"דער בלאט" הייבט די פרייז צו $3

די אחראים: אחראי, געלעגער

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מיטוואך יוני 12, 2019 5:56 pm

פאר "דער איד" לוינט זיך צו באצאלן די 4 טאללער משא"כ ביי די אנדערע.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך יוני 12, 2019 8:41 pm

עושר אדיר האט געשריבן:פאר "דער איד" לוינט זיך צו באצאלן די 4 טאללער משא"כ ביי די אנדערע.

ווייל דארט געהער איך.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך יוני 12, 2019 8:57 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
עושר אדיר האט געשריבן:פאר "דער איד" לוינט זיך צו באצאלן די 4 טאללער משא"כ ביי די אנדערע.

ווייל דארט געהער איך.

נישט נעמען פערזענליך
גראדע האבעך טאקע געהערט פון אסאך וואס קויפן לעצטענס נאר די בלאט -פאר בלויז דריי דאללער- אפילו זיי געהערן נישט דארטן...

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך יוני 12, 2019 9:40 pm

וואס איז 4 דאלער פאר אן עושר אדיר

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך יוני 12, 2019 9:42 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
עושר אדיר האט געשריבן:פאר "דער איד" לוינט זיך צו באצאלן די 4 טאללער משא"כ ביי די אנדערע.

ווייל דארט געהער איך.

נישט נעמען פערזענליך
גראדע האבעך טאקע געהערט פון אסאך וואס קויפן לעצטענס נאר די בלאט -פאר בלויז דריי דאללער- אפילו זיי געהערן נישט דארטן...

איך קויף עס נישט (pun intended...) פאר איינער וואס דער איין דאלער איז דער פראבלעם און ער געהערט נישט וואלט געקענט קויפן דעם די צייטונג וואס איז היי קוואליטי

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » מאנטאג יוני 17, 2019 1:48 pm

איך וואלט זיי געראטען זיי זאלען צירוקגיין צו נישט גלאסי פאפיר אין אראפייגן די פרייז,
די 'היי קוואליטי' גראפיקס קאסט נישט אזויפיל

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » זונטאג יולי 07, 2019 5:15 pm

דער בלאט האט געהאט די וואך אן אינטערוויו אינעם אוצר מיט ר' יעקב יוסף ווייס וואס פארט ארום פארקויפן ביכלעך אין סידי'ס אין די גאנצע וועלט, ס'האט מיך זייער באנומען, אין באווינדערט וואס פארא אינטערסאנטער אין תוכנפולע קערעקטער דער איד איז, ממש פלא פלאים

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג יולי 07, 2019 5:54 pm

צ/ק
דער בלאט האט די וואך אינעם אוצר אפטיילונג געהאט ציטירט אין אן ארטיקל קאפי פעיסט פון אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין איינע פון די אנדערע אידישע אויסגאבעס.
רוב ארטיקל איז געווען קאפי פעיסט מילה במילה.
דעריבער מיין איך אז כדי אז דער פרייז פון דער בלאט זאל רעדוצירט ווערן צו כאטש האלב. א שאד צו צאלן דאפלט פאר די זעלבע חומר...
לעצט פאראכטן דורך קוגל מיט פיקל אום זונטאג יולי 07, 2019 6:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג יולי 07, 2019 5:58 pm

און בכלל, ווען אן אויסגאבע ציטירט גאנצעטע שטיקער פון אנדערע אויסגאבעס ווייזט דאס אויף שטארקע ביליגקייט און נידריגקייט פון די שרייבער און רעדאקציע. דעריבער איז ראטזאם אז פרייז זאל זיין די זעלבע פאר'ן פראדוקט וואס מען באקומט.

אז מ'באקומט א פרעסטיזשפולע אויסגאבע לוינט צו צאלן, און אז מ'באקומט א געמיינע אויסגאבע פאסט נישט אז פרייז זאל זיין דאס וואס עס איז.
עס איז אן עוולה צו בעטן געלט פון א איד פאר גע'גנב'טע חומר און ביליגע, אויסגעדראשענע מאטריאל.

עקלהאפטיג

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יולי 07, 2019 6:14 pm

פון וועלכע ארטיקל רעדט איר?
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג יולי 07, 2019 6:16 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פון וועלכע ארטיקל רעדט איר?

דער אמת איבער קאצק

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 07, 2019 6:48 pm

אין וועלכן אויסגאבע איז עס געשטאנען?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג יולי 07, 2019 7:15 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:און בכלל, ווען אן אויסגאבע ציטירט גאנצעטע שטיקער פון אנדערע אויסגאבעס ווייזט דאס אויף שטארקע ביליגקייט און נידריגקייט פון די שרייבער און רעדאקציע. דעריבער איז ראטזאם אז פרייז זאל זיין די זעלבע פאר'ן פראדוקט וואס מען באקומט.

אז מ'באקומט א פרעסטיזשפולע אויסגאבע לוינט צו צאלן, און אז מ'באקומט א געמיינע אויסגאבע פאסט נישט אז פרייז זאל זיין דאס וואס עס איז.
עס איז אן עוולה צו בעטן געלט פון א איד פאר גע'גנב'טע חומר און ביליגע, אויסגעדראשענע מאטריאל.

עקלהאפטיג

גוט מארגן... וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט...
ס'איז א דבר הידוע ומפורסם, א שאד זיך צו עסן אויף דעם, גייסט דערמיט גארנישט טוישן, דאס איז דער מציאות און די פאקט, די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טון איז עס נישט קויפן און געגאנגן ווייטער...

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יולי 07, 2019 8:42 pm

לויט ווי איך געדענק האט דער איד געהאט אמאל א מוחאה אין זייער צייטונג אז "א געוויסע צייטונג ניצט זייערע ארטיקלן אן רשות פונעם רעדאקציע"
געמיינט האבן זיי דער בלאט?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » זונטאג יולי 07, 2019 10:58 pm

וואט אן אויסברויך דא, ציפול טשאלונט געגעסן דעם שבת?? אדער "דער איד" געהכערטע פרייז צי $4 האט זיך נישט אויסגעצאלט גייט מען מען האקן אויפן קאמפעטישן?

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: קאר ליעסינג אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג יולי 07, 2019 11:49 pm

וואט ען אויסברויך קומט נישט דא אריין!
דא שרייבן יודן וואס ליינען דער בלאט יעדע וואך און זיי האבן געזען אן ארטיקל ערגעץ אנדערש אויך האבן זיי זיך אויסגעגעבן גארנישט מער
מעצמי ובשרי הם

נאר וואס דען עס איז זייער מעגליך אז די זעלבע שרייבער פון די ארטיקל האר אריינגעשיקט זין ארטיקל צו ביידע אויסגאבעס ביידע האבן באצאלט בכסף מלא פארן ארטיקל סאיז א נארמאלע זאך צווישן די שרייבערס דאס צו טוהן.
און די אנדערע אויסגאבע האט געהאט מער פלאץ א וואך צוויי פארדעם אריינצולייגן משא"כ דער בלאט איז געווען פיל ביז די וואך האבן זיי עס געקענט ענדליך אריינלייגען
לעצטנס אוז געווען אן ארטיקל אויף ר' ברוך יודא שניצלער ע"ה סיי און דער בלאט און סי און דער איד פונעם זעלבן שרייבער ער האט עס אריינגעשיקט צו ביידע און ביידע האבן באצאלט דערפאר
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג יולי 08, 2019 12:18 am

נעגלוואסער האט געשריבן:וואט ען אויסברויך קומט נישט דא אריין!
דא שרייבן יודן וואס ליינען דער בלאט יעדע וואך און זיי האבן געזען אן ארטיקל ערגעץ אנדערש אויך האבן זיי זיך אויסגעגעבן גארנישט מער
מעצמי ובשרי הם

נאר וואס דען עס איז זייער מעגליך אז די זעלבע שרייבער פון די ארטיקל האר אריינגעשיקט זין ארטיקל צו ביידע אויסגאבעס ביידע האבן באצאלט בכסף מלא פארן ארטיקל סאיז א נארמאלע זאך צווישן די שרייבערס דאס צו טוהן.
און די אנדערע אויסגאבע האט געהאט מער פלאץ א וואך צוויי פארדעם אריינצולייגן משא"כ דער בלאט איז געווען פיל ביז די וואך האבן זיי עס געקענט ענדליך אריינלייגען
לעצטנס אוז געווען אן ארטיקל אויף ר' ברוך יודא שניצלער ע"ה סיי און דער בלאט און סי און דער איד פונעם זעלבן שרייבער ער האט עס אריינגעשיקט צו ביידע און ביידע האבן באצאלט דערפאר

שקר וכזב!!! דער ארטיקל אינעם איד האט געשריבן דער ספעציעלער שרייבער פון דער איד, און נישט דער זעלבער שרייבער ווי דער בלאט, איך ווייס דאס קלאר ווי דער טאג!!!

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג יולי 08, 2019 12:19 am

יעדע פון די צוויי האבן מעלות וואס די אנדערע האט נישט. למשל אין די איד קוקט אויס די וועלטליכע און פאליטישע נייעס ווי א קאפי פעיסט פון א ענגלישע אדער העברעעישע צייטונג איבערגעטייטש אז סקלעיבט נישט איין ווארט מיט די אנדערע, משא״כ די בלאט שרייבט געהעריג אראפ בטוט״ד. נאר איין זאך אז די קעפל האט נישט צופיל שייכות מיט די געשריבענע נייעס. די קעפלעך זענען געווענליך געשריבן מיט אן אגענדע. אבער ווען עס קומט צו די תוכן פון די תורה אפטיילונג פון דער איד פאקט עס איין די תוכן פון די אוצר אפטיילונג פון די בלאט הונדערט מאל. איך קויף בדרך כלל ביידע צייטונגען יעדע וואך.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: קאר ליעסינג אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג יולי 08, 2019 8:12 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:וואט ען אויסברויך קומט נישט דא אריין!
דא שרייבן יודן וואס ליינען דער בלאט יעדע וואך און זיי האבן געזען אן ארטיקל ערגעץ אנדערש אויך האבן זיי זיך אויסגעגעבן גארנישט מער
מעצמי ובשרי הם

נאר וואס דען עס איז זייער מעגליך אז די זעלבע שרייבער פון די ארטיקל האר אריינגעשיקט זין ארטיקל צו ביידע אויסגאבעס ביידע האבן באצאלט בכסף מלא פארן ארטיקל סאיז א נארמאלע זאך צווישן די שרייבערס דאס צו טוהן.
און די אנדערע אויסגאבע האט געהאט מער פלאץ א וואך צוויי פארדעם אריינצולייגן משא"כ דער בלאט איז געווען פיל ביז די וואך האבן זיי עס געקענט ענדליך אריינלייגען
לעצטנס אוז געווען אן ארטיקל אויף ר' ברוך יודא שניצלער ע"ה סיי און דער בלאט און סי און דער איד פונעם זעלבן שרייבער ער האט עס אריינגעשיקט צו ביידע און ביידע האבן באצאלט דערפאר

שקר וכזב!!! דער ארטיקל אינעם איד האט געשריבן דער ספעציעלער שרייבער פון דער איד, און נישט דער זעלבער שרייבער ווי דער בלאט, איך ווייס דאס קלאר ווי דער טאג!!!

אנטשולדיגט ר' איינפאכער כ'קען אייך ארויפברענגן דעם שרייבער דא אויפן ליין.....???

די שרייבער איז פון די 7 קרובים פאר מיר וואס אפילו איך בין ווען א כהן מעג איך זיך מטמא זיין פאר אים

שרייט נישט ווען איר ווייסט נישט ואס איר רעדט.
פינטל. ודו"ק. והבן. וק"ל.

ליתר שאת וועל איך אייך פרעגן פון וועלכע ארטיקל רעדט איר? גלייך לאחר מיתתו? אדער שפעטער איז געווען אן ארטיקל א טרער אויף ר ברוך יודא שניצלער ע"ה?
איך האב גערעדט פון די צווייטע! ממילא קען זיין הא לן והא להו.
און די ערשטע ארטיקל און דער איד האט אויך די זעלבע שרייבער געשריבן אבער נישט און דער בלאט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 8:46 am

הערכות אויף נפטרים און אדווערטייזמענט ארטיקלן איז נארמאל צו לייגן פון איין צייטונג צום צווייטן. יענער שיקט עס פארטיג און אזוי גייט עס אריין. די רעדע דא איז פון אן ארטיקל איבער א געוויסע נושא וואס מען ליינט יא...
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מאנטאג יולי 08, 2019 10:24 am

צולייגער האט געשריבן:אין וועלכן אויסגאבע איז עס געשטאנען?

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג יולי 08, 2019 1:50 pm

אויפגעבלאזען א שטורעם אין גלעזעל קאמפעטישאן

חזן שמילאוויטש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » מאנטאג יולי 08, 2019 2:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:הערכות אויף נפטרים און אדווערטייזמענט ארטיקלן איז נארמאל צו לייגן פון איין צייטונג צום צווייטן. יענער שיקט עס פארטיג און אזוי גייט עס אריין. די רעדע דא איז פון אן ארטיקל איבער א געוויסע נושא וואס מען ליינט יא...

אויב איז דא אן ארטיקל וואס איז קאפי פעסט פון אנדערע אויסגאבעס איז דער שרייבער וואס האט עס פארקויפט פאר צוויי אויסגאבעס דער גנב נישט דער צייטונג

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 2:48 pm

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:הערכות אויף נפטרים און אדווערטייזמענט ארטיקלן איז נארמאל צו לייגן פון איין צייטונג צום צווייטן. יענער שיקט עס פארטיג און אזוי גייט עס אריין. די רעדע דא איז פון אן ארטיקל איבער א געוויסע נושא וואס מען ליינט יא...

אויב איז דא אן ארטיקל וואס איז קאפי פעסט פון אנדערע אויסגאבעס איז דער שרייבער וואס האט עס פארקויפט פאר צוויי אויסגאבעס דער גנב נישט דער צייטונג

אמאל אזוי און אמאל קויפט די צייטונג פון אנדערע מקומות. וכבר היה לעולמים.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג יולי 08, 2019 2:53 pm

דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעכטל און 10 געסט