סיפור לספר - טעלעפאון ליין פאר קינדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

סיפור לספר - טעלעפאון ליין פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

לעצטנ'ס האבן זיך מיינע קינדערלעך צוגעכאפט צו דעם "סיפור לספר" טעל ליין [718-673-7111] כ'האב עס אויפגעכאפט און אנגעפאנגן שטוינען ווען כ'האב טאג טעגליך באמערקט ווי מיין 7 יעריגער זיצט עפעס איעדע פארנאכטס צוגעשמידט מיט'ן טרייבל אויף'ן רעכטן אויער ווי א ערוואקסענע ביזנעסמאן אויסהערנדיג אימיצן. ס'האט מיר בכלל געוואונדערט אז אנשטאט קולות אדער אויפקומען מיט וואס צו באמוטשענען איז ער עפעס שטיל געווארן, עניוועי כ'ווייס נישט וואס דאס איז אבער כ'האב עס אביסל אויסגעהערט זעט אויס ווי ער מאכט נאך "קול מבשר" ער מאכט גורלות פאר די קינדער, אדווערטייזמענט'ס מעשיות ועוד, איך מיין אז ס'איז פיל געזונטער פאר די קליינווארג ווי צו הערן א מישמאש פון נייעס וואס זיי קענען קוים פארדייען דאס מינדעסטע אפטייטש דערפון (ב"ה מיינע קינדער האבן קיינמאל נישט געהאט קיין עדיקשען צו קיין טעל ליינ'ס כ'האף אז דעם סיפור לספר קען מען געטרויען? איינער ווייסט?)

בד"וו (ביי די וועי) שפעטער בין איך אויך געוואר געווארן איבער א פרויען האט-ליין "פנימה" [845-351-3100] וואס האט א זיסע אפטיילונג פאר קליינע מיידלעך (אזוי האבן שוין ברודער און שוועסטער א געפעכט איבער'ן טעלעפאון) די ביידע ליינ'ס האבן דאכצעך אינטערוויו'ס מיט קינדער, .. א וועלט פאר זיך איינער ווייסט עפעס מער?
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

איים סאררי כ'האב געקליקט 2 מאל איז דער אשכול ארויף דאפליקעטעד ... פארוואס געשענט דאס?
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ווער איז דער בעה"ב דערפון??
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מען האט שוין געפרעגט דערוועגן דא אבער דערווייל אן קיין ענפער: viewtopic.php?f=91&t=25244
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

איין זאך וואס האט מיר זייער געפאלן איז, אז ער מאכט א גורל יעדע וואך פאר די קינדער וואס ארבעטן אויף א געוויסע מדה. (טאקע א לש"ש זאך, נאר נישט אייביג מוז איך גלייכן יענעמ'ס לש"ש)
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

קנאפער ידען האט געשריבן:מען האט שוין געפרעגט דערוועגן דא אבער דערווייל אן קיין ענפער: viewtopic.php?f=91&t=25244

אפשר יעצט וועט זיך עפעס אנרופן ? איך "מוז" דאס דערגיין ! (פארוואס? פארוואס נישט?)
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מיין ווייב זאגט מיר אויך פאריגע וואך אז ס'איז דא נייע ליין ספעשיל פאר די קינדער א מעשה צו דערציילן ביי סאפער, ס'הייסט סיפור ל'ספר'....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פלאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?

איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.
ווי איך פארשטיי, איז אים פשוט בייגעפאלן דער געדאנק פון זיינע אייגענע קינדער, אין חכם כבעל נסיון, זעהנדיג ווי שיין זיי עסן אויף דעם נאכטמאל (סאפער) אויב זיי קענען זיך דערביי צוהערן צו א געשמאקע מעשה, האט ער געגרינדעט "סיפור ל"סאפער"....
---
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

פלאטשקע: יהללוך זר ולא פיך...
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

בשבילי נברא האט געשריבן:
פלאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?

איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.


פארוואס זעסטו א אויפטו און נעמען קליינע קינדער און זיי אדיקטען צו א פאון?! וועם טוט עס א טובה דערמיט אחוץ וואס ער האפט צו מאכען פרנסה דערפון?! {מעגליך שלא בהתיר ווייל דאס עצם אנרייצען קליינע קינדער צו קאלען זיין נומבער קען זיין אסאך שאלות אינוואלווד}
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

סיפור לספר "קול מעוואסער" פאר די קליינווארג ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מחותן האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
פלאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?

איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.


פארוואס זעסטו א אויפטו און נעמען קליינע קינדער און זיי אדיקטען צו א פאון?! וועם טוט עס א טובה דערמיט אחוץ וואס ער האפט צו מאכען פרנסה דערפון?! {מעגליך שלא בהתיר ווייל דאס עצם אנרייצען קליינע קינדער צו קאלען זיין נומבער קען זיין אסאך שאלות אינוואלווד}

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א אויפטוה, איך זאג נאר אז "דער מייסד" האט עכ"פ אזוי געהאלטן.
און ס'איז מילא זייער שכיח היינט ביי אביסל גרעסערע קינדער אז זיי קענען די נומבער פון קול מבשר (איין חבר דארף זיי עס נאר איבערגעבן, ודי), איז זיכער בעסער צו הערן דאס וואס איז געמאכט לפי ערכם.
חוץ מזה, בין איך גארנישט אזוי זיכער אז ער האט עס געמאכט לשם פרנסה, (איך ווייס נישט אויף זיכער אז נישט, אבער אזוי האב איך עס אפגעלערנט, (קען זיין אז במשך הזמן האפט ער יא אז ס'קען עפעס ווערן דערפון, אבער כ'רעד לעת עתה)
---
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

נאמען? געהיט אין רעדאקציע?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

א געוואלדיגע גוטע זאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

מחותן האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
פלאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?

איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.


פארוואס זעסטו א אויפטו און נעמען קליינע קינדער און זיי אדיקטען צו א פאון?! וועם טוט עס א טובה דערמיט אחוץ וואס ער האפט צו מאכען פרנסה דערפון?! {מעגליך שלא בהתיר ווייל דאס עצם אנרייצען קליינע קינדער צו קאלען זיין נומבער קען זיין אסאך שאלות אינוואלווד}


זה לעומת זה. ווען די ס''א איז לעבעדיג און ער ארבעט פלייסיג צו עדיקטען אונזער יוגענט צו זיינע טעלעפאון ליניעס איז אינזער בעסטער ענטפער צו האבן אייגענע ערליכע טעלעפאון ליניעס פאר אינזער יוגענט, ( טייל האבן דאס שוין געטוען על דעת רבם 30 יאר צוריק, אינז זעמיר אביסל שפעט אין דעם אבער מיר כאפן זיך ארויף אויפ'ן באן), אסאך קהלות קדושות בישראל פירן אן מיט גאר פארגעשריטענע ליניעס פאר זייערע עדאלטס און אויך אינגווארג, דאס אינז זייער א געראטענע זאך,
מיט א שיינע פאר יאר צוריק האט א מחנך זיך אפגערעדט פאר מיר אז די קול מבשר טעלעפאון ליניע לשטתו ולשטת אסאך פון זיינע מיטארבעטער שאדט געפערליך פאר די בחורים, האב איך אים געזאגט האסט איין אפשען צו ווייטאגן און זיך עסען, האסט נאך אן אפשען, זה לעומת זה, מאך אויף אן אינטערעסאנטע טעלעפאון ליין פאר די אינגווארג וואס זאל זיי ציען, איך האב אים געמאכט די בייגעלייגטע טעל. ליניע פלאן אויב ער וויל עס אויספירן, למעשה איז עס נישט געגאנגען ווייטער, קען זיין ווייל אנדער קהלות האבן עס שוין אנגעהויבן למחצה, לשליש, ולרביע, אדער קען זיין אנדערע סבות, ווי זוי ס'זאל נישט זיין ליגט ביי מיר די פלאן שוין א לאנגע צייט, איך פאבליש עס דא ווער עס וויל קען עס אויספירן למעשה


זה לעומת זה,

צו עפענען א טעלעפאון ליין ספעציעל פאר בחורים צו הערן דרשות אין

• תורה ויראת שמים
• שיעורי משניות וגמרא, שולחן ערוך
• מוסר וחסידות
• מדות טובות
• מועדים
• הלכות, יום יום, שבת, בשר בחלב, מועדים
• ידיעות = אידישע היסטארי

די טעלעפאון וועט שטיין אינטער די וועד רוחני וואס באשטייט פון צוויי מגידי שיעור און צוויי מנהלים רוחניים און איין דרויסענדיגער בעה''ב, איינער פון זיי דער יושב ראש

קאטאגארי דרשות וועט זיין

• פאר אינגע בחורים 13-14
• פאר מיטעלע בחורים 15-16
• פאר באים בשנים 17-18
• פאר עלטערע בחורים 18 און העכער

דרשות וועל קומען פון

• תורה טעיפ ארגאניזעישאנ'ס,
• ישיבות,
• מרביצי תורה,
• וכדו'

פאנדן וועלן קומען פון

• ספאנסערס,
o פער טאג,
o פער וואך
o פער חודש
o פער שיעור
o פער מקצוע
o פער קנעפל
• ישיבות
o פער בחור
o פער יאר
o פער דרשה
o ספעציעלע פראגראם
o ועוד

אפשענס אופן סיסטעם וועט זיין

• יעדע ישיבה/מנהל שרייבט זיך איין און באקומט א מעמבער ID

• בחור מיז זיך איינשרייבן אינעם סיסטעם ביי זיין ישיבה יעדעס יאר
• מעמבער נומבער פאר יעדען בחור, צוגעטיילט דורך זיין ישיבה פער יאר, אומזינסט פאר'ן בחור

• יעדע ישיבה קען אויסוועל וואסאפארא דרשות צו מאכן עוועילעבל פאר זייערע בחורים, לויט
o עלטער
o קהלה
o טאפיק'ס
o וכדו'

• יעדע ישיבה/מנהל קען באקומען א חודש'ליכע ריפארט פון זיינע בחורים, וויפיל רופערס, וועלעכע שיעורם, וועלכע צייטן, וכדו'
• ישיבות וועלן קענען מאכן לייו קאנפערענץ קאלס מיט די עלטערן, אפשענס צו פרעגן שאלות, אפשענס איבעצוהערן שפעטער, דיסקאונט פרייז פאר ישיבה'עס וואס זענען מעמבערס
• אפטיילונג פאר ישיבה/מנהל צו האבן א קעסטל ווי טאטעס קענען אריינקאלן און הערן איבער רוחניות'דיגע אקטיוויטעטן וואס גייען אן,
• ישיבה'עס קענען בעטן די בחורים צו הערן געוויסע שיעורים אין געוויסע צייטן (צ.ב.ש. תשעה באב, שושן פורים, בין הזמנים וכדו') און דערנאך געבן א פארהער אויף דעם, און/אדער א מתן שכרה בצדה
אלע דרשות וועלן מיזן ווערן באשטעטיגט דורכ'ן וועד רוחני פונעם טעל. ליין בעפאר'ן ארויפלייגן

פארוואס זאל זיך עס אויסארבעטען

• ישיבות וועלן עס וועלן ווייל
o ס'וועט הייבן זייער ניווא אין חינוך,
o צוליב די ספעציעלע שיעורים אפשען
o צוליב די קאנפערענץ קאל אפשען
o צוליב די עלטערן אפדעיט אפשען

טאטעס וועלן עס וועלן און פארלאנגן ווייל ער קען זיין רואיג אז זיין בחור פילט אן די צייט מיט הערן תורה ויראת שמים אנשטאט נייעס און פאליטיק
• בחורים וועלן עס וועלן ווייל ער וועט זיין א ווינט אז מ'הייסט א גוטער בחור אויב מ'איז איינגעשריבן אין דעם סיסטעם
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

דער אינגערמאן וואס שטייט אינטער דעם איז א איידעלער איד וואס לעבט פאר אויפטון פאר אידישע קינדער, ער האט שוין אויף זיין קאנטע פארשידענע אויפטיעכצער וואס דער עולם האט שטארק הנאה פון זיי
קענענדיג דעם אינגערמאן פון דער נאנט אוי וויסענדיג זיין מהלך לאז איך מיינע קינדער עס הערן געזונטערהייט כאטש וואס אנדערע האט ליינס למשל קול מבשר הערט מען נישט ב״ה
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

מיינע קינדער הערן דאס שוין א שטיק צייט , וואס זאל איך ענק זאגן , זייט דעם האב איך נישט קיין פראבלעם מיטן שלאפען גיין .
זיי ווייסען שוין אויב איז מען נישט 8:00 און בעט איז נישטא קיין ״סיפר ״
איך אליין האב מיך שוין אויכעט אסך צוגעהערט דערצו זייער שיין און באלערענט און אויסגעהאלטן.
לעצטענס הערט מען עס אויכעט און קאר ווען מפארט מיט די קינדער.
זאל דער אונטערן פראיעקט זיין געבענטשט מיט אלע ברוכת
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

מענין לענין.
אין בארא פארק גייט שוין אן לאנגע יארן, דער "תפארת יונה" מתמידים, אנצופילן די פרייע צייט פון די קינדער, און דער חידוש איז אז עס קאסט נישט קיין געלט פאר די עלטערן, זיי לעבן אויף נדבות און זיי טיילן גאר מתנות פאר די קינדערלעך.
האפענטליך ווען דער נייער קינדער ליין, אויך נישט האבן קיין אדווערטייזמענטס, עס וועלן זיך טרעפן גענוג אידן וועלכע זענען גרייט צו שטיצן אזא ערליכע זאך לשם שמים
בברכת ברכה והצלחה.
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

חסדי אבות האט געשריבן:פלאטשקע: יהללוך זר ולא פיך...

אנטשולדיגט! איך פארשטיי נישט וואס די מיינס'ט קענסט אפשר מסביר זיין ?
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

בשבילי נברא האט געשריבן:
פלאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?

איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.
ווי איך פארשטיי, איז אים פשוט בייגעפאלן דער געדאנק פון זיינע אייגענע קינדער, אין חכם כבעל נסיון, זעהנדיג ווי שיין זיי עסן אויף דעם נאכטמאל (סאפער) אויב זיי קענען זיך דערביי צוהערן צו א געשמאקע מעשה, האט ער געגרינדעט "סיפור ל"סאפער"....

די קענסט ארויסגעבן יענעם'ס נאמען ? אדער די קלערסט ער וויל נישט? איך בין פשוט נייגעריג! איך האלט ער טוט א מורא'דיגע זאך פון אלע צדדים נישט דעס איז א פראבלעם צו עדיקטן די קליינע ס'איז א גראנדיעזע עדיקשאן כ'האב נאר געזארגט צו ער איז טאקע דאס אזוי ווי ער זעט אויס טאקע "ראוי לאותו איצטלא"
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

בשבילי נברא האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
פלאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך בין אויך נייגעריג, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ווער ווייסט צו כ'וואלט געדונגען יענעם לערנען מיט מיינע קינדערלעך?

איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.


פארוואס זעסטו א אויפטו און נעמען קליינע קינדער און זיי אדיקטען צו א פאון?! וועם טוט עס א טובה דערמיט אחוץ וואס ער האפט צו מאכען פרנסה דערפון?! {מעגליך שלא בהתיר ווייל דאס עצם אנרייצען קליינע קינדער צו קאלען זיין נומבער קען זיין אסאך שאלות אינוואלווד}

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א אויפטוה, איך זאג נאר אז "דער מייסד" האט עכ"פ אזוי געהאלטן.
און ס'איז מילא זייער שכיח היינט ביי אביסל גרעסערע קינדער אז זיי קענען די נומבער פון קול מבשר (איין חבר דארף זיי עס נאר איבערגעבן, ודי), איז זיכער בעסער צו הערן דאס וואס איז געמאכט לפי ערכם.
חוץ מזה, בין איך גארנישט אזוי זיכער אז ער האט עס געמאכט לשם פרנסה, (איך ווייס נישט אויף זיכער אז נישט, אבער אזוי האב איך עס אפגעלערנט, (קען זיין אז במשך הזמן האפט ער יא אז ס'קען עפעס ווערן דערפון, אבער כ'רעד לעת עתה)

אנטשולדיגט נאכאמאל איך בין מחולק מיט אייך ביידע ר' מחותן מיט דיר קריג איך מיר ווייל נישט דא ווערט מען פלוצלינג פרום, שטעל זיך פאר אז אלע קינדער פון די שכנים דרייען זיך ארום אינדרויסן מיט קענדי'ס און לאלי'ס וכדו' מיט אלע סארטן קאלארינגס אין זיך, בלוי 100, רעד 1000, שווארטץ 4000,000 ווער ווייסט וואס נאך, קומט איין מאמע און געט פאר אירע קינדער "כדי זיי זאלן נישט אום פאלן פון קנאה" די וויזוי הייסט עס זשעם לאלי'ס דאכצעך? בקיצור, עפעס א געזונטע נאשעריי [כ'שטעל מיר פאר ס'איז נישט ממש "טשו יאנג" געזונט באט סאמ-האו בעסער ווי בליטש אדער קעלארין!] עכ"פ צוריק צום ענין, גייסטו שרייען פאר די מאמע אז זי עדיקט זיי צו וועלן נאש און אזוי ארום וועלן די אום געזונטע אויך ? ס'איז א פאקט! ס'איז פראבלעם! ס'בושעוועט! יעדער דרייט זיך מיט לאלי'ס!! אין מויל - יעדער דרייט זיך מיט ... אין די אויערען (יא! טייל האבן דארט גאר בלויע ציין .. ) ווילסט עס אויסמיידן ? אדער צי דיך אריבער קיין הודא-נאנאש ערגעץ ווי ס'איז נישט דא אזא פראבלעם (אויב נישט) אדער דארפסטו געבן עפעס אנשטאט! אז נישט צוקער איז ספלענדע, זעסט דאך ביי ערוואקסענע אויך, אנ דעם גייט עס נישט! ריכטיג?
און ר' בשבילי אויף דיר שריי איך נאך מער די ווייסט דאך אז דער אינגערמאן איז ערליך און לש"ש, טא וואס הייבסטו הענט פאר'ן "מחותן" לעבן אזוי שנעל? מילא אונז האב מיר מורא געהאט צו מען קען אים טראסטן, אבער וואס איז דיין שאלה? אבער בנוסף לזה,
וואס איז שלעכט, אויב האט ער עס "יא" געטון פאר פרנסה?
וואס איז שלעכט, אויב וויל ער נישט דארפן זוכן ספאנסאר'ס נאר זיך קאווערן מיט ערליכע "קינדער-געאייגנטע" אדווערטייזמענט'ס?
וואס איז שלעכט, אויב וויל ער נישט דינגען א פאנדרעיזאר?
און ועל כולם וואס איז שלעכט אויב וויל ער מאכן פרנסה פון זיין א "כלי קודש" [און במילא האבן מער צייט און געדולד דערצו, און עס טון בעסער]
עניוועי איך בין מיט דיר [און פליז לויף נישט אוועק... ] ס'איז א מורא'דיגע געניאלע און ערליכע המצאה חזקו ואמצו! חזק וברוך!
...
עכ"ד פייוויש המכונה "פלאטשקע"
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

בשבילי נברא האט געשריבן:איך קען גראדע דעם אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם געוואלדיגן מפעל, און איך וואלט עם שוין איינמאל געדינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער, זייער א וואילע ערליכע אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אויפטוען לטובת הרבים.
ווי איך פארשטיי, איז אים פשוט בייגעפאלן דער געדאנק פון זיינע אייגענע קינדער, אין חכם כבעל נסיון, זעהנדיג ווי שיין זיי עסן אויף דעם נאכטמאל (סאפער) אויב זיי קענען זיך דערביי צוהערן צו א געשמאקע מעשה, האט ער געגרינדעט "סיפור ל"סאפער"....

אפשר קענסטו בעטן לכה"פ דעם סיפור לספר ארויף קומען אנאנים עכ"פ אויף איי-וועלע און מעלדן אביסל איבער זיינע פלענער / נייעס וכדו' ? זאל ער עפענען א אשכול דא, דער עולם איז נייגעריג (כ'מיין איך בין נייגעריג)
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

גראדע ווייס איך ווער דער בעל הההאטליין איז, אבער איך זעה אז קיינער שרייבט נישט זיין נאמען. איז עס א סוד?
הנותן לשכוי בינה...
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

תרנגול האט געשריבן:גראדע ווייס איך ווער דער בעל הההאטליין איז, אבער איך זעה אז קיינער שרייבט נישט זיין נאמען. איז עס א סוד?

כאטשע זאג מער אין אישי! כ'ווייס נישט צו ס'אויסגעהאלטן צו פאסטן דא אין פאבליק אן רשות, אבער פאר איינעם פריוואט גלויב איך נישט אז ס'פראבלעם, הא? האלטסט אז יא?
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

ייש"כ ר' הינדעלע! ס'איז מיר יעצט געווארן סאך אינטערעסאנטער די גאנצע עסק!
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

וואס איז די נייע נומער פון סיפור לספר?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”