קול מבשר היסטאריע אפטיילונג - הרב שמואל פוקס 5-2-1

די אחראים: אחראי, געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג יוני 26, 2018 12:41 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:האט נאך איינער הנאה געהאט פון די יוסף קמצן קדוש אנאליז לעצטע וואך? ער גייט גג על גג מיט דעם חב''ד שליח און קרליבאך, איך האב זייער הנאה געהאט פון זיין בנין....


שטארק הנאה געהאט, אזוי איידעלערהייט צו ווארפט ער די מעשה שטאפל ביי שטאפל. עס האט מיר דערמאנט ווי ער האט אמאל געמאכט דעים זעלבן רייד מיט דעם הר גריזים פון דעים ליאזשנער
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דינסטאג יוני 26, 2018 5:17 pm

אפשר קען ער אויס קלארן אויב עזעזל איז א בארג אדער יעדע פלאץ וואס איז שפיטציק הייסט עזעזעל

אויך ער זאגט אז די נעמען פון די כד סיפרי קודש איז נישט מתוקן מיט א סיבה

בסנהדרין (צג ע"ב) "מכדי, כל מילי דעזרא נחמיה בן חכליה אמרינהו, ונחמיה בן חכליה מאי טעמא לא איקרי סיפרא על שמיה? אמר רבי ירמיה בר אבא: מפני שהחזיק טובה לעצמו, שנאמר זכרה – לי אלהי לטובה... רב יוסף אמר: מפני שסיפר בגנותן של ראשונים, שנאמר והפחות הראשונים אשר לפני הכבידו על העם ויקחו מהם בלחם ויין אחר כסף שקלים ארבעים וגו'. ואף על דניאל שגדול ממנו סיפר...".

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » פרייטאג יולי 06, 2018 11:48 am

א נייע שמועס צי באלעקן די פינגערס

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג יולי 08, 2018 11:07 am

די וואך מיט א המשך הערות איבער דעם קמצן קדוש,
לענ"ד אפשר ליישב נאכמער, אז ס'געווען צוויי מעשיות, איינס ביים בעלזער רב און איינס ביים תויו"ט, איינער האט געהייסן ישראל גוי קדוש און איינער יוסף קמצן קדוש, די אייניקל פון איינעם האט דער חב"ד שליח געטראפן, און דער בנש"ק פונעם אנדערן האט ר' שלמה געטראפן..
והכל על מקומו יבוא בשלום
#ס'דא_גענוג_קיינער_זאל_נישט_כאפן

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 08, 2018 1:42 pm

צד תמות האט געשריבן:די וואך מיט א המשך הערות איבער דעם קמצן קדוש,
לענ"ד אפשר ליישב נאכמער, אז ס'געווען צוויי מעשיות, איינס ביים בעלזער רב און איינס ביים תויו"ט, איינער האט געהייסן ישראל גוי קדוש און איינער יוסף קמצן קדוש, די אייניקל פון איינעם האט דער חב"ד שליח געטראפן, און דער בנש"ק פונעם אנדערן האט ר' שלמה געטראפן..
והכל על מקומו יבוא בשלום
#ס'דא_גענוג_קיינער_זאל_נישט_כאפן

:lol: :lol: :lol:

סארא לצים דא....
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יולי 08, 2018 4:13 pm

איז דא צו טרעפן אלעס צו ליינען אויך?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג יוני 17, 2019 9:46 pm

א נייע שיעור אויף קעסטל 139 ווי ר' שמואל איז ממשיך מיט די נושא פון גראף פאטאצקי וואס מען האט שוין געברענגט דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9&start=75

ווען איינער וואלט געהאט צייט וואלט געקענט צומאלן זיינע אזוי גערופענע "פירכות" אויף די באווייזן ווי אויף יעדע באווייז זאגט ער נישט צו סאך מער ווי די ווערטער "נישט מוכרח", הערט'ס עס אליין אויס וירא הקהל וישפוט. (א בריסקער זאל ביטע נישט הערן דעם שיעור ווייל ער וועט צוברעכן די טעלעפאן אויפ'ן פלאץ!!!)

נאר דא איז דא נאך א נקודה ווי ר' שמואל וויל בשום אופן נישט מודה זיין אז עס איז געווען א טעות פון זיין זייט צו לייקענען אז די מעשה איז געווען מיט פאטאצקי אנדערש ווי די יעב"ץ שרייבט בפירוש, און אנדערש ווי אנגענומען אין די שטאט ווילנא און אין די גאנצע וועלט. די אמת איז אז אנשטאט ווייטער צו קריכן און פלאטשקענען און פארדרייען די נושא כאילו די טענות אויף אים איז געווען די עצם זאך אז ער רעדט אין די נושא, זאל ער פשוט און גראד זאגן די אמת אז ער האט זיך פשוט נישט גיט אויסגעדריקט, און דעמאלס וואלט ער שיינערהייט ארויסגעקראכן דערפון (יתכן אז עס איז בעיקר געווען א חסרון פון זיך אויסדריקן נישט עפעס עקסטער'ס).

בכלל וויל איך בעטן ר' שמואל (פארוואס בעט איך עס אויף אייוועלט און נישט אויף אישי, וויבאלד זיינע ווערטער איז א נחלת הרבים וגם נחלתי ונחלת הציבור וואס הערן אים אויס) אז ער זאל נישט גיין מיט די מהלך פון ארויסצונעמען די ווערטער פון די קאנטעקס, למשל ביי די נושא פון די בית המקדש ווי ער האט גערעדט זייער קאנטריווערסיעל אז עס איז שוין געווען א בית המקדש השלישי, און מען האט געהאט אויף אים טענות ומענות, האט ער געצויגן זיינע ווערטער כאילו זיין עיקר נקודה איז געווען "הקרבת קרבנות" און אויף דעם האט ער אין די קומענדיגע שמועסן כסדר געשפילט תמ'וואטע אז "די" זאך פון הקרבת הקרבנות שטייט דאך שוין איבעראל..... און אנגעלייגט טענות אויפ'ן עולם אז דער עולם איז פשוט דום און מען קען נישט מסכים זיין צו הערן עפעס אנדערש וואס מען איז געוואוינט וכו' וכו'. ווען דער אמת איז אז נישט אויף דעם איז געווען די עיקר טענה אויף אים. אנשטאט ארויסצוזאגן די ווערטער קליפ און קלאר אז אין די נושא פון בית המקדש השלישי האט ער געהאט א טעות זוכט ער צו ציען די ווערטער אויף א אנדערע נושא.

אגב ביי די נושא פון חנוכה איז נישט געווען אנדערש ווי אין די ערשטע שיעור האט ער געזאגט איין זאך, און נאכדעם האט ער פארדרייט די ווערטער "כאילו" אז ער האט געזאגט "גאר" עפעס אנדערש, און אויף דעם האט ער געהאלטן אין איין שרייען אויפ'ן עולם וואס האט אים באשייגעצט אויפ'ן "ערשטן" שיעור, ווי כאילו מען באציעט זיך אויף די שפעטערדיגע ווערסיעס פון זיינע ווערטער, און ער האט געהאלטן אין איין באשולדיגן דעם עולם אלס "דום" און אז מען "קען נישט זיך צוגעוואינען צו נייע געדאנקען" וכדומה.

די זעלבע זאך איז געווען ביי די נושא פון גיסן בליי, ווען ער איז געקומען מיט אן אטאקע אז דאס טאר מען נישט טוהן צוליב דרכי האמורי, (א זאך וואס איז בעצם נישט אמת, עס ווערט שוין דערמאנט אין צמח צדק הקדמון), און ווען מען האט אים אויפגעוויזן אז כ"ק הגה"צ מפשעווארסק שליט"א שיקט זיך אנשפרעכן מיט בליי, איז ער צוריקגעקומען שרייען אז היתכן מען זאגט אזוי, ער האט געטראפן א זוהן פון רבי לייביש און ער האט אים קלאר געזאגט אז זיין טאטע איז נישט מקפיד דוקא אויף גיסן בליי.... טייערער ר' שמואל איר מאכט זיך אדער איר ווילט זיך מאכן? די נושא איז דען געווען אויב "דוקא" גיסן בליי אדער נישט? די נושא איז דאך געווען אויב בליי איז דרכי האמורי, און דא האסטו א קלארע מקור אז פשעווארסקע רבי האלט נישט אז עס איז דא ביי דעם א פראבלעם... סאו זיי מודה על האמת און פארטיג....

יעצט ביי די נושא פון פאטאקי איז נישט אנדערש...

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » דינסטאג יוני 18, 2019 1:59 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:זיינע שיעורים לעצטנס (אייביג געווען אבער לעצטנס ביותר) ווערן אראפגעלייגט זייער שיין און קלאר. יישר כחכם.

אין איינס פון די לעצטע תגובות האט ר' שמואל גערעדט פון א קאנטריווערסיאלע נושא, דהיינו אז עס איז געווען א דריטע בית המקדש!!! איינער האט שוין אמאל געהערט דערפון? איך נישט.
ער פרעגט דארט א קשיא אז וויאזוי קען זיין אז ר' ישמעאל בן אלישע זאגט - אין ברכות - פעם אחת נכנסתי להקטיר קטורת לפני ולפנים וכו', אמער, מען טרעפט דאך אין מדרש אז ר' ישמעאל בן אלישע איז געווען פון די געפאנגענע פון רום און ער האט געענטפערט הלא ה' זו חטאנו לו וגו', כדאיתא במדרש. זעען מיר דאך פון דעים אז ער האט שוין געלעבט נאך די צייטן פון די בית המקדש. (בפשטות איז די תירוץ אז עס איז געווען צוויי צדיקים מיט די זעלבע נאמען, וצ"ע, ועי' במאמר טובים השנים מן האחד בקובצי בית ועד לחכמים שע"י מבצר הכוללים דק"י).

איך האב אים נישט אויסגעהערט קיינמאל. זענט איר זיכער אז דאס איז וואס ער זאגט?

מען דארף נישט קריכן צום מדרש, כן איתא בגיטין (נח.), וראה בתוספות יבמות (קד.) דהיו תרי ר' ישמעאל בן אלישע.

כ'האב פונקט לעצטענס געלערנט די גמרא אין ברכות, דער יעב"ץ אין די הגהות זאגט דארט אז דאס איז נישט די זעלבע ר' ישמעאל בן אלישא וואס ר' יהושע האט אויסגעלייזט, ער זאגט עס אויך אין יבמות אויף דעם תוספות.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט