בלאט 2 פון 2

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 10, 2014 1:40 pm
דורך משיח
די קאלעקציע פון ר' וועלוול שמעלצער - מלמד תשב"ר איז לדעתי זייער שיין פאר קינדער,
א טעם אין שבת/יו"ט, א בלאט גמרא, א נייע מסכת, וכו'
זייער קאלירפול, תורה, ידיעות, חסידות, סיפורים פון 20 יאר צוריק, 100 יאר צוריק, גדולי הדורות, ראשונים, ולמעלה בקודש,
א געוואלדיגע שיינע ארבעט!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 10, 2014 2:24 pm
דורך קנאפער ידען
פאר מיר אליין ליין/לערן איך יעדע וואך די פאלגענדע:
    שערי מדע
    באר הפרשה
    פרדס יצחק
    הליכות החיים [יעדע צווייטע וואך]
און אמאל
    דברי תורה לפרשת השבוע

פארן שטוב נעם איך ארויס:
    א טעם אין שבת
    מיין שבת אוצר
    דברי תורה לפרשת השבוע - אידיש

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 10, 2014 2:59 pm
דורך דע מה שתשיב
ר' לייביש ליש האט די וואך אנגעהויבן א נייעם אויסשטעל. זייער שיין

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 13&gil=792

מיט די זעלבע גראפיק ווי די דעקל פון זיין נייעם ספר

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 6:03 pm
דורך דע מה שתשיב
עמיצער האט דעם גליון 'עלים לתרופה' אויף פי. די. עף? ס'וואלט געווען עפרישיעטעט

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 6:38 pm
דורך מי יודע
דע מה שתשיב האט געשריבן:ר' לייביש ליש האט די וואך אנגעהויבן א נייעם אויסשטעל. זייער שיין

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 13&gil=792

מיט די זעלבע גראפיק ווי די דעקל פון זיין נייעם ספר

איז נישט אנהייב יאר ארויסגעקומען א אנדערע באנד פון אים?
איך בין געווען אין ב"פ יעצט חשון האב איך געזען ביי אייכלער א באנד פון אים, און פרשת לך איז אויך געווען אויף לדעת די זעלבע לעיאוט ווי יענע ספר, דערווייל זע איך יעצט א פרישע ספר, איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 6:40 pm
דורך דע מה שתשיב
ר' לייביש האט ארויסגעגעבן א ספר אויף משלים.

יעצט האט ער געמאכט א ספר פון מעשיות. פון ווען ער האט געענדיגט דעם ספר, ביז ווען עס איז ארויס פון דרוק, אויב האט ער נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן א פרישע מעשה לכבוד שבת, האט ער ארויסגעגעבן א רויע פרינט פון זיין ספר וואס "גייט" ארויסקומען. איר האט מסתמא געזען דעם ספר פון משלים, און פר' לך האט איר געזען זיין גליון פונעם נייעם ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד שבת.
יעצט אויף חנוכה קומט ארויס זיין נייער ספר

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 6:49 pm
דורך מי יודע
דע מה שתשיב האט געשריבן:ר' לייביש האט ארויסגעגעבן א ספר אויף משלים.

יעצט האט ער געמאכט א ספר פון מעשיות. פון ווען ער האט געענדיגט דעם ספר, ביז ווען עס איז ארויס פון דרוק, אויב האט ער נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן א פרישע מעשה לכבוד שבת, האט ער ארויסגעגעבן א רויע פרינט פון זיין ספר וואס "גייט" ארויסקומען. איר האט מסתמא געזען דעם ספר פון משלים, און פר' לך האט איר געזען זיין גליון פונעם נייעם ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד שבת.
יעצט אויף חנוכה קומט ארויס זיין נייער ספר

נישט פארשטאנען וואס איר שרייבט
פרשת לך האב איך ארויסגעפרינט, איז געווען די סדרה שיין באשריבן אזוי ווי ס'איז דא יעדע וואך אויף לדעת, און דערנאך א מעשה
וואס איז די ספר וואס איך האב געזען אין ב"פ? כ'האב נישט מעיין געווען דערין, אבער די לעיאוט געדענק איך איז געווען די זעלבע ווי פרשת לך
און וואס איז די תוכן הספר יעצט? די לינק ווייזט א מעשה'לע גארנישט מיט די סדרה, סאו וואס גייט דא פאר?

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 1:16 am
דורך דע מה שתשיב
נאכאמאל:

א] לייביש ליש האט ארויסגעגעבן א ספר "רבי לייביש דערציילט" און דאס איז חלק א', משלים וואס ער האט געזאגט פאר תשב"ר.
ב] שפעטער האט ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן גליונות יעדע וואך, מעשיות און ווערטער אויף די פרשה, אויסגעצויגן לאנג און פארברייטערט פאר די קינדער.
ג] ער האט צוזאמגענומען אלע מעשיות, און פונקט ווי ער האט געמאכט א חלק א' מיט משלים, גיבט ער יעצט ארויס א חלק ב' מיט זיינע מעשיות, וואס זענען געלאפן די לעצטע יאר צייט אויף די פרשה, און געווען אויף לדעת.

דעם ספר וואס איר האט געזען איז אות א' - דער ספר אויף משלים.
דער גליון פון פרשת לך וואס איר האט געזען, איז דער גליון וואס ער האט ארויסגעגעבן פאריאר (אות ב) און יעצט האט ער עס אריינגעדרוקט אין זיין נייעם ספר (ג). דער סיבה פארוואס עס האט שוין געהאט דעם שיינעם אויסשטעל, ווייל דער פרשה איז שוין געווען ביים דרוק אינעם ספר, נאר אזוי ווי ר' לייביש האט נישט געהאט די צייט צו שרייבן א פרישע גליון אויף די פרשה, האט ער גענומען דאס וואס ער האט געשריבן פאריאר און איז שוין געווען אין דרוק, און ער האט עס געלייגט אויף לדעת מיט'ן נייעם ספר אויסשטעל.

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 13, 2014 9:13 pm
דורך דע מה שתשיב
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך האב געקליבן די אוצר ווייל איך ליין עס ווייל עס איז זייער 'אינטערסאנט'. אבער נישט אזוי 'חשוב'. במחילת כבוד.


איר דארפט מחליט זיין וואס איר ווילט, 'אינטערעסאנט' אדער 'חשוב'. ביידע אינאיינעם איז שווער...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 10:20 pm
דורך מר. גרין
שיינע אינטערוויו אויף KM מיט הרב משה נ. קרויס פון שערי מדע
ער ברענגט ארויס די שוועריקייטן פון ארויסגעבן אן עלון און עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין אכטונג צו געבן פון געבן קריטיק פאר די שרייבערס וכדומה.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 11:33 pm
דורך חסידישער יוד
מר. גרין האט געשריבן:שיינע אינטערוויו אויף KM מיט הרב משה נ. קרויס פון שערי מדע
ער ברענגט ארויס די שוועריקייטן פון ארויסגעבן אן עלון און עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין אכטונג צו געבן פון געבן קריטיק פאר די שרייבערס וכדומה.

אגב, מ'קען באקומען דעים גליון דורך אימעיל?

דע מה שתשיב האט געשריבן:עמיצער האט דעם גליון 'עלים לתרופה' אויף פי. די. עף? ס'וואלט געווען עפרישיעטעט

ס'ליגט מיר אין קאפ אז מ'קען דאס באקומען וועכנטליך "פאר געלט" דורך די מערכת.
אויף היברו בוקס איז דא בענדער פון פריעדיגע יארן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 11:38 pm
דורך קנאפער ידען
חסידישער יוד האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:שיינע אינטערוויו אויף KM מיט הרב משה נ. קרויס פון שערי מדע
ער ברענגט ארויס די שוועריקייטן פון ארויסגעבן אן עלון און עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין אכטונג צו געבן פון געבן קריטיק פאר די שרייבערס וכדומה.

אגב, מ'קען באקומען דעים גליון דורך אימעיל?

יא, ער שיקט עס וועכענטליך, פון moshe@dermentch.com

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 11:44 pm
דורך חסידישער יוד
א ברכה אויף דיין קאפ.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 6:11 am
דורך אנעים זמירות
איך האב געוואלט אויסוועלען 'נעים זמירות' אבער איך זעה עס נישט אויפען ליסטע.

הליכות החיים (אויסער די שיינע מעשות פארמאגט עס וויכטיגע הלכות און ידיעות)
נר ההפטורה (בד"כ)
תפארת שלמה

פאר מיין זוהן:
ר' לייבוש פארציילט
לקראת שבת (סקווירא)
אויב איך טרעף אויך אנדערע גליונות פון דערוואקסענע סיפורי צדיקים.
פאר יו"ט פרינט איך געווענליך ארויס אויך 'א טעם אין יו"ט' (כאטש נישט אלעמאל יעדע בלאט.


לגבי 'דער אוצר' האב איך נישט ליעב סתם צו שרייבען קריטיק ברבים, אבער די איינע ווארט וועל איך יא שרייבען: עס איז נישט קיין שום מעלה צו מאכען פון יעדער מנהיג א רשכבה"ג. מען געבט אכטונג פון וועמען מען רעדט און אויף וועמען מ'וויל דער קינד זאל ארויפקוקען. דאס מיינט נישט אז מען דארף בארעדען שוואכע מנהיגים, אבער זיי גרויס מאכען איז אויך נישט קיין מהלך.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 8:40 am
דורך קהלס נאר
קען מען ערגעץ באקומען\download די סקווירא שלחן מלכים ?

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 10:39 am
דורך derech eretz
קהלס נאר האט געשריבן:קען מען ערגעץ באקומען\download די סקווירא שלחן מלכים ?

לדעת האט עס געווענליך.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 10:50 am
דורך קהלס נאר
derech eretz האט געשריבן:
קהלס נאר האט געשריבן:קען מען ערגעץ באקומען\download די סקווירא שלחן מלכים ?

לדעת האט עס געווענליך.

געטראפן און ארויסגעפרינט יישר כח

געשריבן: דינסטאג מארטש 31, 2015 9:09 pm
דורך יענק'ל פנים
דער אוצר האט געמאכט א גוטן דזשאב אויף יום טוב.

וואס נאך איז דא? עפעס גוטס פאר די קינדער? (אדער איבער צו זאגן פאר די קינדער)

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:57 pm
דורך דע מה שתשיב
שבת טיש פון לייביש ליש - זייער גוט פאר קינדער
מבאר הפרשה, בידערמאן - האט אנגעהויבן ארויסקומען אין אידיש פאר קינדער. זעט אויס זייער שיין (כ'האב עס נאכנישט געליינט)