דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » זונטאג יוני 11, 2017 10:04 am

פ"וו איז היינט נישט געווען קיין דעלי איד?
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג יוני 11, 2017 10:06 am

געדולד, ס'דא אסאך וואס צו שרייבן זעהט אויס

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » זונטאג יוני 11, 2017 11:51 am

וועלטניק האט געשריבן:געדולד, ס'דא אסאך וואס צו שרייבן זעהט אויס


יא יא גערעכט
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » זונטאג יוני 11, 2017 1:19 pm

שוין אנגעקומען. גארנישט מחדש.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » זונטאג יוני 11, 2017 1:21 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:שוין אנגעקומען. גארנישט מחדש.

דא: viewtopic.php?p=1461056#p1461056

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג יולי 11, 2017 3:34 pm

לעצטענס ווערט אונעם וועכענטליכן איד נאכגעברענגט עטליכע נייעס פון די טעגליכע אן ארויסשרייבן אז דאס איז שוין געשטאנען איינמאל.

#קאפי פעיסט.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג יולי 11, 2017 3:40 pm

וואס איז שלעכט ?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג יולי 11, 2017 4:24 pm

נכד האט געשריבן:לעצטענס ווערט אונעם וועכענטליכן איד נאכגעברענגט עטליכע נייעס פון די טעגליכע אן ארויסשרייבן אז דאס איז שוין געשטאנען איינמאל.

#קאפי פעיסט.


ס'איז דאך דער זעלבער מו"ל, ניין?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יולי 11, 2017 4:31 pm

זיי האבן געבעטן רשות...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג יולי 13, 2017 5:36 am

נכד האט געשריבן:לעצטענס ווערט אונעם וועכענטליכן איד נאכגעברענגט עטליכע נייעס פון די טעגליכע אן ארויסשרייבן אז דאס איז שוין געשטאנען איינמאל.

#קאפי פעיסט.

אוי וויי. איך האף זיי זענען עס מגיה בעפאר'ן אריבערלייגן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג יולי 13, 2017 3:12 pm

נכד האט געשריבן:לעצטענס ווערט אונעם וועכענטליכן איד נאכגעברענגט עטליכע נייעס פון די טעגליכע אן ארויסשרייבן אז דאס איז שוין געשטאנען איינמאל.

#קאפי פעיסט.


פונקט אזויווי 112 אויף קולמע איז קאפי פעיסט רוב פין 113

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:06 pm

איינער פון די טויזענטער וואס האבן זייער הנאה פונעם ''דעילי איד'' רעגט מיך אויף פארוואס עס קען ארויסגיין אזעלעכע מינדערוויכטיגע אבער זעהבארע טעותים? פארוואס קען דאס נישט זיין מיטן גרעסטן ניווא?

ליינט דעם באמת שיינעם אראפגעלייגטן נייעס, אבער מערקט'ס אן די 5 האלבעטע גרייזן וואס דארף נישט זיין!

שאו מרום עיניכם: היינט וועט
געזען ווערן היסטארישע
פולקאמע ליקוי חמה

ניו יארק – לאנגע וואכן און מאנאטן גרייט מען זיך שוין דערצו, און אט איז דער טאג דא, יום ב' שופטים ער"ח אלול ה' אלפים שנת תשע"ז לפ"ג, ווען עס וועט געזען ווערן די זעלטענע פולקאמע ליקוי חמה אין די הימלען העכער די פאראייניגטע שטאטן, און מיליאנען איבער'ן לאנד וועלן שטיין אויף די גאסן אין די נאכמיטאג שטונדן מיטצוהאלטן דעם היסטארישן מאמענט – פארשטייט זיך 1[color=#00FF00])אנגעקליידט [/color]מיט די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן", היות אן דעם איז געפארפול צו קוקן דירעקט אויף דער זון.
אין קורצן און אויפן פשוט'סטן וועג ערקלערט, וועט די ליקוי חמה פאסירן ווען די לבנה וועט זיך רוקן פארנט פון דער זון וועלכע באלייכט אונזער וועלטל, און די לבנה וועט אזוי באדעקן דעם שיין פון דער זון. דאס איז גראדע א זאך וואס פאסירט גאנץ אפט, אבער די יעצטיגע ליקוי חמה ווערט באצייכנט אלס א "טאטאלע ליקוי חמה", וואס באדייט אז די לבנה וועט נישט טיילווייז באדעקן די זון, נאר גענצליך, און דאס לעצטע מאל וואס אזוינס האט פאסירט העכער אמעריקע, איז געווען אין יאר 2 )[color=#00FF00] 918' למספרם[/color].
אין דער אלגעמיינער וועלט, ווערט די היסטארישע געשעעניש אויסגענוצט פאר ביזנעס צוועקן, פאר וויסנשאפט און פארשונגען, אבער פאר אידישע קינדער, וועלכע וועלן מיטהאלטן די ליקוי חמה, וועט דאס זיין א מאמענט צו זען ווי וואונדערליך עס ארבעטן די צבאות השמים, די זון, די לבנה, די כוכבים ומזלות, וואס דער גרויסער באשעפער האט אוועקגעשטעלט, און מ'וועט קאלעקטיוו אויסשרייען "מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית"!
אינפארמאציע און אנווייזונגען
איבער דער ליקוי חמה
* עס איז הונדערט פראצענט שעדליך צו קוקן [color=#00FF00]אויף3) דער זון [/color]אויב טראגט מען נישט די ספעציעלע ליקוי חמה ברילן. מ'קען ליידן ערנסטע שאדנס אויף די אויגן, אדער בלינד ווערן ל"ע.
* צו וויסן צי מ'האט איינגעקויפט אויטענטישע ברילן אדער פאלשע, דארף מען זען ס'זאל האבן דעם סימבאל פון די ISO מיט די ציפערן "12312-2".
* אויב איז מען נישט זיכער צי די ברילן זענען אויטענטיש, קען מען עס אויספרובירן דורכ'ן אריינשיינען מיט א פלעשלייט דערין. אויב זעט מען דורך דעם שיין, איז עס פאלש, ווייל די אויטענטישע לאזט נאר דורך די זון.
* אויב האט מען למעשה נישט אנגעיאגט צו קויפן די ברילן, קען מען קוקן אויף די זון דורכ'ן מאכן מיט די הענט א[color=#00FF00] 4)פיצינקע [/color]לאך דורך די פינגערס. אבער מ'זאל זיין זייער געהיטן נישט צו קוקן צו לאנג.
* ווען די לבנה וועט באדעקן די זון 100 פראצענט, מעג מען אויסטאן די ברילן און קוקן אויף די זון. אין ניו יארק וועט די זון נישט זיין 100 פראצענט באדעקט, מוז מען דעריבער בלייבן מיט די ברילן די גאנצע צייט.
* פרובירט נישט צו כאפן בילדער פון די ליקוי חמה, סיי ווייל מ'דארף האבן דערפאר גאר ספעציעלע קאמערעס, און סיי ווייל איר ווילט נישט פארפאסן די היסטארישע מאמענט מיט'ן זיין פארנומען כאפן בילדער...
גענויע "ליקוי חמה" צייטן פאר
אלע אידישע געגנטער
וויליאמסבורג און בארא פארק: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:01 נאכמיטאג. די [color=#00FF00]שטערקסטע5) פינצטער [/color]וועט זיין אום 2:45:01, ווען די לבנה וועט פארדעקן 71.5 פראצענט פון דער זון.
מאנסי: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:00 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:43:14, ווען די לבנה וועט פארדעקן 70.6 פראצענט פון דער זון.
קרית יואל: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:22 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 3:59 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:43:43, ווען די לבנה וועט פארדעקן 70.2 פראצענט פון דער זון.
לעיקוואוד: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:02 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:45:39, ווען די לבנה וועט פארדעקן 73.6 פראצענט פון דער זון.
בלומינגבורג: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:22 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 3:58 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:42:58, ווען די לבנה וועט פארדעקן 69.7 פראצענט פון דער זון.
דזשערסי סיטי: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:01 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:44:52, ווען די לבנה וועט פארדעקן 71.7 פראצענט פון דער זון.
1
) אנגעקליידעט? פארוואס נישט ''אנגעטון''?
2) דער אידישער דאטום איז תרע''ח!
3) ''די זון'' אדער ''דער זון''?
4) מזל טוב! א נייע קינדישע ווארט!
5) פינסטער! נישט 6 מאל פינצטער!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:54 pm

להערה בעלמא: זון (חמה) איז אלעמאל 'די זון'. זון (בן) איז 'דער זון'

א גולם
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:17 am

נאך איינער האט נאך נישט באקומען די אימעל היינט? (אדער נאר איך)

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:22 am

יאפ נישט באקומען

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:27 am

ס'איז יעצט אנגעקומען.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

אלטע "איד'ן"

תגובהדורך ישיחנה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:16 am

ווי קען מען זעהן "דער איד" פון די ערשטע יארן פון די כ' ל' יארן?

ווען איך קאנטאקט די אפיס, דארף איך וויסן וועלכע וואך און יאר איך זוך. אבער אויב ווייס איך נישט, איז זייער שווער אנצוקומען צו זיכן.
אויב ווייסט איינער ווי איך קען דאס זעהן ביטע מעלדן.

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:24 am

מומחה עצום האט געשריבן:להערה בעלמא: זון (חמה) איז אלעמאל 'די זון'. זון (בן) איז 'דער זון'

ביי א פרעפאזיציע ווערט עס דער זון, ממילא איז עס קיין טעות און דער שרייבער האט זיך געטריי געהאלטן צו די גראמאטישע כללים.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:49 pm

ישיחנה האט געשריבן:ווי קען מען זעהן "דער איד" פון די ערשטע יארן פון די כ' ל' יארן?

ווען איך קאנטאקט די אפיס, דארף איך וויסן וועלכע וואך און יאר איך זוך. אבער אויב ווייס איך נישט, איז זייער שווער אנצוקומען צו זיכן.
אויב ווייסט איינער ווי איך קען דאס זעהן ביטע מעלדן.

אויף זייער וועבסייט קענסטו זעהן עפעס דעקלעך (כ'מיין איינס פער יאר) אויב ס'העלפט..
http://www.deryid.org/archives/

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5465
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:04 pm

אינעם היינטיגן איד!
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (33.59 KiB) געזעהן 3992 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:28 pm

ואגב גררא, כ'האב באקומען א מעסעזש פריער אז ר' יואל העלבראנץ מיט נאך זענען ארומגעגאנגן היינט נאך געלט אין קראלי ביהמ"ד אין וויליאמסבורג....
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:00 pm

יא (ער מיט נאך א יונגערמאן) זענען אין ניו יארק ביז עיו"ט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 8:05 am

עפעס געפעלט מיר נישט דער גאנצער באריכט וויאזוי עס איז אראפגעלייגט
כ'מיין ער וואלט ווען געמעגט ערגעץ אריינווארפן עפעס א זכר פון 'מה רבו מעשיך ה' ' וכדו'
פון אים זעהט עפעס אויס ווי עס האט זיך אליין באשאפן און קומט אליין אויף מיט איידיעס וויאזוי צוצוציען בינען צו זיך..
Screen Shot 2017-10-19 at 7.59.08 AM.png
Screen Shot 2017-10-19 at 7.59.08 AM.png (364.65 KiB) געזעהן 3687 מאל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:50 am

וועלטניק האט געשריבן:עפעס געפעלט מיר נישט דער גאנצער באריכט וויאזוי עס איז אראפגעלייגט
כ'מיין ער וואלט ווען געמעגט ערגעץ אריינווארפן עפעס א זכר פון 'מה רבו מעשיך ה' ' וכדו'
פון אים זעהט עפעס אויס ווי עס האט זיך אליין באשאפן און קומט אליין אויף מיט איידיעס וויאזוי צוצוציען בינען צו זיך..
Screen Shot 2017-10-19 at 7.59.08 AM.png

מסתם האט ער א היתר פון בוני עולם וואס בארימט זיך מיט "טויזנטער קינדער געבוירן אדאנק בוני עולם"

א גולם
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 9:31 am

היינט נאך נישט אנגעקומען צי מיר, נאך איינער נישט בייקומען?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט