בוידעם האט געשריבן:אנעים, אויב איר קענט אזוי גוט זיין און מסביר זיין.
לגבי דאס וואס איך האב געשריבן אז מען רעדט פון עבודי עבודה זרה, דאס איז נישט מיין אייגענע אויפטרעף, עס ווערט אסאך ארומגערעדט דערפון אין די ספרי חסידות (איך געדענק נישט די מ''מ), די נקודה איז אז היות זיי דינען א דומם, חי אדער א צומח, ממילא זענען זיי נישט אין די קאטאגאריע פון דעם אדם וואס איז מותר מן הבהמה.
ואם תאמר, אז דאס איז א דרש בעלמא, איז אבער איינמאל זיכער אז חז''ל האבן נישט געמיינט צו זאגן אז א גוי איז קיין מענטש נישט, מען רעדט פון א געוויסע סארט מענטש, וואס דאס זענען נאר אידן.
דעריבער זעה איך נישט וואס איז שלעכט צו זאגן פאר'ן גוי (וואס פרעגט) אז מיר אידן זענען חשוב'ער פון זיי.
דער אמת איז די בעסטע ליגענט.
------
בנימין האקט.
די ערשטע חלק אז דער גוי קען דערהערען דעם ענין פון עם הנבחר איז א טעות ווייל אדרבה, היינט איז דער וועלט פארנומען מיט איקוואליטי (גלייכבארעכטיגונג). בכלל דאס אז אונז זע'מער העכער מיינט אז זיי זענען נידעריגער, והדרא שנאה לדוכתיה.
דעם אתם קרוים אדם ואין הגוים גייט ארויף אויף אלע פעלקער בין עובדי ע"ז ובין אינם עובדי ע"ז. דאס איז מבואר אין פיהל ערטער בפוסקים (וואס טייל איז צענזורירט). אגב, אן אפיקורוס איז ערגער פון אן עובד ע"ז.