דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:26 pm

ס'קומט שוין באלד נאך א OJBA שאוי, שטעל איך מיך פאר ער וועט ערשיינען לכבודם ווי אינעם עבר.
וועל מיר ווארטן צו הערן כלי ראשון

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:35 pm

בס"ד

די קאסינאוס אין אפסטעיט הייבן אן אויסצוזעהן ווי "ראשען קאלושאן"... איין גרויסע פארלוסט נאכ'ן אנדערן, אריין געביסן אין אויפגעבלאזענע הבטחות פאר די עקאנאמיע, און יעצט ווערט מער און מער קלאר אז ס'איז געווען א וויסטע אונטערנעמונג. יעדע פאר וואכן נאך א ריקצוג... היינט פריש...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:42 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די קאסינאוס אין אפסטעיט הייבן אן אויסצוזעהן ווי "ראשען קאלושאן"... איין גרויסע פארלוסט נאכ'ן אנדערן, אריין געביסן אין אויפגעבלאזענע הבטחות פאר די עקאנאמיע, און יעצט ווערט מער און מער קלאר אז ס'איז געווען א וויסטע אונטערנעמונג. יעדע פאר וואכן נאך א ריקצוג... היינט פריש...


וואס איז היינט?

עס עפענט זיך גראדע נעקסטע וואך די נייע אינדאר וואסער פארק און די דריטע נייע האטעל מיט 600 רומס

(קומט עכט אין די קעטסקיל נייעס אשכול אדער די באזונדערע קאסינא נייעס אשכול אבער פארט האסטו א רעכט צו מארקעטען דיין ביזנעס)

כאב גראדע געזען אין די בלאט אז זיי האבן פארלוירן די יאר 140 מעלאונעס
לעצט פאראכטן דורך עולם השקר אום דינסטאג מארטש 26, 2019 7:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:46 pm

עולם השקר האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די קאסינאוס אין אפסטעיט הייבן אן אויסצוזעהן ווי "ראשען קאלושאן"... איין גרויסע פארלוסט נאכ'ן אנדערן, אריין געביסן אין אויפגעבלאזענע הבטחות פאר די עקאנאמיע, און יעצט ווערט מער און מער קלאר אז ס'איז געווען א וויסטע אונטערנעמונג. יעדע פאר וואכן נאך א ריקצוג... היינט פריש...


וואס איז היינט?

עס עפענט זיך גראדע נעקסטע וואך די נייע אינדאר וואסער פארק און די דריטע נייע האטעל מיט 600 רומס

(קומט עכט אין די קעטסקיל נייעס אשכול אדער די באזונדערע קאסינא נייעס אשכול אבער פארט האסטו א רעכט צו מארקעטען דיין ביזנעס)

דער רעקארד האט באריכטעט מיט ברעיקינג ניוז, אז די קאסינאוס שליסן א פערטל פון די געמבלינג מאשינען און א פערטל פון די געמבלינג טישלעך.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:13 pm

בס"ד

נפול תפול...

די אייגענטומער פון אפסטעיט קאסינאוס, צוזאמען מיט זייערע קאמפעטישען פירמעס(!), ארבייטן שטילערהייט אין אלבאני אז די סטעיט זאל צום ערשטן מאל ערלויבן קאסינאוס אין ניו יארק סיטי. איי דאס וועט ממש איבערנאכט אפגרילן זייערע אפסטעיט קאסינאוס גראד אויף עפרא דארעא?

נו, דארף מען נישט מער ווי פארשטיין אז זיי אליינס האלטן שוין "סיי ווי" עס איז אפגעגרילט, אחר המעשה. דארפישער אפסטעיט איז פאר קאסינאוס נישט געמאכט.

קען מען שוין, עהעם, מעסטן די פירהענגען?...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:23 pm

לאמיר רעדן תכלית (חלומות) בדרך הטבע וועט עס אי"ה אנקומען צום סוף אין אידישע הענט , שווער צו גלייבען וואס א גוי קען טין דערמיט , וואס קען מען טין מיט דעם 20 שטאקיגען בילדונג פאר אידן? עפפארדעבעל דירות אזוי ווי די פראזשעקטס? אדער א גאר א בנין וואס קען ערהאלטען האטעל, קימפאטארינן היים , חדר , ישיבה , חתונה זאלן, דארמיטארי פאר ישיבה גדולה, אפיסעס צו פארדינגען , בית המדרש הגדול , א פול פאר איבונגען , וואס נאך?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:31 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

נפול תפול...

די אייגענטומער פון אפסטעיט קאסינאוס, צוזאמען מיט זייערע קאמפעטישען פירמעס(!), ארבייטן שטילערהייט אין אלבאני אז די סטעיט זאל צום ערשטן מאל ערלויבן קאסינאוס אין ניו יארק סיטי. איי דאס וועט ממש איבערנאכט אפגרילן זייערע אפסטעיט קאסינאוס גראד אויף עפרא דארעא?

נו, דארף מען נישט מער ווי פארשטיין אז זיי אליינס האלטן שוין "סיי ווי" עס איז אפגעגרילט, אחר המעשה. דארפישער אפסטעיט איז פאר קאסינאוס נישט געמאכט.

קען מען שוין, עהעם, מעסטן די פירהענגען?...


למעשה עפענט זיך נעקסטע וואך די אינדאר וואסער פארק מיט א נייע דריטע האטעל מיט נאך 600 רומס , די שאלה איז ווילאנג זיי גייען אנציען מיטן קאסינא , וועגן זיי חלום'ען אז די וואסער פארק גייט ברענגען ביזנעס פאר די קאסינא אפשר

די שאלה ווען זיי וועלן אינגאנצען אויפגעבען אדער גאר באנקאראטירן אינגאנצען

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:28 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די קאסינאוס אין אפסטעיט הייבן אן אויסצוזעהן ווי "ראשען קאלושאן"... איין גרויסע פארלוסט נאכ'ן אנדערן, אריין געביסן אין אויפגעבלאזענע הבטחות פאר די עקאנאמיע, און יעצט ווערט מער און מער קלאר אז ס'איז געווען א וויסטע אונטערנעמונג. יעדע פאר וואכן נאך א ריקצוג... היינט פריש...

;l;p- ;l;p-
Amazon Daily Deals
https://amzn.to/2YzzvYF

Ebay Daily Deals
https://goo.gl/Rrje39
יש"כ

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג מארטש 29, 2019 4:10 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:לאמיר רעדן תכלית (חלומות) בדרך הטבע וועט עס אי"ה אנקומען צום סוף אין אידישע הענט , שווער צו גלייבען וואס א גוי קען טין דערמיט , וואס קען מען טין מיט דעם 20 שטאקיגען בילדונג פאר אידן? עפפארדעבעל דירות אזוי ווי די פראזשעקטס? אדער א גאר א בנין וואס קען ערהאלטען האטעל, קימפאטארינן היים , חדר , ישיבה , חתונה זאלן, דארמיטארי פאר ישיבה גדולה, אפיסעס צו פארדינגען , בית המדרש הגדול , א פול פאר איבונגען , וואס נאך?



נאר נישט געזארגט.... קענסט זיכער זיין אז ווען מיר וועלן עס איבערנעמען, העט מען זיכער מאכן אז ס'גאנצע מעשה זאל רואיג קענען פליען קיין ירושלים, מיט אלע מקדשי מעט...
. . . . . . .

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 14, 2019 4:09 pm

בס"ד

נאך א שיך איז געפאלן מיט די קאסינא חברה אין מאנטיסעלאו, א באריכט וואס שטעלט אין צווייפל די גאנצע פערדן-רייטעריי אין די געגנט, און בכלל אויף די פארלוירענע עקאנאמיע פון קאסינא.

Track attendance, meanwhile, has plummeted from 219,357 in 1995 to 54,267 in 2003, 33,169 in 2015 and 11,970 last year.

באנקראט, אה, וואס רעדסטו, קיינמאל!... עהעם.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 28, 2019 5:38 pm

בס"ד

נאך א נאגל אין די קאסינאס ראולער קאוסטער.

Lost Lake Resort in Sullivan County — which has approved plans for the largest subdivision ever approved in New York state — is seeking buyers.

Josh Goldflam, co-founder of Manhattan-based Highcap Group, is marketing the property, which is asking $22 million.

The property in the town of Forestburgh spans 2,079 acres in the Catskill Mountains and is fully permitted, according to the listing. The completed project would include 2,577 home lots, 30 single-family cottages, 40 multi-family buildings, and a 32-room inn. The gated community would also have an 18-hole golf course, a boat dock, a 1,000-acre wildlife preserve and access to private rivers and streams.

Amenities at the planned community would have a clubhouse, a restaurant and bar, an 8,000-square-foot conference center, a spa and fitness center and a pool and bath house. Tennis courts will also be on the property, along with a sales office.

The project was first pitched in late 2007 by upscale resort builder and golf course development firm Double Diamond Companies, which is selling the property. Double Diamond, based in Dallas, Texas, has built gated subdivision resorts in Pennsylvania and Texas, but has faced numerous delays in upstate New York.

The site is close to the Monticello Raceway & Motor Club, as well as the Resorts World Casino.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אפריל 28, 2019 5:44 pm

וואס איז נייעס!! ווער איז גרייט אפצוקויפן שטח פאר א נייע שטעטל? א נישטיגע 8 אלפים פער הייזקע פארן שטח, פאר אפראווד פלענס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג אפריל 28, 2019 7:56 pm

יא יא, אפראווד פלענס כמו שהוא. די רגע וואס א איד קומט אריין אין די פיקטשער און וויל טוישן סיי וואס, וועלן זיי ארומשלעפן פאר נאך 5-10 יאר.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אפריל 28, 2019 8:51 pm

טוישען וואס? צוויי מיט א האלבען טויזענט דירות!!!
בוי זיך זעלבסט

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג אפריל 28, 2019 9:18 pm

בויען מער clustered, צולייגען אנדערע בניינים פאר ביהמ"ד, טוישען סייז אדער דיזיין. די אפראוועל איז געווענטליך פאר א פארטיגע פלאן וואס נעמט אריין צענדליגע זאכן, עס איז נישט קיין בלענק טשעק צו אראפלייגן צוויי און א האלב טויזענט הייזער.

אפילו אז מען זאל נישט בויען פאר אידן קען א יעדע טזשעינדש נעמען חדשים און יארן, כש"כ ווען זיי דערשמעקן אז יד ישראל באמצע וועלן זיי עס נישט אדורכלאזן אן קיין העפטיגע פייט.

איך זאג נישט אז עס קען נישט ארבייטען פאר א אינוועסטער וואס האט די געלד און געדולד דורכצומאכן די גאנצע שפיל, אבער עס איז בכלל נישט ווי א פארטיגע זאך וואס איז אפראווד געבויעט צו ווערן פאר היימישע אידן.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:40 am

בר דעת האט געשריבן:יא יא, אפראווד פלענס כמו שהוא. די רגע וואס א איד קומט אריין אין די פיקטשער און וויל טוישן סיי וואס, וועלן זיי ארומשלעפן פאר נאך 5-10 יאר.

נישט ממש

למשל די טשעסטער דעוועפלמענט וואס לאנדא - גאלדמאן בויען יעצט איז געקויפט מיט עפראווד פלענס , און זיי מאכן טאקע אביסעל פראבלעמען אבער ביזדערווייל האלט עס נישט אפ דאס בויען אפילו איין טאג, עפראווד פלענס איז למעשה עפפראווד, פארשטייט זיך טאמער וועסטו טוישען פלענס ווי למשל צוויי סינקס אין קיטשען אדער אנדערע זאכן וועלן זיי זיך ארויפכאפן, אבער למעשה איז עס עפפראווד און אז די בויעסט עס איז קענען זיי נישט קיין סך משיגע מאכן , און באקומען גראד א לאו סוט אזוי ווי טשעסטער האט געטין אין אנדערע


די זעלבע מיט וואדבערי זשאנקשען/ווילאס לעבן קרית יואל פון קויפמאן-אויש איז געקויפט מיט עפפראווד פלענס און זיי קענען גארנישט טין און עס בויעט זיך פיין אן קיין פראבלעמען , טאקע טוישן גרויסע שיניום אין די דעוועלעפמענט זעלבסט ווי למשל די פארסעלס קען מען נישט און יעדע הויז איז אויף א עיקער , דאס איז די שטארקייט פון עפפראווד פלענס ,און 400 לאטס/הייזער ביי וואדבערי זשאנקשען האט זיך פארקויפט פאר בערך 30 מיליאן, 22 מיליאן עסקינג פרייז פאר צו בויען 2,500 פרייוועט הייזער איז א זשוק

ווי איך זע איז די פראפערטי ארויף אויף די מארקעט ווייניגער ווי צוויי וואכן צוריק , דאס גייט לכאורה אנקומען צו אידן , מען קען אויפטרייבען געלט דורך אינוועסטערס צו פארקויפן לאטס און סתם מענטשן צו קויפן לאטס פאר 20 אלפים א שטח , עס איז גאר א פיינע אינוועסטמענט פאר לאנג טערם

טאון אפ טאמפסאן איז זייער שווער צו באקומען עפראוועלס כעת און סיי מאכן זייער שווערע פראבלעמען פאר טריט און שריט, אויבען אויף איז דאס א גאלדענע מציאה, פארשטייט זיך ווענט זיך אין די דיטעילס און צו עס האט שוין אינפרעסטרוקטשער

ווארט נאר צו צו ווארטען צו זען ווער עס גייט רייך ווערן פון די דעוועלעפמענט און פארשפרייטען רחבות'דיגע הייזער פאר כלל ישראל פאר גאר ביליג .
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מאנטאג אפריל 29, 2019 3:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:48 am

בר דעת האט געשריבן:בויען מער clustered, צולייגען אנדערע בניינים פאר ביהמ"ד, טוישען סייז אדער דיזיין. די אפראוועל איז געווענטליך פאר א פארטיגע פלאן וואס נעמט אריין צענדליגע זאכן, עס איז נישט קיין בלענק טשעק צו אראפלייגן צוויי און א האלב טויזענט הייזער.

אפילו אז מען זאל נישט בויען פאר אידן קען א יעדע טזשעינדש נעמען חדשים און יארן, כש"כ ווען זיי דערשמעקן אז יד ישראל באמצע וועלן זיי עס נישט אדורכלאזן אן קיין העפטיגע פייט.

איך זאג נישט אז עס קען נישט ארבייטען פאר א אינוועסטער וואס האט די געלד און געדולד דורכצומאכן די גאנצע שפיל, אבער עס איז בכלל נישט ווי א פארטיגע זאך וואס איז אפראווד געבויעט צו ווערן פאר היימישע אידן.


עס שטייט אז 1000 עיקערס פון די 2000 בלייבט שטח פאר פרעזיווערן נעטשרעל, הייסט אז 2500 פרייוועט הייזער ווערן געבויעט אויף א קיימא לן פון 1000 עיקער מיינט עס אז אויף בערך .33 אויף א עיקער א יעדע איינציגע הויז, וואס איז פיין צוזאמגעשטופט אזוי ווי סמיט פארם וואס ר' יחזקאל בראך בויעט יעצט אין טאון אפ מאנרא .

און בכלל זע איך נישט פארוואס מען קען עס נישט בויען אזוי ווי עס איז , בקיצור דער וואס האט די געלט צו אינוועסטירט אין אזא פאריעקט קען דאס דורך שוויצען די לעגאלע חלקים

א joint venture אינוועסטמענט פאר אזא זאך וואלט נישט שלעכט געווען

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:42 pm

בס"ד

[טעות]
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

מעגא קאמפלעקס אין קיימישע פאר סעיל

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:27 am

בס"ד

איי איי די קאנטרע....

די אזיאנער וואס האבן אריינגעגאסן ביליאנען אין קעטסקיל חלומות עסן ביטער און האליג.

די Y01 צענטער אין קיימישע לעיק איז פאר סעיל, און דער עולם מבינים זאגט מיר אז זיי קענען נישט באקומען א פערטל פון זייער עסקינג פרייז פון א פערטל מיליאן, סארי, פערטל "ב"יליאן.

איבער דרייצן הונדערט עיקער!!!

די מארטגעדזש ראטע און טעקסעס אויפ'ן קאמפלעקס איז מער ווי די מעגליכע אינקאם. די אזיאנער האבן פרובירט צו בעטן 500-800 א טאג, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.

זעלבע זאך ווי די קאסינאוס, נישט פאר די קעטסקילס!

y01.jpg
y01.jpg (225.27 KiB) געזעהן 1011 מאל
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:13 am

פשיהא דאס איז דאך ממש נעקסט דאר שכינים פון סאטמארען קעמפ אין קוטשערס , איך געדענק אז די פרייזן פון אנפאנג האבן זיי געוואלט 1300 א טאג

הייסט א שיינעם טאג וועט מען קענען בויען א סאטמארע שטאט אויף די 1300 עיקער און האבן פערטיגע מוסדות נעקסט דאר

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:38 am

בס"ד

די פראגע איז צו לעגאלענד גייט אויך אין וואנט אריין אויפ'ן זעלבן מהלך ווי די קאסינאס און די ספא, און נאכ'ן אינוועסטירן א האלבן בעלאנע וועט די שוועדישע פירמע כאפן דעם טעות, ווייל ווער דארף גויאישע חול המועד ריידס אין ווייטן גאושען יעדן טאג פון יאר, אדער וועט עס יא אויפכאפן. זיי טראכטן פון 1.5 צו איבער 2 מיליאן מענטשן א יאר, אבער די קאסינאס האבן אויך אזוי געפלאנט.

גוטע קשיא.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:47 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די פראגע איז צו לעגאלענד גייט אויך אין וואנט אריין אויפ'ן זעלבן מהלך ווי די קאסינאס און די ספא, און נאכ'ן אינוועסטירן א האלבן בעלאנע וועט די שוועדישע פירמע כאפן דעם טעות, ווייל ווער דארף גויאישע חול המועד ריידס אין ווייטן גאושען יעדן טאג פון יאר, אדער וועט עס יא אויפכאפן. זיי טראכטן פון 1.5 צו איבער 2 מיליאן מענטשן א יאר, אבער די קאסינאס האבן אויך אזוי געפלאנט.

גוטע קשיא.

איך ווינדער מיר שוין אויף דעם א לאנגע צייט, אבער לעגאלענד קען זיין אזא זאך אז מען זאל קומען פון די סיטי און פון איבעראל פון ווי עס נעמט א שעה צו פארן , עס איז מורהדיגע עטטראקציע פאר קינדער , פארן א שעה פאר מורהדיגע אינטערסאנטע זאך קען אפשר יא ארבעטען , באט זיכער איבערגעטריבען זייער נומבערס לכאורה , די קאסינא איז א גוטע האלבע שעה ווייטער פון דעם און בכלל עס איז דא גענוג און נאך קאסינאס די זעלבע ווייט צו פארן פון איבעראל משא"כ לעגא לענד וואס איז א יחיד במינו

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:57 am

בס"ד
איך טראכט יעצט הויך אז די אלע קאסינאוס און אויך לעגאלאנד זענען אויסלענדישע קאמפאניס וואס קענען נישט גענוג גוט די נואנסעס פון אפסטעיט און האבן פשוט פאנטאזירט זייער ווייט פון זייער קאמפארט זאון. נישט קיין וואונדער מ'זעהט נישט קיין "היגע אמעריקאנער קאמפאניס" זיין אזוי ביזי דארט מיט די סארט ליזשער, נאר מיט האטעלן און אינדוסטריעל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יוני 20, 2019 12:15 pm

אין ראקהיל (109) שטייט שוין שיינע פאר חדשים א 573 אקער אויף די מארקעט.

אויב זאל ער ווען בעטן נאר א 10K פער אקער, איז עס נאך נארמאל, איך ווייס נישט וואס ער בעהט למעשה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21580
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 20, 2019 12:18 pm

מזל, וואדען?

איינער א דריי קאפ זוכט זוכט זיך אויס ערגעץ איבערן ים די מיט פולע טאשן, שדכן'ט זיי אן די ברוקלין בריק, מאכט זיך זיין קאמישאן און לאזט זיי זיך קאפ-ברעכן ווי צו מאכן א דאלער.

והיינו טעמא דסופער טאלל טאוערס וכדו'
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט