מזל מידיע - שרייבן און מארקעטינג טיפס

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

מזל מידיע - שרייבן און מארקעטינג טיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ברוכים הבאים טייערע פריינד ארום די גאנצע [איי]-וועלט.

לכבוד די דריי חדשים עניווערסערי פון אונזער נייע פירמע, "מזל מידיע," וויל איך מהנה זיין דעם עולם דא מיט אביסל סודות פון חדר אין די סוגיא פון שרייבן, מארקעטינג, דזשורנאליזם, וכל המסתעף, ווי אויך אביסל קענטעניס וואס קען צוניץ קומען ביים אנהויבן און פירן א ביזנעס.

שוין אין די קורצע צייט איז קלאר די ערשטע יסוד:

1) ק-ל אדון על כל המעשים. דער בורא כל עולמים עשה עושה ויעשה לכל המעשים. אז מען קוקט גראד, דארף אפילו נישט אזוי טיפע התבוננות, זעט מען דעם יד ד', חסדי הבורא, אויף טריט און שריט, בעסער ווי מען וואלט זיך געקענט פארשטעלן אין די שענסטע חלומות.

יעצט אביסעלע מארקעטינג און עד טיפס, אנצוהויבן דעם בלעטל.

ווען איינער האט הנאה פון א גוטן טשיז-מערענג-באנט טארט, האט מען ארויס די אינגרידיענטס? בכלל נישט. מען ווייסט עס איז גוט אויפ'ן צינג, און דאס איז דער תכלית. ביים ליינען א גוטן ארטיקל, אדער א גוטע עד, האט מען הנאה. אבער עס מיינט נישט אז דער דורכשניטליכער ליינער "ווייסט" פארוואס ער האט הנאה. רוב מאל נישט. דאס איז די ארבייט פונעם שרייבער-דיזיינער, אריינצולייגן די פאסיגע אינגרידיענטס, מען זאל הנאה האבן, תכלית.

איצט לאמיר געבן א מוסטער:

דאס איז געווען מיין ערשטע עד, אין אפאר טעגליכע צעטעלעך. עס האט ב"ה געהויבן די ברעמען פון די געצילטע מענטשן, במשך די פאר טעג וואס ס'איז געלאפן, און געברענגט פיינע רעזולטאטן, באלד און לאנג-טערם. אין דעם עד ליגט אסאך "ארט" און קונצליכע מעסעדזשעס צו גיין עמוק, עמוק, צו דערגרייכן דעם זעלבן תכלית ווי דערמאנט.

איז, פאר'ן פותר חלום זיין מער פרטים, זאל דער עולם אביסל אבזערווירן דעם נוסח, און דישעפרירן די אונטערליגנדע מעסעדזשעס וואס מען האט געצילט דא.


אין א מזל'דיגע שעה, לכבוד מזל אדר דגים, "מזל מידיע"...!
"מזל מידיע" נעמט יעצט אן אלע סארט שרייב ארבייט און סטראטעגיע. מיר זענען די בעסטע אדרעס פאר געשמאקע נייעס – העלט ארטיקלען – קאמפיין פאר מוסדות און מסיבות – הילף באשרייבונגען – דראמאטישע ערציילונגען – אויסטרעפן א "נאמען" – זוכן באהאלטענע אוצרות – קוואוטס פאר די פרעסע – אלטע היסטאריע – נייע געשעענישן – געזונטהייט טעמעס – אראפלייגן קאמפליצירטע טעמעס גראד און גלאט – קלארע פאזיטיווע "מעסעדזש" וואס "קליקט" – קלינגענדיגע ווערטער פאר אנאנסן און מודעות – קאנפידענשאל ביזנעס טיפס – אינדוסטריע נייעס קליין און גרויס – און נאך, אן קיין ודי ודו"ק אדער דריי פינטעלעך נאר 100 פראצענט נחת און צופרידנהייט.
פאר די מאקסימום רעזולטאטן פון מינימום ווערטער, רופט "מזל מידיע." וכל הקודם זכה, מיט מזל און ברכה.
אייער פריינד און שרייבער, יצחק אייזיק שניטצלער. 845-325-1800 [email protected]

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם
ס'זעהט אויס ווי מיר וועלען פיין הנאה פון אייך. עס איז צום האפען אז איר וועט אויך נהנה זיין פון אונזער שיינע וועלט'לע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אן קיין ודי ודו"ק אדער דריי פינטעלעך

יעצט זאג דו מיר אז דו ביסט נישט קיין וועטעראן אייוועלטניק...

ווי מיינע פארגייער וויל איך דיר וואונטשן פיל הצלחה (ניין, איך גיי נישט שרייבן פיל מז"ל, עס איז צו אויבנאויפיג)!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

יא, זיכער האב איך במשך די צייט געלערנט גוטע זאכן פון איי-וועלט. א פראגע? אבער איר ווילט ביי יעדן שמאלציגן ארטיקל זאל איך צושרייבן "קרעדיט: אייוועלט"?

[א איד פרעגט צוריק מיט א קשיא, אבער בין הזמנים פרעגט מען צוריק מיט צוויי... [קרעדיט: מזל מידיע]]
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צוויי איינגעקעסטעלטע הערות איינס אין צווייטן [כזה [אזוי]] איז אויך "קרעדיט: מזל מידיע"?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוכים הבאים, מזל וברכה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ברוך הבא ר' אייזיק און תתחדש פאר די נייע געשעפט "מזל מידיע", עלה והצלח, השי"ת זאל אייך באשערן מזל וברכה, הצלחה און סיעתא דשמיא.

טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט האבן דורכאויס די אלע יארן נהנה געווען פון אייער שעפערישער קוואל פון ידיעות און מומחיות, אינעם תחום פון געזונטהייט נייעסן און בכלל אין שריפטשטעלעריי, דער "המספיק גאזעט" אונטער אייער רעדאקציע האט אלעמאל געטראגן געוויכט אלס פראפעסיאנאל און ווירדיג, מיר ווארטן נהנה צו זיין פון "מזל" נישט ווייניגער ווי ביז היינט, נאר אדרבא, ביתר שאת ויתר עוז.

-

אויב מעג מען פרעגן, איך וואלט ענדערש געשריבן "מידיא" ווי "מידיע" כאטש איך בין נישט זיכער וועלכעס עס איז ריכטיג, וואס האט אבער באוואוגן אז איר זאלט וועלן די צווייטע אפציע?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

בכלל נישט... [דאס איז דער פאך פון א גוטן רעדאקטאר. [אדער א גוטער שרייבער.]]

כאפסט אבער וואו די פינטל קומט? און אויך וואו די פראגע צייכן ליגט אזוי סטראטעגיש "נאך" די שטרעכלעך?

לכאורה האט געשריבן:צוויי איינגעקעסטעלטע הערות איינס אין צווייטן [כזה [אזוי]] איז אויך "קרעדיט: מזל מידיע"?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שלום עליכם ר' אייזיק, דאס איז א איבעראשונג פאר אייוועלט, אזא פישל אריינגעשווימן דא? פון די בעסטע שרייבער וואס איך קען!

יהא בואך לברכה ולהרמת קרן האייוועלט ומזלך!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

יישר כוח פאר די ווארימע ווערטער. אמן ואמן.

וועגן "מידיע" און "מידיא" האב איך לאנג געטראכט, פונקט ווי אויפ'ן נאמען "מזל מידיע" זעלבסט. באשלאסן צו שרייבן מיט'ן "ע" ווייל די "א" וואלט געברענגט מענטשן צו דרוקן די אלף מיט'ן נקודה "פתח," וואס איך האב געוואלט פארמיידן. אין ענגליש איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל A מוז נישט מיינען "א" מיט א פתח, מ'זאגט עס טאקע מיט שוא. אבער "מ י ד י א" אויף אידיש וואלט יא געקענט פירן צו דעם טעות.

אגב, דאס איז נאר איין פינטעלע פון די מחשבה אין אויסקלויבן א נייע נאמען. געהאט ב"ה א חוש דערצו שוין לאנג (גענוצט אסאך אין המספיק, "קעמפ נשמה" (עפטער סקול פראגראם), "המספיק גאזעט" (די אויסגאבע), "המספיק וועי" (די גאס נאמען, לאפוקי פון "קאורט", ווייל די צוויי ק-ק וואלטן געקלעשט) ועוד), אבער לעצטנס זיך מער געלערנט דערויף דורך פראפעשאנעל מקור.

ב"ה די קאסטומערס זענען צופרידן.

מיללער האט געשריבן:ברוך הבא ר' אייזיק און תתחדש פאר די נייע געשעפט "מזל מידיע", עלה והצלח, השי"ת זאל אייך באשערן מזל וברכה, הצלחה און סיעתא דשמיא.

טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט האבן דורכאויס די אלע יארן נהנה געווען פון אייער שעפערישער קוואל פון ידיעות און מומחיות, אינעם תחום פון געזונטהייט נייעסן און בכלל אין שריפטשטעלעריי, דער "המספיק גאזעט" אונטער אייער רעדאקציע האט אלעמאל געטראגן געוויכט אלס פראפעסיאנאל און ווירדיג, מיר ווארטן נהנה צו זיין פון "מזל" נישט ווייניגער ווי ביז היינט, נאר אדרבא, ביתר שאת ויתר עוז.

-

אויב מעג מען פרעגן, איך וואלט ענדערש געשריבן "מידיא" ווי "מידיע" כאטש איך בין נישט זיכער וועלכעס עס איז ריכטיג, וואס האט אבער באוואוגן אז איר זאלט וועלן די צווייטע אפציע?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יהא בואכם לברכה ולהרמת "קרן הכתיבה" בעולמינו

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

בכלל נישט... [דאס איז דער פאך פון א גוטן רעדאקטאר. [אדער א גוטער שרייבער.]]

כאפסט אבער וואו די פינטל קומט?

אפשר גיבט איר א הסבר פארוואס איר פינטלט אזוי, עס קריכט מיר נישט אריין אין קאפ
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

די פינטל קומט אלץ זאפארט נאכ'ן זאץ, נישט קיין חילוק צי דער זאץ איז איינגערינגלט אדער נישט. די רינגלעך קומען אינדרויסן פונעם גאנצן זאץ, דערונטער דער פינטל, אדער קוועסטשן מארק, אדער געשריי מארק.

אויסנאמען זענען דא, ווען מ'נוצט אן איינגערינגלט ווארט אדער זאץ אלס א "חלק" פון די זאץ, וואס דעמאלט קומט די פינטל נאכדעם.

איך גיי יעצט דאווענען מנחה. (נעכטן האב איך געדאווענט מנחה אביסל שפעט און איך וויל עס פארמיידן.)

ווידעראום, איך גיי יעצט דאווענען מנחה (כאטש עס איז שוין אביסל שפעט).
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ברוך הבא!!

ערגעץ אונטן אין קעלער ליגט א פאר פארשטויבטע אשכולות וועגן וואקסינאציעס. אצינד איז א שעת הכושר צו נוצן אייערע פרישע מארקעטינג סקילס אויפצוקלערן דעם עולם דא אין די נושא :grin:
--
אויף צו מאכן נייע כללים אין שפראך האב מיר אונז א קאמיטע. איר קענט אריינגיבן אן אפפליקאציע ווי מ'וועט עס דן זיין מיט א שווערן קאפף.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די פינטל קומט אלץ זאפארט נאכ'ן זאץ, נישט קיין חילוק צי דער זאץ איז איינגערינגלט אדער נישט. די רינגלעך קומען אינדרויסן פונעם גאנצן זאץ, דערונטער דער פינטל, אדער קוועסטשן מארק, אדער געשריי מארק.

אויסנאמען זענען דא, ווען מ'נוצט אן איינגערינגלט ווארט אדער זאץ אלס א "חלק" פון די זאץ, וואס דעמאלט קומט די פינטל נאכדעם.

פארדעם פרעג איך דאך :smile:

"בכלל נישט... [דאס איז דער פאך פון א גוטן רעדאקטאר. [אדער א גוטער שרייבער.]]"
פארוואס איז דאס דריי זאצן ביי אייך?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אה, אדרבה. "מזל מידיע" וועט מיר העלפן מיט אלע נויטיגע געצייג...

מילכיגער האט געשריבן:ברוך הבא!!

ערגעץ אונטן אין קעלער ליגט א פאר פארשטויבטע אשכולות וועגן וואקסינאציעס. אצינד איז א שעת הכושר צו נוצן אייערע פרישע מארקעטינג סקילס אויפצוקלערן דעם עולם דא אין די נושא :grin:
--
אויף צו מאכן נייע כללים אין שפראך האב מיר אונז א קאמיטע. איר קענט אריינגיבן אן אפפליקאציע ווי מ'וועט עס דן זיין מיט א שווערן קאפף.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

פארגעסן צו שרייבן. אייער אפליקאציע דארפט איר אריינגיבן ביי אנעים זמירות. ער איז דא דער טשיף אוו די יידיש לענגוויזש דעפארטמענט און ער האט שוין אויף זיין קרעדיט א שיינע פאר נייע ווערטער...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מי אני, אבער חז''ל זאגן שוין אל תהיה ברכת הדיוט קלה בעיניך. אלזא, ברוכים הבאים! עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן דא.
אסאך מזל און ברכה צו אייער נייער אמט.
הק' בוידעם
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מיללער האט געשריבן:ברוך הבא ר' אייזיק און תתחדש פאר די נייע געשעפט "מזל מידיע", עלה והצלח, השי"ת זאל אייך באשערן מזל וברכה, הצלחה און סיעתא דשמיא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

*מזל* טוב און ברוכים הבאים!
אייביג צום פינטל...
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

הארציגן דאנק פאר אלע שיינע וואונטשן. אמן, און בס"ד הצלחה ביי אייך אלע.

צווייטע כלל, אז מען דעליווערט א גוטן פראדוקט, און מען גיט גוטע סערוויס, איז "נישטא קיין קאמפעטישן." פינטל.

ס'איז דא "אנדערע" אפשר אין די זעלבע ליין, אבער עס האט גארנישט מיט מיר אדער מיינע גליקליכע קאסטומערס.

לעקציע: טארגעט, די פארשלאפענע ריטעיל ריז וואס איז געגרינדעט געווארן "נאכצומאכן" וואלמארט נאר אביסל בעסער. דאס ארבייט נישט, קיינמאל. דארפסט האבן א נארמאלע וויזיע וואס דו ווילסט לכשעצמך, נישט נאכצומאכן יענעם.

ביי וואלמארט ווייסט מען פאר'ן אריינגיין די סיסטעם, די פרייזן, די אויסשטעל, די פראדוקטן, די "אטמאספערע." אלעס. מען מוז עס נישט גלייכן, אבער לכה"פ ווייסט מען אלעס קלאר.

כ'בין געווען ביי א טארגעט געשעפט אפאר חדשים צוריק, חנוכה צייט. רחמנא ליצלן. א דריטל שעלפס ליידיג. פילע וויכטיגע אייטעמס האבן נישט עקזיסטירט. די גאנצע אטמאספערע איז געווען צעמישעניש. קיין הענט און פוס. אבער איין זאך יא, זייער וויכטיג, די ריזיגע תמונות תועבות זאל שוין פראסקען יעדן קאסטומער ביים אריינשטעלן איין טריט, כאילו דאס וועט אינספירירן די קאסטומערס צו קויפן פראדוקטן וואס די סטאר האט נישט. ממש א חורבן. ווייל מען וויל "נאכמאכן יענעם." אבער דו ביסט נישט יענער, זיי דו אליינס.

מזל מידיע האט נישט קיין קאמפעטישן, ווייל אלע גוטע שרייבן-מארקעטינג פירמעס, ווער אימער, האט יעדער זיין וויזיע, זיין שניט, און מזל מידיע האט אויך אן אייגנארטיגע וויזיע, און דער באגריף פון "נאכמאכן" עקזיסטירט נישט דא בכלל.

אבער "טארגעט" האט יא געוואלט נאכמאכן "וואלמארט," נאר אביסל ב ע ס ע ר....

קומט היינט די נייעס, אז דער נייער שעף עקזעקיוטיוו האלט שוין ביי "עפעס" א פלאן ארויסצונעמען די קאמפאני פון תהום הגדול וואס די נאכמאכן האט אריינגעשלעפט.

נעם דאס ווארט,

NEW YORK — Target plans to invest billions of dollars this year, streamlining operations, opening more small stores and creating a product mix designed to appeal to a younger, broader consumer demographic.

The retailer will also cut several thousand jobs in the next two years as part of a cost-savings plan, Target managers said at a meeting Tuesday with financial analysts and investors. The company didn't say how many of its employees will be cut, although most are expected to be at the company's Minneapolis base, where it employs 13,000.

Target shares rose 19 cents to $78.19 in after-hours trading.

Target's plans come nearly a week after the company said same-store sales for 2014 increased 1.3% and 3.8% in the fourth quarter.

CEO Brian Cornell and other executives outlined the retailer's business priorities for 2015, which are focused on making specific product categories more stylish and trendy and encouraging shopping across both digital channels and stores.

Target has been working to enhance itself as a shopping destination after years of missteps that saw the brand lose its edge on fashionable home goods and apparel. Cornell was brought on last summer after former CEO Gregg Steinhafel left the company in the wake of a 2013 holiday-season data breach and trouble at the Canadian division, which Target is closing.

אולי ואולי...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

איך וויס נישט וואס. אבער טארגאט האט גאלדענע סערוויס, עני פראבלעם דו האסט וועלן זיי דיך פארגיטיגען טויזנט מאל.

למשל זיי האבן א פאליסי אויב מאכצוך א דעליווערי קומט נישט אן צייטליך און די קאלסט אריין שיקן זיי דיר א 10$ גיפט קארד
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

טויסט האט געשריבן:איך וויס נישט וואס. אבער טארגאט האט גאלדענע סערוויס, עני פראבלעם דו האסט וועלן זיי דיך פארגיטיגען טויזנט מאל.

למשל זיי האבן א פאליסי אויב מאכצוך א דעליווערי קומט נישט אן צייטליך און די קאלסט אריין שיקן זיי דיר א 10$ גיפט קארד

דאס מיינט אז זיי פארגיטיגן דיך מיט א פעני, ווייל זיי פארגיטיגן דיך 1000 מאל, און וואס שיקן זיי? 10 דאלער....
===
ברוכים הבאים הרב מזל, יהא בואכם לברכה
כ'האב הנאה פון דיין ווארט וועגן קאמפעטישאן ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

וועלקאם עבארד! האף מיר אי"ה צו הערן (ליינען..) אייערע שיינע ווערק.

_____

הרב טויסט, ריכטיג אז טארגעט האט טאקע (טו עי סערטעין פוינט) מצליח געווען צו זיין א בעסערע וואלמארט (אינקלודעד צושטעלן א בעסערע קאסטומער סערוויס). אבער וואס "מזל"מ" זאגט איז, אז ס'פעלט להבדיל די "נשמה" דער ביזנעס יסוד/סטראטעגיע וואס אנבאלאנגט וואס/ווען/וויאזוי יא אדער נישט צו טון, און סוכ"ס זעט זיך עס אן אויף די (נישט) פראפיט, ואכמ"ל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

מי יודע האט געשריבן:
טויסט האט געשריבן:איך וויס נישט וואס. אבער טארגאט האט גאלדענע סערוויס, עני פראבלעם דו האסט וועלן זיי דיך פארגיטיגען טויזנט מאל.

למשל זיי האבן א פאליסי אויב מאכצוך א דעליווערי קומט נישט אן צייטליך און די קאלסט אריין שיקן זיי דיר א 10$ גיפט קארד

דאס מיינט אז זיי פארגיטיגן דיך מיט א פעני, ווייל זיי פארגיטיגן דיך 1000 מאל, און וואס שיקן זיי? 10 דאלער....;l;p-


;l;p-
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

צווייטע כלל, אז מען דעליווערט א גוטן פראדוקט, און מען גיט גוטע סערוויס, איז "נישטא קיין קאמפעטישן." פינטל.
ווען איר האט עס פראקטיצירט אין (.) החרשתי. הגם איך האב עס זייער זעלטן געזען ערגעצואו (אפילו אין מעלות, און אין זייער חיבור אידיש ווערטער אוצר).
אבער ווען איר האט עס ווידעראמאל פראקטיצירט ביים ציטירטן זאץ ביי " ." גרילצט מיר עס אין די אויערן.
מהיכן דנתנו?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”