קול מבשר - פורים אפטיילונג

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג מארטש 20, 2016 7:33 pm

ק/פ פון אידישער ווינקל טעלעגראם

אויף די קול מבשר פורים אפטיילונג ווערט היי יאר צוגעשטעלט א גאר קאמישע אויסוואל פון סצענעס, צו שמייכלען און שמייכלען אן אויפהער.

לתועלת הרבים האט אונזער באגאבטע שרייבער זבולון אויסגעהערט אלע אינטערוויוס און קומט אהער מיט א קורצע אבער קלארע שילדערונג וועלכע וועט דינען אלץ א שטיקל וועגווייזער פאר די וועלכע ווילן וויסן וואס זיי גייען הערן ביים דרוקן וואס.

אט איז וואס קול מבשר שטעלט פאר אייך פאר היי יאר, געט א שמייכל און האט הנאה.

קנעפל נומער 2 פון די הויפט נומער איז די פורים אפטיילונג.

קנעפל נומער איינס.
*
א גאר קאמישע סצענע וויאזוי א שלימזל "שטולי" כאפט זיך עטליכע שעה בעפאר די זמן אז ער דארף בויען זיין סוכה, אינאיינעם מיט זיין פעטער ברוך הייבן זיי אן די מלאכה, עס פליען העלצער, צעשרויפן רערן, זייען אן כאאס ביי די ארומיגע שכנים, און דערצו פאלט די גאנצע סוכה אראפ אויף פעטער ברוך'ס אויטא אונטן. א סצענע וואס וועט אייך ברענגען צו לאכן.

ערצייגט דורך יואלי לעבאוויטש.

*
קנעפל נומער 2

א זיסע שילדערונג ווי א באבע טרעפט זיך ערב פסח מיט א גויטע וואס האקט אריין א טונא סענדוויטש אין פסח קאך, א אייניקל וואס פארקויפט די זיידנס הויז, קאר, און ווארפט די פאסט אין מיסט. א מאדנע מצב נישט מער געדאכט, אין יענע אנגעצויגענע מינוטן האבן זיי געווינען א רייזע צו די באהאמעס, ווען די באבע געפונט אויס אז זיי האבן איר באשווינדלט, און עס רופט צוריק דער גנב, הייבט אים זי אים אן אטאקירן, עס איז נישט געווען קיין אנדערער ווי דער סעקרעטאר פון די דענטיסט. איר וועט נישט קענען אטעמען.

ערצייגט דורך יואלי לעבאוויטש.
*
קנעפל נומער 3

א גאר קוריזאזע שפיל ווי קול מבשר'ס סעלעברעטי "יוסעלע" ווערט פארוואנדלט אלץ א הויפט פירער אין קעמפ, ער באשטעלט חיות פאר די קינדער און זיי קומען אן געשחט'ן, דער מוזיקאנט שטעלט זיך אויף זיינע זאכן אין לאגווארדיע, נישט נאר דאס יוסעלע נעמט די קינדער אויף א הייק און ווערט פארלוירן, יעדער, זוכט אים, עס איז ששון ושמחה, יוסעלע ווייזט שטארקייט און טשעפעט זיך מיט א מאקאש מיט שווארץ-ווייסע האר, דער מאוקאש שפריצט אים אן מיט א אומהייליכע גערוך, זיין שווער רופט אים, יוסעלע זאגט אים א תורה... עס איז הימל ערד און יוסעלע, דערצו סערווירט מען פאר די קינדער ספינעטש און גאלערעטע, איר וועט שרייען פאר געלעכטער.

ערצייגט דורך יואלי לעבאוויטש.
*
קנעפל נומער 4
איז אין טאג פון א סיום, א ערנערגישער עסקן רופט ארום ספאנסערס פאר שטיקלעך סטעיק, פונקט דאן ווערט זיין קאך פארברענגט, זיין ווייב געט אים אין קאפ אריין, אינטערסאנט וויאזוי ער האט זיך אן עצה געגעבן.
ערצייגט דורך יואלי לעבאוויטש.
*
קנעפל נומער 5

א שמועס פון צוויי ראדיקאלע יאכנעס וואס בארעדן די גאנצע שטאט, מען דעבאטירט די פרישע קעיסעס, און דאן באגלייט מען זיי צו די קומזיץ, געזינגען דורך די פראמינענטע "סאנגס פאר סוכי" זינגער, עס איז זיין ערשטע מאל... און מען שטעלט אים אפ נאך 10 מינוט.

ערצייגט דורך יואלי לעבאוויטש.
*
קנעפל נומער 6
א מכלומרשטע שמועס מיט די גרעסטע נגינה שטערנס, הערט זיי זינגען און רעדן מתוך א צווייטנס מויל, מיט אנדערע מחשבות.
ערצייגט דורך ק. שווארץ.
*
קנעפל נומער 7

א דרינגענדע זיצונג דורך פולע מכלומרשטע בדחנים, ווי אלע פון זיי ברענגען ארויס די שוועריגקייטן פון זיין א גראמער, און די אנדערע זייטן, ברענגען זייערע בעסטע וויצן און נאך.

ערציייגט דורך ק. שווארץ.

הערט, האט הנאה, און האט א פרייליכע ערב פורים
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מארטש 20, 2016 7:42 pm

יישר כח פאר די שיינע באשראבונג
די יאר איז עס זייער זייער גוט געלונגען
שוין לאנג נישט געווען אזוי גוט
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מארטש 20, 2016 7:48 pm

בס"ד
פארבינדן האט געשריבן:ק/פ פון אידישער ווינקל טעלעגראם
הערט, האט הנאה, און האט א פרייליכע ערב פורים

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס ספוילט מען די גאנצע מעשה, פארוואס אויספלאטשקען דא אז מ'זאל נישט קענען האבן אביסל דראמא ביים הערן דירעקט?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג מארטש 20, 2016 7:53 pm

שוין לאנג נישט געווען א קאווע שטיבל סטייל, meaning א נאכגעמאכטע שמועס פון מענטשן.
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג מארטש 20, 2016 8:06 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
פארבינדן האט געשריבן:ק/פ פון אידישער ווינקל טעלעגראם
הערט, האט הנאה, און האט א פרייליכע ערב פורים

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס ספוילט מען די גאנצע מעשה, פארוואס אויספלאטשקען דא אז מ'זאל נישט קענען האבן אביסל דראמא ביים הערן דירעקט?

אפילו ווען עס וואלט געוועהן אראפ געשריבען ווארט ביי ווארט, וועסטו נאך אלץ הנאה האבען צי הערן!
מתוק מדבש
איזי

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 20, 2016 9:34 pm

ווייסט איינער ווער ס'איז ווער אויפן בדחנים ליסט?
ערשטע איז דים
דריטע יונתן שווארץ.
פערדע מיללער,
ווער נאך?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מארטש 20, 2016 9:37 pm

איך הער דארט פינקי וועבער, וועלוועל גאלדשטיין, נאך נישט גהערט די גאנצע
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 20, 2016 9:43 pm

איינער קען מיך געבן א ליסט.
איך הער נישט בדחנים, סאו, ווער ס'קען געבן א ליסט וואלט איך מיך געפרייט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מארטש 20, 2016 10:24 pm

איך האב שוין אסאך געהערט ק"ש ער קען בעסער נאכמאכען ווי יעצט, די תוכן איז זייער גוט אבער די קול איז נישט ער ווייל ער טויגט בעסער ווי דעם, חוץ די אינטערוויער איז זייער גוט נאך געמאכט, די שכן פון צוויי בדחנים [כמדומה לי פון די ערשטע צווי]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מארטש 20, 2016 11:18 pm

ווער האלט דער אינטערוויו ? (וועמענס קול)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מארטש 20, 2016 11:23 pm

פייוועל קליין דאכצוך איז דארט

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג מארטש 21, 2016 7:31 am

קנעפל נאמבער 8 א דיבעיט צווישן טראמפ און סענדערס
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » מאנטאג מארטש 21, 2016 8:54 am

איינע פון די בדחנים איז ר' פייוול קליין?
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מארטש 21, 2016 9:46 am

ויתן לך האט געשריבן:קנעפל נאמבער 8 א דיבעיט צווישן טראמפ און סענדערס

איך האב עס נאכנישט אויסגעהערט.

איך האב זיך סתם דערמאנט אז 8 יאר צוריק איז געווען א ראלי פון אבאמא. "טשעינדש" "יעס ווי קען" "האופ"

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מארטש 21, 2016 9:50 am

בן נון האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:קנעפל נאמבער 8 א דיבעיט צווישן טראמפ און סענדערס

איך האב עס נאכנישט אויסגעהערט.

איך האב זיך סתם דערמאנט אז 8 יאר צוריק איז געווען א ראלי פון אבאמא. "טשעינדש" "יעס ווי קען" "האופ"

בעריש בעריש בעריש...
ס'איז גוט גוט

דרימליינער
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך דרימליינער » מאנטאג מארטש 21, 2016 1:45 pm

איינער ווייסט פארוואס ס'ארבעט נישט נומבער אכט אויף די פורים אפטיילונג???
מיר פארדאמען עס מיטן שארפסטן (קרעדיט: פרעזידענט אבאמא. און די יו. ען.)

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג מארטש 21, 2016 5:20 pm

דרימליינער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ס'ארבעט נישט נומבער אכט אויף די פורים אפטיילונג???

איך האב די זעלבע פראבלעם!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 21, 2016 6:21 pm

דרימליינער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ס'ארבעט נישט נומבער אכט אויף די פורים אפטיילונג???

פארוואס אן ערד האבן זיי דעם נומער אכט אוועקגענומען? ? ? ?

אפשר לייגט קול מבשר צוריק דע קהילות וואלן? ס'איז דאך אזוי גוט געמאכט, ליצנותא דטראמפ. פארוואס האבן זיי אראפגענומען אזאך מיט אזויפיהל אמת'ע תוכן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מאנטאג מארטש 21, 2016 7:23 pm

ויתן לך האט געשריבן:קנעפל נאמבער 8 א דיבעיט צווישן טראמפ און סענדערס

אראפ גענימען און ערזעצט מיט א צווייטע זאך

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 21, 2016 7:32 pm

הערשקא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:קנעפל נאמבער 8 א דיבעיט צווישן טראמפ און סענדערס

אראפ גענימען און ערזעצט מיט א צווייטע זאך

דאס פרעג איך, ס'איז דאך געווען אזוי קנאקעדיג דאס ליצנות פון דעם טראמפ. ס'איז געווען אזוי ארטפול געמאכט. סתם אראפצונעמען א הערליך שטיקעל?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג מארטש 21, 2016 9:45 pm

פראבעבלי ווייל נישט יעדער האלט מיט פאליטיק ווי קינדער און פרויען
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג מארטש 21, 2016 10:43 pm

גלגלשלג האט געשריבן:איינע פון די בדחנים איז ר' פייוול קליין?

יא.

ווער דארף צו זיין דער אינטערוויוער ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג מארטש 21, 2016 10:53 pm

נשמה האט געשריבן:ווייסט איינער ווער ס'איז ווער אויפן בדחנים ליסט?
ערשטע איז דים
דריטע יונתן שווארץ.
פערדע מיללער,
ווער נאך?

צווייטע איז וועלוועל
3טע איז פייוול
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג מארטש 21, 2016 11:13 pm

פינקי מאכט ער דאך נאך דארט, אנבעליעוועבל גוד..

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 22, 2016 12:02 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:פראבעבלי ווייל נישט יעדער האלט מיט פאליטיק ווי קינדער און פרויען

זאל כאטשיג פארבלייבן עפעס א זכר דערפון, כאטשיג דער עולם דא זאל הנאה האבן דערפון
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט