דאנק פאר צייטונג שרייבער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

דאנק פאר צייטונג שרייבער

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 5:58 pm

איינס פון די שטאטוטען אין די "תקנות הפארום - עצה טובה" רעקאמענדירט דאס פאלגענדע:
קרעטשמער האט געשריבן:* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע.

זייער ריכטיג און אמת. עס איז גאזאלין פאר א שרייבער ווען מען באדאנקט זיך פאר אים. אפילו אויב מען האט נישט קיין קאמענטארן צוצולייגן, איז זייער וויכטיג צו באדאנקן שרייבער'ס (און אזוי אויך רעדנער וכו').

אזוי ווי אייוועלט איז ב"ה היינט צוטאגס אויסגעשטיגן איינס פון די גרעסטע חסד קאמפאניס אין דער וועלט - לדעתי - וואו אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן אויף א זעלטענעם פארנעם (מי כעמך ישראל!) עפן איך דעריבער אויף אן אשכול וואו מען זאל קענען באדאנקן פאר שרייבער וועלכע שרייבן דוקא נישט אויף אייוועלט (פאר זיי דארף מען זיך באדאנקן אדער פריוואט, אדער אין דעם אשכול וואו זיי האבן געשריבן) נאר אין די היימישע צייטונגען וואס קומען ארויס וועכנטליך אדער מאנאטליך.

די צייטונג שרייבער מאכן טאקע געלט, אבער דאך מעג מען זיי געבן א דאנק. און דאכציך אז די אלע בריוון וואס זיי באקומען - דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך אראפזעצן שרייבן א בריוו, דארף ער האבן עפעס א קאמענטאר פארוואס ער שרייבט דעם בריוו.

מילא וועט מען דא קענען שרייבן דאנקען פאר די שרייבער פאר די שיינע ארטיקלען וואס זיי שרייבן.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 6:00 pm

און איך וועל טאקע זיין דער פותח ראשון זיך צו באדאנקען פאר הרב יודל דאנציגער שליט"א וואס איך קען אים נישט פרעזענליך, אבער ער טוט א מורא'דיגע ארבעט אין "דער בלאט" מיט די נייעסן וואס עס טוט זיך "אין הימל".

קודם כל ברענגט עס נענטער די הימל צו אונזער רעאליטעט. יא, אויפן הימל טוט זיך אויך זאכן, דער מחדש בטובו בכל יום מאכט דארט אויך נייעס טעגליך.

אויסער דעם ברענגט עס אריין די אמונה, שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה! המוציא במספר צבאם לכולם בשם יקרא.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 6:02 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:און איך וועל טאקע זיין דער פותח ראשון זיך צו באדאנקען פאר הרב יודל דאנציגער שליט"א וואס איך קען אים נישט פרעזענליך, אבער ער טוט א מורא'דיגע ארבעט אין "דער בלאט" מיט די נייעסן וואס עס טוט זיך "אין הימל".

קודם כל ברענגט עס נענטער די הימל צו אונזער רעאליטעט. יא, אויפן הימל טוט זיך אויך זאכן, דער מחדש בטובו בכל יום מאכט דארט אויך נייעס טעגליך.

אויסער דעם ברענגט עס אריין די אמונה, שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה! המוציא במספר צבאם לכולם בשם יקרא.


א גוטע געדאנק פון אן אשכול.

אויך זייער הנאה געהאט פון הרב דאנציגער'ס ארטיקלען.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:04 am

טאקע שיין און נויטיג צו באדאנקן די פילו היימישע שרייב ער, דעריבער איז וויכטיג צו האלטן דעם אשכול ביי די האנט. גלייך אויפן אויבן אן.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט