גליונות לשבת ויום טוב
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- דע מה שתשיב
- שר חמש מאות
- תגובות: 722
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm
גליונות לשבת ויום טוב
מיר האבן געקליבן די גליונות וועלכע זענען מער פאפולער. מען קען נישט ארויפשטעלן מער ווי צוואנציג גליונות אויפ'ן סיסטעם
לעצט פארראכטן דורך דע מה שתשיב אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- דע מה שתשיב
- שר חמש מאות
- תגובות: 722
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
מיר ליינען יעדע וואך דורך א גאר אינטערסאנט גליון "קב ונקי". אינטערסאנט אז עס איז נישט אויפגעכאפט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
איך האב געקליבן די אוצר ווייל איך ליין עס ווייל עס איז זייער 'אינטערסאנט'. אבער נישט אזוי 'חשוב'. במחילת כבוד.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך האב געקליבן די אוצר ווייל איך ליין עס ווייל עס איז זייער 'אינטערסאנט'. אבער נישט אזוי 'חשוב'. במחילת כבוד.
איך פארשטיי פון וואו דו קומסט... אבער טאקע דאס האב איך יא ליב און איך פיל אז ס'איז יא חשוב. דער אוצר שרייבט פון יעדן מנהיג מיט כבוד און רעספעקט, אפילו פון וועמען דו און איך האלטן נישט אזוי, און די זעלבע נקודה האב איך געהערט אויפן אינטערוויו פון עלים לתרופה און לייביש ליש, ביידע זאגן דארט אייניג אז דער אוצר גיבט כבוד פאר יעדן און דאס איז זייער וויכטיג היינט.
צו טרעפן היינט א גליון וואס זאל יעדן מכבד זיין, און יעדן מיין איך טאקע "יעדן", אנע פחד און מ ורא, איז גאר א חשוב'ע זאך און דאס איז פון די איינציגע בלעטער וואס איך גיב צו מיינע קינדער ליינען
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
איך קען באשטיין עס זאל נישט ווערן קיין שמועס דערפון דא. לאמיר עס לאזן ביי דעם ביטע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
הערסטע? האט געשריבן:ענדע צדיק! האט געשריבן:איך האב געקליבן די אוצר ווייל איך ליין עס ווייל עס איז זייער 'אינטערסאנט'. אבער נישט אזוי 'חשוב'. במחילת כבוד.
איך פארשטיי פון וואו דו קומסט... אבער טאקע דאס האב איך יא ליב און איך פיל אז ס'איז יא חשוב. דער אוצר שרייבט פון יעדן מנהיג מיט כבוד און רעספעקט, אפילו פון וועמען דו און איך האלטן נישט אזוי, און די זעלבע נקודה האב איך געהערט אויפן אינטערוויו פון עלים לתרופה און לייביש ליש, ביידע זאגן דארט אייניג אז דער אוצר גיבט כבוד פאר יעדן און דאס איז זייער וויכטיג היינט.
צו טרעפן היינט א גליון וואס זאל יעדן מכבד זיין, און יעדן מיין איך טאקע "יעדן", אנע פחד און מ ורא, איז גאר א חשוב'ע זאך און דאס איז פון די איינציגע בלעטער וואס איך גיב צו מיינע קינדער ליינען
עס איז נאך אלץ אבער מער א צייטונג ווי א תורה גליון, ענדערש ליינען ביים שלאפן גיין ווי ביים דאווענען..
ענדע, בעהט מען זאל מאכן אן ענדע, צום שמועס. נא קען מען עס דעבאטירן אינעם אויבערשטן לינק.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
איך נעם יעדע וואך אראפ א רייע גליונות פון לדעת, און די ציל וואס איך האב מיטן ליינען די גליונות איז בעיקר צו טרעפן שיינע זאכן איבערצוזאגן ביים שבת טיש.
וואס איך זוך איז שיינע מעשיות וואס האבן א גוטע מוסר השכל פאר די היינטיגע דור. און אין די קאטעגאריע איז דא זייער ווייניג גליונות.
ביים שבת טיש פון ר' לייביש ליש איז די ערשטע אויף די ליסט, די בעסט אויף די בעסט, ער האט נאר גוטע מעשיות, זייער גוט ארפגעלייגט פאר קינדער, און אייביג מיט א גוטע מוסר השכל. איך האב אים שוין לאנג געוואלט באדאנקען פאר דעם גליון, און יעצט האב איך געהערט אויף קול מבשר אז מען קען אים שיקן אויף אימעיל, וועל איך טאקע אים מוזן טאקע שרייבן א דאנק בריוו.
דער צווייטער אויפן ליסט איז הליכות החיים די אפטיילונג פון מכתבים למערכת. כ'ווייס נישט אויב מענטשן שרייבן טאקע די בריוון אדער איינער שרייבט אלע, אלנפאלס האבן זיי דארט זייער שיינע מעשיות מיט גוטע מוסר השכל'ס.
זקניך ויאמרו לך קען אויך זייער גוט צוניץ קומען. די מעלה פון דעם גליון איז אז עס איז געשריבן זייער ארגינעל, און דעריבער קען מען דארט טרעפן שיינע מעשיות וואס איז ווערד נאכצוזאגן פאר די קינדער.
שבת טיש לשה"ק, איז זייער א גוטער שרייבער, פון אנפאנג האט ער געהאט זייער גוטע מעשיות, אבער שפעטער איז ער אויסגעלאפן פון מעשיות, און ער האט געמוזט כאפן א היטש מיטן בעל עגלה ר' מאשקע גלייך צום פריצ'ס הויז, און עס האט פארלוירן די גלאנץ.
גליון היכל הקודש, א ברסלבע גליון אויף אידיש, עס איז נישט אזוי אויפגעכאפט אבער זיי האבן אויך זייער גוטע נוצליכע מעשיות, לאו דוקא פון ברסלב, און אראפגעלייגט מיט געשמאק און מיט א גוטע מוסר השכל, וואס קען זייער ארויסהעלפן ביים שבת טיש.
מעשיות פון השגחה פרטית, וואס פלעגט ארויסקומען א צייט צוריק, איז אויך געווען גאר גוט. אבער זיי האבן אויפגעהערט ארויסצוגעבן, חבל על דאבדין.
נאכדעם איז דא אנדערע גליונות וואס איך פרוביר צו כאפן א בליק יעדע וואך צו זעהן וואס זיי פארקויפן, עס פאלט אסאך מאל אריין דארט אזוינע מעשיות וואס פאלן אריין אין מיין קאטעגאריע. ווי למשל, א טעם אין שבת, דער אוצר, סיפורי צדיקים (לשה"ק), סיפורים לפרשת השבוע, פניני תורה וחסידות, הילולא דצדיקא (אידיש), און נאך.
איך זוך נאך אזעלכע גליונות וואס האבן די סארט מעשיות, אויב איינער ווייסט פון אזוינע, ביטע זיך אנרופן.

ביי מיר איז אויך לייביש ליש די ערשטע און כמעט די איינציגע אויף די רייע. ער נעמט א מעשה און מאכט עס גאר אינטערעסאנט פאר די קינדער. ער קומט נישט ארויס יעדע וואך, אבער כאטש וועט ער האבן יעצט א ספר צו קויפן
שבת טיש האב איך ליב די קליינע מעשה'לעך
מבאר הפרשה פלעגט זיין אמאל חזקו ואמצו. די חזקו ואמצו איז געווען אינטערעסאנטער, ווייל עס איז נישט געווען מוגה, מבאר הפרשה איז שוין מוגה, פאלן די ריכטיגע סחורה ארויס.
פון הליכות חיים נוץ איך גראדע די הלכות, איך זאג עס נאך ביים טיש.
דער אוצר - די מעשיות פונעם ערשטן זייטל זענען צו דערציילן פאר די קינדער, די איבעריגע איז פאר מיר צו ליינען. קומט מיר אויך א עונג שבת, נישט אזוי? גראדע דער מערסט אויפגעכאפטער גליון צווישן מיינע שכנים אין שול, איך דארף שוין ברענגען זעקס קאפיעס א וואך
שערי מדע איז זייער אינפארמאטיוו, אבער איך גיי נישט פאר דעם אופן השריפט, ס'איז מיר שווער צו ליינען.
א באמערקונג - א נייער גליון - האב איך גראדע ליב צו ליינען. גוט געשריבן, און זייער גוטע פונקטן. א שיינער געדאנק, מיט די מקורות צו דער זייט. אבער ער פאָנפענט, און איז נישט יעדע וואך דא צו באקומען.
א בריליאנט האב איך נאכנישט ארויס.
עלים לתרופה זע איך נישט כסדר, אבער ווען יא - געפעלן מיר זייער די תורה פון אמירה נעימה - זיסע ווערטער, און די ערשטע בלאט פון אותיות מחכימות. דאס קען איך איבערזאגן פאר די קינדער אדער פאר מיינע שכנים אין ביהמ"ד
א טעם אין שבת האט זייער שיינע זאכן, אבער דאס ליינען מיינע קינדער אליין. ס'איז שווער פאר מיר איבערצוזאגן פאר זיי.
אויך איז דא א גליון 'בשבילי הפרשה' אין אידיש, לוינט אפשר אמאל אויסצוטשעקן.
נר הפטורה האב איך פערזענליך זייער ליב, עס האט מיר אריינגעגעבן א טעם אין הפטורה. איך האב זייער ליב זיין שריפט. געוויסע וואכן זאג איך דעם הפטורה - אין זיין גליון

- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1058
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm