בלאט 1 פון 3

מי מנוחות - אייוועלט אויסגאבע #9 - שבת נחמו תשע"ה

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 12:40 pm
דורך אייוועלט אויסגאבע
מיר זענען דא צוריק.

נאך א צייט אפשניט פון באלד א דריי פערטעל יאר זינט מיר זענען ארויסגעקומען מיט די פאריגע מי מנוחות אויסגאבע, זענען מיר דא צוריק מיט א פרישע אויסגאבע לכבוד זוממער-שבת נחמו, א אויסגאבע וואס שטעלט פאר וואס אייוועלט איז, אנגעפילט מיט די מייסטערווערק פון אונזערע שרייבער, הערליכע תוכנ'פולע ארטיקלען פון וואס איר וועט בעז"ה שטארק הנאה האבן.

אין די צייט געבן מיר אפ א דאנק פאר די וואס זענען געשטאנען אונטער דעם גאנצן פראיעקט פון אנהויב ביזן סוף און געטוהן כמעט די גאנצע ארבעט הלוא הם 'ענדע צדיק' און ׳לאדיך ארויס׳, וואס חוץ וואס זיי באשיינען אונזער וועלטעל מיט זייער ווערק דורכאויס די יאר האבן זיי היצט אוועקגעגעבן טעג און נעכט צו ברענגן פאר אייך מי מנוחות נומער #9.

א עקסטערע דאנק פאר אלע שרייבער וואס זייערע ווערק טוט ערשיינען אינעם איצטיגן אויסגאבע. און א ספעציעלע יישר כח פארן ניק ידיד פארן אוועקגעבן אזויפיל צייט דערפאר.



Mei Menuches.pdf
(7.75 MiB) דאונלאודעד 2369 מאל


Mei Menuches Low.pdf
(3.32 MiB) דאונלאודעד 1113 מאל


---
פארשפרייט דעם מעסעדזש!
ניינטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/jHcpr1


צו דאונלאודן אויסגאבע #1 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #2 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #3 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #4 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #5 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #6 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #7 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #8 - קליקט דא.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 1:26 pm
דורך מאנ-יימער
הערליך הערליך שיין, קוקט אויס פיינע ארטיקלען, יישר כח ענדע צדיק און לאדיך ארויס, און יישר כח פאר אלע שרייבער, א וואונדערבארע ארבעט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 1:34 pm
דורך היטל
הערליכע ארבעט געמאכט. שיינע גרעפיקס, געשמאק צו ליינען.
ישר כח אלע וואס האבן אריינגעלייגט ארבעט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 1:46 pm
דורך שייקע
ס'זעהט אויס גוט, האמיר שוין ארויסגעפרינט.

שכוח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 1:49 pm
דורך ניגון עתיק
WOW, אזוי אומגערישט, אזא סורפרייז?
ב"ה לא אלמן ישראל, נאך דא פיינע אידן וואס האבן אונז אינזינען.

יישר כח, העמער ארויספרינטן און דורכליינען, און האפענטליך הנאה האבן אזויווי די פריערדיגע 8.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 1:51 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
סורפרייז!!!!!!!!!!!
שכוח יעדער וואס האט געארבעט דערפאר

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:01 pm
דורך דארפסמאן
wow אזא סורפרייז

ישר כח

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:01 pm
דורך צייטליך
א הערליכע ארבייט! די עסקנים וואס ארבייטן זיך איבער גאנצעטע נעכט אז מיר זאלן האבן וואס צו ליינען דיזערוון אסאך קרעדיט!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:06 pm
דורך הלשון
צייטליך האט געשריבן:א הערליכע ארבייט! די עסקנים וואס ארבייטן זיך איבער גאנצעטע נעכט אז מיר זאלן האבן וואס צו ליינען דיזערוון אסאך קרעדיט!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:08 pm
דורך א גראם מיט טעם
דוריך געבליקט ,ס'איז פיינע נייעס,
ס'פרינט זיך יעצט ארויס.
טענקס לאדיך ארויס און ענדע צדיק! און אלע אנדער וואס האבען געהאט א חלק אין דעם פראיעקט

החותם, עי פראוד מעמבער אוו די טיעם.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:22 pm
דורך מצב כללי
עס זעהט אויס צו זיין זאפטיגע ארטיקלן מיט הערליכע גרעפיקס.

יישר כח פאר אלע וואס האבן אוועקגעגעבן צייט און כח.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:27 pm
דורך לכאורה
שאק! לויט וויפיל ארבעט עס איז געליגן אויף די גאר געציילטע מסדרים פון די מי מנוחות, האט שוין אויסגעקוקט ווי דאס וועט הערשט ערשיינען נעקסטע וואך אדער ווען. איך בין זיכער אז ענדע צדיק מיט לאדיך ארויס האבן אוועקגעגעבן ס'רוב פון זייער נאכט שלאף די לעצטע פאר טעג פאר די הצלחה פון דעם פראיעקט, לאמיר זיי מכיר טובה זיין דערפאר.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:27 pm
דורך שמעלקא טויב
וועט שוין זיין א גוטס אויף שבת נחמו, טענק יו אלל!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:35 pm
דורך להגדיל שמו
איך האב עס אביסל אדורך געבליקט, און איך בין באגייסטערט.
זייער א שיינע ארבעט, א דאנק פאר די שרייבערס, מגיהים, דיזיינער, גרעפיקער. מען זעט אז עס ליגט אסאך ארבעט דערין.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:52 pm
דורך מיסטעריעז
wow!! דאס קוקט אויס פיין און געשמאק!

איך האב מיר געוואונדערט וואס מיט יואב'ס ארטיקל איז געשעהן...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 2:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער שיין!! א גרויסן ישר כח פאר די שרייבער, און פאר די צוזאם שטעלער!!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 3:17 pm
דורך יואב בן צרויה
מלא תוכן! א ווארימען דאנק פאר אלע וואס האבן אזאנס אהערגעשטעלט! עס איז מיין ווינטש איר זאלט מיך [און אלע אנדערע ליינער] קענען מהנה פאר נאך לאנגע געזונטע יארן!

גלייכצייטיג, א דאנק פארן אריינשטעלן מיינע שורות. איי עם [ה]אנערד!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 3:18 pm
דורך יואל שווארטץ
א פראכטפולע פראדוקט פון אן אומשאצבארע ארבעט!

שכח.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 3:28 pm
דורך צייטליך
אונעם נייעם מי מנוחות האט מען צוגעלייגט אן "ארכיוון" זיגל ביי די ארטיקלן וועלעכע קומען שוין דא פון די ארכיוון.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 3:30 pm
דורך farshlufen
יואל שווארטץ האט געשריבן:א פראכטפולע פראדוקט פון אן אומשאצבארע ארבעט!

שכח.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 3:42 pm
דורך נא_שכל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער שיין!! א גרויסן ישר כח פאר די שרייבער, און פאר די צוזאם שטעלער!!


אויך האמיר עקסטער הנאה פאר'ן אריינשטעלן אפאר ארטיקלן וואס אויך די חשובע רעבעצין תליט"א העט קאנען אביסל שמייכלן (די מדריך ארטיקל מייניך בעיקר), סוכ"ס זעט זיך דאך יעדע שטיק צייט אן אויסשפרייטונג פון מיינע לעפעצן און סקומט ארויס הילכיגע אויסברוכן פון שמייכלעריי, פארשטייט זי נישט פארוואס, אבער איצטערט ...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 3:56 pm
דורך פארדינט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער שיין!! א גרויסן ישר כח פאר די שרייבער, און פאר די צוזאם שטעלער!!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:24 pm
דורך תרנגול
wow קוקט אויס ווי א וואונדערבארע ארבעט, ייש"כ אלע עוסקים במלאכת הקודש!
א ספעציעלן דאנק קומט זיך פאר'ן ניק הידוע, דער אנפירער פונעם גאנצן פראיעקט, הרב 'לאדיך ארויס', דער מענטש האט זיך אוועקגעגעבן בלב ובנפש, אוועקגערויבט שעות פון זיין שלאף, צו קענען דילעווערן די דאזיגע אויסגאבע כדי מיר אלע זאלן קענען הנאה האבן!!
ייש"כ לאדיך, אין די זכות פון מהנה זיין אזויפיל אידן זאלסטו געבענטשט ווערן מיט כל טוב וטב!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:35 pm
דורך פלטיאל
מיין ברכהלע זאל שוין מיטגיין.... סופער סופער דזשאב...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:59 pm
דורך לאו דוקא
ייש"כ פאר די הערליכע ארבעט
אבער ניין... כ'וועל דאס נישט ארויספרינטן,
מיינע קינדער דארפן נישט און טארן נישט זען ווי שיין מ'קען דא פארברענגען כשר'רערהייט... אויפ'ן טריפה'נעם אינטערנעט...