מיסטעריעז האט געשריבן:די דיסקוסיע איז אינגאנצן נישט דאס געווען (פאסט נישט פאר דיר מיטגעכאפט צו ווערן, חילי), מ'האט נישט דן געווען צו מ'דארף אוועקגעבן דעם גאנצן פראנט פעידזש דערפאר, צו נישט.
דער דיון איז געווען צו אזא זאך ווי דער בלאט האט געטון - א דראמאטישע פעידזש אן א תמצית פון וואס ער רעדט - איז א צייטונג סטייל, אדער זיי וואלטן געדארפט שרייבן כאטש א פאר ווערטער.
הלשון האט געברענגט די המודיע פון די דריי בחורים, און איך האב געוויזן אז זיי שרייבן טאקע יא א תמצית (דער צווייטער המודיע וואס ער ברענגט צו, מיין איך אז איינמאל מ'שרייבט אויף א גאר באקאנטער פערזאן 'זצ''ל' וועט יעדער - אפי' איינער וואס האט נישט געהערט קול מבשר אדער געליינט איי-וועלט - כאפן די נייעס, אז ער איז נישט מער בין החיים און אויב אזוי איז דאס א תמצית פון די נייעס וואס די קאווער טראגט אויף זיך, משא''כ ווען עס קומט פאר א גרויליגער שחיטה, אין א ביהמ''ד, אינמיטן דאווענען, איז שרייבן קדושי הר נוף מיט פיקטשערס נישט קיין שום תמצית, און א אומאינפארמירטער וועט מוזן אליינס דמיון'ן).
סך הכל האסטו איין טענה: ס'העט געדארפט זיין די זעלבע פעידזש נאר די ווערטער למשל: אידישע וועלט אויפגעטרייסעלט נאך שוידערליכע שחיטה אין ירושלים.
קאן זיין ביזט גערעכט, אבער סוכ"ס ווערט קיינער נישט געוואר די נייעס פונעם בלאט היינט, יעדער ווייסט שוין דערפון, אדער אויפן אינטערוועש אדער פון קול מבשר, איז אסאך וויכטיגער אז דער בלאט זאל מאאכן א אויסגאבע און ברענגען פאר די ליינער עפעס וואס זיי האבן נאכנישט געזעהן ערגעץ אנדערש!