דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

גא"מ געדארפט זיכען אפילו נאכען וויסן אז סאיז דא
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.
אם לא עכשיו אימתי
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.

זיי האבן זיך נאך נישט אנטשולדיגט אויף דאס וואס זיי האבן געלייגט פרויען בילדער אינעם איד אין די למ''ד און מ''ם יארן.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Naftule האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.

זיי האבן זיך נאך נישט אנטשולדיגט אויף דאס וואס זיי האבן געלייגט פרויען בילדער אינעם איד אין די למ''ד און מ''ם יארן.



What
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

Naftule האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.

זיי האבן זיך נאך נישט אנטשולדיגט אויף דאס וואס זיי האבן געלייגט פרויען בילדער אינעם איד אין די למ''ד און מ''ם יארן.

דוכט זיך אין יענע תקופה האט זיך געטוישט בעלות'שאפט, סא קען זיין ווילאנג ר' סנדר האט זיך אנטשולדיגט איז עס שוין געווען ביי ר' משה און ער מוז זיך נישט אנטשולדיגן פאר ר' סנדר.
ס'איז בדרך אפשר.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

איך בין יעצט צוריק געגאנגען זיכן פין וואסערע בילד מרעד, נישט ביימערקט ביים ליינען, סא קען זיין די שרייבער האט אויך נישט ביימערקט
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

זיך געוואונדערט פארוואס נישט א קורצע באריכט פון סאטמארן יום טוב וואס האט אפעקטירט אידישקייט איבער די וועלט?

אפשר מארגן?#
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

דער איד דעלי אימעיל איז לעצטענס ממש נאכקאפירט פון קול מבשר, און פון אויסגעקייעטע נייעס. וואסע פשט?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ממש אזוי האט געשריבן:דער איד דעלי אימעיל איז לעצטענס ממש נאכקאפירט פון קול מבשר, און פון אויסגעקייעטע נייעס. וואסע פשט?

אז דו הערסט לעצטענס צופיל קול מבשר, און דו זעהסט צופיל פון די נייעס אויף אנדערע פלעצער אויך...

נייעס קען מען נישט באשאפן (איך פארשטיי אז געוויסע פעיק ניוז קענען יא, אבער מ'רעדט דאך פון די נארם....) און די העדליינס און עיקר נייעס זענען דאך איבעראל כמעט די זעלבע, ס'איז נאר אז די דעילי איד ברענגט עס אראפ אינעם היימישן שפראכן פאר אידיש רעדנדע, און אויטאמאטיש אז מ'האט שוין געליינט נאך ערגעץ וועט די נייעס אויסזעהן ווי נאכגעקאפיט, אבער דאס איז דאך דער מציאות פון נייעס.

כך נראה לענ"ד...
---
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

בשבילי נברא האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:דער איד דעלי אימעיל איז לעצטענס ממש נאכקאפירט פון קול מבשר, און פון אויסגעקייעטע נייעס. וואסע פשט?

אז דו הערסט לעצטענס צופיל קול מבשר, און דו זעהסט צופיל פון די נייעס אויף אנדערע פלעצער אויך...

נייעס קען מען נישט באשאפן (איך פארשטיי אז געוויסע פעיק ניוז קענען יא, אבער מ'רעדט דאך פון די נארם....) און די העדליינס און עיקר נייעס זענען דאך איבעראל כמעט די זעלבע, ס'איז נאר אז די דעילי איד ברענגט עס אראפ אינעם היימישן שפראכן פאר אידיש רעדנדע, און אויטאמאטיש אז מ'האט שוין געליינט נאך ערגעץ וועט די נייעס אויסזעהן ווי נאכגעקאפיט, אבער דאס איז דאך דער מציאות פון נייעס.

כך נראה לענ"ד...

לענ"ד נראה אז די זעלבע מענטש שרייבט עס
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

איינע פון די היינטיגע קעפלעך;

- פרישס איבער לאס וועגאס שיסעריי -

כפארשטיי ״פרישס״ באדייט פרישע נייעס, אבער פארוואס שרייבן אזא נארישן אויסדריק?!
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

אינעם היינטיגן אימעיל

"זייער ציל איז געווען אויפצושטעלן א טעראר צעל אין דייטשלאנד צו אטאקירן אידישע און להבדיל מדינת ישראל צילן אין לאנד."...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פ' לך לך האט געשריבן:אינעם היינטיגן אימעיל

"זייער ציל איז געווען אויפצושטעלן א טעראר צעל אין דייטשלאנד צו אטאקירן אידישע און להבדיל מדינת ישראל צילן אין לאנד."...

;l;p-
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

נאך איינער האט נישט באקומען די לעצטע צוויי טאג?
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

יא באקומען. סיי נעכטן סיי היינט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

ייש״כ.
זעט אויס עפעס גייט פאר מיט מיין אימעיל.
איז דא ערגעץ צובאקומען די אימעילס?
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

Working האט געשריבן:ייש״כ.
זעט אויס עפעס גייט פאר מיט מיין אימעיל.
איז דא ערגעץ צובאקומען די אימעילס?

קענסט עס באקומען אויף זייער טעלעגראם טשענעל אלס א פי.די.עף.
אוועטאר
פארשלעפטער
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

Working האט געשריבן:נאך איינער האט נישט באקומען די לעצטע צוויי טאג?

קוק אין ספעם פאלדער, איך האב דארט אפגעפונען די לעצטע צוויי.
.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

מאתים האט געשריבן:יא באקומען. סיי נעכטן סיי היינט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

סעיוו די אימעיל אדרעססע אלס א קאנטאקט, וועט דאס נישט אריינגיין אין ספעם.
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

נאך איינער האט נישט באקומען היינט?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

העניך האט געשריבן:נאך איינער האט נישט באקומען היינט?

viewtopic.php?p=1599457#p1599457
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

דער יוד דעילי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

11.JPG
11.JPG (51.23 KiB) געזען 5361 מאל

וואשינגטאן – קאנגרעס, סענאט און דאס ווייסע הויז זענען ווידער פארכאפט אין פיבער איבער א מעגליכע רעגירונג שאטדאון, וואס וועט פאסירן אויב עס ווערט נישט באשטעטיגט א בודזשעט ביל ביז דאנערשטאג נאכט, וואס דאן לויפט אויס די געלטער וואס קאנגרעס האט געהאט באשטעטיגט מיט 3 וואכן צוריק, אפשטעלנדיג דעם דעמאלטדיגן דריי-טאגיקן שאטדאון.

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן קאמענטירט אז "איך וואלט זייער שטארק געגליכן צו זען א שאטדאון", אויב די דעמאקראטן בלאקירן א בודזשעט ביל ווייל זיי ווילן זיך נישט ברעכן אויף דער אישו פון אימיגראנטן". טראמפ'ס קאמענטארן זענען שטארק אראפגעריסן געווארן, ברענגענדיג ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס אויסצוקלארן שפעטער אז "דער פרעזידענט גלייכט נישט קיין שאטדאונס".

אויפ'ן פאזיטיוון פראנט, האט מען געהערט אז די סענאט פירער, רעפובליקאנער מיטש מעקאנעל און דעמאקראט טשאק שומער, ארבעטן אויף א בודזשעט ביל וועלכע וועט אפשטעלן די נאכאנאנדיגע שאטדאון דראמא און קאפ-ווייטאג, דורכ'ן צושטעלן פערמאנענטע רעגירונג פאנדינג פאר 2 יאר, און וועט ארייננעמען אין זיך אויסגעברייטערטע פענטאגאן שפענדונג און מער געלט פאר געוויסע רעגירונג פראגראמען.

מעקאנעל און שומער ארבעטן אויס דעם ביל, אז עס זאל באפרידיגן די רעפובליקאנער און דעמאקראטן, סיי אין סענאט און סיי אין קאנגרעס, און אויך אז טראמפ זאל זיין צופרידן אז מען שטעלט צו מער געלט פאר'ן פענטאגאן – א הויפט פריאריטעט פאר אים. מעקאנעל און שומער האבן נעכטן געזאגט אז זיי זענען אפטימיסטיש אז זיי קענען גרייכן דעם דיעל.
11.JPG
11.JPG (63.72 KiB) געזען 5361 מאל

טאיפעי – א מאסיווע ערדציטערניש האט אויפגעטרייסלט טיילן פון טייוואן, אומברענגענדיג 2 מענטשן און פארוואונדענדיג נאענט צו 150 אנדערע. דער ערדציטערניש, געשאצט ביי א שטארקייט פון 6.4 אויפן ריכטערוואג, האט פאסירט נעבן די בארטנס פון טייוואן, אינעם האוליען ראיאן, ביי א טיפקייט פון זעקס מייל אונטער דער ערד, און האט געברענגט אז דער גרויסער "מארשאל האטעל" וועלכע געפינט זיך נאענט צום וואסער, זאל טיילווייז איינפאלן, איבערלאזנדיג הונדערטער מענטשן באגראבן אונטער הויפנס ברוכווארג. די צוויי אומגעקומענע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס איינגעשטעלטע אינעם האטעל, און באזונדער האט מען געהערט אז אנדערע הויכע געביידעס אינעם ראיאן זענען איינגעפאלן אדער זענען אין באלדיגן געפאר פון צוזאמפאל. די ערדציטערניש קומט נאכדעם וואס בערך א וואך צוריק האט א קליינעם ערדציטערניש פאסירט אין די וואסערן נעבן האוליען, טייוואן, וואס האט זיך אויך געשפירט אין טיילן אלאסקע.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אסאנדזש ארעסט
באפעל אין קראפט

לאנדאן – א בריטישער ריכטער האט נעכטן געזאגט, אז דער ארעסט באפעל פון דער בריטישער רעגירונג אויף דזשוליען אסאנדזש, דער גרינדער און פירער פון וויקיליעקס, איז נאך אלץ אין קראפט. אסאנדזש האלט זיך שוין אויף אין דער עקוואדאר אמבאסאדע אין לאנדאן פאר 5 יאר, מורא האבנדיג אז ווען ער וועט ארויסקומען פון דארטן, וועט ער גלייך ארעסטירט ווערן דורך די בריטישע פאליציי, וועלכע וועלן אים אויסליפערן קיין אמעריקע, וואו ער וועט גאנץ ווארשיינליך אויסשטיין א פראצעס איבער די אומצאליגע רעגירונג סודות און דאקומענטן וואס ער האט פובליצירט אין די לעצטערע יארן. זיינע לאיערס האבן געהאט אריינגעגעבן א ביטע צו ריכטערין עמא ארבוטנאט, אז זי זאל אנולירן דעם ארעסט–באפעל פון דער בריטישער רעגירונג, וויבאלד די שוועדישע רעגירונג וועלכע האט אים אריגינעל געזוכט צו ארעסטירן פאר א פראצעס איבער פערזענליכע מיסברויכן, האט צוריקגעצויגן פון זייערע קלאגעס קעגן אים. למעשה האט ריכטערין ארבוטנאט זיך אנטזאגט צו אנולירן דעם ארעסט באפעל.
11.JPG
11.JPG (46.09 KiB) געזען 5371 מאל

קעיפטאון – הויכע דראמא שפילט זיך אפ אין דרום אפריקע, וואו דער פרעזידענט דזשעיקאב זומא אנטזאגט זיך אפצוטרעטן פון אמט. זומא איז שוין אין אמט זינט יאר 09', און אצינד וויל זיין פארטיי, די "אפריקען נעשאנעל קאנגרעס", אז ער זאל אפטרעטן, צוליב וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן מאסיווע קארופציע און ער שטייט אויס געריכטליכע קלאגעס איבער דעם. זומא'ס געסקעדזשועלטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע איז שוין אפגעשטופט געווארן דערווייל, אלס רעזולטאט פון דער אנגייענדיגער אומרואיגקייט איבער זיין צוקונפט. נעכטן איבער'ן טאג זענען אנגעגאנגען העפטיגע געשפרעכן צווישן די פירערשאפט פון די "אפריקען נעשאנעל קאנגרעס" און זומא, און אומבאשטעטיגטע באריכטן האבן געזאגט אז זומא האט מסכים געווען אפצוטרעטן. אויב וועט ער טאקע אפטרעטן, איז דער פלאן אריינצושטעלן אויף זיין פלאץ דעם פארטיי פירער סעריל ראמאפוסא.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

11.JPG
11.JPG (86.91 KiB) געזען 7585 מאל

ווארשא – דער פוילישער פרעזידענט אנדרעי דודא האט נעכטן אונטערגעשריבן און באשטעטיגט דאס קאנטראווערסיאלע האלאקאוסט געזעץ, טראץ פראטעסטן און קעגנערשאפט פון רעגירונגען איבער דער וועלט. ווי שוין באריכטעט עטליכע מאל, וועט דאס געזעץ איינצוימען דאס רעדן איבער'ן האלאקאוסט אין פוילן, און דירעקט פארבאטן זיך צו באנוצן מיט אזעלכע פראזן ווי "פוילישע קאנצענטראציע לאגערן", וויבאלד פוילן וויל אפמעקן און פארדעקן סיי וועלכע ראלע זי האט געשפילט אינעם נאצישן האלאקאוסט קעגן דעם אידישן פאלק. פרעזידענט דודא האט געזאגט אז ער שרייבט עס אונטער, אבער וועט עס שיקן פאר'ן העכסטן געריכט אין לאנד, איבערצוקוקן פאר מעגליכע פארבעסערונגען, און מען האט נעכטן געהערט שארפע ווערטער פון דער אוקראַינישער רעגירונג, אז איר נאענטשאפט מיט פוילן וועט מעגליך אפעקטירט ווערן צוליב'ן געזעץ.

11.JPG
11.JPG (13.34 KiB) געזען 7585 מאל

עסטרייך – אודע לאנדבאוער, א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב דער עקסטרעם-רעכטער "פרידאם" פארטיי אין עסטרייך, וועלכער דינט אלס א מיניסטער אין דער עסטרייכישער רעגירונג, האט אפגעטרעטן פון זיין רעגירונג אמט, ברעכנדיג זיך פאר דעם דרוק פונעם פובליק, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז ער האט שייכות מיט א גרופע פון אפענע נעא-נאציס, וועלכע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן פארשפרייטן גאר העסליכע אנטיסעמיטישע ליטעראטור, אריינגערעכנט דאס אפלאכן פון די אידישע ליידן ביים צווייטן וועלט קריג, טראץ וואס לויט עסטרייכישע געזעצן איז קלאר אומלעגאל צו פארשפרייטן די סארט מאטעריאל. באזונדער האט די רעגירונג פארארדענט אן אויספארשונג איבער ווער עס האט געשריבן די העסליכע לידער
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”