"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
שרעבי האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:איך האב שוין לאנג א הערה,
די נ"ך-ליין באשרייבונג, די בילדער פון די צדיקים [צב"ש דוד המלך, שאול המלך אליהו הנביא וכו'], זענען געמאלן היבש מאדנע און פאני.., אפשר וואלט מען געקענט מאלן אביסל לייטישערע צורות

שוין געהערט די הערה, מען ארבעט דערויף
בכלל מאלט דער מעלער אויף א גאנץ אנדערע סטייל ווי אלע, א דיפרענט טעיסט
אסאך האבן עס נישט געגליכן פון אנפאנג אבער דער עולם קומט צו טעם

ג"א מצטרף לראפשע, נאך נישט זוכה געווען צו קומען צום טעם..

הכו"ח
דניאל
א שטענדיגער קויפער

נישט נאר דו, איך אויך, און נאך אסאך
איי געס איינער קומט צום טעם שנעלער און איינער שפעטער....

די אינטערוויא די וואך מיט 4 מאנסי'ע קינדער איז זייער שיין אבער אביסל צו ליידיג מיין איך, רוב שאלות זענען סתם איבער זייערע פערזענליכע באשעפטיגונגען, וועלכע מסכתא האסטו זיך פארהערט און מיט וואס ארבעט דיין טאטע וכו'... עס איז דא אינגאנצן 2 שאלות איבער זייער וואוינען אין מאנסי, איך מיין אז די אינטערוויא מיט די אנטווערפענע און מאנטשעסטער קינדער איז יא געווען אביסל מער אינפארמאטיוו.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סביב העולם האט געשריבן:גייט די ביילאגע פאר ל"ג בעומר זיין טאקע אזוי דיק ווי די מאקאפ פון די עד?


עפעס קוועטש אייך?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

די רוזשינע מעשה איז עפעס שלא מעלמא הדין! גוט אראפגעלייגט און סופער שבסופער גוט געמאלן! איך גיי משוגע פאר דעם אברהם זמורה'ס מעלערייען, סיי דא און סיי די באבובע מעשה!
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

ראספשע האט געשריבן:
מי הוא זה האט געשריבן:ווי קען מען קויפן דעם ביינדער?

איך פארשטיי נישט פארוואס קען נישט "קינדליין" ארויס געבען די אלטע און א בוק?

א ביינדער איז נישט די וועג לענ"ד
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

zookeeper האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
מי הוא זה האט געשריבן:ווי קען מען קויפן דעם ביינדער?

איך פארשטיי נישט פארוואס קען נישט "קינדליין" ארויס געבען די אלטע און א בוק?

א ביינדער איז נישט די וועג לענ"ד

ווייל זיי מאכן באזונדערע בוקס פון אלע פארזעצונגן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

ווייל זיי מאכן באזונדערע בוקס פון אלע פארזעצונגן.??
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

zookeeper האט געשריבן:ווייל זיי מאכן באזונדערע בוקס פון אלע פארזעצונגן.??

יא.

זיי מאכן א בוק פון "אידישע קאפ", און פון "נך ליין" אא"וו פון אלע פארזעצונגן, און אויב וועט יעדער האבן די געבונדען די אלטע קינדליין, וועט זיך עס פארקויפן פיל ווייניגער, ווייל מ'האט עס אינדערהיים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת אמור-לג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

56 זייטן+ ביילאגע "צוריק-צו-וועגס"
אטעטשמענטס
cover.jpg
cover.jpg (391 KiB) געזען 5038 מאל
Tzurik Val 2-2.jpg
Tzurik Val 2-2.jpg (352.97 KiB) געזען 5038 מאל
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

אוי אוי אוי האט געשריבן:גייט קאסטן מער געלט די קומענדיגע וואך?

איין דאלער מער
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

Naftule האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:גייט קאסטן מער געלט די קומענדיגע וואך?

איין דאלער מער

יא בלויז איין דאלער מער
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

א באגריסנדע שריט, בלויז איין דאלער מער!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי בלום »

זיי צווינגען קיינעם נישט צו קויפן
אינטרעסאנט, מיין ערשטע רעאקציע איז נישט געווען דעם צופליקטן דאלער, מיין ערשטע רעאקציע איז געווען: wow!
פסח האבן זיי צוגעשטעלט 104 זייטן אין צוגאב א הערליכן "צוריקצואוועגס" ביילאגע.
תיכף מוצאי יו"ט האט שוין געווארט ביים טיר נאך א הערליכע קינדליין פון 56 זייטן
קוים אפאר וואכן שפעטער אודך! א מעכטיגע ביילאגע!
חכם "מה הוא" אומר... יעדער זאגט וואס אים קוועטשט, איך שפרינג פון התפעלות אבער מאנכע טוט דאס וויי און איך פארשטיי פארוואס
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שששששששא!!! לאמיר צוקומען דארט, שטיל זאל זיין!!!

מורי ורבותי... נישטא קיין ווערטער!!!

די צווייטע חלק "צוריק צו וועג'ס" פון קינדליין, איז א עכטע "טאטעליין"!!! נישט צום גלייבן!!!

עס איז ממש צום באוואונדערן זייער מעכטיגער ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט, אזויפיל היסטארישע דעטאלן וואס איינער וועלכע איז נישט א מבין כאפט ניטאמאל...

די טאגבוך, די פארש ליניעס, אלעס אלעס, אזוי אינפארמאטיוו, אזוי רייך, אזוי באלערנט, אזוי אקוראט, און בעיקר: אויטענטיש, נישט נאכגעבאמבעלט א צווייטן, נאר געמאכט אן אייגענעם ארבעט פאר שווערע געלטער, אז מיר ליינער, טאטעס און קינדער, זאלן האבן מיט וואס זיך צו דערקוויקן! אזאנס מאכט זיך זעלטן, עס איז פשוט און פראסט נישט צום גלייבן!

אידישע ליטעראטור, דו האסט זיך מער נישט פון וועמען צו שעמען!!!

קיפ אן מערכת קינדליין, שרעבי אויב ליינסטו די תגובה, געב איבער אין מיין נאמען פאר די מערכת, אז אונזערע אויגן איז געוואנדן צו אייך, מיט ווארטן מיט דורשט פאר נאך און נאך סחורה...

מיר ווערן נישט זאט, עס האט א גוטע נאך-טעם!!!

באמת א יישר כח, איך בין שטאלץ צו זיין א סובסקריבטער מעמבער!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

געווען די יאר כא אדר אין קראקא, געווען זייער אינטרעסטנט צי ליינען די קינדליין די וואך עס האט געהאט אסאך דעטאלן וואס איך האב אליין נישט אויפגעכאפט ווען איך בין דארט געווען אין די רמ"א שיל.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

געקויפט די קינדליין פאר מיר די וואך, האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען פאר אזויגערופענע אויסגאבעס פאר עלטערן.

געוואלדיגע ארבעט אריינגעלייגט. ישר כח
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין בהר בחוקותי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

.
אטעטשמענטס
cover.jpg
cover.jpg (465.06 KiB) געזען 4488 מאל
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

מיינע קינדער ווארטן שוין אויף אידישע קאפ 2.0
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

וואקסבערגער איז אריין אין די קינדליין רעדאקציע?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

האב איך הנאה געהאט פון קינדליין, צוריק-וועגס קראקא
כ'האב צוויי הערות:
א) איין אינטרעסאנטע הערה, נעמליך אין די באשרייבונג איבער פראג האט מען געשריבן א לאנגס און א ברייטס, איבער דעם ערשטן אידישן ביה"ח אין פראג מימות הראשונים, און מען האט אינגאנצן פארהוילן אז אין קראקא, איז אויך פארהאן אזא ביה"ח,
פון וואו ווייסעך דאס? טאקע פון הרב קוואדראט זעלבסט!, ער האט געשריבן דערוועגן אין איינע פון די שערי ציון אויסגאבעס, [געווען דא ערגעץ אויף אייוועלט], אז דאס וואס מען רופט די איינגעזינקענע חתונה, איז באמת דער ערשטער אידישער בית עולם אין קראקא!, דעריבער איז מערקווירדיג פארוואס'דזשע איז עס בכלל נישט דערמאנט געווארן אין קינדליין, בפרט אז הרב קוואדראט שליט"א זעלבסט איז דער שרייבער
ב) הרב קוואדראט איז דאך א כהן, ווי אזוי מעג ער מתפלל זיין אין ביהמ"ד הרמ"א וואס איז [לויטן בילד] אינטער א בוים אינאיינעם מיטן אלטן ביה"ח?
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

גאר גאר אינטערסאנט די חלק ב׳ פין צוריק צו וועגס
Can't wait for the next one
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

זבחי צדק האט געשריבן:ב) הרב קוואדראט איז דאך א כהן, ווי אזוי מעג ער מתפלל זיין אין ביהמ"ד הרמ"א וואס איז [לויטן בילד] אינטער א בוים אינאיינעם מיטן אלטן ביה"ח?


די בוים איז מאהיל אויף די דאך פון ביהכ"נ נישט אויף די מענטשען אין די שול
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

.
אטעטשמענטס
cover.jpg
cover.jpg (572.85 KiB) געזען 3805 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אין פרשת במדבר איז דא א שמועס מיט ר' י.י אדלער איבער ברענגן די קינדער אין חדר ס'ערשטע מאל וכו'. אינמיטן שמועסט ער איבער א אלטע בילד וואס מ'זעט אז מלאך ווארפט ממתקים אדער מטבעות פאר די קינדער, ווי אויך זעט מען אז דער רבי שמייסט דעם אינגל.

ער האט לכאורה נישט געזען אז ס'דא א מקור אין די ראשונים אז מ'זאל ווייזן פאר די קינדער ביידע סימנים, פאר מער איבער דעם מקור און איבער די אלטע בילד זעה דא
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

אינערהאבל די יו"ט אויסגאבע:
א באזוך אין די הויפקוואטיר פון בית דין צדק "התאחדות הרבנים", א שמועס מיט הרה"ג ר' יצחק גליק שליט"א און הגה"צ אב"ד סערדעהעלי שליט"א
גאר דראמאטיש ווען קינדליין טרעפט צוזאמען צוויי זקנים שליט"א קריגס איבערלעבער וואס האבן שוין נישט גערעדט זייט די קריג
און נאך פולע רייכע ארטיקלען און מעשיות
אטעטשמענטס
cover.jpg
cover.jpg (332.36 KiB) געזען 3411 מאל
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

זבחי צדק האט געשריבן:האב איך הנאה געהאט פון קינדליין, צוריק-וועגס קראקא

ב) הרב קוואדראט איז דאך א כהן, ווי אזוי מעג ער מתפלל זיין אין ביהמ"ד הרמ"א וואס איז [לויטן בילד] אינטער א בוים אינאיינעם מיטן אלטן ביה"ח?


די בית הכנסת איז פאר די בית החיים, אין כהנים קענען אריינגיין, פין די פענסטערס קענען זיי זען די בית החיים
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”