דער בית - נייע אידישע ריעל-עסטעיט אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג ינואר 19, 2016 5:15 pm

בס"ד
נא_שכל האט געשריבן:זייער געשמאק צו לעזען, און היות ס'קומט מיר נישט אויס צו לייענן די נייעס אנאליזין אין אלגעמיינע צייטונגען, האב איך זייער הנאה דערפון.... איך וואלט געקענט באשטיין צו זען א גרונטליכע אנאליז, וויאזוי די נידריגע אויל פרייזן קענען אפעקטירן די האזוינג מארקעט...

א דאנק פאר די ווארימע ווערטער, און מיר האבן נארוואס געפינען אן אינטערעסאנטע אנאליז מענין לענין באותו ענין, מיט'ן הויפט קונץ אז דער קעפל פון יענעם ארטיקל לאזט נישט קיין מינדעסטע חלום אז די אינהאלט ברענגט ארויס דעם ענין וואס מען רעדט.

אי"ה אין קומענדיגן "דער בית."
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 2:36 am

יעצט געענדיגט ליינען די דע וואכענדיגע איך האב באמת הנאה געהאט שיין מסודר גוט געשריבן קורץ אין שארף אן אלע בלא בלא אידערזייט ועל כולם עכט אינפאמעטיוו א ש'כח קיעפ אפ יאר גאד ווארק

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 8:35 am

בס"ד

גוט מארגן טייערע אידן, א געוואלדיגן יישר כוח פאר אלע קאמענטארן, פארשלאגן, קריטיק, בסבר פנים יפות. ב"ה, "דער בית" ווערט אויפגענומען בעסער ווי די בעסטע חלומות וואלטן אמאל פארגעשטעלט, ווי מיר הערן צוריק פון אלע שיכטן און קרייזן בעולם הריעל עסטעיט והקאנסטראקשען והפינאנץ וכל המסתעף.

צו געבן א שטיקל בליק אויף די גרויסארטיגע פלענער צוצושטעלן טאפ-קוואליטי עקסקלוסיוו נייעס און אינפארמאציע, קוקט אהער וויאזוי "טשעיס באנק" האט אויסגעשפילט די געזעצן פון "סיין קאודס" - די לאקאלע פארשריפטן אויף דרויסנדיגע סיינעדזש - דורך לייגן פון "אינווייניג" וואס זיי האבן געוואלט, און עס האט ארויסגעשיינט צו די גאס מיט אלע פיטשעווקעס, גרעסער, שענער און ליכטיגער, ווי וואס די קאוד וואלט ערלויבט, אבער וויבאלד עס האט געשיינט פון אינווייניג פאלט עס נישט אונטער די סיינעדזש קאוד.

http://monigle.com/casestudy-cha

נו, סטאר-פראנט און בילדינג אייגענטומער, נישט בייגעפאלן, הא?

דאס איז נאר א מיליאנסטל פון די סארט נייעס און באשרייבונגען וואס ווערן געפלאנט, חדשים לבקרים אי"ה.

אויך קומט ערנסטע נייעס וועגן היימישע מארטגעדזשעס, פרטים יבואו.

יעדן מאנטאג צופרי פרעגט מען, וואס איז נייעס אין "דער בית"? די ענטפער איז, derbayis@gmail.com.

און צו אייך טייערע אידן, לאזט די אייוועלט "פידבעק" (קרעדיט: עזרת חולים) ווייטער קומען, יעדע ווארט איז גאלד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 11:21 am

קוקט אויס זייער שיין. און עס געפעלט מיר די דיפרענט איידיע פון כאפן א יוניק ווינקל אין דעם היימישן מארקעט.
די קריטישע שאלה איז, איז דער אידישער ליינער מארקעט שוין גענוג גרויס אז מען זאל קענען מאכן א דיגיטאלע אויסגאבע?
פון איין זייט זענען דא גענוג ביזנעסלייט מיט סמארטפאונס, אבער האבן זיי אן אינטערעסע צו ליינען וועגן דעם מארקעט דוקא אין אידיש?
אויך, ווי איך פארשטיי איז די איינציגסטע ביזנעס חלק צו האבן עדס, און דאס קען זיין די ישועה, אדער פארקערט... די עדס וועלן קענען זען גענוי וויפיל עס האבן געקליקט. שנית, אויב וויל מען האבן עדס אין דעם גרויסן מארקעט פון דינגען/פארדינגען, קויפן הייזער, ריעל עסטעיט און מארטגעדזש בראוקערס, נייע ישובים, ווילן זיי דאך אנקומען צו ווי מער מענטשן, און אין אן אנליין בלעטל וועט דאך נישט אנקומען צו טויזנטער יונגעלייט און עמך אידן אין ראדני און הופער, אדער סיי ווער אן א סמארטפאון/קאמפיוטער.
פון די אנדערע זייט איז דער אינוועסטמענט גאנץ א קליינע, ממילא אויב וועט עס זיין גענוג א שיינע, געשמאקע זאך מיט גוטע אינפארמאציע, אפשר קען עס יא געלונגען. איך ווינטש א באנטש הצלחה און איך האף עס וועט זיין א הילכיגע סוקסעס, ווייל יעדע נייע אידישע בלעטל, איבערהויפט ווען עס איז שיין געשריבן, איז מיר א פערזענליכע פארגעניגן. און דאס קען אויך זיין א גוטע סערוויס פאר אונזער עולם.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 12:00 pm

בס"ד

דער בית נומער 2.

לטובת הציבור, דא איז די לינק גראד צום פולן PDF.

http://files.ctctcdn.com/5a384e69501/9b ... 924e01.pdf
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 2:54 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

דער בית נומער 2.

לטובת הציבור, דא איז די לינק גראד צום פולן PDF.

http://files.ctctcdn.com/5a384e69501/9b ... 924e01.pdf



יישר כח

-

אגב, די בלומעלעך בריוו האט מיך דערמאנט פון "די לעצטע געדאנק" ווי יענער מאכט נאך WEVD ראדיו...

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג ינואר 25, 2016 12:38 pm

בס"ד

א גוטן חמשה עשר בשבט - ראש השנה לאילנות.
לינק דא:
דער בית נומער 3
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אפענע וועלט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:08 pm

''אויפ'ן דריטן שטאק אינעם 5'שטאקיגן ביזנעס
צענטער, וואו עס זענען לעצטנס קווארטירט געווארן
א קיטשען קאבינעט פירמע, א הויז-קאר אינשורענס
אפיס, עטליכע קלענערע אפיסעס, א פראמינענטע
פירמע פון דיזיין און גראפיקס, און א מארטגעדזש
קאמפאני. נייע אפיסעס ווערן איצט פארטיג פאר נאך
א רייע קרית יואל ביזנעסער.''

אפשר וואלט געווען אן עצה ארויסצשרייבן די נעמען, נישט רעדן בלשון נסתר. עס וועט זיכער נישט שאטן פאר די קאמפאניס.

אזוי אויך דא
''ראקלענד קאונטי דעוועלאפער עריק בערגסטאל
האט פארקויפט די "מיניסקיאנגא גאלף קלאב" פאר
א לאקאלע פירמע
, פאר'ן פרייז פון 23 מיליאן דאלאר.''

הגם דא קען שוין יא זיין אז עס איז אן היימישער וואס וויל עס האלטן בשתיקה, אבער דעתי נוטה אז וויבאלד עס איז במילא א מילתא דעבידא לגלויי זאל מען געהעריג ארויסשרייבן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:36 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

א גוטן חמשה עשר בשבט - ראש השנה לאילנות.
לינק דא:
דער בית נומער 3
derbayis3.jpg



כה לחי! חזק חזק

נאך א פריינטליכע דערמאנונג, עטוואס טיפערע באשרייבונגען און נענטער צום הארצן; די לאקאלע ריעל עסטעיט מארקעטס אין די היימישע געגנטער, רענטל פרייזן אין די היימישע געגנטן, אנדערע קאסטן, זאכליכע אפדעיטס פון די נייע ישובים וכו'

נאמנים פצעי אוהב

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:40 pm

בס"ד
מיללער האט געשריבן:נאמנים פצעי אוהב

חלילה, פצעי? אזעלכע רייכע קאמענטארן זענען פצעי? יעדע פארשלאג אדער קריטיק דא אויף אייוועלט ווערט גענומען אין חשבון, און מ'קען שוין זעהן אביסעלע רעזולטאטן פון די "פידבעק".

אדרבה, עס איז א נייע אייגנארטיגע זאך, מען גייט לאנגזאם, מען שלייפט און בעסערט באורך הדרך, און חפץ ד' בידינו יצליח.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:19 pm

נישט באקומען אין אימעיל, פשט?? :-(
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:59 pm

בס"ד

יישר כוח "אייוועלט" און אלע חשובע באזוכער פאר'ן איבערשטייגן גוגל און פירן טראפיק צום "דער בית" וועבסייט. http://www.derbayis.com

אונז ווייסן אליינס נישט, אין די מים הזידונים פונעם עיפוש'דיגן אינטערנעט, וואספארא חשובע אינזל מיר האבן דא.

דער עולם זוכט נישט קוואליטי.... איי, א זויערע וויץ. שוין איינמאל!

דאס איז פאר אייך, טייערע אידן. און זאלן זיי שוויצן אביסל דארט אין סיליקאן וועלי.
צוגעלייגטע
ivelt is the best.png
ivelt is the best.png (6.1 KiB) געזעהן 3259 מאל
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:32 pm

ווי זאגט מען WOW אין אידיש?!

מיללער האט געשריבן:כה לחי! חזק חזק

נאך א פריינטליכע דערמאנונג, עטוואס טיפערע באשרייבונגען און נענטער צום הארצן; די לאקאלע ריעל עסטעיט מארקעטס אין די היימישע געגנטער, רענטל פרייזן אין די היימישע געגנטן, אנדערע קאסטן, זאכליכע אפדעיטס פון די נייע ישובים וכו'

נאמנים פצעי אוהב


למשל, (ענ"ד), כאפ דעם זשערסי סיטי עסקן וואס דרייט זיך דא אין וועלטל, און פובליציר די שמועס וואס דו האסט געהאט מיט עם. שאר זיך צו צו דעם בלושטיין פון בלומנבערג און הער זיין קוק וואונקל, אויב איז ער שמילאוויטש. אויב נישט, איז ער נאנט פארבינדן.
written using the Meshimer web filter

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 11:29 am

בס"ד

גוט מארגן,

למשל אזא באשרייבונג, וואו טרעפט מען אזאנס? אוודאי נאר אין "דער בית." יעדן מאנטאג, מלא חידושים.

http://www.today.com/home/newer-homes-f ... ape-t65826

האט איר זיך שוין איינגעשריבן ס'צובאקומען יעדן מאנטאג? אויב יא, זיכער גוט. אויב נישט... ס'ארא שאלה דאס.

derbayis@gmail.com
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 12:24 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

יישר כוח "אייוועלט" און אלע חשובע באזוכער פאר'ן איבערשטייגן גוגל און פירן טראפיק צום "דער בית" וועבסייט. http://www.derbayis.com

אונז ווייסן אליינס נישט, אין די מים הזידונים פונעם עיפוש'דיגן אינטערנעט, וואספארא חשובע אינזל מיר האבן דא.

דער עולם זוכט נישט קוואליטי.... איי, א זויערע וויץ. שוין איינמאל!

דאס איז פאר אייך, טייערע אידן. און זאלן זיי שוויצן אביסל דארט אין סיליקאן וועלי.


זייער שיין, שמעקט טראמפיש...

דער בית איז הערליך שיין און עס איז ערווארטעט צו ווערן נאר בעסער אי"ה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

בס"ד

גוט מארגן מאנטאג משפטים, גוט מארגן "דער בית."

ווי מער פידבעק, אלס בעסער די רעזולטאטן. ליינט און קוועלט.

עדס אין "דער בית" זענען געווענליך "קליקעבל" (אריינגערעכנט אלס א סערוויס אין די פרייז פונעם עד).

זיך איינצושרייבן צו באקומען יעדן מאנטאג שיקט אימעיל צו derbayis@gmail.com' ווי אויך קען מען אהינשיקן קריטיק, קאמענטארן, וואס אימער. אדער באזוכט דירעקט אויפ'ן סייט, http://www.derbayis.com.

יעדע ווארט איז א גוטע אינוועסטמענט. שיקט עס ווייטער צו נאנטע און ווייטע, "שלח לחמך," אז זיי וועלן הנאה האבן פון "דער בית," וועלן זיי צוריק מהנה זיין, גאראנטירט.

דא איז עס, רבותי. קליקט דא אהער.
צוגעלייגטע
DB4-front.png
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

אביסל נייעס פון "דער בית"

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 1:13 pm

בס"ד

אמאל אין די ל' און מ' יארן האט מען גערעדט פון באדעקן די בי. קיו. אי. אין וויליאמסבורג און בויען דערויף הונדערטער צו טויזנטער דירות.

דערווייל האט מען נאך ביים חלומ'ען, אבער אין די בראנקס טוט מען יא צום זאך

http://www.crainsnewyork.com/article/20 ... quare-feet

וואס דארף מען פאר א מארטגעדזש? געלט, געלט און געלט. דאס איז געווענליך, אבער יעדער יחיד פאר זיך דארף אינקאם, קרעדיט און עסעטס.

פון היינט און ווייטער דארף מען אויך האבן... א גלעזל וואסער. לכל הפחות אין פלינט, מישיגען.
http://www.wsj.com/articles/new-trouble ... 1454544966
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 11:59 pm

בס"ד

נאכאמאל א גוטע גריס פאר אייוועלט, אדער ווי מ'פלעגט עס רופן אין די אלטע היים, "קרעטשמע."

מיט אזא אייוועלט, ווער דארף נאך גוגל?

דאס איז פון גוגל אנאליטיקס אויף http://www.derbayis.com

יישר כוח פאר אלע קאמענטארן און פארשלאג. לאזט זיי קומען ווייטער, ווייל יעדע ווארט ווערט געהערט.
צוגעלייגטע
wow ivelt beats google.png
wow ivelt beats google.png (11.03 KiB) געזעהן 2715 מאל
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג פאברואר 05, 2016 12:04 am

דירעקט איז מער ווי אייוועלט.

דאס מיינט איר טוט א גוטן דשאב אויסער אייוועלט!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג פאברואר 08, 2016 4:58 pm

בס"ד

דער בית, מאנטאג פרשת תרומה, נומ. 5.

לינק דא: https://nebula.wsimg.com/2cf143a394d5f0 ... oworigin=1

בילד דא:
DB5front.jpg


צו באקומען דירעקט יעדן מאנטאג, געבן קריטיק, שיקן בריווען, פארשלאגן נייעס און טיפס, שיקט אימעיל צו derbayis@gmail.com.
לעצט פאראכטן דורך מזל מידיע אום מאנטאג פאברואר 08, 2016 5:38 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 08, 2016 5:21 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

דער בית, מאנטאג פרשת משפטים, נומ. 5.

לינק דא: https://nebula.wsimg.com/2cf143a394d5f0 ... oworigin=1

בילד דא:
DB5front.jpg


צו באקומען דירעקט יעדן מאנטאג, געבן קריטיק, שיקן בריווען, פארשלאגן נייעס און טיפס, שיקט אימעיל צו derbayis@gmail.com.


מיינסט א ודאי תרומה

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 08, 2016 6:30 pm

אויב מעגליך ביטע געבען די פייל א נאמען לויט די וואך אדער דאטום, למשל 8 2016 der bayis - feb, אדער אויף א געשמקערע אופן, ס'מאכט סאך גרינגער צו האלטן די פייל'ס מסודר אין קאמפיוטער, און אויב מ'וויל אמאל עפעס נאכקוקן קען מען גרינג זוכן די פייל פון יענע וואך.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קאטשי מאטשי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2015 5:51 am
לאקאציע: דארט

תגובהדורך קאטשי מאטשי » מיטוואך פאברואר 10, 2016 6:58 am

פארוואס האב איך נישט די וואך באקומען דער בית אין אימעיל?????????
שוין באמת געטראכט אז ס'איז שוין אונטערגעגאנגען!!...............

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך פאברואר 10, 2016 9:36 am

בס"ד

גוט מארגן גוטע ברידער, גוטן חודש אדר.

צוליב די געוואלדיגע "פידבעק" פון "דער בית" די וואך, אויף נייעס און בילדער פון היימישע אינטערעסע, וויל איך מיטטיילן פאר'ן ציבור אונזער לאנגיאריגע כללים לטובת הציבור.

אין איינקלאנג מיט פראפעסיאנאלע כללים פון דזשורנאליזם בכלל, און ביי "דער בית" בפרט, איז "דער בית" - דער ארגאן פון ניו יארק ריעל עסטעיט און היים עקאנאמיע ---

1) "נישט" גרייט צו לייגן באצאלטע טעקסט אלס נייטראלע נייעס (חוץ אויב עס איז קלאר באצייכנט אלס 'באצאלטער אנאנס').
2) "יא" גרייט צו לייגן נייעס און בילדער פון ארגאניזאציעס און קאמפאניס – אן באצאלט בכלל – אויב די רעדאקציע האלט עס איז ווערד פאר די ליינערס.

נייעס איז נייעס און עדס איז עדס, מיט א הערמעטישע וואנט אינצווישן.

עסקנים און קאמפאניס וואס האלטן זיי קענען צושטעלן נייעס און אינפארמאציע פאר די ליינערס וואס איז גענוג "נייעס-ווערדפול" פאר די טויזנטער ליינערס שיחיו, קענען רואיג אריינשיקן די סחורה צו derbayis@gmail.com און מ'וועט זעהן די ווערד דערפון אן קיין שום ביזנעס אינטערעסע. אז ס'איז נישט גענוג אינטערסאנט, וועט עס נישט אריינגיין אלס נייטראלע אינפארמאציע אפילו פאר געלט. אז ס'איז יא אינטערעסאנט פאר די ליינערס, וועט עס קומען אין באטראכט (אן גאראנטיס) אריינצוגיין דוקא אן געלט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

דער בית 6 - פרשת תצוה

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג פאברואר 16, 2016 12:02 pm

בס"ד

דער בית נומ. 6 - פרשת תצוה

פאר PDF דירעקט, קליק דא.

צו באקומען יעדע מאנטאג אויף אימעיל, שיק אימעיל צו derbayis@gmail.com
צוגעלייגטע
DB6front.jpg
פראנט פעידזש פון דער בית 6
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט