"המספיק גאזעט" - חודש'ליכער פרייע געזונטהייט אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 9:02 pm

מגיה, מתוק! שרייב עפטער

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:58 pm

אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 3:50 pm

איך האב לעצטנס געזען אנאנסן אין דבר יום ביומו אז ר' יצחק אייזיק שניטצלער האט געגרינדעט א מכון אויף שרייבעריי און אלעס וואס אנבאלאנגט דערצו און ארום, בין איך נייגעריג אויב דאס איז אין צוגאב צו זיין ארבעט אלס רעדאקטאר פון די המספיק גאזעט, אדער האט ער שוין איבערגעלאזט דעם גאזעט אין אנדערע הענט.

אדער גאר לעב איך אין א דמיון.... און צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געטראפן ביים כותל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 3:58 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב לעצטנס געזען אנאנסן אין דבר יום ביומו אז ר' יצחק אייזיק שניטצלער האט געגרינדעט א מכון אויף שרייבעריי און אלעס וואס אנבאלאנגט דערצו און ארום, בין איך נייגעריג

1. אויב דאס איז אין צוגאב צו זיין ארבעט אלס רעדאקטאר פון די המספיק גאזעט

2. אדער האט ער שוין איבערגעלאזט דעם גאזעט אין אנדערע הענט.

3. אדער גאר לעב איך אין א דמיון.... און צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געטראפן ביים כותל.

דאס צווייטע איז ריכטיג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 4:09 pm

וויי וויי, כ'בין דאך שוין אזוי צוגעוואוינט צו זיין שריפט אינעם גאזעט... לאמיר האפן אז ער האט גוט אריינטרענירט זיין ממלא מקום

ובעיקר: יהי רצון ער זאל מצליח זיין בכל אשר יפנה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 4:16 pm

ווער האט איבערגענומען ר' אייזיק'ן?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 10:53 pm

לכבוד העורך החדש פינעם המספיק גאזעט.

די חודש האט איר אריינגעשטעלט בריווען פון פרויען פראבלעמען נאכען האבן א קינד, און עס איז געווען היבש גראב ארויס געשריבען, און עס האט מיר נישט געשמעקט אז מיינע עלטערע בחורים און מיידליך זאלען עס ליינען.

א טעות קען אייביג פאסירען, און ביטע נעמט דאס נישט אן פאר קיין קריטיק, בדרך כלל מאכט איר גאר א פיינע ארבייט וואס איז ווערט באגריסט צו ווערן.

ביטע נישט מאכען נאכאמאל די טעות,
בתקווה להבנה

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:03 pm

געשיקט באישי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2015 8:08 pm

מגיה האט געשריבן:ווער האט איבערגענומען ר' אייזיק'ן?

געהערט אז דער ממלא מקום פון ר' אייזיק איז זיין קרוב, ר' זושא מיללער אייניקל פונעם בארימטן יארמער רב און אור-אייניקל פון דער לעגענדארער מלמד ר' זושא שניטצלער ע"ה.

געליינט דעם היי-חודש'דיגען נומער, מה נאמר ומיינע ווייבער, דער קאליווער און ניווא איז שטארק געפאלן, א שאד א שאד פאר די טויש, לאמיר האפן אז ר' זושא וועט זיך צולערנען און צוריקשטעלן די אריגינעלע גלאנץ פונעם גאזעט.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג מארטש 17, 2015 9:06 pm

בס"ד

שקויעך מילער, אריין אין רעפערענץ ביכל (קרעדיט, מיללער פון אייוועלט)

מיללער האט געשריבן:מה נאמר ומיינע ווייבער...


ס'איז טאקע אייגנס?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2015 9:22 pm

ר' יונטל,

ס'איז נישט אייגנס און נישט ניי, ס'איז פון די אמאליגע סארט קרעטשמע ווערטליך.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » פרייטאג מארטש 20, 2015 10:10 am

יא, די נייע רעדאקציע מעג זיך נאך אביסל צולערנען. ער שרייבט גאנץ פליסיג, אבער די צאל טעותים זענען יעצט היפש געהעכערט. די אויסשטעל פון דעם הויפט קעפל איז אויך נישט אמבעסטן, אבי צעטיילט אין צוויי מיט דעם סעמי-קאלאן. און דאס צווייטע ווארט אינעם אונטערקעפל איז "אדמינסיטראציע".
אויף די לינקע זייט ביי "גייענדיג צום דרוק" שטייט "מארוואנא איז דירעקטער גורם פאר ערנסטע פסיכאלאגישע און זעליטשע פראבלעמען און דיסארדערס". איך ווייס נישט פאר וועמען פון די המספיק ליינער איז דאס נוגע, אדער אפשר ווייס איך נישט אלעס?... נאר אויב עפעס נעמען זיי נישט "מארוואנא", נאר "מאריכואנא". כאטש, ווי געזאגט, וועמען איז עס דען נוגע?...
צוגעלייגטע
82.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 20, 2015 10:59 am

מגיה האט געשריבן:יא, די נייע רעדאקציע מעג זיך נאך אביסל צולערנען. ער שרייבט גאנץ פליסיג, אבער די צאל טעותים זענען יעצט היפש געהעכערט. די אויסשטעל פון דעם הויפט קעפל איז אויך נישט אמבעסטן, אבי צעטיילט אין צוויי מיט דעם סעמי-קאלאן. און דאס צווייטע ווארט אינעם אונטערקעפל איז "אדמינסיטראציע".
אויף די לינקע זייט ביי "גייענדיג צום דרוק" שטייט "מארוואנא איז דירעקטער גורם פאר ערנסטע פסיכאלאגישע און זעליטשע פראבלעמען און דיסארדערס". איך ווייס נישט פאר וועמען פון די המספיק ליינער איז דאס נוגע, אדער אפשר ווייס איך נישט אלעס?... נאר אויב עפעס נעמען זיי נישט "מארוואנא", נאר "מאריכואנא". כאטש, ווי געזאגט, וועמען איז עס דען נוגע?...


שטייט דארט "זעליטשע" אדער "זעלישע"? געזען ערגעצוואו אינמיטן אויך געשריבטן "אכטציג" אנשטאט "אכציג", איז פארהאן א ווערסיע אזוי צו שרייבן?

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » פרייטאג מארטש 20, 2015 11:29 am

אן אינטערעסאנטער אויפדעקונג וואס איך האב געהערט מאחורי הפרגוד: פון ווען ר' אייזיק איז ארויס פון המספיק ביז ווען דער נייער איז אריין געקומען, איז געווען א לאך פון עטליכע וואכן. מען האט אים אריינגענומען וויבאלד ער איז אן אויסגעצייכנטער שרייבער, ער האט אבער נישט געהאט קיין שום פריערדיגע שייכות מיט "המספיק". קוים וואס ער פלעגט ליינען דעם גאזעט מפעם לפעם.

ער איז אריינגעקומען, און די אדמיניסטראציע האט אים געבעטן אז ער זאל פרובירן מען זאל נישט פארפאסן קיין גאזעט. דאס האט אים געגעבן אומגעפער דריי וואכן פער גאזעט. דאס מיינט, אז אין דער צייט וואס דער פריערדיגער רעדאקטאר, וועלכער איז געווען א צען יעריגער המספיק וועטעראן און באהאוונט אין מעדיצינישע פארשונג און אין אויסשטעלן א צייטונג (און געארבעט אין המספיק נאך פאר'ן אנהייבן דעם גאזעט), פלעגט האבן א פולן חודש פאר יעדן גאזעט, באקומט דער פרישער שרייבער קנאפע דריי וואכן. און פארגעסט נישט, אין דער זעלבער צייט דארף ער אויך זיך אויסלערנען וואס איז המספיק, אלע אינערליכע אנגעלעגנהייטן, וועלכע סארט געזונט נייעס איז געשמאק און אינטערעסאנט, וויאזוי אויסצושטעלן א צייטונג מרישא ועד גמירא, וואו צו באקומען און וויאזוי אויסצוקלויבן בילדער, אנקניפן שייכות מיט די אלטע איינגעשטעלטע און נאך אסאך. יעדע פון די זאכן, אן עבודה פאר זיך.

מיט דעם איז מיר פארענטפערט געווארן א קשיא. (אסאך זענען מיר יעצט מן הסתם חושד אז איך בין דער שרייבער, און מן הסתם וועלן עטליכע סייווי נישט גלייבן אז איך בין נישט, אבער פארט, אני אומר את שלי.) איך בין נישט דער שרייבער, איך בין אבער יא באקאנט מיט אים. ער האט שוין געמאכט ארבעט פאר מיר במשך די יארן, און איך בין יעדעס מאל באזונדער באגייסטערט געווארן פון זיין מומחיות און קוואליטעט. ער איז א פערפעקשאניסט און קינצלער אין זיין פאך.

ווען איך האב געהערט די אויפדעקונג וואס איך האב דא געשריבן, האב איך שוין אלעס פארשטאנען. ווען מען איז אונטער אזא דרוק זיך אויסצולערנען אזויפיל זאכן "אויף די דזשאב", איז אוממעגליך צו ווייזן דאס בעסטע וואס מען קען אין קיין איינס פון זיי. מען דארף האבן מער צייט און עקספיריענס.

איך בין נייגעריג וואס גייט זיך דארט אויסקאכן, אויב ער גייט בלייבן אדער נישט, אבער איך קלער אז איינמאל ער וועט האבן סיי די צייט און סיי די זאך אין דער הענט, קענען אלע חובבי שרייבעריי זיך רעכענען אויף גאר געשמאקע נייעס...
ימים ידברו.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » פרייטאג מארטש 20, 2015 11:46 am

בס"ד

איצט זעמיר שוין אינגאנצן צומישט. קודם האב איך געקלערט אז ידידינו הרב מיללער מסקרענטאן איז דער נייער שרייבער. דא זעהט שוין אויס ווי "דיעל" איז דער בר הכי. אדער איז אלעס נאר השערות, כאמור? אזוי צי אזוי, ביידן, הרב מיללער און הרב דיעל, האבן א געשמאקע שריפט, מחי' צו זיין די איי-וועלט חברה דא.

דיעל האט געשריבן: מיט דעם איז מיר פארענטפערט געווארן א קשיא. (אסאך זענען מיר יעצט מן הסתם חושד אז איך בין דער שרייבער, און מן הסתם וועלן עטליכע סייווי נישט גלייבן אז איך בין נישט, אבער פארט, אני אומר את שלי.)

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » פרייטאג מארטש 20, 2015 12:28 pm

מיללער האט געשריבן:שטייט דארט "זעליטשע" אדער "זעלישע"? געזען ערגעצוואו אינמיטן אויך געשריבטן "אכטציג" אנשטאט "אכציג", איז פארהאן א ווערסיע אזוי צו שרייבן?


"אכטציג" איז אזוי אויסגעהאלטן ווי "טאלרעראנץ" (זע קעפל אויף זייט 2).

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג מארטש 22, 2015 2:48 pm

אז מען רעדט פונעם גאזעט, אין יעדע צווייטע בריוו פון ליינערס גאזעט שטייט, "נאכ'ן נוצן די סארנא מעטאד", וואס איז די סארנא מעטאד?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 22, 2015 3:13 pm

מצב כללי האט געשריבן:אז מען רעדט פונעם גאזעט, אין יעדע צווייטע בריוו פון ליינערס גאזעט שטייט, "נאכ'ן נוצן די סארנא מעטאד", וואס איז די סארנא מעטאד?

דא פון אונזער אינהאוז סארנא מומחה הרב מתבונן:
נגע צרעת – איז דאס מעגליך היינטיגע צייטן? - דר. סארנאס מעטאד
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מארטש 22, 2015 3:16 pm

מצב כללי האט געשריבן:אז מען רעדט פונעם גאזעט, אין יעדע צווייטע בריוו פון ליינערס גאזעט שטייט, "נאכ'ן נוצן די סארנא מעטאד", וואס איז די סארנא מעטאד?


viewtopic.php?p=837629#p837629

אופפפפפפפפפפפס! נישט געכאפט אז הרב קנאפער האט שוין צוגעצייכענט בשעת איך האב אפירגעזיכט יענעם ארטיקל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מארטש 22, 2015 3:32 pm

מיללער האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:ווער האט איבערגענומען ר' אייזיק'ן?

געהערט אז דער ממלא מקום פון ר' אייזיק איז זיין קרוב, ר' זושא מיללער אייניקל פונעם בארימטן יארמער רב און אור-אייניקל פון דער לעגענדארער מלמד ר' זושא שניטצלער ע"ה.

געליינט דעם היי-חודש'דיגען נומער, מה נאמר ומיינע ווייבער, דער קאליווער און ניווא איז שטארק געפאלן, א שאד א שאד פאר די טויש, לאמיר האפן אז ר' זושא וועט זיך צולערנען און צוריקשטעלן די אריגינעלע גלאנץ פונעם גאזעט.


נעוואזשע האט איר געוואלט????? קאן מען דען געבן א לייג אוועק צוועלף יאר ארבייט פון א וועטראן שרייבער ביי כלל ישראל, א מענטש וואס האט דעם שרייבן טאלאנט אין די האנט און האלט עס אן ביים פארטל צו א אינגערמאן וואס הייבט אן א דזשאב?!

כ'בין אבער פאזעטיוו אז דער הרב מילער (נד"נ) וועט זיך אויסטויגן מיט די צייט, המספיק איז היינט א ריזיגע אימפעריע פון אלעם און אלעמען בלע"ה, א מעכטיגע פארענדע, עה, פליענדע, מוסד וואס דער נייער שרייבער האט וואו אריינצופאסן... עכ"פ דער קליינער שמעלקא וואונטשט דעם מילער הצלחה און ער זאל קענען אנהאלטן די ניווא וואס זיין קרוב ר' אייזיק האט אריינגעברענגט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג מארטש 22, 2015 3:49 pm

בס"ד

וואס עפעס "דער קליינער שמעלקא"...?

דזשאסט קידינג. גם אני מצטרף. עלה והצלח!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 22, 2015 3:51 pm

גם אני מצטרף את ברכת הדיוט אז ער זאל שטארק מצליח זיין.
איך ליין יעדע מאנאט דער גאזעט, און איך האף אז עס וועט נאר ווערן נאכמער אינטערסאנט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 22, 2015 5:45 pm

יעצט איז מיין רייע צו קאמענטירן:

אלס שטענדיגער דעקל-צו-דעקל המספיק גאזעט ליינער, האב איך אדורכגעליינט דעם לעצטן (אדר תשע"ה) אויסגאבע מיט א פארגרעסערונג גלאז, הערנדיג אז דאס איז מעשי ידי א פרישן רעדאקטער. וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין העכסט צופרידן פון זיין שרייבעריי!

מען זעהט נאך דא דארט אז ער איז פריש, און פרובירט ערקלערן פארן ליבן לעזער געוויסע הויכשטאפלערישע ווערטער וואס מיר קענען שוין גראדע פון ליינען אזויפיל דעם גאזעט, פון די אנדערע זייט זעהט מען אז ער האט דעם פעדער אין די האנט גאר שטארק, בפרט ביי די אדר ארטיקלן (איינס איז א שטייגער ווי די פייער-ן'-וואסער אשכול ביי אונז, ס'אנדערע איז אויך פיל מיט אייוועלט סארט וויצלעך, וואס מאכט אים א כמו-היימישער אויב נישט גענצליך היימיש).

איך וואונטש אים פיל הצלחה, ווי אויך פאר זיין פארגייער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג מארטש 22, 2015 6:37 pm

בס"ד

די פראגע איז, צי דער רעדאקטער יר"ה קומט אמאל אריין אין שטיבל דא, ער זאל קענען אפנעמען די גרינערלעך.

א שטייגער, ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג יוני 07, 2015 7:39 pm

איך ליין געווענליך די המספיק גאזעט, און אפט קומט מיר צו שמייכלען זייער שטארקייט אין נעמען שטעלונגען אין געזונטהייט נושאים, דער אויסגאבע איז דירעקט נישט עפעס א פרעסטיזשפולע מעדיצינישע זשורנאל מיט רעספעקטירטע פראפעסארן וואס שטייען דערונטער, נאר ס"ה א רעדאקציע וואס דארף ארויסגעבן א שריפט, נו, קלאפט מען צאם אפאר ארטיקלן איבער געזונט אנצופלן עטליכע בלעטער
געזונטערהייט, אבער מי שמך לפיש? איר האט א מיינונג? איך אויך... אונז פארשטיי מיר אייניג אין מעדיצין.

אינעם לעצטן גאזעט ליין איך מיט שטוינונג אז טיילענאל טוט עפעס אויסער פאר קאפ וויי... ליין דא פאר דעטאלן http://www.nyshainc.org/documents/2015/129yiddish.pdf
צוויי זאכן אינעם ארטיקל האט מיר געמאכט שמייכלען, ער שרייבט אז Acetaminophen איז דער הויפט באשטאנדטייל פון טיילענאל און מאטרין און "אנדערע ענליכע טאבלעטן" (א מין אויסדרוק)
דאס איז א נישט בכבוד'דיגער טעות... ידוע פאר אלע אז טיילענאל און מאטרין זענען צוויי אנדערע באשעפענישן, Acetaminophen איז טיילענאל, און האט גארנישט מיט מאטרין וואס איז ibuprofen. די צוויי ארבעטן אנדערש און די סייד אפעקטס זענען אנדערע, איינס פון די גרעסטע חילוקים איז די שלעכטע השפעה וואס Acetaminophen קען ח"ו האבן אויף די לעבער, ibuprofen און אנדערע NSAID דראגס האבן דאס נישט און זיכער נישט אויף אזא פארנעם. צאמשטעלן טיילענאל מיט מאטרין און זאגן אז Acetaminophen איז דער הויפט באשטאנדטייל פון זיי פאסט נישט.
דער ארטיקל פירט אויס אז "די FDA רעקאמענדירט אז מען זאל בשום אופן נישט נעמען מער פון 3,000 מיליגראם אין 24 שעה, און נישט מער ווי צוויי פילן יעדע זעקס שעה" צוויי פילן? וויפיל מג פער פיל? א רעגולער אדער א עקסטרע סטרענט?? דערמאנט מיר פון א טרינקער וואס דער דאקטער האט אים געווארענט נישט צו טרינקען מער ווי א האלבע גלאז א טאג.

אויף זייט 12 איז דא אן ארטיקל איבער דייעט סאדע און דער שרייבער פארפעלט צו שרייבן אויף וועלכע סארט צוקער ערזאץ די שטודיעס זענען געמאכט געווארן, אדער לפחות באמערקן אז דער שטודיע האט נישט אנגעגעבן איבער וועלכע סוויטנער איז דער מדובר. (נישט אלע צוקער ערזאצן זענען אייניג כמובן)

איך גלייך דוקא עס צו ליינען, ס'איז זיס און דיפרענט און ועל כולם ס'איז בחנם, אבער זייער מיינונג איבער סיי וואס א געזונט נושא טראגט עפעס מער געוויכט ווי מיין חבר'ס וואס פירט א באס? איך בין נישט איבערצייגט און פון די ארטיקלען זעט נישט ספעציעל אויס אזוי.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט