בלאט 4 פון 5

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:32 pm
דורך ענדע צדיק!
וועט נישט זיין.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:32 pm
דורך אורייתא
ענדע צדיק! האט געשריבן:וועט נישט זיין.

מעקעמיר דאך עפעס פוילען?
וואס זעמיר שילדוג??

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:20 pm
דורך אידיש גערעדט
פאראינטערסירט האט געשריבן:הערליך'ס ארטיקל איז געווען (אינספייערינג -- איך ווייס נישט וואס סמיינט?) געוואלדיג א היט!!!!
ס'האט מיר געמאכט קלערן פון געבן א ניר..


אהא .... גאממאני...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:23 pm
דורך eller
ווי קען מען אלע שרייבערס באזינדער באדאנקען אין פרעגן קשיות ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:14 pm
דורך יאנקעלע קליגער
רוב סחורה ליגט אין היימישע קרעטשמע , געווענליך שטייט אין קעפל אז ס'איז פון מי מנוחות.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:45 pm
דורך זאכליך
קודם א שכוח פאר ענדע צדיק פארן מאכן אזא געלונגענע דזשאב.

כ'האב נישט געקענט אלעס פרינטן אויף איינמאל, ס'איז דאך איבער 100 בלעטער. האב איך אויס געוועלט 3 ארטיקלן. (אי"ה קומענדיגע וואך נאך.

די ערשטע ארטיקל האב איך אויך געליינט די נירן נדבן. זייער עמאציענאל און אינספייערינג, כ'הייב ערנסט אן קלערן פון זיין א נדבן.

נשמה'ס ארטיקל האב איך געמוזט ליינען, אזוי זיס און טיעף אראפגעלייגט יעדע טייפ! (וואלסט געמעגט שטעלן אנפאנג אין קורצן א חזרה וואס יעדע פון די 9 איז, פאר די וואס זענען נייע צו די אניגרעם)

און צום לעצט האב איך געליינט מילין'ס פיקציע... זייער שפאנענד און קאמפליצירט. כ'האב נאר געוואלט מען זאל כאפן דעם פב"איי חברהמאן לעבעדיג.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:57 pm
דורך דאנציגער
איז דא דארט איינע פון מיינע מאמרים??

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 7:02 pm
דורך גוגל
דאנציגער האט געשריבן:איז דא דארט איינע פון מיינע מאמרים??

1. האסט אריינגעשיקט?
2. דאונלאוד עס און קוק.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:39 am
דורך eller
דאנציגער האט געשריבן:איז דא דארט איינע פון מיינע מאמרים??

ניין ליידער ליידער לא זכיתי . אבער לאמיר האפן אז די קומענדיגע וועט זיין אויך אשטאט די די דאזיגע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:53 am
דורך קאטשקע
דאנציגער האט געשריבן:איז דא דארט איינע פון מיינע מאמרים??

ניין מיין האר
אינעם דאזיגן מי מנוחות איז נאר אריין גענצליך פריש ריינע ווארע געשריבן שפעציעל צום אויסגאבע

יעפ,,,, בעליוו איט אר נאט,,, איבער 100 פול סייז זייטן פון פרישע היי קוואליטי סחורה
אויב צוטיילסטו דאס אין קלענערע האלבע סייז זייטן און לייגסט נאך צו אלטע סחורה בעפאר וואלט מען געקאנט ארויסקומען חודש׳ליך פאר די קומענדיגע 10 חדשים

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:55 am
דורך קאטשקע
אה,,,
שיעור פארגעסן
ענדע צדיק ביסט עמעזינג

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:23 pm
דורך derech eretz
אקארשט אנגעקומען צו ליינען דעם מיימעניחעס, ס'איז א געוואלדיגע און פראפעשענל ארבעט! א ריזן ייש"כ אלע שרייבער און רעדאקטארן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:03 pm
דורך eller
גייט נאך היי יאר ארויסקומען נאך א מי מנוחות ? מיר קוקן גאר שטארק ארויף דערויף .

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:25 pm
דורך פארבינדן
מיינסט טאקע אז עס גיסן זיך אזוי ארויס מי מנוחות׳ן פון אונטער די ארבל?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:38 pm
דורך יש ברירה
פארבינדן האט געשריבן:מיינסט טאקע אז עס גיסן זיך אזוי ארויס מי מנוחות׳ן פון אונטער די ארבל?

פין מיין זייט וואלט איך געקענט באשטיין א סיסטעמאטישע אויסגאבע לאמיר זאגן יעדע דריי חדשים

איך ווייס נישט וועגן @ענדע צדיק, ער האט אריין געלייגט אסאך כוחות אפשר וואלט מען געדארפט ארויסשטעלן א בעסערע סיסטעם עס צו פארקויפן אין געשעפט ער זאל קענען כאטש ארויסנעמען שכר בטלה


העי!! פאלט מיר יעצט ביי
אפשר גאר מאכן א געהעריגע אויסגאבע געבינדן אזוי "דער שטערן" מיט א געהעריגע דיסטרעביושען קאמפעני און אלע שרייבער באקומען עפעס באצאלט (פעיפעל)

וואס זאגט דער עולם?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:44 pm
דורך פארבינדן
אדרבה ואדרבה! איך גלייב עס זענען דא גענוג טאלאנטפולע אינגעלייט וואס קענען ביישטייערן אזא אונטערנעמונג.

מען קען אנהייבן מיט קומענדיגע חנוכה (איין מי מנוחות איז אמאל ארויסגעקומען לכבוד חנוכה), מען וועט מעלדן גענוג פרי פארן עולם צו צוגרייטן די סחורה און עס וועט זיין אי״ה א געלונגענע אויסגאבע

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:47 pm
דורך יש ברירה
איך בין עקסייטעט בלויז פאר די געדאנק..! ;1@

@מילין וועט שרייבן די פארזעצונג...

עקסטערע אשכול אלערט...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:07 pm
דורך פארבינדן
יש ברירה האט געשריבן:עקסטערע אשכול אלערט...


viewtopic.php?f=91&t=31251

אדרבה מען וויל הערן די הצעות פונעם ציבור

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 1:10 pm
דורך eller
אבער פארוואס ווארטען אויף חנוכה אפשר א ספעציעלע אויף די ימים טובים אזוי ווי אלע נייע למשל די מאמענט און טריביון האבן אנגעפאנגען מיט א ספעציעלע גרויסע אויף יום טוב . אין חנוכה וועט שוין זיין די 2טע .. @יש ברירה די עולם קען קוים ווארטן אויף דיינע הערליכע ארטיקלען ..
ווי אזוי גייט זיין די באצאלונגען ?? ווי גרויס די ארטיקעל איז ?????

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 1:14 pm
דורך eller
אפשר קען מען צוריק ברענגען אב זקן זיינע ארטיקלען זענען ווערט עקסטער געלד. פארשטייט זיך מיט א נייע פארזעצונג .( די אלטע האלט נאך טיף אין דערמיט ווייסט איינער וואס גייט פאר דא ? )

געשריבן: זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:36 am
דורך שמחת עולם
א גרויסן דאנק פאר אללע וועלכע האבן אריינגעלייגט כח און מח כדי עס זאל ארויסקומען אזא שיינע אינהאלטרייכע אויסגאבע. איך האב עס ב"ה געליינט פון זיין אנפאנג ביז צו זיין לעצטן זייט און געוואלדיג הנאה געהאט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:45 am
דורך אשמע
שמחת עולם האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר אללע וועלכע האבן אריינגעלייגט כח און מח כדי עס זאל ארויסקומען אזא שיינע אינהאלטרייכע אויסגאבע. איך האב עס ב"ה געליינט פון זיין אנפאנג ביז צו זיין לעצטן זייט און געוואלדיג הנאה געהאט.

גם אני מצטרף! יישר כוח

געשריבן: זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:25 pm
דורך eller
@ נאטירלעך לעבט נאך אויפען וועלטעל ??
ווי קען מען טרעפן זיינע זאפטיגע ארטיקלען ???

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:13 pm
דורך וואוילע שעפעלע
וואס ס'געפונט זיך דא ליגט שוין אינעם פי די עף אשכול.

(די איבריגע איז נאר אין אלט שטאט דאכצעך)

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:37 pm
דורך נכד
א סיסטעמאטישע אויסגאבע וועט מאכן פארלירן דעם שטילן חן וואס ''איי-וועלט'' פארמאגט נאך, דערצו וועט פארשוואונדען ווערן דעם פלוצים'דיגע פראגע פון ''האסט געהערט, א נייעם מי מנוחות איז ערשיינען?!!''