מזל מידיע - שרייבן און מארקעטינג טיפס

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הנ"ל איז אפשר אן אייניקל פון ר' יצחק שמידמאן פון ישיבה תורת חיים?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח ר' מזל, אינטערסאנטע באשרייבונג
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
לכאורה האט געשריבן:יישר כח ר' מזל, אינטערסאנטע באשרייבונג

טאקע געברענגט וועגן די אינטערעסאנטקייט, אבער בעיקר וועגן צוויי ערנסטע לעקציעס.

אפאר יאר צוריק איז די קאמפאני מארטא סטוארט אמנימידיע געווען דער ליבלינג פון וואל סטריט און די ביזנעס וועלט. א גלאבאלע טאפ-ברענד. אין בלויז אפאר יאר איז אלעס געגאנגען שלאפן (כמעט...) און זי איז געגאנגען אין תפיסה - נישט פאר קרימינאל דירעקט, נאר פאר זאגן ליגנט פאר פעדעראלע אויספארשער וואס האבן אויסגעפארשט א פארדאכט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אומבאגרינדעט. (אין אנדערע ווערטער, אויב די פעדס זענען חושד בכשרים, אבער מען זאגט ליגנט ביים אויספארשונג, קען מען זיין ריין אויף די ארגינעלע חשד אבער פאר'ן ליגנט אליינס קען מען טייער באצאלן.) בקיצור, ליבלינג שמיבלינג, ביליאנער שמיליאנער, די ביליאן דאלאר טאפ ברענד איז היינט ווערד א פראקציע פון אמאל, זי טיילט מער נישט קיין דעות אויף אינטערנעל דיזיין און בעיבי קערידזש פעטערנס און האנטוכער און שירעמס. געהאט די פופצן מינוט פעים און געגאנגען ווייטער.

די צווייטע און נאך וויכטיגערע לעקציע, ווי ווייט מ'קען אנקומען אלס פרומער ערליכער איד.

אמונה, תורה, שמירת שבת קודש, האלטן נישט אפ א טיכטיגן יונגערמאנטשיק פון אנקומען צו די מזרח וואנט פון ביזנעס אינוועסטירונגען-האלדינגס-מענעדזשמענט. מען זעהט דאס יעדן טאג, עי' ניו יארק וויהל, ועוד הרבה. און דא נאכאמאל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איז זי נישט געזעצען פאר "אינסיידער טרעדינג"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

די אויספארשונג איז געווען אויף אינסיידער טרעידינג, אבער געזעצן איז זי למעשה אויפ'ן זאגן ליגנט בשעת די אויספארשונג, אויב דער זכרון איז מיר קראנט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

לעצטנס איז געווארן אביסל מער התעוררות וועגן דעם ענין, ווי מען זעהט פון התנצלות און אנטשולדיגונגען דורך עטליכע אויסגאבעס אין די היימישע געגנטער. תשואות חן חן להם.

גייענדיג פאראויס, איז גוט זיך צו לערנען צו פארמיידן אזעלכע מכשולות פון פאראויס. אז א מוסד אדער ארגאניזאציע גיט איבער בילדער פאר פובליקאציע, דארף די מוסד-ארגאניזאציע האבן אן אחריות נישט צו געבן בילדער מיט'ן שם הקודש. די פובליקאציע האט דעם זעלבן אחריות נישט צו דרוקן אזעלכע בילדער. מ'קען זאגן פאר'ן גרעפיקער-אויסשטעלער אכטונג צו געבן.

אויך אויב מעגליך, ווען איינער זעהט אזא אנטשולדיגונג ברבים, ביטע מיטטיילן דא לתועלת הדברים, וממנו ילמדו וכן יעשו.

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

בשם כל ישראל

אכטונג אויסגאבע אייגענטומער, רעדאקטארן, גרעפיק דיזיינערס, בילדער סטעף, ביי כלל ישראל בכל אתר ואתר

ביטע זייט אונז נישט מכשיל מיט בזיון שמות ח"ו.

כמעט יעדע יאר ביי די "אויסגאבע עקסטראוואגאנזא" פון פסח און סוכות, ווען יעדער האט בערג מיט ארטיקלען און בילדער און אדווערטייזמענטס, פאלן אריין אפענע שמות הקדושים – נישט זעלטן דער שם המפורש ב"ה – און עס איז א געוואלדיגער מכשול און בזיון, און אן אפענער לא תעשה אין די תורה הקדושה.

עס איז אייער אחריות, ביטע גיט אכטונג בעוד מועד.


אין דעם זכות פון שמירה אויף כבוד השמות, און מציל זיין אידן פון שווערע מכשולות ח"ו, זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אן אפגעהיטענעם פסח, נחת, הרחבת הדעת, און הצלחה בכל מילי דמיטב.

נ. ב. ביטע ארומשיקן די מעסעדזש בפומבי ווי ווייט מעגליך, עס זאל דערגרייכן די ווארימע הערצער פון אלע בעלי הדיזיין והמידיא, און דאס קען נאר זיין מיט'ן כוח הציבור, די ליינערס און קאסטומערס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

למעשה וויזוי זאגט מען WOW אין אידיש?...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

נייע ווערטער אלערט

איינס, "לאמיך ריפראזירן וואס פלוני האט געזאגט..."

צווייטנס, "אינקלאדירט," אידישענגליש אליאנצאמלייג פון "אריינגערעכנט" קאמבינירט מיט "אינקלאדינג."

גראדע קלער איך אז ס'פעלט א נון, עס דארף שטיין "אינקלאדירנט."

פאר אזא ש'יודיש'ש'ענגליש'שישט פלעגט מיין כיתה ג' רבי אזוי פראסקירן אז א דריטס האט שוין די וואנט ריטוירנירט...!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
פראסקירן אז א דריטס האט שוין די וואנט ריטוירנירט...!

לול, נישט שלעכט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
"אינקלאדירט," אידישענגליש אליאנצאמלייג פון "אריינגערעכנט" קאמבינירט מיט "אינקלאדינג."

גראדע קלער איך אז ס'פעלט א נון, עס דארף שטיין "אינקלאדירנט."

כ'בין חולק אויף אייער נו"ן.
דער שרייבער "נערווירט" מיט זיינע אידישע ענגליש ווערטער vs די ווארט איז "נערווירענד".

מזל מידיע האט געשריבן:פאר אזא ש'יודיש'ש'ענגליש'שישט פלעגט מיין כיתה ג' רבי אזוי פראסקירן אז א דריטס האט שוין די וואנט ריטוירנירט...!

:lol: :lol: :lol:
לעצט פארראכטן דורך מיסטעריעז אום מאנטאג יולי 13, 2015 12:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גראדע א פראבלעם. בחורים שרייבן עס און קיין איין ערוואקסענער קוקט עס נישט איבער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

מער ערנסט גערעדט, איז דא א שטיקל דילעמא וויאזוי צו דערמאנען דעם עולם קליענטן, אקטיווע און פאטענציעלע, וועגן די קומענדיגע אלול-תשרי טעג, ווען עס איז די גרעסטע צייט פאר שרייב ארבייט, מארקעטינג, עדס, און די אנדערע זאכן וואס מיר טוען ב"ה.

איז אזוי, די צייט ריקט זיך, און צו קענען דעליווערן די ארבייט זיס ווי האניג צום נייעם יאר, אין צייט און געשמאק מיט הרחבת הדעת, ליינבאר און פליסיג און קנאקעדיג און WOW'עדיג לשם ולתפארת, צום פינטל און זאפטיג און דראמאטיש און פונקט-גוטע-נישט-צו-הייס-און-נישט-צו-ווארימע-וועטער'דיג, מיט די בעסטע רעזולטאטן די סחורה זאל פליען פון די פאליצעס מיט'ן גרעסטן אפעטיט און לעכצונג, דער ליינער-קאסטומער זאל ווערן איינגעהילט אין א וואלקן פון לויטער --- א רגע, וואו האב איך געהאלטן?

אה יא, עס זאל זיין צייטליך און געשמאק לויט ווי דער קאסטומער וויל "באמת," דארף מען שוין באשטעלן. און "שוין" מיינט טאקע "שוין," נישט סתם "שוין" נאר "עכט שוין." אזוי ווי "ש ו י ן . "

שוין.

אבער גיין זאגן מוסר אז מ'האלט שוין אט אט ביי "לשמוע אל הרנה ואל התפילה" - פרעגן צי מ'האט שוין געקויפט ערבות, פענדלעך פאר די קינדער, א הקפה'לע, ווער האט געקויפט "אתה הראית" - איז אויך א דילעמא, מי אנכי צו קומען זאגן מוסר, אונטעראיילן דעם עולם צו די פארכטיגע טעג ווען מ'האט קוים אונטערגעזינגען "כאאאאאאלה."

איז, ווייס איך נישט וואס צו טאן. אונטערנעמען אזא בליץ קאמפיין צו באשטעלן די תשרי סחורה שוין יעצט, אדער ווארטן ביז חצי אלול, אדער כאטש ביז נאך שבת נחמו?

וואס זאגט איר?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

אפשר א דערמאנונג ביום חמשה עשר באב, אינאיינעם מיט א כתיבה וחתימה טובה וואונטש.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מזל, אן אנדערמאל שרייבט אייך אונטער אום פר' פנחס לס' "יום תרועה יהי' לכם".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ריטורנירט... חאחאחא

אבער סיז נאך אזוי אידיש ווי דיין נאמען מזל 'מידיע'.

האמת, מען קען אידישירן מיט יעדע ווארט, ספעציעל ביים שרייבירן. אלעס מען ברויך איז ראבירן, און אביסל דיפרענציטירן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אגב, די עכטע אפטייטש [נישט געבארגטע שם התואר] פון די ווארט "מידיע" איז לכאורה "מיטל".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
שוועמל האט געשריבן:ריטורנירט... חאחאחא
אבער סיז נאך אזוי אידיש ווי דיין נאמען מזל 'מידיע'.
האמת, מען קען אידישירן מיט יעדע ווארט, ספעציעל ביים שרייבירן. אלעס מען ברויך איז ראבירן, און אביסל דיפרענציטירן.

ווייס איך שוין נישט ווען דר'עולם מיינט עס ערנסט און ווען "ערנסט."

"מידיע" איז א ריין ענגליש ווארט, אויסגעלייגט אויף אידיש. א-ווי פיצא, ריטעיל, פרעזידענט, אבאמא, טשיקן, בעטערי.

איז עס די זעלבע ווי דיפערענציסטישאטישירן?

אגב, ווען איר שרייבט "ראבירן," פעלט א פּ פון אנהויב, ניין? האט איר נישט געמיינט "פרובירן"? 'זוי זעהט מען אויס ביים קאמבינירן 'שענגליש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

טרויבן ווערים נייעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אין א נייעס'ל פאר א קליענט האב איך געזען עפעס פארשריט אינעם קאמף קעגן אינזעקטן ביי טרויבן.

איז מעגליך אז דאס זאל עפעס האבן שייכות מיט די כשרות פראבלעם פון ווערים אין טרויבן, ספעציעל אין ראזשינקעס?

קען איינער בשדה הכשרות געבן א שטיקל אפדעיט אויף דעם ענין?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
אגב, ווען איר שרייבט "ראבירן," פעלט א פּ פון אנהויב, ניין? האט איר נישט געמיינט "פרובירן"? 'זוי זעהט מען אויס ביים קאמבינירן 'שענגליש.

ניין כאב געמיינט ראבירן מלשון רויבן.
כ'אף אז איר דינט נישט אלס מגיה בספרי ראשונים און זענט מגיה לויט אייער פארשטאנד...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

פון אסאך ווייניג, פון ווייניג אסאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

האב איך אזוי נעכטן געהאט דעם התבוננות, אז שרייבן גוט מיינט אויך אויסהערן גוט וואס מיינט נעמען גוטע נאטיצן.

און עס גייט דוקא ביידע וועגן, א תרתי דסתרי, א פאראדאקס בלע"ז, אבער עס איז נישט דוקא אזוי.

"שרייבן גוט" מיינט צוויי פארקערטע זאכן.

אמאל איז דא מען שמועסט מיט א קליענט שעות ארוכות, און נאכדעם דארף מען אריינלייגן די גאנצע תוכן פונעם שמועס אין איין קורצע זאץ אדער אפילו גאר איין קורצע ליניע פון איין שורה. די שורה דארף זיין אזוי "קאנצענטרירט" אז ווען איינער זעהט עס, זאל ער אין די בלינק פון אן אויג אויפכאפן - אין הארץ און אין מוח - די גאנצע מעסעדזש וואס דער קליענט האט אויסגעשמועסט אין די לאנגע שטונדען.

און אמאל איז א פארקערט, דער קליענט גיט איבער אפאר זאצן, נאטיצן, ראשי פרקים, און מען דארף נעמען די פאר ווערטער און רמזים און מאכן דערפון א גאנצע באשרייבונג, אזש ביז 10 אדער גאר 15 טויזנט אותיות.

קען מען? מען פרובירט ב"ה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מזל, דאס איז דער דיפערענץ פון א מג"ש ביזן תלמיד, איינער צייכענט זיך עטליכע זאצן און לערנט פאר דערפון א שעה און דער תלמיד ווידער פארנאטירט עס אויף איין בלאט אין מעמא פעד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
farshlufen האט געשריבן:מזל, דאס איז דער דיפערענץ פון א מג"ש ביזן תלמיד, איינער צייכענט זיך עטליכע זאצן און לערנט פאר דערפון א שעה און דער תלמיד ווידער פארנאטירט עס אויף איין בלאט אין מעמא פעד.

דער חילוק איז אבער, אז דער תלמיד מיט'ן מעמא פעד בלייבט ביים אים אין לאקער-שענקל-ארכיווען, אבער אין אונזער פאל דארף די תמצית זיין פאר כל הקהל הקודש, און אין הונדערט אותיות אדער ווייניגער דעליווערן א קנאקעדיגע מעסעדזש פאר טויזנטער מענטשן וואס זאל בלייבן אין זכרון אויף א לאאאנגע צייט און זיך אנצינדן צו למעשה ווען די טריגער וואס מען האט איינגעפלאנצט קומט ארויס אויפ'ן אויבערפלאך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

שאלה פאר שרייבערס און רעדאקטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אט איז א שווערע דילעמא פאר שרייבערס און זייערע בעה"ב די רעדאקטארן (ווער ס'איז גליקליך צו האבן...). קען זיין אנדערע האבן נישט די דילעמא, קען זיין קיינער, אבער אולי ירחם...

וואס טוט מען מיט אלגעמיינע נייעס וואס גייט קעגן דעת תורה און די חרדישע וועלט, און-אדער נייעס וואס ברענגט נסיונות וואס מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט צו באקעמפן.

למשל, נייעס פון סמארטפאונס, נייעס וואס האט צו טאן מיט ציילן אידישע נפשות, נייעס וואס קען שמעקן א האר מיט מינות ואפיקורסות (אומדירעקט מיילן ווייט), אדער סיי וועלכע נייעס וואס קען געבן א קיצל אויף א וועג וואס איז קעגן דעת תורה.

דא ביי "מזל מידיע" איז דאס א הויפט זארג מידי יום ביומו, ווען מ'שיקט נייעס און אנדערע געשריבענע שטאף פאר אזויפיל קליענטן ב"ה, און מען פרובירט עס צו האלטן אינגאנצן ריין פון סיי וועלכע אזעלכע זאכן. אבער ליינענדיג די היימישע צייטונגען זעהט נישט אויס מען איז נזהר אין דעם, אדער אז דער עולם פארלאנגט עס נישט. דא קען זיין פינעף בלעטער מיט ימ'ען טרערן קעגן די קליפת הטעכנאלאגיע, און נאכדעם קען זיין פינעף בלעטער שמייכלדיגע באריכטן פון אייפאונס און סמארטפאונס און נאך פסול'דיגע זאכן. וואס איז דער באלאנץ? וואס איז דער דרך הישר אין דעם?

למשל, ווערט נישט די התעוררות קעגן סמארטפאונס אפגעשוואכט דורך ליינען אז עפעל האט פארקויפט דריי הונדערט מיליאן אייפאונס און וויל פארקויפן נאך א האלב מיליאן פון די נייע קלוגע זייגערלעך?

קען זיין מיר זענען צופיל נזהר? איז דאס אפילו שייך?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אז איר זענט נזהר, האלטס עס אן געזונטערהייט ביז די 120.

ס'איז שייך? לכאורה נישט צו שטארק.

הופס, כ'בין נישט קיין רעדאקטאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אט איז א שווערע דילעמא פאר שרייבערס און זייערע בעה"ב די רעדאקטארן (ווער ס'איז גליקליך צו האבן...). קען זיין אנדערע האבן נישט די דילעמא, קען זיין קיינער, אבער אולי ירחם...

וואס טוט מען מיט אלגעמיינע נייעס וואס גייט קעגן דעת תורה און די חרדישע וועלט, און-אדער נייעס וואס ברענגט נסיונות וואס מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט צו באקעמפן.

למשל, נייעס פון סמארטפאונס, נייעס וואס האט צו טאן מיט ציילן אידישע נפשות, נייעס וואס קען שמעקן א האר מיט מינות ואפיקורסות (אומדירעקט מיילן ווייט), אדער סיי וועלכע נייעס וואס קען געבן א קיצל אויף א וועג וואס איז קעגן דעת תורה.

דא ביי "מזל מידיע" איז דאס א הויפט זארג מידי יום ביומו, ווען מ'שיקט נייעס און אנדערע געשריבענע שטאף פאר אזויפיל קליענטן ב"ה, און מען פרובירט עס צו האלטן אינגאנצן ריין פון סיי וועלכע אזעלכע זאכן. אבער ליינענדיג די היימישע צייטונגען זעהט נישט אויס מען איז נזהר אין דעם, אדער אז דער עולם פארלאנגט עס נישט. דא קען זיין פינעף בלעטער מיט ימ'ען טרערן קעגן די קליפת הטעכנאלאגיע, און נאכדעם קען זיין פינעף בלעטער שמייכלדיגע באריכטן פון אייפאונס און סמארטפאונס און נאך פסול'דיגע זאכן. וואס איז דער באלאנץ? וואס איז דער דרך הישר אין דעם?

למשל, ווערט נישט די התעוררות קעגן סמארטפאונס אפגעשוואכט דורך ליינען אז עפעל האט פארקויפט דריי הונדערט מיליאן אייפאונס און וויל פארקויפן נאך א האלב מיליאן פון די נייע קלוגע זייגערלעך?

קען זיין מיר זענען צופיל נזהר? איז דאס אפילו שייך?


ווען מען וויל אלעס אנקוקן שווארץ אדער ווייס ווערט שווער אזא פראגע. עס איז פארהאן ריזיגע גרויע שטחים. מען דארף פשוט נוצן שכל הישר וואו דער חמור וועט איינשטיין, און אויף וועלכע וועג עס ווערט געשריבן. עס איז נישט שייך קיין הלכות אין דעם. ווען מען נוצט שכל הישר קען מען דערמאנען די גרעסטע ציונים, ווערטער אין עברית, און באשרייבן גוי'שע פערזענליכקייטן און טעכנאלאגיע.

באופן כללי איז די הלכה אז עס טאר נישט ארויסברענגט ווערן אויף אן אופן וואס מען רעקאמענדירט עס, אבער עס גייט פיל ווייטער ווי דעם.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”