מי מנוחות - אייוועלט אויסגאבע #8 - חנוכה תשע"ה

די אחראים: אחראי, געלעגער

אייוועלט אויסגאבע
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2013 12:52 pm

מי מנוחות - אייוועלט אויסגאבע #8 - חנוכה תשע"ה

תגובהדורך אייוועלט אויסגאבע » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 11:42 am

מיר זענען דא צוריק.

נאך א צייט אפשניט פון באלד א דריי פערטעל יאר זינט מיר זענען ארויסגעקומען מיט די פאריגע מי מנוחות אויסגאבע, זענען מיר דא צוריק מיט א פרישע אויסגאבע לכבוד חנוכה, א אויסגאבע וואס שטעלט פאר וואס אייוועלט איז, אנגעפילט מיט די מייסטערווערק פון אונזערע שרייבער, הערליכע תוכנ'פולע ארטיקלען פון וואס איר וועט בעז"ה שטארק הנאה האבן.

אין די צייט געבן מיר אפ א דאנק פאר דער וואס איז געשטאנען אונטער דעם גאנצן פראיעקט פון אנהויב ביזן סוף און געטוהן כמעט די גאנצע ארבעט הלוא הוא 'ענדע צדיק', און מיט אים איז געשטאנען צוהילף 'אויסערן מיניסטער' און 'לאדיך ארויס', וואס חוץ וואס זיי באשיינען אונזער וועלטעל מיט זייער ווערק דורכאויס די יאר האבן זיי היצט אוועקגעגעבן טעג און נעכט צו ברענגן פאר אייך מי מנוחות נומער #8.

א עקסטערע דאנק פאר אלע שרייבער וואס זייערע ווערק טוט ערשיינען אינעם איצטיגן אויסגאבע.



מי מנוחות - אייוועלט 8.pdf
(9.65 MiB) דאונלאודעד 2696 מאל


מי מנוחות - אייוועלט 8 Low.pdf
(3.98 MiB) דאונלאודעד 828 מאל


---
פארשפרייט דעם מעסעדזש!
אכטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/vzeEyB


צו דאונלאודן אויסגאבע #1 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #2 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #3 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #4 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #5 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #6 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #7 - קליקט דא.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:37 pm

WOWOW!!!

יעצט דורך געקוקט אויבן אויף

ענדע צדיק!!!

איטס עי מעסטער פיעס!!!!!

יישר כוח פאר דיין שווערע הארעוואניע!
ובחדא מחתא יישר כוח פאר לאדיך ארויס און אויסערן מניסטער און פאר אלע שרייבער'ס
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:38 pm

נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן
אין מילים!!!!!!!!!!!!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:41 pm

סביב העולם האט געשריבן:נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן
אין מילים!!!!!!!!!!!!

זייער שיין אויסגעלייגט הערליך.
אורייתא וישראל חד הוא

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:45 pm

WOWOWOWOW!!!

איך בין עדות וויפיל שעות ענדע צדיק האט זיך אוועקגעגעבן דערפאר..!

היות ס'איז מיר אויסגעטרוקענט פון ווערטער וועל איך אים באדאנקען אין בלויז 2 ווערטער:

יישר כח ענדע צדיק!

(ס'איז מער פון 2 ווערטער? נעווער מיינד...)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:46 pm

מעכטיג איז אונטערגעשאצט!!!!!!! איים עמעיזד!!!!!! גיימיר זיך זעצן ליינען

לאדיךארויס האט געשריבן:WOWOWOWOW!!!

איך בין עדות וויפיל שעות ענדע צדיק האט זיך אוועקגעגעבן דערפאר..!

היות ס'איז מיר אויסגעטרוקענט פון ווערטער וועל איך אים באדאנקען אין בלויז 2 ווערטער:

יישר כח ענדע צדיק!

(ס'איז מער פון 2 ווערטער? נעווער מיינד...)


איך בין עדות דערויף!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:52 pm

די קליינע רעזולציע עפענט זיך עפעס נישט געהעריג, ס'זאגט אז די פי.די. עף. איז נישט גוט.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:53 pm

יישר כח אלע עוסקים ומתעסקים, ישלם ה' פעליכם שלמה.
קוקט אויס ווי א רייכע און וואונדערבארע ארבעט!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:55 pm

איבעגעבליקט שנעלערהייט ,
אין איין ווארט:
שפראכלאז
א דאנק פאר ידידי היקר ענדע צדיק! וואס האט אריין געלייגט שעות על גבי שעות עס זאל זין אזא מעסטערפיעס,און אויך א דאנק פאר דיינע העלפער ,און פאר אלע שרייבער.

מ' עססיוו שיינע זאכען
י' עדער טוט עס גלייכען

מ' יט אזויפיל אינטערסאנטע טאפיקס
נ' ייע חידושים אין גראפיקס
ו' וינדערליך געשמאק און רייך
ח' סידישע גאדאנקען ,סיפורים אסאך
ו' וילט איר וויסען מער באריכות?
ת' ורידי עכשיו ה'מי מנוחות!!!

8' טעג חנוכה וועלען מיר זיך באלעקען און דערקוויקען דערמיט.
לעצט פאראכטן דורך א גראם מיט טעם אום דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11383
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:04 pm

יעצט אנגערופן סאכדעס אז מ'דארף צולייגן נאך עטליכע טעג צו חנוכה, אויך אנגערופן אלע שוויגערס און באבעס קענסלן די פארטיס, אמער, מיר האבן א "מי מנוחות" פון 92 בלעטער...

יישר כח ץ!!!!!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:05 pm

ענדע צדיק גאר ??????

איך האב נישט געוואוסט ווי טאלאנטפול דער איז.

דאס קוקט אויס מעסיוו !!

א קראכעדיגן ישר כח פאר דיר און אלע צוהעלפערס

תואר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

תגובהדורך תואר » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:09 pm

אין מילים בכלל, דאס איז גין-גאלד פאר מיר, נישט נאר ללמוד נאר בעיקר ללמד.

כ'האב נאר אנגעהויבן צו קוקען, געוואלדיג !! אן אוצר, דער אייבירשטער זאל ענק באצאלן מיט אלעם גוטן.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:11 pm

איך ווייס נישט ווי לאנג ס'נעמט צו מאכן 92 בלעטער אבער צו ליינען אזוי פיל וועט זיך ברויכען א גוטע פאר חדשים, אגב זענען די אלע ארטיקלן פריש (נאך נישט געווען דא אויפן וועלטעל?)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11383
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:15 pm

מיט מיין אויבערפלעכליכע איבערמישונג שיינט מיר אז רוב זענען פרישע סחורה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:24 pm

לכאורה האט געשריבן:מיט מיין אויבערפלעכליכע איבערמישונג שיינט מיר אז רוב זענען פרישע סחורה


אלעס פריש!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:27 pm

אומגלויבליך!
ענדע צדיק א סופער דזשאב געטוהן, איינס ביי איינס הערליכע אינטערסאנטע ארטיקלען.

א ריזן יישר כח.

און שטייצעך א יישר פאר אויסערן מיט לאדיך און אלע אנדערע שרייבער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:33 pm

מעכטיג, קוקט אויס זייער אינטערעסאנט, ישר כח ענדע צדיק און די אנדערע ארויסגעבערס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:36 pm

WOW, הערליך.
יישר כח ענדע צדיק.
להודיע האט געשריבן:די קליינע רעזולציע עפענט זיך עפעס נישט געהעריג, ס'זאגט אז די פי.די. עף. איז נישט גוט.

יעצט?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:38 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:די קליינע רעזולציע עפענט זיך עפעס נישט געהעריג, ס'זאגט אז די פי.די. עף. איז נישט גוט.

יעצט?

ארבעט שוין.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:39 pm

להודיע האט געשריבן:די קליינע רעזולציע עפענט זיך עפעס נישט געהעריג, ס'זאגט אז די פי.די. עף. איז נישט גוט.

רט

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 2:40 pm

ייש"כ נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן פאר די עוסקים אין די אידישע וועלטל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 3:01 pm

אומגלויבליך הערליך שיין
רייכע ארבייט גאר געשמאק

האט איינער אביסל טינט ארויסצופרינטן די 92 בלטעטער

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 3:07 pm

געוואלדיג געוואלדיג! דערווייל נאר שנעל דורכגעבליקט, זעט אויס צו זיין גאר א רייכע אינהאלט! גוטע שרייבערס, גוטע טאפיקס, און הערליך דיזיינט. וועל מיר דארפן מאכן צייט עס געהעריג דורכצוליינען.

יישר כח ענדע צדיק! און יישר כח אלע שרייבער און אלע וואס האבן צוגעהאלפן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 3:12 pm

הערליך הערליך הערליך!!

הערליכע טאפיקס, שיינע תוכן, און הערליך אויסגעלייגט!!

א שטאלץ פאר אונזער וועלטל!!

(נאך א מזל כ'האב גארנישט געשריבן אין די אויסגאבע, כ'העט דאך נישט געקענט געהעריג קאמפלימענטירן.....)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 3:17 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:הערליך הערליך הערליך!!

הערליכע טאפיקס, שיינע תוכן, און הערליך אויסגעלייגט!!

א שטאלץ פאר אונזער וועלטל!!

(נאך א מזל כ'האב גארנישט געשריבן אין די אויסגאבע, כ'העט דאך נישט געקענט געהעריג קאמפלימענטירן.....)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משה בינג און 7 געסט