זיין קעגן די מאמענט וואס איז א שטיק חלום.
ביי
יאפ איך אגרי סאיז טאקע א וועליד פוינט אבער גאר שטארק אויפגבלאזען.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
ווילאנג סנישט דא קיין סאוינד אויף דעם ווידעא קען מען גארנישט דן זיין... די ווייסט דאך נישט אויב דער מענטש וואקט אביסל ווייטער אין רופט הצלה, די ווילסט זעהן אויפן ווידעא ווי די פארבייגייענדע ציפּן דעם יוד אויב ער איז אויף?
נאר וואס דען... ווייטער די געמיינע ביליגע פּאבליקאציעס כל אחד בשמו הטוב יברך ומבורך, וואס גייען אין פיס טריט פון די פּיסטע גויאישע מידיע וואס וועלן אויסניצן יעדעס ביסל בלוט פאר זייער אנזעץ אין ביזנעס....
נישטא קיין טעמעס נישטא קיין אינטערסאנטע באלערענדע ארטיקלן אלעס איז איין ריזיגע באלון פון ערום ועריה.... פּיסט אין נאקעט! מוז מען מאכן דעקלעך מיט גרויסע בלוטיגע אותיות, באשאפן סענזאציעס פון א אומקלארן ווידעא וואס מזעהט נישטאמאל וואס די מענשטען טוען א 5 טריט אוועק ווי אינעם אומקלארקייט קוקט יא אויס אז די מענטשען בלייבן שטיין און טוען (רופן) וואס מען דארף, און צו אלעם אונז וואס אוז זעהן מיר סך הכל נאר דעם מעשה פון פארדעם אין נאכדעם דורכן ווידעא זעמער ווי א דער איד פאלט נעבעך אנידער, אבער זיי די פארבייגייער בשעת מעשה זעהן דאס דאך נישט, דארפן זיי נישט וויסן וואס דא האט פאסירט, און פאר זייער ארימער ביזנעס דארפן מיר דעם עם ישראל מיט אומשולדיגע פארבייגייער אראפ געמאלן ווערן ווי כאילו מיר זענען א איגנערענט אומקאמפאטענט פאלק, ווען סקומט צו יענעמס בלוט חלילה. וועם איז דא צו פאפּען איבער דעם ענין ווען דאס מציאות שרייט אנדערש...
האסט געכאפט א שמוס מיט נאר איינעם פון די פארבייגייער וואס דארט איז פארגעקומען אין ריעל אויסערן זעהן אן אומקלארן ווידעא, זיכער נישט ווייל דאן וואלסטו זיך געפלאגט נאך א וואך מיט א קאווער סטארי.....

- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6812
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
דער אמת אז אין שלחן ערוך טרעפט מען שוין זייער הארב אז והנשאל הרי זה שופך דמים (דארט רעדט מען פון שבת) און יעדע צעגערניש ווען עס קומט צו ראטעווען לעבן איז אין גדר פון לא תעמוד על דם רעיך, דעריבער איז זיכער די טעמע א וויכטיגע אז מ'דארף רעדן דערפון אפילו אן אזא געשיכטע כש"כ ווי די ווידעא צייגט קלאר אז מען האט נישט געטון גענוג און אגרעסיוו צו ראטעווען דעם איד און טייל איגנארירן ממש. איז אויפמערקזאמקייט דארף מען מאכן, און ביי א וויכטיגע זאך איז אלעמאל די כלל קבל את האמת ממי שאמרו און סתם אוועקמאכן איז נישט מן החכמה.
לשבחם דארף ארויסגעברענגט ווערן, ווי מ'האט זייער אכט געגעבן וואס צו שרייבן, מ'זעט אויף די ווידעא ווי זיי לייגן גראד אריין א לימוד זכות אין די סובטייטלס פון דעם ווידעא, אז "טייערע מינוטן גייען פארלוירן אין פארלוירנקייט", זיי רייסן קיינעם נישט אראפ, פארדאמען נישט קיינעם סך הכל א וועיקאפ קאל אז מ'האט געקענט טון מער און נישט זיין אזוי פארלוירן און "דאס ווערט פארעפנטליכט כדי צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דער קריטישער טעמע און דערמאנען אז רופן הצלה קען ראטעווען לעבנס". אידן זענען וואויל, אידן זענען הייליג, נאר אמאל כאפט מען זיך נישט און מ'דארף זיין מער געשיקט.
און דאס איז דער אמת, הגם מ'זעט עטליכע (די צווייטע מיידל וואס שמועסט אויפ'ן טעלעפאן און גייט זיך ווייטער ווי גארנישט, דער גערער בחור, די פרוי מיט'ן קעריזש וכו) וואס מאכן זיך סתם נישט וויסנדיג און אויף זיי איז נישטא כמעט קיין לימוד זכות, איז דא אבער עטליכע וואס שטעלן זיך יא אפ, למשל די ערשטע מיידל, הגם אירע הענט בלייבן אין טאש און זי טוט נישט גענוג ווען יעדע רגע ברענט.

- שר מאה
- תגובות: 128
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
- לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען
sholom88 האט געשריבן:קאטשקע האט געשריבן:גערעכט
אבער דאס ווילן די עסקנים ארויסברענגן אז אפילו עס איז נאר דא א ספק ספיקא אז א יוד איז אין סכנה זאל מען גלייך רופן הצלה
עסקנים?! דאס איז א מאגעזין וואס מאכט געלד פון יענעמ'ס טראגעדיע. גארנישט מער.
וואס פאר א טענה איז דאס?
ס'איז אסור צו מאכן געלט?
זאלן צייטונגען נישט שרייבן קיין אידישע צרות?
כ'מאך נישט אוועק די ריכטיגע טענות וואס ס'איז דא אבער שרייען אז יענער מאכט געלט איז פשוט אומפארגינערישקייט
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6812
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6812
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
פון יעצט האט געשריבן:וואס פאר א טענה איז דאס?
ס'איז אסור צו מאכן געלט?
זאלן צייטונגען נישט שרייבן קיין אידישע צרות?
כ'מאך נישט אוועק די ריכטיגע טענות וואס ס'איז דא אבער שרייען אז יענער מאכט געלט איז פשוט אומפארגינערישקייט
ס'איז איין זאך צו מאכן געלד בעת'ן טוהן די דזשורנאליסטישע פליכט פון פארלעסליכע ראפאראטן, און ס'איז א גאר-אנדערע זאך צו מאכן געלד איבער א מצב שלא היה. די ווידיא איז קלאר גע'דאקטאר'ד, אהן קיין ארגינאלע סאונד, אהן די מינדעסטע פרטים בנוגע ווען הצלה האט טאקע באקומען זייער ערשטע רוף.
דאס איז נישט דאס ערשטע מאל זיי טוען דאס.
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
דורכגעקוקט דעם שמועס דא, פארשאפט דעם מאמענט אויך, איך נעם נישט קיין שטעלונג, ווייל די ווידיא האב איך נישט געזען, אבער אפי' אויב אויף רוב נקודות אין דעם שמועס קען מען זיך דינגען, זע איך נישט פ"וו מאמענט איז געגאנגען באשרייבן די "שרעקליכע" געשיכטע, מיט פינקטליכע "מינוטן אין סעקונדעס" אן צו ווייזן אויך וויפיל "מינוט און סעקונדעס" ס'האט גענומען פאר "הצלה" (אפשר אויך 911, ווי אנדערע האבן געשריבן אז מאנכע האבן נאר געדענקט/געקענט דעם נומער) צו רעספאנדן, כעת איז דאס פשוט אומ'יושר'דיג רעפארטירט. אדרבה, ניתי ספר ונחזי.
נ.ב. איך בין נישט בעצם קיין 'מאמענט בעששער'.
נ.ב. איך בין נישט בעצם קיין 'מאמענט בעששער'.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
בלעטל האט געשריבן:אז מ'האט שוין יא פובליצירט דעם ווידעאו זאל הצלה למען ה' אויסזאגן וויפיל אזייגער די ערשטע רוף איז אריינגעקומען, און צוזאמשטעלן מיט ווען די ערשטע קאר איז אנגעקומען, און לאמיר זען ווילאנג ס'האט געדויערט.
וואס נאך ווילסטו אז הצלה זאל דיר אויסזאגן??...
סוף כל סוף איז עס אן ארגאניזאציע לשם שמים, וואלאנטירן וואס גיבן אוועק פון זייערע טייערע צייט צו ראטעווען אנדערע לעבנס. איך בין זיכער אז זיי טון אצינד וואס מען דארף נאך דעם שאקירנדן ווידעאו, (איך גלויב אז זיי פארמאגן גענוג מעמבערס, אייוועלט ליינער). דאס דארף נישט צו זיין אונזער דאגה אצינד.
מאמענט קען טון ווייטער וואס זיי ווילן, מיר ווייסן שוין פונקטליך וויפיל צו גלויבן און וואס אנצונעמען. זאלן זיי כאטש מאכן אפאר דאלער, און העלפן איינשלעפן כלל ישראל אין די קורצע שבת נאכמיטאגס.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
א מחי' האט געשריבן:ראש הקהל האט געשריבן:א מעמבער האט מיר גראדע פארציילט, אז דער צייט ווען דער קאלל איז אריינגעקומען, איז עס דו ערגסטע צייט פון א גאנצע וואך.
פרייטאג נאכמיטאג, ווען דער שולא באסעס פארן ארויס פון דו מוסדות החינוך, און בארא פארק ווערט פאראלעזירט, קיינער וויל נישט נעמן קיין קאלל'ס.
און אז דו דיספעטעשער האט זיך געדארפט בעטן דריי מאל, ביז איינער האט זיך מרחם געוועהן און גענומען דער קאלל.
וואס פאר א מין זאך איז דאס אז א דיספעטעשער דארף זיך בעטן דריי מאל ???
3 מאל איז נישט קיין סאך, עס מאכט זיך אפט, ווער רעד נאך אין פארנומענע צייטן.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
האבגרויסהצלחה האט געשריבן:ווען איך האב מיך געלערענט CPR איז דער וואס האט אוניז געלערענט.
געווען ביזי ער האט עס איבער געזאגט אפער מאל
אפילו די קענסט CPR און די זעהסט ח"ו עפעס געשעהנט רוף די ערשטע זאך הצלה/אדער מאך זיכער איינער רופט הצלה
און נאכדעם זעה וואס עס פאר לאנג זיך.
די רול אין די בוק גייט, טשעק!! קאל!! קעיר!!
טשעק וואס עס גייט פאר.
קאל נאך פארן אנהייבן עפעס טון, אדער זע אז א צווייטער זאל קאלן, ווייל דו קענסט טאקע אפשר העלפן, אבער נאך צוויי מינוט מאכן סי פי אר ווערט מען אויסגעמוטשעט, און איינער דארף איבערנעמען, און ווער רעד נאך אויב די מצב פארערגעט זיך.