"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:24 pm

זעענדיג אז דער קינדליין שטאב איז דא און קאאפערירט מיט די אייוועלט ניקים וואלט מיר געוועזן כדאי צו הערן א תשובה איבער א פראגע וואס איך האב געשטעלט דרך אגב אין אן אנדערן אשכול

אין כל חדש האט געשריבן:אפשר נישט אינגאנצן די פלאץ דא, אבער זעענדיג די קריטיק אויף א פרישע אויסגאבע, איז מיר אינטערסאנט צו אנמערקן אז אין קינדליין די שטארק דורכגעזיפטע אויסגאבע ביי ארטיקל פון זייערס א וועטעראן שרייבער, איבער כלי זמר איז אויך דא היפש אסאך וואס לענ"ד איז נישט פאסיג און אוודאי נישט פאר קליינע קינדער, ביי איין פאל האב איך מיר געריבן די אויגן נישט גלייבנדיג אז איך ליין אזאנס אין קינדליין, ער שרייבט בערך "די געפינס פון עפעס אן ארכעלאגישער גראבונג צייגט אויף דאס וואס חז"ל האבן אונז פארציילט"
איך מיין, מי נתלה במי???? די ארכעלאגישער געפינסן (וואס כמה פעמים איז שוין צושאקלט געווארן) זענען א הוכחה אויף דבריו הקדושים פון חכז"ל וואס זענען בעצמם כראי מוצק און זענען ניטאמאל זקוק צו עני הוכחות. אתמהה!!

עכ"פ זעט זיך אויס אז די אלע שרייבערס זענען באגרעניצטע מענטשעלעך און קיינער איז נישט אויסגעהיטן פון טעותים

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:29 pm

וואס איז די פראבלעם צו זאגן אז א ארכאלאגישע געפינטס שטופט מיט חז"ל?

בסך הכל זאגט ער אז דאס וואס חז"ל האבן געזאגט האט מען טאקע געטראפן, נישט חלילה אז אנדעם איז דאס נישט אמת

ווילסט זיי זאלן שרייבן אז חז"ל'ס ווערטער האבן טאקע גפראווט די ארכאלאגישע געפינסן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:30 pm

שרייבן ווי ערליכע אידן שרייבן, אז אונז אידן דארפן נישט קיין הוכחות אויף מאמרי חז"ל, און ארויסברענגען אז וואס די ארכילאגן טרעפן היינט אויס נאך כמעט 5000 יאר, האבן שוין אונזערע הייליגע חכמים געוויסט און געזעהן בכח התורה הקדושה.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

בסד
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:34 pm

גארנישט שלעכט.
חז"ל רעדן שוין פון דעם וואס זיי האבן געטראפן.

קענסט ברענגען די פונקטליכע ווערטער?

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:36 pm

א אישא פון א טישא
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:39 pm

איך האב נישט יעצט די קינדליין פארנט פון מיר, אבער געשטאכן האט מיר, די ווערטער "צייגט אויף" איך האב פרובירט צו מלמד זכות זיין און זעצן די ווערטער אנדערש, ווי דאס "צייגט. (דהיינו מראה באצבע) אויף-די ווערטער פון חז"ל"
בכל אופן איך שרייב עס אין דעם אשכול צו הערן אן ענטפער, נישט בלויז קריטיק לשם קריטיק

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:50 pm

פון רוב קאמענטארן דא שיינט ווי דער עולם ווייסט נישט פון וואס די רעדע איז, וועל איך שרייבן בקיצור
זיי ברענגן דברי חז"ל הידועים אז מ'האט געבלאזן במקדש שלש תקיעות להבדיל העם ממלאכה, און דערנאך שרייבן זיי אז ארכעלאגן האבן געפונען ארום דעם מקום המקדש א שטיין מיט אן אויפשריפט וואס רעדט פון די תקיעות (וואס זאל זיין פון די פלאץ ווי דער כהן איז געשטאנען), אויף דעם ארויף שרייבן זיי אז דער שטיין צייגט אויף דברי חז"ל וואס זאגן אז עס איז געווען תקיעות

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:11 am

יאסעלע האט געשריבן:יישר כח מערכת קינדליין פאר די שיינע ארטיקלען אין די ימים טובים אויסגאבעס.
איך האב הנאה צו זען אז זיי האבן אפיציעל אנגעהויבן צו לייגן עד'ס, אבער אין די זעלבע צייט האט עס אויך אראפגעשניטן ארטיקלען. אדרבא, לייגט עד'ס, אבער נישט אויף די חשבון פון די ארטיקלען, ס'מאכט נישט קיין גוטע רושם.

אדער גייט כאטש אראפ מיט די פרייז.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין נח

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:06 pm

.
צוגעלייגטע
photo_2018-10-08_10-56-41.jpg
photo_2018-10-08_10-56-41.jpg (220.12 KiB) געזעהן 1205 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:03 pm

אין כל חדש האט געשריבן:פון רוב קאמענטארן דא שיינט ווי דער עולם ווייסט נישט פון וואס די רעדע איז, וועל איך שרייבן בקיצור
זיי ברענגן דברי חז"ל הידועים אז מ'האט געבלאזן במקדש שלש תקיעות להבדיל העם ממלאכה, און דערנאך שרייבן זיי אז ארכעלאגן האבן געפונען ארום דעם מקום המקדש א שטיין מיט אן אויפשריפט וואס רעדט פון די תקיעות (וואס זאל זיין פון די פלאץ ווי דער כהן איז געשטאנען), אויף דעם ארויף שרייבן זיי אז דער שטיין צייגט אויף דברי חז"ל וואס זאגן אז עס איז געווען תקיעות

אבי געשאסן. זיכער צייגט עס אויף דברי חז"ל. צו מיר דארפן עס האבן אלס באווייז? אודאי נישט, אבער גארנישט שלעכט מיטן זאגן אז א שטיין צייגט.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:10 pm

האט איינער באמערקט אז די געשיכטע ליין פון שמעון חזן (קה) איז - לכאורה בטעות - די זעלבע ווי פאריגע וואך?

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:15 pm

ביותר צריך הכתוב להזהיר במקום שיש אויפגעקלערטע וואס גלייבן נישט פולשטענדיג בדברי חז"ל, מיט די ריכטיגע פעקעדזש איז עס נישט געפערליך אבער אויב דו וועסט עס ליינען אין פול קאנטעקסט (פון ווי עס פעלט די פעקעדזש) וועסטו לכאורה כאפן וואס עס פאסט נישט דא פאר א אידשע קינדער אויסגאבע

אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

תגובהדורך ארון_ליב » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:42 pm

יש מזל האט געשריבן:האט איינער באמערקט אז די געשיכטע ליין פון שמעון חזן (קה) איז - לכאורה בטעות - די זעלבע ווי פאריגע וואך?

אויך באמערקט
געכאפט ביי א טעות!
ארון נושא את נושאיו

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:50 pm

יא גלייך באמערקט די טעות אז איז איבער געחזר'ט
נישט געפערליך א גוטע חזרה
参考专家

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:53 pm

די קאווער דעי וואך איז מעכטיג
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:54 pm

אויסטערליש האט געשריבן:די קאווער דעי וואך איז מעכטיג

וואס איז אזוי מעכטיג?

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:02 pm

@אויסטערליש האט ליב פשוטע דעקלעך

#איבערצייגט כמ"פ.
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:09 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:די קאווער דעי וואך איז מעכטיג

וואס איז אזוי מעכטיג?


זייער א שיינע קאמבינעישן, די חיות מיט די מענטשן. די מאלעריי איז עפעס "אויסטערליש"
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

טייטל
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:48 pm

אין כל חדש האט געשריבן:ביותר צריך הכתוב להזהיר במקום שיש אויפגעקלערטע וואס גלייבן נישט פולשטענדיג בדברי חז"ל, מיט די ריכטיגע פעקעדזש איז עס נישט געפערליך אבער אויב דו וועסט עס ליינען אין פול קאנטעקסט (פון ווי עס פעלט די פעקעדזש) וועסטו לכאורה כאפן וואס עס פאסט נישט דא פאר א אידשע קינדער אויסגאבע

איינער וואס גלייבט אין דברי חז"ל במלוא מובן המילה, און מען זאגט עם "קוק וועסטו זעהן א ראיה צו דברי חז"ל", שוואכט עס עם גארנישט אפ, ווייל ער גלייבט סיי ווי און עס איז נאר בא'טעמ'ט צו זעהן אז דאס ווייזט זיך אויף שווארץ אויף ווייס. אבער איינער וואס קווענקלט זיך מיט די אמונה, צו עם טאר מען טאקע נישט רעדן די שפראך.
כ'מיין אז די קינדליינער'ס זענען נישט קיין 'אויפגעקלערטע', און בפרט אז קינדער זענען נישט קיין מבקשי חשבונות רבים נאר גלייבן אלעס מיט א תמימות, און זייער שכל איז נאכנישט רייף בכלל צו טראכטן טיף צו דבר פלוני וואס מען האט עם אויסגעלערענט קען יא זיין אמת אדער נישט, במילא איז עס א אישא פון א טישא, ווי איינער האט עס גוט מגדיר געווען דא פריערט.
אויב זענען דא 'אויפגעקלערטע' ערוואקסענע וואס ליינען קינדליין - וואס כ'גלייב נישט, דעמאלט זענט איהר גערעכט....

איטשע
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 7:02 am

אין כל חדש, איר זענט נישט גערעכט, אייערע טענה קומט פון א קאמפלעקס.

אונז לעבן מיר היינט אין א וועלט, און מיר האבן אלעמאל געלעבט אזוי אין א געוויסע בחינה, ווי ארום אונז קוקט מען נישט אן דברי חז״ל מיט רעספעקט. אמאל איז עס געווען קריסטליכע גלחים, האט עסנישט געהאט קיין דרויסע השפעה. אבער היינט צו טאג וועןם עס איז אינטעליגענטע סייענטיסטן - האט עס קלאר אן השפעה, אויף אונז און אויך אונזערע קינדער. בפרט אז אשנטאטס מיר זאלן זיך ספראווען און אויפווייזן אונזערע קינדער אז זיין זענען נישט גערעכט, זענען מיר פשוט איגנאראנט.
יעדער הערט, יעדער ווייסט עס, יעדער ווערט דערמיט דעמעזשד, איינער מער איינער ווייניגער, איינער מערקט עס און איינער מערקסט עס גארנישט, צו מען וויל מודה זיין צו נישט.
דעריבער יעדעס מאל וואס מען טרעפט א ראיה צו חז״ל, הגם מיר דארפן טעכניש נישט צוקומען דערצו, דאך טוט עס קלענער מאכן די דעמעזש, פון וואס מען הערט זיך איין אויף א טעגליכע פארנעם.

כווייס אז נישט אלע פון . אייך גיין עפענטליך מודה זיין צו דעם, אבער אזוי איז עס ליידער.
הנעלנ״ד כתבתי.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:13 am

חולין ס:
אמר רב חנן בר רבא (דברים יד, ז) השסועה בריה בפני עצמה היא שיש לה שני גבין ושני שדראות וכי משה רבינו קניגי היה או בליסטרי היה מכאן תשובה לאומר אין תורה מן השמים

לויט די שמועס דא האט רב חנן אפגעשוואכט די אמונה אין תורה מן השמים!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:47 am

איינס האט געשריבן:
חולין ס:
אמר רב חנן בר רבא (דברים יד, ז) השסועה בריה בפני עצמה היא שיש לה שני גבין ושני שדראות וכי משה רבינו קניגי היה או בליסטרי היה מכאן תשובה לאומר אין תורה מן השמים

לויט די שמועס דא האט רב חנן אפגעשוואכט די אמונה אין תורה מן השמים!

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4088
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 2:32 pm

אינעם סוכות קינדליין איז געווען צוויי געזונטע טעותים און א געמיש פון יוצרות, וואס פאסט נישט פאר אזא אויסגאבע. איינס איז דער בילד ווי קאשוי רב זצ"ל שאקלט לולב, וואס ביים בילד שטייט אז דאס איז קיוויאשדער רב זצ"ל, כאטש וואס די צוויי קוקן נישטאמאל אויס ווי ווייטע קרובים. אזוי אויך ביים בילד פון קרעטשניפער רבי זצ"ל ביי נטילת לולב, שטייט געשריבן אז דאס איז קאשוי רב, וואס כאטש זיי זענען געווען מחותנים, האבן זיי נישט געהאט קיין ענליכע שטריכן. (ביי דעם בילד קען מען אולי דן לכף זכות זיין, וויבאלד מ'זעט אים איבערגעדעקט די פנים מיט'ן טלית, אלזא קען מען ווען אויך שרייבן אז דאס איז סקאליע רבי...)
צוגעלייגטע
טעות.JPG
טעות.JPG (86.4 KiB) געזעהן 499 מאל
טעות (1).JPG
טעות (1).JPG (23.12 KiB) געזעהן 499 מאל
דביה תחדי נפשא

איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:44 pm

אין ארץ ישראל

תגובהדורך איציק מעכל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:09 pm

ווייסט איינער וועלכע געשעפט אין ירושלים האט די קינדליין? געווען אין געשעפטן וואס פארקויפן די אידישע אויסגאבעס און זיי האבן עס נישט געהאט.
א דאנק

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:52 pm

געווענליך ליין איך נישט די קינדליין, אפי' איך האב געמאכט א סאבסקריפשאן פאר די קינדער און ס'דרייט זיך ארום ביי מיר אינדערהיים, אבער די וואך איז עס אזוי ארומגעלעגן פונקט אפן צום בלעטל פון 'שמועסן' מיט מענטשן, זעה איך אז ס'דא א שמועס מיט ר' הערשל פרידמאן. נו נו! וואס האט מיר אבער געכאפט איז אז די בילדער אין די זייט זענען בילדער פון 'ספעיס שאטלס'. דא בין איך נייגעריג געווארן וויפיהל ר' הערשל ווייסט שוין פון ראקעטן צו זאגן עד כדי כך מ'זאל אזש מאכן א גאנצע שמועס מיט איהם דערוועגן!?

לייענענדיג די פראגן וואס די 'אינטערוויא'ער' פרעגט איהם, זעה איך אז דאס איז קיין אינטערוויא נישט, נאר א פשוטע ארטיקל!! אבער לייענענדיג קעפלעך און אנהייבענדיג אריינפארן אין די נאכפאלגענדיגע פאראגראפן, האב איך מחליט געווען אז כ'מוז זיך געהעריג אוועקזעצן און געהעריג דורך לייענען.

נאכן פארטיגן, האב איך קיין סעקונדע נישט חרטה געהאט, ווייל כ'האב זיך ממש ממש באלעקט מיט יעדע פאראגראף וואס איך האב געליינט. די ארטיקל אין איין ווארט שלאגט פאר אז די דור הפלגה איז נישט געווען אזוי פשוט ווי כ'האב ביז היינט געמיינט, נאר זיי האבן גאר געהאט א פלאן אנצוקומען צו ספעיס, און זיך באזעצן אויף די לבנה!

(די ארטיקל איז שטארק געבויעט מיט מקורות אויף יעדע ריר און אינמיטן ברענגט ער אראפ א שטיקל פון ר' יונתן אייבעשיץ וואס שרייבט אז זיי האבן שוין געוויסט חכמת ה'אטמעספער' וואס פארשווערט די ראקעט פון זיך אויפהייבן ממילה האבן זיי פשוט גאוואלט ארויסקריכן פונעם אטמאספער!)

אינמיטן לייענען בין איך ממש אויפגעשפרינגען ווען כ'האב געטראפן א זוהר וואס איך זוך שוין אזוי בערך 5 יאר! די ערשטע מאל האב איך עס געזעהן דאכצעך שנת תשע"ג אין די עדיטאריעל פון א טעכנעלאגיע און ערפונדונגס ביילאגע פון די ענגלישע המודיע'ס סוכות אויסגאבע. כ'האב שוין כמה פעמים איבערגעהערט די זוהר זינט דאן, אבער איך האב עס געוואלט זעהן אינערווייניג, אבער קיין מקור האט קיינער נישט געברענגט. האב איך געקלערט אז אזא אינטרעסאנטע זוהר דארף איך מיטטיילן און מעתיק זיין דעם לשון פארן עולם.

די זוהר שרייבט בפירוש אז אין שנת ה'ת"ר וועלן זיך עפענען די שערי חכמה. ווען מ'רעכענט עס אויס קומט דאס אויס צו 1840 למספרם, וואס ווי באקאנט איז בערך אין יענע תקופה רייף געווארן די ערפונדונג פון עלעקטריציטעט וואס מען האט שוין געפארשט פון בערך 1200 למס', און פון דאן האבן זיך נישט אויפגעהערט די ערפונדונגען ממש אויף אן 'עקספאנענשאל' פארנעם!! נאך אסאך זאכן למשל באנען וכדו', אבער דאס איז די עיקר לדעתי)

והנה לפניך לשון הזוהר בפרשתן:

וּבְשִׁית מְאָה שְׁנִין לִשְׁתִיתָאָה יִתְפַּתְּחוּן תַּרְעֵי דְחָכְמְתָא לְעֵילָא וּמַבּוּעֵי דְחָכְמְתָא לְתַתָּא וְיִתְתַּקַּן עַלְמָא לְאָעֳלָא בִּשְׁבִיעָאָה. כְּבַר נָשׁ דְּמִתְתַּקַּן בְּיוֹמָא שְׁתִיתָאָה מֵכִי עָרַב שִׁמְשָׁא לְאֲעָלָא בְּשַׁבַּתָּא. אוּף הָכִי נָמֵי. וְסִימָנִיךְ (בראשית ז) בִּשְׁנַת שֵׁשׁ מֵאוֹת שָׁנָה לְחַיֵּי נֹחַ וְגו' נִבְקְעוּ כָּל מַעְיְינוֹת תְּהוֹם רַבָּה.

איך האב נישט אויסגעשמועסט דא די גאנצע ארטיקל, ס'איז נאר צוויי נקודות, ווער ס'האט דאס אינדערהיים קען עם אליין גיין לייענען.

יישר כח קינדליין פארן צושטעלן אזא אנפארמאטיווע אויסגאבע פאר די קינדער, וואס שטעלט צו אזא הויעכע ניווא ליין מאטיריאל אפי' פאר ערוואקסענע!!

(ס'האט מיר אביסל געבאדערט די וועג וויזוי די ארטיקל ענדיגט זיך אזוי פלוצלינג, אבער מעט פארקוקן...)
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט