בלומינגבורג פלאטפארם - נייע אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ווער האט געמאכט די גרעפיקס ??
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

אין די היינטיגע דבר יום ביומו אימעיל


"בלומינגבורג"

עס איז שוין היינט ברייט באוואוסט אז די ניי געגרינדעטע אידישע ישוב אין "בלומינגבורג" איז ב"ה אויסגעשטיגן אלס א פולקאם היימישע שטאט מיט אלע אירע צוגעהערן בליעה"ר. די צאל פאמיליעס וואס וואוינען שוין היינט דארט וואלטן פארשעמט גרויסע שטעט אין אייראפע, און עס קומען וועכענטליך צו נאך משפחות וועלכע ווילן זייערע קינדער זאלן אויסוואקסען אין אט די ריינע, ברייטע און רואיגע אטמאספערע.

"פלאטפארם"

די ציבור האט זיך צושפרייט און וואוינט שוין אין עטליכע געגענטער אין און ארום בלומינגבורג, וואס יעדע באזונדער האט אירע אייגענארטיגע מעלות. עס איז גאר פארהאן דריי בתי מדרשים און צענטראל פונקטן אין שטאט. זייט ביי זייט איז דראמאטיש געוואקסן די צורך פאר א "פלאטפארמע", וואו די לאקאלע איינוואוינער וועלן האבן די מעגליכקייט צו אפעקטיוו קאמיוניקירן, מעלדן מודעות און אדווערטייזמענטס און מיטהאלטן די פארשריט אין די אידישע און עקאנאמישע אנטוויקלונג.

"בלומינגבורג פלאטפארם"

די ענטפער דערצו איז געקומען אין פארעם פון די "בלומינגבורג פלאטפארם", א פלוג צעטל אויף דעם גאנג פון די סוקסעספולע "דבר יום ביומו" אין וויליאמסבורג. אין צוגאב צו די שמחות, מודעות און אדווערטייזמענטס, טוט די צעטל אויך באריכטן די ווירבלענדע אקטיוויטעטן און אנטוויקלונגען פון בלומינגבורג. עס איז דעריבער בכלל נישט איבערראשענד אז די עקסטאז מיט די צעטל איז פונקט אזוי ביי וויליאמסבורגער איינוואוינער ווי ביי די בלומינגבורגער איינוואוינער.

צוליב די גרויסע אינטערעסע האבן מיר באשלאסן צו נוהג זיין עין יפה און איינמאליג פובליצירן דעם "בלומינגבורג פלאטפארם" פאר אונזער ברייטע אוידיענץ, דער פובליקום זאל זיך דערוויסן און אויפסיינען צו באקומען די צעטל גלייך ווען עס קומט ארויס. די נוצן פון זיך אויפסיינען צו באקומען אויף אימעיל איז פילפאכיג. צו קענען מיטהאלטן ערשט-האנטיג אלע אנטוויקלונגען פון בלומינגבורג, מיטהאלטן די שמחות פון אייערע קרובים וידידים, און אויב טוט איר צושטעלן סערוויסעס אדער געשעפטן; די עקאנאמישע מעגליכקייטן וואס עס זענען פארהאן.

צו באקומען די "בלומינגבורג פלאטפארם"
טוט די ריכטיגע שריט און שיקט אן אימעיל צו: [email protected]

צו אריינלייגן אייער עד וואס וועט געזעהן ווערן דורך טויזענטער אידן לאקאל און איבעראל,
רופט 845-421-5447
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

ה דא הוא דכתיב: די שווער לייגט אריין די איידעם און ביזנעס. א שיינע זאך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאס באלאנגט מעגליך ביי די "טעותים אין אונזערע צייטונגען" אשכול, אבער אויפן נעכטיגן פלאטפארמע שטייט אז הרה"ג ר' אשר מאנן שליט"א האט ראש חודש געבענטשט דעם פארגענגענעם שבת אין בלומינגבורג, בעת עס איז שוין געווען ג' כסליו...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

קענסט מיר זאגן פארוואס ער האט נישט געקענט מיטשיקן מיטן דבר יום די היינטיגע צעטיל וואס האט ער מיטגעשיקט די נעכטיגע?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

עס קומט ארויס נאר איינמאל א וואך
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

ניס קראכער האט געשריבן:קענסט מיר זאגן פארוואס ער האט נישט געקענט מיטשיקן מיטן דבר יום די היינטיגע צעטיל וואס האט ער מיטגעשיקט די נעכטיגע?

ס'קומט נאר ארויס איינמאל א וואך ביזדערווייל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

אפשר קען איימיצער ארויפלייגן דא די נייע פלאטפארמע. יישר כוח.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע: אטע דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזאטיוו »

@@
אטעטשמענטס
platform.pdf
(241.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 184 מאל
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

יישר כח פאזיטיוו.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי איינער »

קען איינער ארויפלייגן די היינטיגע "פלאטפארם"?
יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”