סקאנדאל: ענגלישע 'משפחה' מאגאזין דעקל-בילד פון פרוי קלינטאן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג נובעמבער 06, 2016 11:53 pm

אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 12:09 am

Naftule האט געשריבן:אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן

אדרבה, ניתי ספר ונחזי. (לכה"פ שיק מיר עס אין אישי)

ווען מיר האבן אמאל אדורכגענישטערט דעם "דער איד", אנגעהויבן פון די י' יארן ביז די נ' יארן, האבן מיר אזאנס נישט געפינען.

אחוץ אויב דו רעדסט פון נאך פריער, איידער עס האט בכלל באלאנגט פאר סאטמאר. אויב יא, איז עס בכלל נישט קיין ראי' אויף אהער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 12:11 am

Naftule האט געשריבן:אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן


זיכער, גאנצע בלעטער!!! אפילו ווען דער רבי האט נישט געלעבט!!

ליצנות אחת דוחה...

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 12:12 am

די יו''ד יארן און די מ''ם יארן האב איך געזען

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 12:12 am

נכד האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן


זיכער, גאנצע בלעטער!!! אפילו ווען דער רבי האט נישט געלעבט!!

ליצנות אחת דוחה...

ס'איז א פאקט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 10:22 pm

Naftule האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן


זיכער, גאנצע בלעטער!!! אפילו ווען דער רבי האט נישט געלעבט!!

ליצנות אחת דוחה...

ס'איז א פאקט

דוכט זיך דאסמאל איז נפתלי גערעכט, שוין אויך געהערט עטליכע מאל דערפון, טאקע נישט קיין גרויסע בילדער פון פרעזידענטן וכדו' אבער ס'איז נישט געווען אזא קפידא ווי היינט.
דאס איז וואס ליגט מיר אין קאפ, בלי אחריות.

פנימי
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:01 pm

תגובהדורך פנימי » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 10:41 pm

הלשון האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן

אדרבה, ניתי ספר ונחזי. (לכה"פ שיק מיר עס אין אישי)

ווען מיר האבן אמאל אדורכגענישטערט דעם "דער איד", אנגעהויבן פון די י' יארן ביז די נ' יארן, האבן מיר אזאנס נישט געפינען.

אחוץ אויב דו רעדסט פון נאך פריער, איידער עס האט בכלל באלאנגט פאר סאטמאר. אויב יא, איז עס בכלל נישט קיין ראי' אויף אהער.

איינער וואס האט א פראבלעם מיט די משפחה׳ס קאווער דארף דרינגענד א דאקטער. מזעט א שאטן פון קלינטאן.

און יא! איך געדענק נאך ווען דער איד האט געהאט בילדער פון פרויען.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 10:50 pm

נאכדעם וואס דער "המודיע" איז ארויסגעקומען מיט א מחאה און אראפגעריסן די "משפחה" אז זיי זענען נישט קיין "עיתונות חרדיות אמיתית" פאר'ן ברענגען דעם [עקס-רעי?] בילד פון קלינטאן, אפשר זאלן די "עכטע חרדישע צייטונגען" ארויסקומען קעגן דעם המודיע פאר'ן אריינשטעלן געמאלענע בילדער, טאקע פון די זעלבע פרוי, וואס כ'האב א חשד אז קיין שום "עכטע היימישע צייטונג" וואלט אזעלכע קאריקאטורן נישט אריינגעלייגט.
אט זענען עטליכע צווישן די פילע וואס זענען אין די לעצטע תקופה ערשינען אין "המודיע":

hil3.jpg


hil2.jpg


hil1.jpg

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 10:58 pm

פנימי האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:אין דער איד פלעגט אויך זיין בילדער פון פרויען ווען דער רבי האט נאך געלעבט. מקען עס נאכקוקן

אדרבה, ניתי ספר ונחזי. (לכה"פ שיק מיר עס אין אישי)

ווען מיר האבן אמאל אדורכגענישטערט דעם "דער איד", אנגעהויבן פון די י' יארן ביז די נ' יארן, האבן מיר אזאנס נישט געפינען.

אחוץ אויב דו רעדסט פון נאך פריער, איידער עס האט בכלל באלאנגט פאר סאטמאר. אויב יא, איז עס בכלל נישט קיין ראי' אויף אהער.

איינער וואס האט א פראבלעם מיט די משפחה׳ס קאווער דארף דרינגענד א דאקטער. מזעט א שאטן פון קלינטאן.

און יא! איך געדענק נאך ווען דער איד האט געהאט בילדער פון פרויען.

זיי מוחל און שיק מיר ביטע [אין אישי] עטליכע דוגמאות פון וואס דו רעדסט.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:00 pm

אין איד איז [ביז עטליכע יאר צוריק] בכלל נישט געווען קיינע בילדער [חוץ דעמאנסטראציעס]

אויב איר האט געזען פון נשים איז עס פון איידער סאטמאר האט עס אפגעקויפט
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:00 pm

פנימי האט געשריבן:איינער וואס האט א פראבלעם מיט די משפחה׳ס קאווער דארף דרינגענד א דאקטער. מזעט א שאטן פון קלינטאן.
און יא! איך געדענק נאך ווען דער איד האט געהאט בילדער פון פרויען.


בארואיג דיך, קיינער דארף נישט קיין דאקטער.
איך גלייב אז דער עיקר פראבלעם איז נישט דא די עצם ספעציפישע בילד פון קלינטאן און ווי טעכניש הארב עס איז צו לייגן, נאר די קעגנערשאפט איז בעיקר קעגן דעם געדאנק אז מען האט געבראכן א גדר און ארויפגעשטעלט א בילד פון איר גרויס אויפ'ן קאווער. מיין לימוד זכות איז נאר געווען אז משפחה (און זייערע רבנים?) האבן געהאלטן אז דאס הייסט נישט עכט קיין בילד, ווייל עס קוקט מער אויס ווי א קאמפיוטער מאדעל. אבער, אז עס שמעקט נישט גוט אויפ'ן ערשטן בליק, העלפן שוין נישט קיין תירוצים און פלפולים.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:04 pm

די וועג וויאוי די משפחה דרייעט זיך ארויס פין די טענות קעגן
קוקט אויס ווי דאס איז זייער פאליסי אויף ווייטער אז מען מעג געהעריג לייגן בילדער פון פערזענליכקייטען, אפגעזעהן צו ס'איז יא אדער נישט א עקסרעי בילד.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:08 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
אויב איר האט געזען פון נשים איז עס פון איידער סאטמאר האט עס אפגעקויפט

לאו דוקא.

ס'פלעגט זיין בילדער ביז א יאר צוויי נאכדעם וואס סאטמער האט שוין בעלבתיוועט דערויף, ס'האט אבער נישט געפיטשערט קיין פרויען, נאר בדרך אגב (אזוי מיין איך)

איך מיין אז די משפחה וואלט ווען געדארפט ארויסשטעלן א צעטל פון זייער "גרעסטע" פוסק וואס האט זיי געגעבן די גאו אהעד, און פארוואס יענער האט ביז יעצט נישט געגעבן דעם היתר.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:11 pm

סאמהאו האט יעדער געעפענט ברייט די אויגן ווען מען געזעהן דעם דעקעל, איי געס אז יעדער האט פארשטאנען אז עס באלאנגט נישט..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:14 pm

א שיינע תגובה אויף יו"נ

First of all the Hamoidia did not attack anyone.
They didn’t mention the name of the Mishpacha, all they did was to reiterate the rule that all Chareidi papers were following (INCLUDING MISHPACHA).

The Mishhpacha was the one that chose to exclude themselves now the first time from the mainstream Chareidi newspapers.

At least they owe to their readers an apology or a letter from their rabbinical leadership about this change of their standard.
How would you feel if your food companies would change to not Glatt or Kitniyos without mentioning a change of policy? Is it not at least what you expect from your providers of Kosher food or news to let us now when they lower the standard?
The Hamodia has the full right to keep the respect that we all had to our editors and to state that all TRUE torah papers do not put pictures of women whatsoever.
- See more at: http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... ew75L.dpuf

פנימי
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:01 pm

תגובהדורך פנימי » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 4:06 pm

מגיה האט געשריבן:
פנימי האט געשריבן:איינער וואס האט א פראבלעם מיט די משפחה׳ס קאווער דארף דרינגענד א דאקטער. מזעט א שאטן פון קלינטאן.
און יא! איך געדענק נאך ווען דער איד האט געהאט בילדער פון פרויען.


בארואיג דיך, קיינער דארף נישט קיין דאקטער.
איך גלייב אז דער עיקר פראבלעם איז נישט דא די עצם ספעציפישע בילד פון קלינטאן און ווי טעכניש הארב עס איז צו לייגן, נאר די קעגנערשאפט איז בעיקר קעגן דעם געדאנק אז מען האט געבראכן א גדר און ארויפגעשטעלט א בילד פון איר גרויס אויפ'ן קאווער. מיין לימוד זכות איז נאר געווען אז משפחה (און זייערע רבנים?) האבן געהאלטן אז דאס הייסט נישט עכט קיין בילד, ווייל עס קוקט מער אויס ווי א קאמפיוטער מאדעל. אבער, אז עס שמעקט נישט גוט אויפ'ן ערשטן בליק, העלפן שוין נישט קיין תירוצים און פלפולים.

הבלים.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 4:28 pm

צוויי ניקס האבן מיט א פעסטקייט געשריבן אז אין "דער איד" פלעגט זיין בילדער פון נשים.

ווען מ'האט געבעטן דוגמאות, האבן זיי [דערווייל] נישט געברענגט.

איינער פון זיי, האט פארמעקט זיין תגובה [און מיר געשריבן אין אישי אז ס'איז געווען א טעות].
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 7:07 pm

איך צו צוריק - ווי סשטעלט זיך ארויס [נאכ'ן באקומען אין אישי א בילד] האט דער איד יא אמאל אין אן אויסנאם פאל געלייגט בילדער פון פרויען.

ס'איז טאקע אינטרעסאנט. אבער קיין ראי' צו אונזער פאל איז עס זיכער נישט.

ווי עס קוקט אויס איז דאס געטוהן געווארן אלס חובת השעה, ביי איינע פון די מערכות בארץ ישראל בשנת תשמ"ג, ווען די ארטיגע משטרה האט זיך באנוצט מיט פרויען פאליציי. ווי אויך ווען זיי האבן שווער צובלוטיגט א אידישע פרוי.

זעה בייגעלייגט (אויב שפירט איר אז די בילד איז אומאויסגעהאלטן, ביטע מודיע זיין און ס'וועט פארמעקט ווערן)



דער ניק האט מיר אויך געשיקט א דוגמא פון שנת תשי"ז. די נושא דארט איז איבער א הצלה קאמפיין פאר פליטים, און מען זעהט בילדער פון געוויסע פליטים פאמיליעס
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 7:43 pm

wow
אין די היינטיגע וועלט וואלט אפילו משפחה נישט געלייגט אזעלכע בילדער אפילו אין אזא מצב

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:53 am

לויט די ווארשיינליכע אויסגאנג פון היינט נאכט, וועט "משפחה" מער נישט לייגן קלינטאן אויף זייער פראנט-קאווער, והכל על מקומו יבוא בשלום

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:51 am

shalsheles האט געשריבן:כמדומה אז עמי האט די ערשטע אריינגעלייגט בילדער פון קליינע מיידלעך ביי די עדס דערנאך האט בינה נאכגעטון.


און היינט איז שוין די שאפערס רוט און וויליאמסבורג בולעטין פול דערמיט. און זיי וואקסן אינטער..

אינטרעסאנט קיינער איז נישט מוחה.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:48 pm

ס'איז גאנץ ווייניג משנה צי מישפאכא האט ראבאנים אדער נישט, ס'איז דא א תורה אויף די וועלט.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:02 pm

ר' מנשה רייזמאן היינט ביי זיין שיעור האט ער שיין ארויסגעברענגט אז מיט זיין געוואונס זענען אסאך יודן ניצול געווארן פון ראיות אסורות.

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:04 pm

יעצט געזעהן די עד, אין עס איז נישט א עכטער בילד! איז וואס איז די גאנצע קאכעריי?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 8:37 pm

פורים קטן האט געשריבן:לויט די ווארשיינליכע אויסגאנג פון היינט נאכט, וועט "משפחה" מער נישט לייגן קלינטאן אויף זייער פראנט-קאווער, והכל על מקומו יבוא בשלום

מיין אפיניען: משפחה האט געפלאנט שוין פונלאנג עס צו לייגן איינמאל זי ווערט ערוועלט, פארגאנגענע וואך איז דער פארמעסט פלוצלינג שמאל געווארן, האבן זיי געוואלט שנעל אריינכאפן עס אדורכצוברעכן איינמאל פאר אלעמאל, אין די לעצטע געלעגנהייט איידער עס איז צו שפעט....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט