בלאט 1 פון 5

מי מנוחות - אייוועלט אויסגאבע #10 - שבת נחמו תשע"ו

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:00 pm
דורך אייוועלט אויסגאבע
בס"ד

13 חדשים איז לענגער ווי זמן שכחה, אבער דעם טעם פונעם פאריעריגן מי מנוחות ליגט אייך נאך אוודאי אין די ביינער.

אויב איז די סייט א גאנץ יאר א פלאץ ווי מען קען - נאך א שווערע טאג ארבעט - זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א זיס ווארט צי א נייעס'ל, איז בלי ספק דער מי מנוחות עולה על כולנה.

אצינד שטעלן מיר ארויף דעם פרישן מי מנוחות #10, לכבוד שבת נחמו זומער תשע״ו לפ"ק.

ווי איר וועט זיך אליין איבערצייגן איז עס א אויסגאבע מלא וגדוש מיט תוכן, ידיעות, און הנאה רוחניות וגשמיות. א פונדק אחד וואס ענטהאלט אין זיך א וועלט פון אלע סארט שרייבעריי און שרייבער.

אין די צייט געבן מיר אפ א דאנק פאר די וואס זענען געשטאנען אונטער דעם גאנצן פראיעקט פון אנהויב ביזן סוף און געטוהן כמעט די גאנצע ארבעט הלוא הם 'ענדע צדיק' און הניק 'הרוצה בעילום שמו׳ וואס חוץ וואס זיי באשיינען אונזער וועלטעל מיט זייער ווערק דורכאויס די יאר האבן זיי היצט אוועקגעגעבן טעג און נעכט צו ברענגן פאר אייך מי מנוחות נומער #10.

און פארשטייט זיך א עקסטערע דאנק פאר די שרייבער וואס האבן זיך מטריח געווען צי שרייבן נאר פארן ציהל אייך מהנה צו זיין.

ליינט און האט הנאה!

MM Sunmmer 2016.pdf
(8.31 MiB) דאונלאודעד 3081 מאל


שוואכערע ריזאלושען, ווייניגער MB
MM Sunmmer 2016 Low.pdf
(2.96 MiB) דאונלאודעד 1240 מאל



צו דאונלאודן אויסגאבע #1 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #2 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #3 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #4 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #5 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #6 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #7 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #8 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #9 - קליקט דא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:58 pm
דורך זינגער
מעכטיג!!!! א ריזיגען יישר כח

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:59 pm
דורך שמו
WOW WOW
ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:01 am
דורך מה פתאום???
נאר געזען אויבנאויף דערווייל, קוקט אויס גוט, ייש"כ פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט ארבעט!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:01 am
דורך חושב מחשבות...
א גרויסע ש'כח פאר אלע חשובע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך פארן אוועקגעבן פון זייער טייערע צייט ליהנות בהם בני אדם

בפרט א עקסטערע ש'כח פאר כבוד הרב 'ענדע צדיק' פארן צושטאנד ברענגן די זאך

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:22 am
דורך נגיד
חושב מחשבות... האט געשריבן:א גרויסע ש'כח פאר אלע חשובע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך פארן אוועקגעבן פון זייער טייערע צייט ליהנות בהם בני אדם

בפרט א עקסטערע ש'כח פאר כבוד הרב 'ענדע צדיק' פארן צושטאנד ברענגן די זאך

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:48 am
דורך א גראם מיט טעם
מזל טוב צום ניק "אייוועלט אויסגאבע" אויף ווערן א שר העשר !!
ס'אונז א כבוד אז איר באשיינט אונזער וועלטל, און מיר האפען אייך צו באגריסען ביים שר חמישים...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:57 am
דורך פאראינטערסירט
Wow אויסערגעווענליך גוט!!
געשמאקע ארטיקלען! שיינע גראפיקס און אויסשטעל, ממש מייסטערהאפטיג,
א דאנק פאר ענדע צדיק און פאר די אלע וואס האבן זיך געפארעט דערמיט כדי אונז זאל מיר קענען הנאה האבן, מ'זעט אז עס איז אריין אסאך קאפ און מוח!
און אויך פאר חילי'ן פארן אריין לייגן 3 ארטיקלען.
א גראם מיט טעם האט געשריבן:מזל טוב צום ניק "אייוועלט אויסגאבע" אויף ווערן א שר העשר !!
ס'אונז א כבוד אז איר באשיינט אונזער וועלטל, און מיר האפען אייך צו באגריסען ביים שר חמישים...
גם אני מצטרף

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:58 am
דורך טריסקער
פאראינטערסירט האט געשריבן:Wow אויסערגעווענליך גוט!!
געשמאקע ארטיקלען! שיינע גראפיקס און אויסשטעל, ממש מייסטערהאפטיג,
א דאנק פאר ענדע צדיק און פאר די אלע וואס האבן זיך געפארעט דערמיט כדי אונז זאל מיר קענען הנאה האבן, מ'זעט אז עס איז אריין אסאך קאפ און מוח!
און אויך פאר חילי'ן פארן אריין לייגן 3 ארטיקלען.
א גראם מיט טעם האט געשריבן:מזל טוב צום ניק "אייוועלט אויסגאבע" אויף ווערן א שר העשר !!
ס'אונז א כבוד אז איר באשיינט אונזער וועלטל, און מיר האפען אייך צו באגריסען ביים שר חמישים...
גם אני מצטרף

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 2:09 am
דורך לכאורה
דאונלאודעד. יישר כח ענדע-צדיק פאר די אומערמידליכע ארבעט (דיין מידקייט זעהט זיך אן אויף די נאמען פונעם פייל...)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 2:14 am
דורך יואב בן צרויה
הערליך שיין און רייך! א דאנק פארן אריינשטעלן מיינע שורות.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 2:35 am
דורך ארום די זייגער
Wow! אפגעליינט יעצט הערליך'ס ארטיקל און איך האב מיך געפילט ווי איך בין אים....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 3:31 am
דורך אויסגערעכנט
17 פון די 24 ארטיקלען האב איך שוין אפגעליינט אין א שאס, פשוט ווייל איך האב מיר נישט געקענט אפרייסן דערפון די לעצטע צוויי שעה, יאפ עס איז א מעידזשער ארבעט, סיי פון די שרייבערס און סיי פון די ארויסגעבערס.

נ.ב. א דאנק פארן אריינלייגן מיין געשרייבאכץ, איך האף אז עס זאל אויפטוען דאס נויטיגע.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:54 am
דורך אלטן דור
זעמער שוין פארנומען ב"ה פאר די נעקסטע פאר טעג

ישר כח

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 8:53 am
דורך נא_שכל
הערליך שייך! יישר כח אלע שרייבער'ס גראפיקער'ס ובפרט "ענדע צדיק" און "שריפטשטעלער" און די ניקים הרוצים בעילום שם פאר אייער הערליכע ארבייט. השם ישלם לכם כגמולכם הטוב!

הערליך'ס ארטיקל איז זייער אינספרירענד. חילי נעמט 'ענדגילטיגע נקמה' און שיסט אפאר קלוגע באמבע'ס, אויף די טראמפיסטן און אויף די אויבער חכמים וואס ווייסן אייביג 'פארוואס'. מונאוויטש איז מחזק די אמונה. מומחה מיט זיין 'גאלדענע הארץ' (פון צען צענט...) מאכט אונז שמייכלן מיט זיינע אינטערסאנטע פאקטן.

אהה נאכדעם כאפט מען א שפאציר אינעם גרענד קעניאן ליי נעווער ביפאר - יש ברירה! אוקיי נאכדעם כאפט מען א היטש מיט נשמה און עולם הנפשות אריין.

און יעצט וועלכע ארטיקל ליינט מען נעקסט? כ'בין נישט זיכער! גיימיר צו "חביבי" וואס זאגט ער דארט...

און מיינט הענט ווייבערערין פאר שרעק נאכדעם וואס מיין פראפעסינאלע ארטיקל איז נישט אריין. גרויסע בזיונות! אפילו אן די שטאפן הוט און אן פאות אויף די אויער. אבער כ'האב א רייצערישן שמייכל און א חצי נחמה מיט פלטי!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 9:07 am
דורך Iphone
יישר כוח!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:21 am
דורך בענקעל
שיין צו זעהן ווי מי מנוחות מאכט כוואליעס אויף אלע עקן פונעם געוועב.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:33 am
דורך פלטיאל
מיין טיפסטן דאנק פאר ידידי הרב ענדע צדיק פארן אריינלייגן אזויפיל שעות ע"ג שעות און איבערמידליכע ארבעט צו דערקוויקן דאס הארץ פון די חשובע חברים דא מיט אזא אינטהאלטסרייכע אויסגאבע

ישלם ה' שכרו כפעלו הטוב

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:40 am
דורך מומחה עצום
יישר כח ענדע! פאר די געוואלדיגע ארבעט!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:40 am
דורך ענדע צדיק!
לכאורה האט געשריבן: (דיין מידקייט זעהט זיך אן אויף די נאמען פונעם פייל...)

:? ניטאמאל באמערקט טאקע.

די דריטע ארטיקל אינעם ״עשרת השבטים סעריע״ (דאסמאל איז די פרשה פון אלדד הדני) איז ארויסגעפאלן מפנאי חוסר פנאי. כהאף עס נאך משלים זיין.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:48 am
דורך ggg
חושב מחשבות... האט געשריבן:א גרויסע ש'כח פאר אלע חשובע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך פארן אוועקגעבן פון זייער טייערע צייט ליהנות בהם בני אדם

בפרט א עקסטערע ש'כח פאר כבוד הרב 'ענדע צדיק' פארן צושטאנד ברענגן די זאך

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:55 am
דורך אנפין נהירין
איינער אין בארא פארק אדער ווילי קען מיך עס פרינטען? פליז שיק אישי ישר

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 11:00 am
דורך משה מאשקאוויטש
א ריזיגן יישר כח! איך בין געווען פארזיכערט גלייך פון אנפאנג אז עס וועט זיין שיין, וואוסענדיג אז ענדע צדיק האט עס גענומען אין די הענט אריין, אבער אזוי שיין... רייך... ציעהנד... קלאסיש... שטורעמיש... געפיהליש... אינספירענד... וכו' וכו' - האב איך זיך נישט גערישט. וואו! מאסיוו! יישר כח פאר אלעמען!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 11:13 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
יישר כח פאר ענדע צדיק און פאר יעדעם וואס האט געארבעט דערפאר,
געפרינט מיטצונעמען צו ליינען על מי מנוחות

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 11:26 am
דורך יש ברירה
הערליכע ארבעט ענדע צדיק, יעדע ארטיקל שיין מסודר מיט פארשטאנד, פונקטליך ווי אזוי דער שרייבער האט עס געזעהן אין זיין וויזיע, שכל הישר קען מען נישט קויפן!

קוים אנגעהויבן ליינען

געהאט פארטרערטע אויגן ביים ליינען 'חילי'ס נקמה', הערליך און מיט אזויפיל געפיל! מען זארגט זיך שוין אז דאס זאל נישט פארגעסן ווערן :cry:

דערנאך געברויכט אויפהייבן די געמיט, זעמיר געגאנגען צים דורשניטליכן קינד... פלטיאל! אוי איז דאס גוט :lol: