"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18788
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
וואס איז די פראבלעם צו זאגן אז א ארכאלאגישע געפינטס שטופט מיט חז"ל?
בסך הכל זאגט ער אז דאס וואס חז"ל האבן געזאגט האט מען טאקע געטראפן, נישט חלילה אז אנדעם איז דאס נישט אמת
ווילסט זיי זאלן שרייבן אז חז"ל'ס ווערטער האבן טאקע גפראווט די ארכאלאגישע געפינסן?

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
שרייבן ווי ערליכע אידן שרייבן, אז אונז אידן דארפן נישט קיין הוכחות אויף מאמרי חז"ל, און ארויסברענגען אז וואס די ארכילאגן טרעפן היינט אויס נאך כמעט 5000 יאר, האבן שוין אונזערע הייליגע חכמים געוויסט און געזעהן בכח התורה הקדושה.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

- אויסטערליש
- שר מאה
- תגובות: 190
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

פון רוב קאמענטארן דא שיינט ווי דער עולם ווייסט נישט פון וואס די רעדע איז, וועל איך שרייבן בקיצור
זיי ברענגן דברי חז"ל הידועים אז מ'האט געבלאזן במקדש שלש תקיעות להבדיל העם ממלאכה, און דערנאך שרייבן זיי אז ארכעלאגן האבן געפונען ארום דעם מקום המקדש א שטיין מיט אן אויפשריפט וואס רעדט פון די תקיעות (וואס זאל זיין פון די פלאץ ווי דער כהן איז געשטאנען), אויף דעם ארויף שרייבן זיי אז דער שטיין צייגט אויף דברי חז"ל וואס זאגן אז עס איז געווען תקיעות

יאסעלע האט געשריבן:יישר כח מערכת קינדליין פאר די שיינע ארטיקלען אין די ימים טובים אויסגאבעס.
איך האב הנאה צו זען אז זיי האבן אפיציעל אנגעהויבן צו לייגן עד'ס, אבער אין די זעלבע צייט האט עס אויך אראפגעשניטן ארטיקלען. אדרבא, לייגט עד'ס, אבער נישט אויף די חשבון פון די ארטיקלען, ס'מאכט נישט קיין גוטע רושם.
אדער גייט כאטש אראפ מיט די פרייז.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
אין כל חדש האט געשריבן:פון רוב קאמענטארן דא שיינט ווי דער עולם ווייסט נישט פון וואס די רעדע איז, וועל איך שרייבן בקיצור
זיי ברענגן דברי חז"ל הידועים אז מ'האט געבלאזן במקדש שלש תקיעות להבדיל העם ממלאכה, און דערנאך שרייבן זיי אז ארכעלאגן האבן געפונען ארום דעם מקום המקדש א שטיין מיט אן אויפשריפט וואס רעדט פון די תקיעות (וואס זאל זיין פון די פלאץ ווי דער כהן איז געשטאנען), אויף דעם ארויף שרייבן זיי אז דער שטיין צייגט אויף דברי חז"ל וואס זאגן אז עס איז געווען תקיעות
אבי געשאסן. זיכער צייגט עס אויף דברי חז"ל. צו מיר דארפן עס האבן אלס באווייז? אודאי נישט, אבער גארנישט שלעכט מיטן זאגן אז א שטיין צייגט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24251
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- אויסטערליש
- שר מאה
- תגובות: 190
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am
- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1056
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
- אויסטערליש
- שר מאה
- תגובות: 190
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am
אין כל חדש האט געשריבן:ביותר צריך הכתוב להזהיר במקום שיש אויפגעקלערטע וואס גלייבן נישט פולשטענדיג בדברי חז"ל, מיט די ריכטיגע פעקעדזש איז עס נישט געפערליך אבער אויב דו וועסט עס ליינען אין פול קאנטעקסט (פון ווי עס פעלט די פעקעדזש) וועסטו לכאורה כאפן וואס עס פאסט נישט דא פאר א אידשע קינדער אויסגאבע
איינער וואס גלייבט אין דברי חז"ל במלוא מובן המילה, און מען זאגט עם "קוק וועסטו זעהן א ראיה צו דברי חז"ל", שוואכט עס עם גארנישט אפ, ווייל ער גלייבט סיי ווי און עס איז נאר בא'טעמ'ט צו זעהן אז דאס ווייזט זיך אויף שווארץ אויף ווייס. אבער איינער וואס קווענקלט זיך מיט די אמונה, צו עם טאר מען טאקע נישט רעדן די שפראך.
כ'מיין אז די קינדליינער'ס זענען נישט קיין 'אויפגעקלערטע', און בפרט אז קינדער זענען נישט קיין מבקשי חשבונות רבים נאר גלייבן אלעס מיט א תמימות, און זייער שכל איז נאכנישט רייף בכלל צו טראכטן טיף צו דבר פלוני וואס מען האט עם אויסגעלערענט קען יא זיין אמת אדער נישט, במילא איז עס א אישא פון א טישא, ווי איינער האט עס גוט מגדיר געווען דא פריערט.
אויב זענען דא 'אויפגעקלערטע' ערוואקסענע וואס ליינען קינדליין - וואס כ'גלייב נישט, דעמאלט זענט איהר גערעכט....
אין כל חדש, איר זענט נישט גערעכט, אייערע טענה קומט פון א קאמפלעקס.
אונז לעבן מיר היינט אין א וועלט, און מיר האבן אלעמאל געלעבט אזוי אין א געוויסע בחינה, ווי ארום אונז קוקט מען נישט אן דברי חז״ל מיט רעספעקט. אמאל איז עס געווען קריסטליכע גלחים, האט עסנישט געהאט קיין דרויסע השפעה. אבער היינט צו טאג וועןם עס איז אינטעליגענטע סייענטיסטן - האט עס קלאר אן השפעה, אויף אונז און אויך אונזערע קינדער. בפרט אז אשנטאטס מיר זאלן זיך ספראווען און אויפווייזן אונזערע קינדער אז זיין זענען נישט גערעכט, זענען מיר פשוט איגנאראנט.
יעדער הערט, יעדער ווייסט עס, יעדער ווערט דערמיט דעמעזשד, איינער מער איינער ווייניגער, איינער מערקט עס און איינער מערקסט עס גארנישט, צו מען וויל מודה זיין צו נישט.
דעריבער יעדעס מאל וואס מען טרעפט א ראיה צו חז״ל, הגם מיר דארפן טעכניש נישט צוקומען דערצו, דאך טוט עס קלענער מאכן די דעמעזש, פון וואס מען הערט זיך איין אויף א טעגליכע פארנעם.
כווייס אז נישט אלע פון . אייך גיין עפענטליך מודה זיין צו דעם, אבער אזוי איז עס ליידער.
הנעלנ״ד כתבתי.
אונז לעבן מיר היינט אין א וועלט, און מיר האבן אלעמאל געלעבט אזוי אין א געוויסע בחינה, ווי ארום אונז קוקט מען נישט אן דברי חז״ל מיט רעספעקט. אמאל איז עס געווען קריסטליכע גלחים, האט עסנישט געהאט קיין דרויסע השפעה. אבער היינט צו טאג וועןם עס איז אינטעליגענטע סייענטיסטן - האט עס קלאר אן השפעה, אויף אונז און אויך אונזערע קינדער. בפרט אז אשנטאטס מיר זאלן זיך ספראווען און אויפווייזן אונזערע קינדער אז זיין זענען נישט גערעכט, זענען מיר פשוט איגנאראנט.
יעדער הערט, יעדער ווייסט עס, יעדער ווערט דערמיט דעמעזשד, איינער מער איינער ווייניגער, איינער מערקט עס און איינער מערקסט עס גארנישט, צו מען וויל מודה זיין צו נישט.
דעריבער יעדעס מאל וואס מען טרעפט א ראיה צו חז״ל, הגם מיר דארפן טעכניש נישט צוקומען דערצו, דאך טוט עס קלענער מאכן די דעמעזש, פון וואס מען הערט זיך איין אויף א טעגליכע פארנעם.
כווייס אז נישט אלע פון . אייך גיין עפענטליך מודה זיין צו דעם, אבער אזוי איז עס ליידער.
הנעלנ״ד כתבתי.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18788
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
חולין ס:
אמר רב חנן בר רבא (דברים יד, ז) השסועה בריה בפני עצמה היא שיש לה שני גבין ושני שדראות וכי משה רבינו קניגי היה או בליסטרי היה מכאן תשובה לאומר אין תורה מן השמים
לויט די שמועס דא האט רב חנן אפגעשוואכט די אמונה אין תורה מן השמים!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אינעם סוכות קינדליין איז געווען צוויי געזונטע טעותים און א געמיש פון יוצרות, וואס פאסט נישט פאר אזא אויסגאבע. איינס איז דער בילד ווי קאשוי רב זצ"ל שאקלט לולב, וואס ביים בילד שטייט אז דאס איז קיוויאשדער רב זצ"ל, כאטש וואס די צוויי קוקן נישטאמאל אויס ווי ווייטע קרובים. אזוי אויך ביים בילד פון קרעטשניפער רבי זצ"ל ביי נטילת לולב, שטייט געשריבן אז דאס איז קאשוי רב, וואס כאטש זיי זענען געווען מחותנים, האבן זיי נישט געהאט קיין ענליכע שטריכן. (ביי דעם בילד קען מען אולי דן לכף זכות זיין, וויבאלד מ'זעט אים איבערגעדעקט די פנים מיט'ן טלית, אלזא קען מען ווען אויך שרייבן אז דאס איז סקאליע רבי...)
- אטעטשמענטס
-
- טעות.JPG (86.4 KiB) געזען 2035 מאל
-
- טעות (1).JPG (23.12 KiB) געזען 2035 מאל
דביה תחדי נפשא
-
- שר מאה
- תגובות: 204
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:44 pm
אין ארץ ישראל
ווייסט איינער וועלכע געשעפט אין ירושלים האט די קינדליין? געווען אין געשעפטן וואס פארקויפן די אידישע אויסגאבעס און זיי האבן עס נישט געהאט.
א דאנק
א דאנק
- גרויסע רעדנער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 418
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am
געווענליך ליין איך נישט די קינדליין, אפי' איך האב געמאכט א סאבסקריפשאן פאר די קינדער און ס'דרייט זיך ארום ביי מיר אינדערהיים, אבער די וואך איז עס אזוי ארומגעלעגן פונקט אפן צום בלעטל פון 'שמועסן' מיט מענטשן, זעה איך אז ס'דא א שמועס מיט ר' הערשל פרידמאן. נו נו! וואס האט מיר אבער געכאפט איז אז די בילדער אין די זייט זענען בילדער פון 'ספעיס שאטלס'. דא בין איך נייגעריג געווארן וויפיהל ר' הערשל ווייסט שוין פון ראקעטן צו זאגן עד כדי כך מ'זאל אזש מאכן א גאנצע שמועס מיט איהם דערוועגן!?
לייענענדיג די פראגן וואס די 'אינטערוויא'ער' פרעגט איהם, זעה איך אז דאס איז קיין אינטערוויא נישט, נאר א פשוטע ארטיקל!! אבער לייענענדיג קעפלעך און אנהייבענדיג אריינפארן אין די נאכפאלגענדיגע פאראגראפן, האב איך מחליט געווען אז כ'מוז זיך געהעריג אוועקזעצן און געהעריג דורך לייענען.
נאכן פארטיגן, האב איך קיין סעקונדע נישט חרטה געהאט, ווייל כ'האב זיך ממש ממש באלעקט מיט יעדע פאראגראף וואס איך האב געליינט. די ארטיקל אין איין ווארט שלאגט פאר אז די דור הפלגה איז נישט געווען אזוי פשוט ווי כ'האב ביז היינט געמיינט, נאר זיי האבן גאר געהאט א פלאן אנצוקומען צו ספעיס, און זיך באזעצן אויף די לבנה!
(די ארטיקל איז שטארק געבויעט מיט מקורות אויף יעדע ריר און אינמיטן ברענגט ער אראפ א שטיקל פון ר' יונתן אייבעשיץ וואס שרייבט אז זיי האבן שוין געוויסט חכמת ה'אטמעספער' וואס פארשווערט די ראקעט פון זיך אויפהייבן ממילה האבן זיי פשוט גאוואלט ארויסקריכן פונעם אטמאספער!)
אינמיטן לייענען בין איך ממש אויפגעשפרינגען ווען כ'האב געטראפן א זוהר וואס איך זוך שוין אזוי בערך 5 יאר! די ערשטע מאל האב איך עס געזעהן דאכצעך שנת תשע"ג אין די עדיטאריעל פון א טעכנעלאגיע און ערפונדונגס ביילאגע פון די ענגלישע המודיע'ס סוכות אויסגאבע. כ'האב שוין כמה פעמים איבערגעהערט די זוהר זינט דאן, אבער איך האב עס געוואלט זעהן אינערווייניג, אבער קיין מקור האט קיינער נישט געברענגט. האב איך געקלערט אז אזא אינטרעסאנטע זוהר דארף איך מיטטיילן און מעתיק זיין דעם לשון פארן עולם.
די זוהר שרייבט בפירוש אז אין שנת ה'ת"ר וועלן זיך עפענען די שערי חכמה. ווען מ'רעכענט עס אויס קומט דאס אויס צו 1840 למספרם, וואס ווי באקאנט איז בערך אין יענע תקופה רייף געווארן די ערפונדונג פון עלעקטריציטעט וואס מען האט שוין געפארשט פון בערך 1200 למס', און פון דאן האבן זיך נישט אויפגעהערט די ערפונדונגען ממש אויף אן 'עקספאנענשאל' פארנעם!! נאך אסאך זאכן למשל באנען וכדו', אבער דאס איז די עיקר לדעתי)
והנה לפניך לשון הזוהר בפרשתן:
וּבְשִׁית מְאָה שְׁנִין לִשְׁתִיתָאָה יִתְפַּתְּחוּן תַּרְעֵי דְחָכְמְתָא לְעֵילָא וּמַבּוּעֵי דְחָכְמְתָא לְתַתָּא וְיִתְתַּקַּן עַלְמָא לְאָעֳלָא בִּשְׁבִיעָאָה. כְּבַר נָשׁ דְּמִתְתַּקַּן בְּיוֹמָא שְׁתִיתָאָה מֵכִי עָרַב שִׁמְשָׁא לְאֲעָלָא בְּשַׁבַּתָּא. אוּף הָכִי נָמֵי. וְסִימָנִיךְ (בראשית ז) בִּשְׁנַת שֵׁשׁ מֵאוֹת שָׁנָה לְחַיֵּי נֹחַ וְגו' נִבְקְעוּ כָּל מַעְיְינוֹת תְּהוֹם רַבָּה.
איך האב נישט אויסגעשמועסט דא די גאנצע ארטיקל, ס'איז נאר צוויי נקודות, ווער ס'האט דאס אינדערהיים קען עם אליין גיין לייענען.
יישר כח קינדליין פארן צושטעלן אזא אנפארמאטיווע אויסגאבע פאר די קינדער, וואס שטעלט צו אזא הויעכע ניווא ליין מאטיריאל אפי' פאר ערוואקסענע!!
(ס'האט מיר אביסל געבאדערט די וועג וויזוי די ארטיקל ענדיגט זיך אזוי פלוצלינג, אבער מעט פארקוקן...)

די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
-
- שר העשר
- תגובות: 14
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:54 am
יאפ! א שטארקע זוהר, שוין גראדע געהערט כמה פעמים דעוועגן.
פאר די אויבנדערמאנטע דיסקוסירער: די היינטיגע טעכנעלאגיע צייגט אויף די ווערטער פון די זוהר הק'....
מאכטס א בראטל געגאנגען...
#אידישע ליין מאטריאל איז נישט גרינג צו-צושטעלן
- מען באקומט אסאך קריטיק אויף נישטיגע זאכן...

שטעל דיך פאר... איינער צווישן צוועלף ברידער... נעבעך.