"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אייגנארטיג האט געשריבן:געקויפט לכבוד יום טוב

לדעתי אביסל צופיל אויפגעשפילט זושא'לע, כ'פארשטיי אז דאס איז א סטראנג פאונט פאר קינדליין'ס פרעסטיזש און קאנטינאעטי אבער מיט א מאס

אויך געקויפט פאר יום טוב.

מיר (מיר, אבער די קינדער האבן יא איידענטיפייד מיט זושא'לע און עס האט געהאט דער נויטיגער ברענד אפעקט וואס איז טאקע דער כוונה) האט מער געשטערט דאס אויפבלאזן זושא'לע אנשטאט נעמען ריספאנסעבילעטי ווער דער נייער טיעם איז, אבער זינט עס איז דאך contentious פארשטיי איך עס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קאפיטאן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:16 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיטאן »

נישט באקומען גארנישט דערווייל און איך בין סאבסקרייבט
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

געקויפט אויף יום טוב און הנאה געהאט, היבש תוכנ'דיג, אזויווי די אלטע טאטעליין.
די ערוב ביילאגע געווען זייער תוכן'דיג און אינטערעסאנט.
אבער... וואלט געמעגט זיין דיקער לכבוד יו"ט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויך געקויפט און הנאה געהאט.
קען נאך ניצן א שטיקל שאקל אבער עס איז געווען דערפרישענד צו זעהן די אלטע פנים׳ער צוריק
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פרישע קישקע האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איך קום נישט אן צו ליינען קיין איינס, אבער מיינע קינדער זאגן אז הגם די הונדערט איז דיקער, איז אבער די קינדליין אינטערסאנטער און מער קאלירדיגע בעגראונד.

מיינס צי זאגן ציגעוואוינט צי די גראפיק אין ארטיקלען


צום סוף האב איך יא געכאפט אפאר מינוט צו ליינען די נייע קינדליין. וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין זייער דיסעפוינטעד. די קוואליטי פון די קאמיקס רירט אהן די פאדלאגע, אזעלכע בילדער פון נישט עכטע מענטשן -מער ענליך צו מאלפע צורות - עקטן דארט. עס דערמאנט מיך פון די קינדערלעך און נאך....

עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אמאליגע קינדליין (און צו די היינטיגע הונדערט) וואס די קאמיקס רעדט ווערטער!!! עס איז אראפגעלייגט מיט כמעט לעבעדיגע צורות פון מענטשן, געמאלן ספעציעל און פאכמאניש אז מען פילט זיך ווי מען איז האלבוועגס דארט, אנדערש ווי די דינע כמו מענטשעלעך וואס האבן זיך באזעצט אין די קינדליין קאמיקס. נאכ'ן דאס ערווענען פאר מיין אידענע, האט זי געזאגט אז זי האט די געהאט די זעלבע געפיל.

פארוואס זאג איך אייך דאס? איר זאל וויסן! און דאס פארריכטן!

דערווייל וועלן מיר זיך באגנוגען מיט די נייע הערליכע אויסגאבע "הונדערט" ביז די קינדליין וועט צוריקקומען צו איר אמאליגע ווערט אז עס זאל כאטשיג זיין אויפ'ן וואגשאהל מיט הונדערט, דערווייל זעהט אויס ווי די הונדערט פלאגט זיך מער אריינצולייגן מער קוואליטי.

איבער די טענה פון מיינע קינדער אויף די הונדערט אז עס האט ווייניגער קאליר אין די בעקגראונד, איז דאס אויך א נקודה וואס איז לכאורה ווערט צו פארריכטן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

טראק דרייווער האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איך קום נישט אן צו ליינען קיין איינס, אבער מיינע קינדער זאגן אז הגם די הונדערט איז דיקער, איז אבער די קינדליין אינטערסאנטער און מער קאלירדיגע בעגראונד.

מיינס צי זאגן ציגעוואוינט צי די גראפיק אין ארטיקלען


צום סוף האב איך יא געכאפט אפאר מינוט צו ליינען די נייע קינדליין. וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין זייער דיסעפוינטעד. די קוואליטי פון די קאמיקס רירט אהן די פאדלאגע, אזעלכע בילדער פון נישט עכטע מענטשן -מער ענליך צו מאלפע צורות - עקטן דארט. עס דערמאנט מיך פון די קינדערלעך און נאך....

עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אמאליגע קינדליין (און צו די היינטיגע הונדערט) וואס די קאמיקס רעדט ווערטער!!! עס איז אראפגעלייגט מיט כמעט לעבעדיגע צורות פון מענטשן, געמאלן ספעציעל און פאכמאניש אז מען פילט זיך ווי מען איז האלבוועגס דארט, אנדערש ווי די דינע כמו מענטשעלעך וואס האבן זיך באזעצט אין די קינדליין קאמיקס. נאכ'ן דאס ערווענען פאר מיין אידענע, האט זי געזאגט אז זי האט די געהאט די זעלבע געפיל.

פארוואס זאג איך אייך דאס? איר זאל וויסן! און דאס פארריכטן!

דערווייל וועלן מיר זיך באגנוגען מיט די נייע הערליכע אויסגאבע "הונדערט" ביז די קינדליין וועט צוריקקומען צו איר אמאליגע ווערט אז עס זאל כאטשיג זיין אויפ'ן וואגשאהל מיט הונדערט, דערווייל זעהט אויס ווי די הונדערט פלאגט זיך מער אריינצולייגן מער קוואליטי.

איבער די טענה פון מיינע קינדער אויף די הונדערט אז עס האט ווייניגער קאליר אין די בעקגראונד, איז דאס אויך א נקודה וואס איז לכאורה ווערט צו פארריכטן.

א מין מעשיגאס.
וויאזוי זענען די ארטיקלען?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

מיינע קינדער זענען געווען גאר צופרידן פון די קינדליין, סיי די קוואליטעט פון די באשרייבונגען, סיי פון די שיינע קאמיקס. איין טענה, ער האט צו ווייניג אדווערטייזמענטס..
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

די כינעזע קאמיקס איז גארנישט אינטערשטעליג פון א 'אמאליגע' קינדליין. אויך די ארטיקלען זענען נישט אוועק צו מאכן, אבער דאס איז אמת זיי האבן נאך א שטיקל וועג צו גיין. לאמיר זען וויאזוי זאכן גייען זיך אויסקאכן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

די כינעזע קאמיקס האט מיר גראדע געצויגן. כאטש כ'בין א שטארקע מתנגד פאר קאמיקס בכלליות. נו שוין
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי איינער »

די ארטיקלען אינעם יו"ט קינדליין זענען געווען זייער תוכנ'דיג, מ'זעהט עס איז אריין ארבעט אין די ארטיקלען.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

AC1C8750-1DF5-4C02-B0DC-4F7278B43042.jpeg
AC1C8750-1DF5-4C02-B0DC-4F7278B43042.jpeg (673.08 KiB) געזען 2343 מאל
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

די אויבן דערמאנט האב איך באקומען אין די פאסט פרייטאג
אין טאקע נאר באקומען די קינדליין אין נישט הונדרעט
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

וואס האלט די עולם?

ביי די קאמיקס מעשה פון ר' יהודה בר אלעי, על פי מקורות אין חז"ל איז עס געווען מיט א מטרניתא. איך פארשטיי די פראבלעם פון מאלן א מטרינתא, אבער עס אויפטוישן אויף א זכר איז א אחריות.

ווי אויך ביי די פיצא רעסעפי, צו שרייבן אז פיצא איז אזוי נישט מיר נישט דיר א מזונות, דארף א הוראת חכם. איך וואלט עקספעקטעד צו זען כאטש צוגלייגט אז באופן וואס מ'עסט עס אויף א קביעת סעודה דארף מען זיך וואשן, מאכן המוציא, און בענטשן ברכת המזון.

בין איך גערעכט?
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

אין קהלת רבה וואס איז דארט צוגעצייכנט שטייט אז די מעשה מיט רבי יהודה איז געווען בעובד כוכבים אחד. ואתי שפיר.

זייער שטארק הנאה געהאט פון קינדליין פ' שמיני. מיינע קינדער מוטשן מיר שטארק צו קויפן יעדע וואך און כ'וועל אפשר נאכגעבן, ווייל שטילערהייט איז עס אינטערסאנט אויך פאר מיר....
הושענא, חנה דוד, הושענא!
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

גערעכט. טעיתי. יישר כח קרית חנה. איך בעט איבער די מעלער.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גלות איד האט געשריבן:וואס האלט די עולם?


ווי אויך ביי די פיצא רעסעפי, צו שרייבן אז פיצא איז אזוי נישט מיר נישט דיר א מזונות, דארף א הוראת חכם. איך וואלט עקספעקטעד צו זען כאטש צוגלייגט אז באופן וואס מ'עסט עס אויף א קביעת סעודה דארף מען זיך וואשן, מאכן המוציא, און בענטשן ברכת המזון.

בין איך גערעכט?


ברוך שכוונתי

די צווי ארטיקלן פון ר' דוד שפיטצער מיט ברנשטיין איז חבל על דאבדין.
די נייע האט א וועג צו גיין.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:אין קהלת רבה וואס איז דארט צוגעצייכנט שטייט אז די מעשה מיט רבי יהודה איז געווען בעובד כוכבים אחד. ואתי שפיר.

זייער שטארק הנאה געהאט פון קינדליין פ' שמיני. מיינע קינדער מוטשן מיר שטארק צו קויפן יעדע וואך און כ'וועל אפשר נאכגעבן, ווייל שטילערהייט איז עס אינטערסאנט אויך פאר מיר....

די הונדערט אויך אדער נאר קינדליין?
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

פארוואס טראכטסו אז כ'האב בכלל געקויפט די הונדערט? נישט אלע אויסגאבעס קויף איך יעדע וואך
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך קוק זיך צו דא אביסל פון דער זייט, זייער אינטערעסאנט וואס דא טוט זיך...

ווי נאר איינער שרייבט אז ער האט הנאה געהאט, שפרינגט א צווייטער אריין מיט קריטיק, ווי ער וואלט אנגעשטעלט אן אלערט אויף דעם אשכול. איינער דרוקט אויס זיין הנאה פון קינדליין, מוז גלייך קומען די פראגע וואס ער זאגט צו הונדערט. און אפשר האט ער מתחילה נישט געקויפט דעם הונדערט? און אפשר האט ער עס יא געקויפט נאר ער האלט עס נאך אינמיטן ליינען? און אפשר האט ער עס יא געקויפט, געענדיגט צו ליינען, און עס האט אים נישט געכאפט?

איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, און געוויס זענען טייל פון די פראגעס בתמימות און טייל פונעם קריטיק אויפריכטיג, אבער די אלגעמיינע בילד מאכט אזא רושם. מאיזה סיבה טרעף איך נישט אינעם הונדערט אשכול אז מען זאל די גאנצע צייט צוריקשפרינגען צו קינדליין, עפעס פאלט דארט נישט איין צו פרעגן פון קאמפלימענטירער אויב זיי האבן נישט פערצופאל מער הנאה געהאט פון קינדליין. ודי בזה.


גראדע האב איך אסאך צו זאגן און פארגלייכן צווישן די צוויי אויסגאבעס. איך האב יא געקויפט ביידע, און געזיצן און איבערגעליינט בלאט ביי בלאט און קאלום ביי קאלום, צוזאמען מיט מיינע קלוגע און ערוואקסענע קינדערלעך קע"ה. איך האב זיי איבערגעפרעגט וואס האט זיי געכאפט פון דא און וואס האט זיי געכאפט פון דארט, וואס האבן זיי זיך געלערנט עפעס ניי און וואס גייען זיי מיטנעמען אויף ווייטער. און אזוי האב איך געפאסט מיין באשלוס.

פערזענליך האב איך אפגעשריבן מיינע דעטאלירטע קאמענטארן, אין איבער צוועלף טויזנט אותיות, אבער איך גיי עס נישט ארויפשטעלן ווייל איך בין נישט דא אראפצורייסן. מיין אויספיר, נאך איבער צוואנציג עקסטערע שיקולים, איז אז קינדליין איז ביי מיר דורכאויס בעפארצוגט.
איך בין באמת נתפעל פון וויפיל עכטע תוכן ליגט דערין, אראפגעלייגט אויף די בעסטע וועג פאר קינדער. נאכאמאל, איך צייל דא מיינע ווערטער ווייל איך וויל נישט אראפקלאפן, אבער איך פלעג פון צייט צו צייט קויפן די אמאליגע קינדליין און נישט געשעפט אזויפיל נחת דערפון. שוין אפגערעדט אז די יעצטיגע קינדליין איז (על דרך כלל) אויף א העכערע ניווא ווי די אנדערע יעצטיגע קינדער אויסגאבעס.
און אז מען טראכט נאך אריין אז דאס אלעס האט דער נייער רעדאקטאר צאמגעשטעלט אין אזא קורצע צייט, יש מאין! איך וואלט דאס נישט געקענט באווייזן, און איך גלייב שווער אז איינער פון די קריטיקירער דא וואלט יא געקענט. דאס מיינט אויך אז קינדליין האט נאך אסאך מער פאטענציאל צו וואקסן און זיך פארבעסערן.

איך קען אפשר האבן נגיעות, (אונטערן באוואוסטזיין האט אפשר אפילו משפיע געווען דער אומסימפאטישער ריח וואס האט זיך געהויבן פון איינע פון די אויסגאבעס פונקט ווען איך האב מחליט געווען עס צו קויפן :o ), אבער דאס איז וואס איך האלט באמת - באזירט אויף פאקטישע זאכן. קיינער צאלט מיר נישט צו שרייבן די תגובה, און איך פארדין נישט קיין געלט פון דעם וואס קינדליין פארקויפט זיך אדער הונדערט נישט.

אבער ווידעראמאל, איך רייס נישט אראפ קיין איינע פון זיי. הונדערט איז אויך א וואוילע אויסגאבע, טייל קאלומען דערפון זענען אפילו אויף העכערע ניווא (איבערהויפט דארף דערמאנט ווערן "תנאים ואמוראים" פון הרב מיללער, וואס קינדליין האט נישט). וואלט איך נישט געווען אזוי קלויבעריש, וואלט איך מעגליך ווייטער געקויפט ביידע.

--

האקט
לעצט פארראכטן דורך Yang2020 אום מאנטאג אפריל 12, 2021 11:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א שיינער תגובה הרב יענג
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

ר' יענג האט גוט ארויסגעברענגט וואס איך האב אויך געטראכט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

גאם
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

Yang2020 האט געשריבן:איך קוק זיך צו דא אביסל פון דער זייט, זייער אינטערעסאנט וואס דא טוט זיך...

ווי נאר איינער שרייבט אז ער האט הנאה געהאט, שפרינגט א צווייטער אריין מיט קריטיק, ווי ער וואלט אנגעשטעלט אן אלערט אויף דעם אשכול. איינער דרוקט אויס זיין הנאה פון קינדליין, מוז גלייך קומען די פראגע וואס ער זאגט צו הונדערט. און אפשר האט ער מתחילה נישט געקויפט דעם הונדערט? און אפשר האט ער עס יא געקויפט נאר ער האלט עס נאך אינמיטן ליינען? און אפשר האט ער עס יא געקויפט, געענדיגט צו ליינען, און עס האט אים נישט געכאפט?

איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, און געוויס זענען טייל פון די פראגעס בתמימות און טייל פונעם קריטיק אויפריכטיג, אבער די אלגעמיינע בילד מאכט אזא רושם. מאיזה סיבה טרעף איך נישט אינעם הונדערט אשכול אז מען זאל די גאנצע צייט צוריקשפרינגען צו קינדליין, עפעס פאלט דארט נישט איין צו פרעגן פון קאמפלימענטירער אויב זיי האבן נישט פערצופאל מער הנאה געהאט פון קינדליין. ודי בזה.


גראדע האב איך אסאך צו זאגן און פארגלייכן צווישן די צוויי אויסגאבעס. איך האב יא געקויפט ביידע, און געזיצן און איבערגעליינט בלאט ביי בלאט און קאלום ביי קאלום, צוזאמען מיט מיינע קלוגע און ערוואקסענע קינדערלעך קע"ה. איך האב זיי איבערגעפרעגט וואס האט זיי געכאפט פון דא און וואס האט זיי געכאפט פון דארט, וואס האבן זיי זיך געלערנט עפעס ניי און וואס גייען זיי מיטנעמען אויף ווייטער. און אזוי האב איך געפאסט מיין באשלוס.

פערזענליך האב איך אפגעשריבן מיינע דעטאלירטע קאמענטארן, אין איבער צוועלף טויזנט אותיות, אבער איך גיי עס נישט ארויפשטעלן ווייל איך בין נישט דא אראפצורייסן. מיין אויספיר, נאך איבער צוואנציג עקסטערע שיקולים, איז אז קינדליין איז ביי מיר דורכאויס בעפארצוגט.
איך בין באמת נתפעל פון וויפיל עכטע תוכן ליגט דערין, אראפגעלייגט אויף די בעסטע וועג פאר קינדער. נאכאמאל, איך צייל דא מיינע ווערטער ווייל איך וויל נישט אראפקלאפן, אבער איך פלעג פון צייט צו צייט קויפן די אמאליגע קינדליין און נישט געשעפט אזויפיל נחת דערפון. שוין אפגערעדט אז די יעצטיגע קינדליין איז (על דרך כלל) אויף א העכערע ניווא ווי די אנדערע יעצטיגע קינדער אויסגאבעס.
און אז מען טראכט נאך אריין אז דאס אלעס האט דער נייער רעדאקטאר צאמגעשטעלט אין אזא קורצע צייט, יש מאין! איך וואלט דאס נישט געקענט באווייזן, און איך גלייב שווער אז איינער פון די קריטיקירער דא וואלט יא געקענט. דאס מיינט אויך אז קינדליין האט נאך אסאך מער פאטענציאל צו וואקסן און זיך פארבעסערן.

איך קען אפשר האבן נגיעות, (אונטערן באוואוסטזיין האט אפשר אפילו משפיע געווען דער אומסימפאטישער ריח וואס האט זיך געהויבן פון איינע פון די אויסגאבעס פונקט ווען איך האב מחליט געווען עס צו קויפן :o ), אבער דאס איז וואס איך האלט באמת - באזירט אויף פאקטישע זאכן. קיינער צאלט מיר נישט צו שרייבן די תגובה, און איך פארדין נישט קיין געלט פון דעם וואס קינדליין פארקויפט זיך אדער הונדערט נישט.

אזויפיל יא, אויב קויפט איר דעם אויסגאבע נישט אזוי ווייט צום ליינען ווי צום קוקן, דהיינו פאר די קאמיקס, קען זיך אפשר ענדערש לוינען צו קויפן הונדערט. לויט וואס דער עולם זאגט (איך פארשטיי נישט דערצו) אז זיי זענען בעסער געצייכנט.
ביי מיר איז דאס אבער אויב עפעס נאך א מעלה פון קינדליין, הגם איך האב מורא אז די מעלה וועט נישט לאנג אנהאלטן נאך דרוק פונעם ציבור :-(

אבער ווידעראמאל, איך רייס נישט אראפ קיין איינע פון זיי. הונדערט איז אויך א וואוילע אויסגאבע, טייל קאלומען דערפון זענען אפילו אויף העכערע ניווא (איבערהויפט דארף דערמאנט ווערן "תנאים ואמוראים" פון הרב מיללער, וואס קינדליין האט נישט). וואלט איך נישט געווען אזוי קלויבעריש, וואלט איך מעגליך ווייטער געקויפט ביידע.

--

האקט

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אזוי ריכטיג. אונז געדענק מיר נאך ווען יעדע ווארט קרטיק אין דעם אשכול איז געפלויגן כהרף עין, און איצט... והמבין יבין.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך האב געליינט די נייע קינדליין איך מוז זאגן אז סאיז א עכטע אפגרעיד, אנשטאט אריינצוקומען נאכאמאל מיט זייער אלטן סטיל פון קאמיקס בעיקר מיט וואס זיי וואלטן יעצט געהאט א שווערן פעלד מיטן קאמפאטישן, האבן זיי כמעט נישט קיין קאמיקס אבער זייער רייכע שרייב ארבעט אינטערסאנט פאר יונג און אלט, ווען "הונדערט" האט עדווערטייזט אז זיי גייען מאכן טשעינדזשעס האב איך געהאפט אז סגייט אויסקוקן אזויווי די נייע קינדליין קוקט אויס.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”