דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 7:56 pm

די סטרעס ביים קויפן א דירה איז לאו דווקא די דאון פעימענט
נאר ענדערש ביים באקומען א מארגידזש וכ'ו

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:10 pm

בס"ד

מ'קען זיך דינגען אויף פרטים און פרטי פרטים, אבער דער עסקן האט עס מסביר געווען בטוב טעם ודעת, און עס איז אריין אין "דער בית" בקיצור אין אפאר שורות.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:34 pm

אדרבא, העמיר ווארטן אויף ווען איר וועט מאריך זיין און דאן זעהן אויב מיר פארשטייען זיין טענה, ווייל די חשבון אין אייער תגובה ווייסט יעדער אינגערמאן אין מיין סביבה און דאך קויפן זיי נישט כנ״ל.


נאך א הערה, אין די ארטיקל וועגן טאון אוו נאורט מאנראו האב איך ערווארטעט א דזשורנאליסטישע באשרייבונג, מיט א אידישער בליק דערויף. דערווייל האב איך געפונען נאר דאס וואס איך קען טרעפן אין געווענליכע באלון-בלעטלעך...
די "יונייטעד מאנראו" עלעמענטן זענען באלד ארויסגעקומען מיט העסליכע רעאקציעס קעגן דעם פלאן, זאגנדיג אז אפילו קרית יואל ווילעדזש וועט "מאכן שבת פאר זיך" אין אן אייגענע טאון, און די מאנראו טאון איינוואוינער וועלן האבן אייגענע וואלן אן די שטימען פון קרית יואל, איז עס "נאך אלץ" עפעס וואס איז "נישט אקצעפטירבאר" צוליב א לאנגע רייע אנגעבליכע סיבות.


אה, א קאמפלימענט? ביי אונז פירט מען זיך נישט אזוי :smile: שטארק הנאה געהאט, פון די אינפארמאציע און פארשטייט זיך פון די שפראך, אווי אלעמאל.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:52 pm

אה, א קאמפלימענט? ביי אונז פירט מען זיך נישט אזוי :smile: שטארק הנאה געהאט, פון די אינפארמאציע און פארשטייט זיך פון די שפראך, אווי אלעמאל.


מיסטעריעז??? יא מיסטעריעז!!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

דער בית פרשת ראה

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:11 am

בס"ד

ליינט און קוועלט, פיינע נייעס.

דער בית פרשת ראה


db26.png
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3932
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:20 pm

וואו קען מען זיך ארויף סיינען צו באקימען דער בית? קען איינער ארויף שטעלן די אימעיל אדרעס.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:24 pm

אמביציע האט געשריבן:וואו קען מען זיך ארויף סיינען צו באקימען דער בית? קען איינער ארויף שטעלן די אימעיל אדרעס.


זיך איינצושרייבן צו באקומען יעדן מאנטאג שיקט אימעיל צו derbayis@gmail.com' ווי אויך קען מען אהינשיקן קריטיק, קאמענטארן,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19713
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 10:11 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
דער בית פרשת ראה

ברענגט ער דארט אט דאס בעשרייבונג איבער די היימישע קרקעות סוחרים, תמהני צו די אנדערע גרויסע בעקאנטע וואס זיי האבן ארויסגעלאזט איז מחמת חסרון ידיעה, דאס אז פון די קליינטשיגע וווייסן זיי נישט איז קיין חידוש.

די שורה איז מער ווערט ווי די 2.5 ביליאנען:

They’ve memorized half the Talmud
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

די ריעל דיעל ארטיקל

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 11:38 am

בס"ד

די ענטפער אויף די "תמהני" וועגן די קלענערע סוחרים אויסער די פאר דערמאנטע: זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך ביים היימישן עולם. די גרויסע זענען זיי נאכגעגאנגען ביז די פאסט קעסטלעך אויף 199 לי עוועניו און אנדערע אדרעסן, ווי אויך די דריי היימישע אפיס בילדינגס וואס ווערן דערמאנט אינעם ארטיקל. וויבאלד זיי האבן געהאט פינעף-זעקס אדרעסן מיט "אסאך" דיעלס, האבן זיי דאס גענוצט ביים פארשן די סיטי בילדינג דאקומענטן וכו'. די קלענערע און די וואס נוצן אנדערע אדרעסן, האבן זיי נישט קיין וועג צו כאפן - כ'מיין זיי האבן יא, אבער יעדע שטיקל אינפארמאציע וועט דויערן א יאר מיט א מיטוואך צו כאפן.

און די אלע סארט אינפארמאציע וואס אידענטיפיצירט היימישע סוחרים אדער פראפערטיס האט "דער בית," כמובן, נישט געשריבן, ווייל אזעלכע זאכן קומען נישט אריין אין אונזער אויסגאבע.

ווי ערקלערט אונזער מיסיע די ערשטע וואך, איז "דער בית" נישט געמאכט "בכלל" צו נאכיאגן "ריעל דיעל" ארטיקלען, אויספאמפן היימישע זאכן, אפילו אזויפיל מענטשן זאגן אונז דאס איז די זאפטיגע סחורה וואס מען וויל ליינען. מיר זענען בקשר מיט א שיין ביסל נעמען דערמאנט אינעם ענגלישן ארטיקל, און אן ערליכע פראפעסיאנאלע היימישע אידישע אויסגאבע איז נישטא צו גריבלען אין יעמענס פארמעגנס בפומבי.

יעדע וואך פאלט ארויס גוטע שטיקלעך נייעס פון "דער בית" ווייל פאר'ן שרייבן און אפילו שוין נאכ'ן שרייבן טראכט מען איבער צו עס קען שטערן סיי וועלכן היימישן איד, און אויב יא גייט עס אראפ פון טיש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 11:44 am

די עשירים קוועלן פון די עטענשאן פונקט ווי א פול פעידזש עד און דער איד

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:45 pm

איך ווייס נישט גענוי פון וואסערן ארטיקל מען רעדט, אבער איך וויל באגריסן הרב מזל מידיע פאר'ן זיך האלטן ערליך און אויסגעהאלטן, קעגן אנדערע סטאנדארטן אין געשרייבעריי וואס ווערן אראפגעצויגן כדי נאכצומאכן די האמפע דעראמפע לשון הרע ורכילות און שפיכות דמים סטייל באשרייבעכצער פון מענטשנס קישקעס אין די גויאישע וועלט. תשואות חן חן לו

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

דער בית - פר' כי תצא

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:24 pm

בס"ד

ליינט און קוועלט, פיינע נייעס.

דירעקט לינק דא צו PDF

DB27.png


איינצושרייבן - signup@derbayis.com

איינצוקעשן - ads@derbayis.com
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:26 am

ס'קומט נאך ארויס?
איך בין אויפגעסיינט אויפן ליסטע, און די לעצטע מאל איך האב עס באקומען אין אימעיל איז געווען סעפטעמבער 14

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

דער בית פר' נצבים - ערב ראש השנה

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:47 pm

בס"ד

ליינט און קוועלט, פיינע נייעס.

דירעקט לינק צו PDF

DB28.png


איינצושרייבן - signup@derbayis.com

איינצוקעשן - ads@derbayis.com
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 8:03 pm

קומט מער נישט ארויס?

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 12:34 pm

היינט האב איך אביסל איבערגעקוקט מיין אלטע אימעילס, האב איך מיך דערמאנט פונעם בית, וואס האט פאסירט דערמיט, ר' אייזיק רופט אייך אהן


וואס ס'איז מיר געווען אינטערסאנט איז אז ס'האט אויסגעזעהן ווי ער פארמאגט היבש עדס.... תמהני

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:04 pm

בערקא האט געשריבן:היינט האב איך אביסל איבערגעקוקט מיין אלטע אימעילס, האב איך מיך דערמאנט פונעם בית, וואס האט פאסירט דערמיט, ר' אייזיק רופט אייך אהן


וואס ס'איז מיר געווען אינטערסאנט איז אז ס'האט אויסגעזעהן ווי ער פארמאגט היבש עדס.... תמהני



אין די צייטונגען לויפט לעצטנס א רובריק איבער ריעל עסטעיט געספאנסערט דורך עקזיט ריעלטי, די סטייל איז זייער ענליך צו דער בית, סא ווארשיינליך שרייבט ר' אייזיק פאר זיי

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:00 pm

בס"ד

הכונו, הכונו, הכונו...!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:34 pm

הנני מוכן ומזומן... נו...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:18 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:היינט האב איך אביסל איבערגעקוקט מיין אלטע אימעילס, האב איך מיך דערמאנט פונעם בית, וואס האט פאסירט דערמיט, ר' אייזיק רופט אייך אהן


וואס ס'איז מיר געווען אינטערסאנט איז אז ס'האט אויסגעזעהן ווי ער פארמאגט היבש עדס.... תמהני



אין די צייטונגען לויפט לעצטנס א רובריק איבער ריעל עסטעיט געספאנסערט דורך עקזיט ריעלטי, די סטייל איז זייער ענליך צו דער בית, סא ווארשיינליך שרייבט ר' אייזיק פאר זיי


יא עס איז זייער א גוטע אדווערטייזמענט איידיע.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:22 pm

ר' אייזיק האט שטענדיג די געלונגענע בליציגע געדאנק, צו צאמשלעפן פילע קאסטומער פאר די וואס האבן די פריוועליגיע צו אים נוצן פאר זייער מידיע'קאנט.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך ינואר 25, 2017 9:10 am

בס"ד

דא קומט "דער בית"... נומער 29... פרשת וארא תשע"ז לפ"ק.

נישט פשט אז פרעזידענט טראמפ האט געהייסן עס מוז זיך שוין צוריק אנהויבן, אבער ס'האט נישט געשאדט צו האבן אזא ריעל עסטעיט פרעזידענט...

This week in Der Bayis read:
• USA Inaugurates “President Real Estate,” Donald Trump
• Respect Designated Disabled Parking Spaces, Or Else…
• New Regulations on Rosewood Imports to US
• WSJ: New RE Interest in Europe’s Old Jewish Quarters
• Brooklyn Rentals Down, Mostly in Williamsburg, -9.7%
• Gov. Cuomo, Lawmakers, Unions, REBNY, on New “421A”
• NY-NJ Tops in Trump “Trillion Dollar” Infrastructure Plan
• PMI Deduction, Home Debt Relief Tax Exemption, Still ON
• More Trouble @ Well Fargo, False “Lock-In” Rate Surcharge
• Global Houseware Market Grows to $346B, ^4%, ^9% in US
• Tower Cranes Capital of America: Seattle. World? Toronto
• IP Nuclear Plant Shutdown Decimates 90% Local Village Tax


דא איז די לינק

דער בית 29 - וארא תשע"ז

זיך איינצושרייבן צו באקומען די PDF יעדע וואך, signup@derbayis.com

צו שיקן אייער עד (ווי פריער), ads@derbayis.com

צו שיקן בריווען, קריטיק, פארשלאגן, פידבעק, וכו' וכו', info@derbayis.com

און דא איז די פייל

DB29.png
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:35 am

א געוואלדיגע ארבעט, יישר כח!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 8:59 am

בס"ד

גוט מארגן,

א הערליכן דאנק פאר אלע פאזיטיווע קאמענטארן.

צוליב די גרויסע נאכפראגע קען מען נעמען בריווען און אדווערטייזמענטס נאר ביז זונטאג 11 אזייגער.

יישר כוח

צו באקומען די PDF דירעקט יעדע וואך, signup@derbayis.com

צו שיקן אייער עד ads@derbayis.com

צו שיקן בריווען, קריטיק, פארשלאגן, פידבעק, וכו' וכו', info@derbayis.com
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

חיים יענקל
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:11 am

הערליכע ארבעט! א דאנק.

אבי מהאקט אז די מידיע איז קעגן טראמפ, מזל "מידיע" גיבט א הערליכע פאזיטיווע בליק אויף טראמפ....


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט