"באלייכטונגען" / "קינדער ליכט"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

בנות ירושלים - אידישע ליכט - ר' משה עהרנטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

היינט צופרי איז מען ארומגעגאנגען אין ביהמ"ד נאך געלט פאר בנות ירושלים, א איד וואס קלעימט אז ער איז ר' משה עהרנטאל'ס זון פון ארץ ישראל האט גערעדט אפאר ווערטער.

פלוצלינג האט זיך אין מיר צופלאקערט זכרונות און געגועים וואס איך האב שוין לאנג נישט געהאט. אלץ אינגל האב איך געקענט יעדע מעשה פון די "בענדער" אה... די בענדער.... די אידישע ליכט בענדער, די בעסטע מתנה וואס א טאטע קען נאר קויפן פאר זיין זון (אזוי האבן זיי אדווערטייזט, איז עס דען נישט אמת?).

אבער אפגערעדט פון די מעשה'לעך, פון די הלכות, פון די חכמה'לעך, פון די הומאר און געשמאק מלא תוכן... די שטערקסטע וואס ליגט מיר נאך אין די ביינער איז די "בנות ירושלים"...

גלייבט מיר איך האב נאך אלץ נישט קיין אהנונג פונקטליך פון וואס מען רעדט דא, אבער לויט ווי מיין אינגע שכל האט זיך אויסגע'משל'ט און עס איז קיינמאל נישט ארויס פון מיין מח זינט דאן, רעדט מען דא פון אזאלכע שיר השירים'דיגע ארץ ישראל'דיגע מיידעלאך, חכו ממתקים וכולו מחמדים בנות ירושלים, מיט צעפאלעך, זיי רעדן נאר אידיש, און נישט סתם אידיש נאר מיטן ירושלים'דיגער שמאלץ, זיי שטייען מיט אזא פארכט און ציטער בשעת די מאמע צינד לעכט מיט די ווייסע פארטוך און לייגט אריין אין די פושקע א שקל פאר בנות ירושלים, די ברודערלאך גייען אין שול, און די מיידעלאך גייען צו בנות ירושלים פרייטאג צונאכטס סעמינאר, זיי גייען איידל און שעמעדיג אבער מיט א אינערליכע שטאלץ אויף די ירושלימ'דיגער טונקעלע געסלאך, צופרידן פון אלעם, זיי רעדן פון די לערערין און פון באשעפער, עס גיסט זיך דארט אידישקייט מיט אזא נעימות און חן, עס טוט זיך דארט עפעס א קולטור, א צוזאמענשטעל פון א סארט "עכטע" איד, אז עס לאזט זיך נישט באשרייבן...

על כל פנים אזוי האט ר' משה עהרנטאל ע"ה מצליח געווען מיר צו באאיינדרוקן, אזש איך האב פיל מאל געחלומט אז אט אט ציה איך מיר אריבער קיין ירושלים אז מיינע שוועסטער זאלן לערנען אין בנות ירושלים, דאס אז אינגלעך לערנען נישט דארט האב איך נישט געוואוסט וויאזוי צו פארענטפערן, ביז די כולל שומרי החומות קאלענדער איז אנגעקומען און געשפינט מיין פאנטאזיע, אז די ברודערס פון בנות ירושלים גייען קיין תלמוד תורה שומרי החומות.

איך געדענק נישט גענוי וואס עס איז געשטאנען אויף די אדווערטייזמענטס פון בנות ירושלים אין די אלטע אידישע ליכט בענדער, אבער מצליח געווען זיך אריינצוזעצען אין מיין מח לעד ולנצח נצחים האבן זיי ביג טיים!

איז ווען דער הרב עהרנטאל שליט"א איז היינט אין בית המדרש ארומגעגאנגען נאך געלט, כאטש די פאנטאזיע האט בשום אופן נישט מצליח געווען צו מאכן א פאראלעל פון דעם איד צו די בנות ירושלים מיידעלאך, האב איך אים געגעבן א שיינע נתינה, און זיך נישט געקענט איינהאלטן און אים געזאגט: די מתיקות אין אידישקייט וואס אייער טאטע האט אריינגעלייגט אין מיר איז עפעס געוואלדיג!

ווער זענט איר? פרעגט ער מיך, איך האב אים געענטפערט מיין נאמען, און אים פארשפראכן אז ער קען מיך סייווי נישט, און ער האט זיך באדאנקט פאר מיין יישר כח.
אטעטשמענטס
מיידל אין בנות ירושלים, אינגל שומרי החומות.jpg
מיידל אין בנות ירושלים, אינגל שומרי החומות.jpg (25.56 KiB) געזען 6750 מאל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

גרויזי

דו דערמאנסט מיך נישט קיין אלטע געגועים
ווייל דו קענסט עס נאך האבן יעדע וואך
היינט הייסט עס בעלייכטונגען
איך מיין אז עס איז אפילו דא אין די געשעפטן
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:גרויזי

דו דערמאנסט מיך נישט קיין אלטע געגועים
ווייל דו קענסט עס נאך האבן יעדע וואך
היינט הייסט עס בעלייכטונגען
איך מיין אז עס איז אפילו דא אין די געשעפטן


קיין דמיון!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איי איי... זיסע זכרונות....
כ'געדענק ווי מיר פלעגן זיך קריגן אויף די בענדער,
גרויזי גערעכט די בעלייכטונגען איז זייער שיין אבער ס'קומט נישט צו צו די אלטע בענדער פון דאס אידישע ליכט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

ביז ווען מיינט די אלטע בענדער?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גרויזאמער, גם אני בחלומי בילדותי האב איך געקאנט אויסענווייניג פון תש"י ביז תש"מ, הייינט איז פארהאן א גאנצע אידישע ליכט אויף היברו בוקס דאט קאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גרויזאמער האט געשריבן:
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:גרויזי

דו דערמאנסט מיך נישט קיין אלטע געגועים
ווייל דו קענסט עס נאך האבן יעדע וואך
היינט הייסט עס בעלייכטונגען
איך מיין אז עס איז אפילו דא אין די געשעפטן


קיין דמיון!

אקוראט! אלס קינד פלעגט מען פאר'כישופ'ט ווערן פון די ארטיקלן [מיר פלעגן דאס נישט באקומען אינדערהיים, אבער יעדע באזוך ביים באבן איז אויסגענוצט געווארן מיט ליינען די ירושלימ'ער אידישע ליכט, סיי די פרישע און סיי די געבינדענע].
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

די בעסטע ארטיקלען און די ביילייכטונגען וואס שפיגעלט אביסעל אפ די אלטע אידישע ליכט, אוז איינמאל א יאהר ווען זיי באשרייבען ר' משה
א זעלטענער אידישע הארץ לשם שמים פלאי פלאות
ביי ביי.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אלזא נאכאמאל
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:ביז ווען מיינט די אלטע בענדער?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווי א ווידער-קול:
קיין דמיון!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

זעלטן וואס א בעל דרשן ביי אשרי-ובא לציון מאכט אויף מיר אזא פאזעטיווע איינדרוק ס'איז געווען 'קורצע' דברים היוצאים מן הלב. ספעציעל די פאקט אז מ'צאלט חודש'ליך האט אויך זייער גוט אויסגענומען.. עכ"פ דער הרב ערענטאל האט באקומען א 5'ער באנקנאט (א שיינע סכום יענע צייט...)
מעלות-חברינו
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2011 12:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעלות-חברינו »

זיין זון דער בעל דרשן איז ר' חיים עהרנטאל שליט"א, אמאל געוואוינט אין קרית יואל, געווען א מלמד.

שוין היבשע יארן צוריקגעמופט קיין ירושלים.

א ברודער מיט ר' ישעי' שליט"א פון וויליאמסבורג, מתפלל דושינסקיא, הימאל"א.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:אלזא נאכאמאל
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:ביז ווען מיינט די אלטע בענדער?

און צום דריטן מאל!!!????
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

איך וואלט געזאגט ביז זיי האבן געטוישט צו קאלירטע העפטן...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שטארק זיך האט געשריבן:ווי א ווידער-קול:
קיין דמיון!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווינקל האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:ווי א ווידער-קול:
קיין דמיון!

אודאי, ביי מיסטעיק נישט, געוועזן זיס, שיין, עהרליך, מלא תוה ויראת שמים מיט אן אמת'ער תמימות, דאס מוז זיין אריגענעל און דאס פעלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

היימישער איד האט געשריבן:איך וואלט געזאגט ביז זיי האבן געטוישט צו קאלירטע העפטן...

זיי האבן געטוישט א שטיק צייט נאך וואס ר' משה איז אוועק, און כפי השמועה איזעס פארקויפט געווארן פאר א צווייטן, די אפיס איז היינט אין בארא פארק, און מער נישט צוזאמען מיט די בנות ירושלים אפיס,

איך וואלט געזאגט ביז ר' משה איז אוועק
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

נישט פארגעסן די מייסד פון די אידישע ליכט הגה"ק רבן ומאורן של ישראל רבי שרגא פייבל מענדלאווישט זי"ע היום יומא דהילוליה

זעה מער איבער אים אין עולם הכשרות
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב אינסוזאיסט, איר רעדט פון גאר אן אנדערער אידישע ליכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

"באלייכטונגען" / "קינדער ליכט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

די ביילאכטונגען ירושלימ'ער אידישע ליכט
האט לכבוד די נייע יאר פארברייטערט איר אויסגאבע און פריש איבער געמאכט די גראפיקס און אויסשטעל
און פארשטייט זיך געהויבן די פרייז אויך
און צוגאב צו דעם האבן זיי צוגעלייגט א באזונדערע ביילאגע פאר קינדער מיט עטליכע קאמיקס קאלום'ס און פארזעצונגען און נאך פילע אינטערסאנטע אפטיילונגען
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

א גרויסע בעלאן, סתם פארגרעסערט די פאנטס, און די בילדער, נישט צוגעלייגט קייןגרויסע זאכן, די פרייז איז נישט בארעכטיגט
שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיראכץ »

רט טעגלאש, איך בין זייער דעסעפוינטעד געווארן ווען איך האב באקומען די וואכעדיגע 'בעלייכטונגען'. איך ווארט אז זיי זאלן ענדיגן די פארזעצונג דערנאך גיי איך אי"ה קענסלען מיין סובסקריפשען וואס האלט שוין אן 11 יאר.

די קינדליין איז מיט איין דאללער מער און סאך סאך בעסער!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שמיראכץ האט געשריבן:רט טעגלאש, איך בין זייער דעסעפוינטעד געווארן ווען איך האב באקומען די וואכעדיגע 'בעלייכטונגען'. איך ווארט אז זיי זאלן ענדיגן די פארזעצונג דערנאך גיי איך אי"ה קענסלען מיין סובסקריפשען וואס האלט שוין אן 11 יאר.

די קינדליין איז מיט איין דאללער מער און סאך סאך בעסער!

זייער חכמה איז אז קיינמאל ענדיגן זיך נישט אלע פארזעצונגען אויף איינמאל...
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

מען דארף קיין חכמה ניט פאר דעם
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

וויפיל האט עס געקאסט בעפאר און וויפיל יעצט?

דרך אגב, געזען די פרישע "דאס אידישע ליכט" ביי מיינע עלטערען זז"ג און יא געזען עטליכע שיניום לטובה, די פאפיר איז פון א בעסערע פארמאט, עטליכע קאמיקס צוגעלייגט (א קאמיקס קאסט אוצרות).

אינטערעסאנט אז זיי האבן געטוישט די נאמען צו "דאס אידישע ליכט" דוכט זיך עס איז שוין פארהאן אזא אויסגאבע, א דור ישנ'דיגע.
פאר קריטיק דריקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”