בלאט 2 פון 3

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:40 pm
דורך משיח
די קאלעקציע פון ר' וועלוול שמעלצער - מלמד תשב"ר איז לדעתי זייער שיין פאר קינדער,
א טעם אין שבת/יו"ט, א בלאט גמרא, א נייע מסכת, וכו'
זייער קאלירפול, תורה, ידיעות, חסידות, סיפורים פון 20 יאר צוריק, 100 יאר צוריק, גדולי הדורות, ראשונים, ולמעלה בקודש,
א געוואלדיגע שיינע ארבעט!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:24 pm
דורך קנאפער ידען
פאר מיר אליין ליין/לערן איך יעדע וואך די פאלגענדע:
    שערי מדע
    באר הפרשה
    פרדס יצחק
    הליכות החיים [יעדע צווייטע וואך]
און אמאל
    דברי תורה לפרשת השבוע

פארן שטוב נעם איך ארויס:
    א טעם אין שבת
    מיין שבת אוצר
    דברי תורה לפרשת השבוע - אידיש

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:59 pm
דורך דע מה שתשיב
ר' לייביש ליש האט די וואך אנגעהויבן א נייעם אויסשטעל. זייער שיין

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 13&gil=792

מיט די זעלבע גראפיק ווי די דעקל פון זיין נייעם ספר

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:03 pm
דורך דע מה שתשיב
עמיצער האט דעם גליון 'עלים לתרופה' אויף פי. די. עף? ס'וואלט געווען עפרישיעטעט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:38 pm
דורך מי יודע
דע מה שתשיב האט געשריבן:ר' לייביש ליש האט די וואך אנגעהויבן א נייעם אויסשטעל. זייער שיין

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 13&gil=792

מיט די זעלבע גראפיק ווי די דעקל פון זיין נייעם ספר

איז נישט אנהייב יאר ארויסגעקומען א אנדערע באנד פון אים?
איך בין געווען אין ב"פ יעצט חשון האב איך געזען ביי אייכלער א באנד פון אים, און פרשת לך איז אויך געווען אויף לדעת די זעלבע לעיאוט ווי יענע ספר, דערווייל זע איך יעצט א פרישע ספר, איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:40 pm
דורך דע מה שתשיב
ר' לייביש האט ארויסגעגעבן א ספר אויף משלים.

יעצט האט ער געמאכט א ספר פון מעשיות. פון ווען ער האט געענדיגט דעם ספר, ביז ווען עס איז ארויס פון דרוק, אויב האט ער נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן א פרישע מעשה לכבוד שבת, האט ער ארויסגעגעבן א רויע פרינט פון זיין ספר וואס "גייט" ארויסקומען. איר האט מסתמא געזען דעם ספר פון משלים, און פר' לך האט איר געזען זיין גליון פונעם נייעם ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד שבת.
יעצט אויף חנוכה קומט ארויס זיין נייער ספר

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:49 pm
דורך מי יודע
דע מה שתשיב האט געשריבן:ר' לייביש האט ארויסגעגעבן א ספר אויף משלים.

יעצט האט ער געמאכט א ספר פון מעשיות. פון ווען ער האט געענדיגט דעם ספר, ביז ווען עס איז ארויס פון דרוק, אויב האט ער נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן א פרישע מעשה לכבוד שבת, האט ער ארויסגעגעבן א רויע פרינט פון זיין ספר וואס "גייט" ארויסקומען. איר האט מסתמא געזען דעם ספר פון משלים, און פר' לך האט איר געזען זיין גליון פונעם נייעם ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד שבת.
יעצט אויף חנוכה קומט ארויס זיין נייער ספר

נישט פארשטאנען וואס איר שרייבט
פרשת לך האב איך ארויסגעפרינט, איז געווען די סדרה שיין באשריבן אזוי ווי ס'איז דא יעדע וואך אויף לדעת, און דערנאך א מעשה
וואס איז די ספר וואס איך האב געזען אין ב"פ? כ'האב נישט מעיין געווען דערין, אבער די לעיאוט געדענק איך איז געווען די זעלבע ווי פרשת לך
און וואס איז די תוכן הספר יעצט? די לינק ווייזט א מעשה'לע גארנישט מיט די סדרה, סאו וואס גייט דא פאר?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:16 am
דורך דע מה שתשיב
נאכאמאל:

א] לייביש ליש האט ארויסגעגעבן א ספר "רבי לייביש דערציילט" און דאס איז חלק א', משלים וואס ער האט געזאגט פאר תשב"ר.
ב] שפעטער האט ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן גליונות יעדע וואך, מעשיות און ווערטער אויף די פרשה, אויסגעצויגן לאנג און פארברייטערט פאר די קינדער.
ג] ער האט צוזאמגענומען אלע מעשיות, און פונקט ווי ער האט געמאכט א חלק א' מיט משלים, גיבט ער יעצט ארויס א חלק ב' מיט זיינע מעשיות, וואס זענען געלאפן די לעצטע יאר צייט אויף די פרשה, און געווען אויף לדעת.

דעם ספר וואס איר האט געזען איז אות א' - דער ספר אויף משלים.
דער גליון פון פרשת לך וואס איר האט געזען, איז דער גליון וואס ער האט ארויסגעגעבן פאריאר (אות ב) און יעצט האט ער עס אריינגעדרוקט אין זיין נייעם ספר (ג). דער סיבה פארוואס עס האט שוין געהאט דעם שיינעם אויסשטעל, ווייל דער פרשה איז שוין געווען ביים דרוק אינעם ספר, נאר אזוי ווי ר' לייביש האט נישט געהאט די צייט צו שרייבן א פרישע גליון אויף די פרשה, האט ער גענומען דאס וואס ער האט געשריבן פאריאר און איז שוין געווען אין דרוק, און ער האט עס געלייגט אויף לדעת מיט'ן נייעם ספר אויסשטעל.

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:13 pm
דורך דע מה שתשיב
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך האב געקליבן די אוצר ווייל איך ליין עס ווייל עס איז זייער 'אינטערסאנט'. אבער נישט אזוי 'חשוב'. במחילת כבוד.


איר דארפט מחליט זיין וואס איר ווילט, 'אינטערעסאנט' אדער 'חשוב'. ביידע אינאיינעם איז שווער...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:20 pm
דורך מר. גרין
שיינע אינטערוויו אויף KM מיט הרב משה נ. קרויס פון שערי מדע
ער ברענגט ארויס די שוועריקייטן פון ארויסגעבן אן עלון און עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין אכטונג צו געבן פון געבן קריטיק פאר די שרייבערס וכדומה.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:33 pm
דורך חסידישער יוד
מר. גרין האט געשריבן:שיינע אינטערוויו אויף KM מיט הרב משה נ. קרויס פון שערי מדע
ער ברענגט ארויס די שוועריקייטן פון ארויסגעבן אן עלון און עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין אכטונג צו געבן פון געבן קריטיק פאר די שרייבערס וכדומה.

אגב, מ'קען באקומען דעים גליון דורך אימעיל?

דע מה שתשיב האט געשריבן:עמיצער האט דעם גליון 'עלים לתרופה' אויף פי. די. עף? ס'וואלט געווען עפרישיעטעט

ס'ליגט מיר אין קאפ אז מ'קען דאס באקומען וועכנטליך "פאר געלט" דורך די מערכת.
אויף היברו בוקס איז דא בענדער פון פריעדיגע יארן.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:38 pm
דורך קנאפער ידען
חסידישער יוד האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:שיינע אינטערוויו אויף KM מיט הרב משה נ. קרויס פון שערי מדע
ער ברענגט ארויס די שוועריקייטן פון ארויסגעבן אן עלון און עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין אכטונג צו געבן פון געבן קריטיק פאר די שרייבערס וכדומה.

אגב, מ'קען באקומען דעים גליון דורך אימעיל?

יא, ער שיקט עס וועכענטליך, פון [email protected]

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:44 pm
דורך חסידישער יוד
א ברכה אויף דיין קאפ.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:11 am
דורך אנעים זמירות
איך האב געוואלט אויסוועלען 'נעים זמירות' אבער איך זעה עס נישט אויפען ליסטע.

הליכות החיים (אויסער די שיינע מעשות פארמאגט עס וויכטיגע הלכות און ידיעות)
נר ההפטורה (בד"כ)
תפארת שלמה

פאר מיין זוהן:
ר' לייבוש פארציילט
לקראת שבת (סקווירא)
אויב איך טרעף אויך אנדערע גליונות פון דערוואקסענע סיפורי צדיקים.
פאר יו"ט פרינט איך געווענליך ארויס אויך 'א טעם אין יו"ט' (כאטש נישט אלעמאל יעדע בלאט.


לגבי 'דער אוצר' האב איך נישט ליעב סתם צו שרייבען קריטיק ברבים, אבער די איינע ווארט וועל איך יא שרייבען: עס איז נישט קיין שום מעלה צו מאכען פון יעדער מנהיג א רשכבה"ג. מען געבט אכטונג פון וועמען מען רעדט און אויף וועמען מ'וויל דער קינד זאל ארויפקוקען. דאס מיינט נישט אז מען דארף בארעדען שוואכע מנהיגים, אבער זיי גרויס מאכען איז אויך נישט קיין מהלך.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 8:40 am
דורך קהלס נאר
קען מען ערגעץ באקומען\download די סקווירא שלחן מלכים ?

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 10:39 am
דורך derech eretz
קהלס נאר האט געשריבן:קען מען ערגעץ באקומען\download די סקווירא שלחן מלכים ?

לדעת האט עס געווענליך.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 10:50 am
דורך קהלס נאר
derech eretz האט געשריבן:
קהלס נאר האט געשריבן:קען מען ערגעץ באקומען\download די סקווירא שלחן מלכים ?

לדעת האט עס געווענליך.

געטראפן און ארויסגעפרינט יישר כח

געשריבן: דינסטאג מארטש 31, 2015 9:09 pm
דורך יענק'ל פנים
דער אוצר האט געמאכט א גוטן דזשאב אויף יום טוב.

וואס נאך איז דא? עפעס גוטס פאר די קינדער? (אדער איבער צו זאגן פאר די קינדער)

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:57 pm
דורך דע מה שתשיב
שבת טיש פון לייביש ליש - זייער גוט פאר קינדער
מבאר הפרשה, בידערמאן - האט אנגעהויבן ארויסקומען אין אידיש פאר קינדער. זעט אויס זייער שיין (כ'האב עס נאכנישט געליינט)

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2018 3:19 pm
דורך משה כהן
גליון שלהבת, עברית, אידיש און ענגליש

Re: גליונות לשבת ויום טוב

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 13, 2022 11:56 pm
דורך א פארצייטישע איד
איך זוך מיט לעכט פניני תורה וחסידות מקען ארויס נעמען אזוי פיל אוצרות ווי קען מען עס טרעפען?

Re: גליונות לשבת ויום טוב

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 7:49 pm
דורך רעים
א פארצייטישע איד האט געשריבן:
איך זוך מיט לעכט פניני תורה וחסידות מקען ארויס נעמען אזוי פיל אוצרות ווי קען מען עס טרעפען?
די רעדטס פון ר' אליעזר דוד??? ס'איז דא און א ספר....

Re: גליונות לשבת ויום טוב

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 12:15 am
דורך א פארצייטישע איד
רעים האט געשריבן:
א פארצייטישע איד האט געשריבן:
איך זוך מיט לעכט פניני תורה וחסידות מקען ארויס נעמען אזוי פיל אוצרות ווי קען מען עס טרעפען?
די רעדטס פון ר' אליעזר דוד??? ס'איז דא און א ספר....
ווי

Re: גליונות לשבת ויום טוב

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 4:58 pm
דורך והיא שעמדה
א גוטן ערב שבת,
איז דא א גליון -אויף די אידישע שפראך- מיט א שיינע דרוש/קלענערע פולפול אויפן פרשה?
ישר כח

Re: גליונות לשבת ויום טוב

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 9:45 pm
דורך א פשוטע הייליגע איד
והיא שעמדה האט געשריבן:
א גוטן ערב שבת,
איז דא א גליון -אויף די אידישע שפראך- מיט א שיינע דרוש/קלענערע פולפול אויפן פרשה?
ישר כח
לע''ע איז דא מגדים של זהב זייער א גוטע גליון מיט הערליכע דרושים אבער ער האט געשיקט אן אימעיל אז ער פלאנט אויף צו הערן אין תשפ''ג הבעל''ט